חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

אויף דעם האט ר עמרם בלוי געזאגט אז קנאות איז א בענדעלע אוועק פון רציחה וד"ל
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

וואס וואלט געווען ווען דא וואלט זיך געהאנדלט פון א ניא נאצי מארטש. וואס וואלטן די אלע לינקע געזאגט?
זיי זענען אליין שילדיג. קומען זיך פרייען מיט אזאנא זאכן בריש גלי אין עיר הקודש קאסט א פרייז.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך דעת תורה »

מושב, דו האסט פארהערט פנחס' בשעתו? פון וואנעט ווייסטו וואס ער האט געוויסט און וואס נישט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ירח בן יומו האט געשריבן:וואס וואלט געווען ווען דא וואלט זיך געהאנדלט פון א ניא נאצי מארטש. וואס וואלטן די אלע לינקע געזאגט?
זיי זענען אליין שילדיג. קומען זיך פרייען מיט אזאנא זאכן בריש גלי אין עיר הקודש קאסט א פרייז.


וואס פארא נערישע פארגלייך איז עס בכלל צו ניא נאציס? וואס פארא טשולענט מאכסטו דא??? זעסט באמת נישט קיין חילוק צווישן האָמעסעקסואלעס און נאציס ??? :? :roll: פליז טראכט אביסל! :טראכט :טראכט און רוב בירגער אין מדינת ישראל זענען פריי און זיי מעגן מאַרטשען אין זייערע גאסן און דארפן נישט פרעגן קיין רשות פון די עדה החרדית, מדינת ישראל האט נישט דערווייל קיין Sharia laws

זייער נעריש @ירח !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

די פאינט איז נישט צו ס'איז קעגען די געזעץ אדער נישט.
א ניא נאצי מארטש איז אויך נישט קעגען די געזעץ. אבער דעמאלטס פארשטייט יעדער אז דער וואס מארטשט איז שילדיג אין די היץ. און דא איז גארנישט אנדערש.
ציווישן א באפעלקערינג וואס זענען דא מיליאנען שומרי ואוהדי תורה ומצוה (אדער וואס ווילן נישט אפשניידן דאס ביסעלע וואס זיי האבן נאך מיט יודשקייט), וועט געשען אזאנע זאכן אד"ג.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך chaims »

Nobody will justify killing Neo nazies even when they March and BTW there are huge amount of not from people in Jerusalem and they don't March on kikar hashabes
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך ירא שמים »

moshav zekeinim האט געשריבן:אבער פנחס בשעתו האט נישט געוויסט פון די הלכה, עס איז בלויז שפעטער נתגלה געווארן למפרע. נו, אפשר וועט נאך דא אויך נתגלה ווערן למפרע אז ביי געי דארף מען אזוי טון, בפרט ביי אזא חילול השם נורא ווי א געי מארטש בפלטרין של מלך.

אגב, בין איך נייגעריג צו וויסן וואס איר וואלט געזאגט ווען די מעשה מיט ישי וואלט געווען אז ער וואלט זיך אריין געגאנוועט ביי איינעם אין שטוב אין תל אביב וואס האלט אינמיטן מאכן די מעשה מיט א רוסישער גויטע און זיי ביידע דערשטאכן צום טויט. טאקע גענוי אזא מעשה ווי פנחס.

כווייס נישט צי כמעג ענטפערן ווייל דו שרייבסט להלעיג , אבער להוציא פון די וואס קענען זיך טועה זיין , זעט אויס האסט פארגעסן די רש״י סוף בלק
״רש''י: וירא פנחס. ראה מעשה ונזכר הלכה, אמר לו למשה מקבלני ממך הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, אמר לו קריינא דאגרתא איהו ליהוי פרוונקא, מיד ויקח רמח בידו וגו' : האט ער קלאר געוויסט און ער איז געקומען פרעגן , וועגן די צווייטע מעשה לכאו׳ וואלט מען געמעגט אזוי טוען ( אגב ווייסט איינער צי אין די ספרי הפוסקים ווערט אראפגעברענגט אזא הלכה ) די שאלה איז נאר וואס הייסט קנאות לכאו׳ מעג ער עס נאר טוען טאמער סאיז כולו לשם שמים .
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב טאקע נישט געדענקט די רש"י. אבער למעשה מאכט עס נישט אויס לעניננו, ווייל פארט איז דער הלכה נישט געווען מפורסם ביי כלל ישראל, און אויב אזוי קען מען זאגן אז אויך ישי'ס מעשה איז א פארווארפענער הלכה וואס איז נישט מפורסם ביי כלל ישראל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

moshav zekeinim האט געשריבן:אגב, בין איך נייגעריג צו וויסן וואס איר וואלט געזאגט ווען די מעשה מיט ישי וואלט געווען אז ער וואלט זיך אריין געגאנוועט ביי איינעם אין שטוב אין תל אביב וואס האלט אינמיטן מאכן די מעשה מיט א רוסישער גויטע און זיי ביידע דערשטאכן צום טויט. טאקע גענוי אזא מעשה ווי פנחס.

די הלכה פון פנחס איז כמדומני נאר אויב עס קומט פאר בפרהסיא, נישט ווען מען גנב'עט זיך אריין ביי יענעם אין שטוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

נו, זאל זיין ביים ביטש אין תל אביב, אדער גאר ביי א חתונה מיט איינע פון די עריות שבתורה אדער א גויטע וואו די מעשה ווערט אפילו פראקלאמירט ברבים טאקע כדי צו ווייזן פאר די רבנות אז זיי וועלן נישט מאנאפילירן די נישואין. וואס וואלט איר געזאגט צו אזא איינעם וואס גייט אין דעם באר און דערהארגעט דאס סימבאלישער פארל פורצי גדר בשעת מעשה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך דעת תורה »

moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב טאקע נישט געדענקט די רש"י. אבער למעשה מאכט עס נישט אויס לעניננו, ווייל פארט איז דער הלכה נישט געווען מפורסם ביי כלל ישראל, און אויב אזוי קען מען זאגן אז אויך ישי'ס מעשה איז א פארווארפענער הלכה וואס איז נישט מפורסם ביי כלל ישראל.

וואס הייסט עס איז נישט געווען מפורסם? משה רבינו האט פארגעסן דערפון לפי שעה, אבער בעצם די הלכה איז שוין געווען מפורסם לכל מאן דבעי למידע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין שו"ע חושן משפט ווערט געפאסקנט די דין אז קנאים פוגעין בו. דאס הייסט אז מ'מוז נישט, אבער רשות ביד הקנאים לפגוע בו. אבער מיט די תנאי אז ס'איז בפרהסיא, און בשעת מעשה.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דעת תורה: לאמיר עס פערנאנסן אזוי: עס אז נישט געווען קיין אויסגעטרויטענער מהלך דערין. אויך ישי'ס קנאות איז מער די טאבו דערפון און אומאויסגעטרויטענער טהאט, ווי איידער א הלכה'כישער פראבלעם, ווייל זיין מעשה קען האבן גאנץ פיינע סמיכין "לכל מאן דבעי למידע".
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך דעת תורה »

איך האב נישט די מינדעסטע אנונג וואס די גיהנום דו ווילסט. פנחס האט געלערנט פון זיין עלטער פעטער דער מקבל התורה אז הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, ס'איז געקומען דערצו ראה מעשה ונזכר הלכה.

אויב שליסל האט געהערט פון משה רבינו אז המשתתף בהפגנת הזדהות עם חד מיניים קנאין פוגעין בו, האט קיינער נישט קיין טענות אויף אים. אבער ווי ווייט מיר ווייסן איז דאס נישט די קעיס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

און אז ער האט עפעס א פראמינענטער רב וואס האט דערצי צוגעשטימט?!

אבער איך באצי זיך דער עיקר צו איז מעגליך אז אזא הלכה זאל זיין בנמצא לכל מאן דבעי למידע, גענוי אזוי ווי דו טענה'סט אז דער קנאים פוגעין וכו' איז ווארשיינליך געווען מפורסם פאר ווער עס האט געוואלט וויסן. ווייל דעת הקהל מאכט דא אויס, און נישט דער דעת פון ר' ישי'ן מיט זיין רב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך [NAMELESS] »

א קול קורא נאך זיין ערשטע רציחה 10 יאהר צוריק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ירושלימער רב שליט"א באזוכט די געשטאכענע. קידוש השם קלינגט אפ מסוף עולם עד...
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשעקאל האט געשריבן:א קול קורא נאך זיין ערשטע רציחה 10 יאהר צוריק

מיינסט אפשר צו זאגן ״א פאשקעוויל״?
עס האט דאך נישט קיין נאמען אויף זיך.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פון די מעשה לערנט מען ווידער ארויס (אזוי ווי מיר האבן זיך איבערצייגט איבער און איבער) אז אנעמען רעליגיע זייער ערנסט איז זייער שעדליך און גלייבן זאכן אן קיין טראפּ עווידענס איז נישט גיט!,
פארגעסט א מינוט פון דעם צוטריידען ישי שליסל אבער אז גאנץ נארמאלע ניקים אין קאווע שטיבל האלטן אז ער האט געטוהן ריכטיג און בארעכטיגן אומשולדיגע Ancient רציחה אין 2015 אין מדנ״י אפילו נאר למחצה ולשליש :o :o :o :o :o :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ירח בן יומו האט געשריבן:די פאינט איז נישט צו ס'איז קעגען די געזעץ אדער נישט.
א ניא נאצי מארטש איז אויך נישט קעגען די געזעץ. אבער דעמאלטס פארשטייט יעדער אז דער וואס מארטשט איז שילדיג אין די היץ. און דא איז גארנישט אנדערש.
ציווישן א באפעלקערינג וואס זענען דא מיליאנען שומרי ואוהדי תורה ומצוה (אדער וואס ווילן נישט אפשניידן דאס ביסעלע וואס זיי האבן נאך מיט יודשקייט), וועט געשען אזאנע זאכן אד"ג.


אפשר זאגסטו מיר פון וואו די נעמסט דיינע נומבערס און סטאטיסטיקס ? ס׳איז נישטא קיין מיליאנען פרומע אין ירושלים/מדנ״י דערווייל זענען די פרומע די מיעוט! האק נישט אין טשייניק אריין!!!!
Hold your horses!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און ווען א מענטש ארבעט טאג און נאכט צו העלפען א צווייטער ווייל ער האט עס געלערנט פון זיין עקסטרעמער צוגאנג צו זיין רעליגיע וואס לערנט עס אונז? און ווען איינער האט אן עקסטרעמע גאנג צו זיין רעליגיע און דעריבער זיצט ער ניינציג יאר לערנען תורה בהתמדה, וואס לערנט עס אונז?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שבת אחים[/tag] ווער האלט אז ער האט געטון ריכטיג?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

moshav zekeinim האט געשריבן:נו, זאל זיין ביים ביטש אין תל אביב, אדער גאר ביי א חתונה מיט איינע פון די עריות שבתורה אדער א גויטע וואו די מעשה ווערט אפילו פראקלאמירט ברבים טאקע כדי צו ווייזן פאר די רבנות אז זיי וועלן נישט מאנאפילירן די נישואין. וואס וואלט איר געזאגט צו אזא איינעם וואס גייט אין דעם באר און דערהארגעט דאס סימבאלישער פארל פורצי גדר בשעת מעשה?

מושב זקנים: איך ווייס נישט די הלכה. אויך אינטרעסירט עס מיך נישט. אבער איין זאך ווייס איך אז אונזער רעליגיע איז נישט און וועט ח"ו קיינמאל נישט ווערן אזוי ווי די מוסלמענישע אדער די קריסטליכע איז געווען אמאל באיתגליא. און היינט איז עס באיתכסיא. געבויעט אויף רציחה און מערדערייען. דאס אז מ'זאלל הרג'נען מענטשן אין נאמען פון די רעליגיע וועט האפנטליך קיינמאל נישט זיין ביי אונז...!
פארשפארט