רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל דא אויסשמועסען דער מעשה נורא וואס איז געשען יענער וואך אין א"י, ווען א איד א פרומע, א בוגר ישיבה און א שומר תורה ומצוות, האט געשטאכען זעקס מענטשען פאר זיין רעליגיעזער סבות, איינער פון זיי איז נעבעך געשטארבען, און א תווייטע איז נאך אין א קריטיש צושטאנד. דער מעשה איז פארשטייט זיך ברייט פארדאמט ביים ציבור, אבער אנדערע ווילען צושטעלען די מעשה צו מעשה'ס פון נ"ך, ווי טויטען איז געווען אן אפטער ערשיינונג פאר רעליגיעזער און פאליטישער סבות. מאנכע ווילען ברענגען א ראיה צו בארעכטיגען די מעשה, און אנדערע ווילען פארדאמען דער תורה אזוי ווי די היינטיגע מעשה.
אז מ'קוקט אן דאס אידישקייט אלס בלויז הלכה'דיג, קען מען נישט האבען קיין פאראיבעל אויף דער וואס נעמט א מעסער און שטעכט איינער וואס דער תורה הייסט ס'קומט איהם מיתה. און טאקע די טענה וואס מענטשען האבען יעצט איז א גרעסערע א ברייטערע, אן א.ג. השקפה'דיגע. 'אידען הרגנ'ען נישט'. און דאס איז טאקע ריכטיג אז מיר זיינען בהשקפה אן איידעלע פאלק און מ'דינט נישט דער טויט אזוי ווי די מוסלעמינער און די קריסטען אין זייער וועג. וכאן הבן שואל וואס איז מיט די חיובי מיתה פונ'ם תורה, וואס איז מיט אונזער היסטוריא?
די הלכות פון הרגנ'ען א מענטש זענען די ערשטע שליסלעך צו דערגייען דער ענין. ווען אן אייסי"ס מיטגעליד גייט אפהאקען דער קאפ פון א מענטש וואס גייט נישט אין שפאן מיט זייער רעליגיע האט עס טאקע אן אנדערע באדייט אין גאנצען. שטעלט'ס ענק פאר דער מציאות און דערמיט וועט מען זען דער אויסקומפף.
צוויי עדים קומען אין ב"ד און זאגען אויף פלוני אז ער האט גערייכערט א פאפיראס'ל אום שבת. ס'איז געשען מיט פופצען יאר פאר דעם, ווען ער איז געווען יונג און פארביטערט אויפ'ן סיסטעם און ער האט זיך געדרייט מיט אנדערע אזעלכע בחורים אין גאס, און ער האט דעמאלס גערייכערט שבת. היינו איז ער א באזעסענע מענטש, שוין צוריק אינגאנצען צו אידישקייט, ער העלפט אפילו אנדערע וואס גליטשען און לערנט א שיעור יעדען טאג און ערציט זיין קינדער לתורה ולתעודה. אבער דער תורה פאדערט זיינס, און די עדים ווערען אויסגעפארשט כדין, מיט אלע שאלות און פארשונגען און למעשה קומט ארויס א הילכיגע קול 'איש פלוני אתה חייב'. ס'העלפט נישט קיין פודנו ומצילנו, ער האט שוין תשובה געטוהן, ער איז היינט א צדיק, די בזיונות פון די קינדער. אלע טענות זענען כלא, ווייל אזוי שטייט אין תורה. א מענטש וואס איז דערגאנגען אזא שרעקליכע זאך ווי רייכערין א פאפיראס'ל שבת מוז מען טויטען.
דער איד וויינט זיך אויס א ווידוי, ער געזעגענט זיך פון די משפחה, ער פארטיילט זיין נכסים, און ער גייט צום שלאגפלאץ. הוא פורש ובוכה והם פורשים ובוכים, אבער דער תורה איז דער תורה.
ווען א מענטש זעט צו אזא מעשה, פארשטייט ער ערשט די נויטיגקייט פון היטען תורה און נישט זינדיגען, מ'האט ריכטיג מקיים געווען א 'ובערת הרע מקרבך', דער מענטשהייט ווערט דערהויבען פון וויסען אז דער אויבישטער מיט זיין תורה פיהרט דער וועלט, און מ'קען זיך בשום פנים ואופן נישט אויסדרייען פון די פאקט.
אבער מיט די מעשים פון אייסי"ס, און א היינטיגע מערדער 'משלנו', איז דער גאנצער זאך עפעס אנדעריש. טאקע דאס וואס יעדער רעכט-דענקיגער מענטש עקעלט זיך פון די מעשה'ס איז דער עומק הענין פארוואס ס'איז אזוי געפערליך. דא איז נישט געווען קיין העמדת הדת על תלה, נישט קיין ובערת הרע מקרבך, נישט קיין מקנא קנאת ה' צב-אות, נאר בלויז בלוט – דארשט און שלעכט'ס. טאקע דער געפיל איז דער מציאות, און וועגען דעם פארדאמט מען דער מענטש און אלס וואס ער רעפרעזענטירט. און וועגען דעם פאסט נישט קיין חיוב מיתה אן א ב"ד אין לשכת הגזית, אן די גאנצע אויפבוי פון א אידישע יוסטיץ ווערטשאפט פאסט נישט סתם צו הרגנ'ען מענטשען וועגען זייער מעשים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

שליחה דורך יהושע חיים »

ישי טראכט נישט אזוי טיף ער איז א מענטש וואס באדערט אז די תורה הייסט נישט הרג'נען יעדער וואס גייט נישט אין איר גאנג אבער ער איז נישט געווארן א שוחט ארויס צו געבען זיין מידת הרציחה איז עס דא אויפגעשפרינגן מיינענדיג גאט (ער רעד זיך טאקע אז ער האט געמיינט גאט)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ווען דאע"ש שטייט ביי די טיר, וועט נישט העלפען אן אנדער שפראך
חלומסט נאך פון דעמאקראפטיע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

שליחה דורך chaims »

diff האט געשריבן:ווען דאע"ש שטייט ביי די טיר, וועט נישט העלפען אן אנדער שפראך
חלומסט נאך פון דעמאקראפיע

איינער פארשטייט؟

I can't believe I just said that...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

די חילוק צווישן ישי און די תורה איז כרחוק מזרח ממערב, דא איז געווען א לאנגע שמועס וועגן אזא נושא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

ע"פ תורה האט ער נישט געהאט קיין רעכט צו הרגענען, די דין פון קנאים פוגעים בו איז נאר אויב זעט מען די מעשה עבירה, אבער פארן שטיין אין גאס מאכן א פאראדע, איז נאכנישט קיין תירוץ צו הרג'נען. די אלע מעשה'ס אין נ"ך, אויב האט מען נישט געהאט קיין 100% גערעכטע סיבה ע"פ תורה פארוואס מ'האט געהרג'ט האבן זיי אלע געסאפערט די קאנסעקווענסען דערפאר! מקען נישט הרגנען און שטעכן ווען סשמעקט דיר אן און אלעס מיטן תירוץ 'דעם אויבערשטענס כבוד'!

יא, רייכענען שבת קומט זיך סקילה ע"פ תורה, געגאנגען, מיתה אן קיין שאלות, אבער אויב קומט זיך עס נישט, ברויך מען הרג'נען דער וואס האט אים ג'הרגעט, אדער פאלש עדות געזאגט! ס'נישט קיין הפקר וועלט, און ווען איינעם כאפט א תאוה פאר בלוט קען ער נאכנישט גיין שטעכן צום טויט וועם ער וויל, מיט נארישע אויפגעבלאזענע סיבות פון מקנא קנאות ה'!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: רציחה עפ"י תורה און ישי שליסל

שליחה דורך דעת תורה »

הדברים פשוטים למאוד, און איך פארשטיי בכלל נישט די דמיון צו הבועל ארמית, אויב שוין פאר די איינע סיבה אז הבועל את הזכר אין קנאין פוגעין בו (אויב איז עס נישט קיין אונס - רעיפ). און וואס איז בכלל דער דמיון א עבירה בשעת מעשה ממש בפרהסיא צו א פאראד? ממש לא קרב זה אל זה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעם ערשטען טאג האב איך עס געהערט אין ביהמ"ד ווי איינער זאגט אז ער האט גוט געטון, שפעטער זעה איך אז אויף אייועלט האבן געוויסע אנגענומען כפשוטו, אז להלכה איז דאס ריכטיג. ישתקע הדברים ולא יאמר. פארדעם איז עס וויכטיג אויסצושמועסן.
פארשפארט