שבת אחים האט געשריבן:ירח בן יומו האט געשריבן:די פאינט איז נישט צו ס'איז קעגען די געזעץ אדער נישט.
א ניא נאצי מארטש איז אויך נישט קעגען די געזעץ. אבער דעמאלטס פארשטייט יעדער אז דער וואס מארטשט איז שילדיג אין די היץ. און דא איז גארנישט אנדערש.
ציווישן א באפעלקערינג וואס זענען דא מיליאנען שומרי ואוהדי תורה ומצוה (אדער וואס ווילן נישט אפשניידן דאס ביסעלע וואס זיי האבן נאך מיט יודשקייט), וועט געשען אזאנע זאכן אד"ג.
אפשר זאגסטו מיר פון וואו די נעמסט דיינע נומבערס און סטאטיסטיקס ? ס׳איז נישטא קיין מיליאנען פרומע אין ירושלים/מדנ״י דערווייל זענען די פרומע די מיעוט! האק נישט אין טשייניק אריין!!!!
Hold your horses!!!
[tag]שבת אחים[/tag] איך האב געשריבן מיליאנען שומרי
ואוהדי תורה ומצוה, און ס'איז טאקע אזוי, עס זענען טאקע נאר דא 1 מיליאן חרדים, אבער די דתי און דתי לאומי ווילן אויך נאר וואוינען אין א"י ווייל זיי ווייסן אז די רבוש"ע האט דאס אינז געגבען, און זיי ווילן אויך אז די מדינה זאל האבן א תורה'דיגע אויסזעהן. זיי ווילן נישט אז מ'זאל צוטרעטן די תורה ווירדן בריש גלי. איך זאג נישט אז ידער איינער פון זיי לייגט נעגל וואסער ביי די בעט, אבער עריות בפרהסיא איז ביי זיי אויך פאר'עקל'ט.
קען זיין ביי אינז אין ווילי האט מען געלערנט אז א געשטריקטע קאפל איז א צלם וכו' אער אז די וועסט זייןדארט אמאל וועטסטו זיעהן אז ס'איז גאר ווייט פון דעם.
אז די ווילסט סטאסיטטיק: געב א קוק א שטאט וואס עס איז נישט דא קיין באס סערוויס שבת. פארוואס? ווייל די עולם וויל זעהן שבת און די גאסן, ווען דאס וואלט געווען נאר א מיעוט פרימע (כלשנוך) וואלט דאס נישט געקענט פארקומען.
די רדיו און טלביזי איז פארמאכט יום הקדוש. ווייל %93 פראצענט פון די יודן פון די מדינה גייען אין שול און פאסטן.
קיין שטיקל ברויט קען מען נישט קויפן ברבים אום פסח, און א מדינה פון רוב פורקי עול וואלט דאס נישט געווען.
דבר אחר איז חזיר טריף ביי אלע (כמעט).
היירהאטן ארויס פון די ריליגיע איז נישט בנמצא.
עכ"פ לעת עתה זענען די תורה ווירדן נאך שטארק ארויפגעקוקט ביי די באפעלקערינג, זיי ווילן א תורה'דיגע לאנד, און סך הכל איז דא א מיעוט לינקע וואס ווילן דאס צוטרעטן. אזוי ווי מי הערט דא דארט פון זיי ביי שא-באס, חמץ און מאלס, דער מצעד התועבה, אבער דערווייל זענען די נאויז מעקערס א מיעוטא דמיעוטא, און ווילאנג זיי טרעטן אויף די רצון פון די רוב, זאלן זיי וויסן אז זיי באגיין זעלבסמארד.