היות איך וויל נישט אז מיין תגובה /תשובה זאל זיין איינס פון די עשרה דברים שנבראו ערב שבת בין השמשות, וועל איך עס מאכן בקיצור נמרץ. די טי. עיטש. על. איז --ווי ס'זעט אויס ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אידיש אבער דער קיבאארד איז נאך געווען געסעט אויף "ענגליש. ".-- די ענגלישע קיס זענען די זעלבע ווי "איך". ס'נישט דא קיין שום סודות אין דעם. דאס דערמאנט מיך אן אנדערע מעשה. נאר ס'איז שפעט. א גוט שבת.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
אמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהם בני ירושלים יוצאין בכלי לבן שאולים, כדי שלא לבייש את מי שאין לו. וכל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחונות בכרמים. וכך הן אומרות, שא נא בחור עיניך וראה, מה אתה בורר לך
איך וויל וויסען אין וועלכע כרמים דעס קומט פאר, איז דא א כרם אין די טריי סטעיט עריע ווי מ'קען צוקוקען די שיינע מנהג ישן ווי כ'וועל נישט אנטרעפען מיין נעקסט דאר נעיבער?
זר זהב האט געשריבן:איך בין נאר לעצטענס געוואר געווארן אז מ'קען לינקען צו יו טוב און מאכן אז דער קליפ זאל זיך אנהייבן ביי א געוויסע צייט אינעם קליפ ווען איך וויל אבער ארויפלייגן אוין שטיבעל דא אזא קליפ (עמבעדן) וועט נישט ארבעטן. דער קליפ וועט בכלל נישט ארויפקומען אויפ'ן שטיבל. פארוואס?
ווייל די Token וואס די HTML replacement table נוצט איז {SIMPLETEXT} וואס טראגט נישט אריבער די קוועסטשען מארק און איקוועלס צו די HTML קאוד אויף די פעידזש, פארשטאנען? יעצט חזר איבער.
אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?
די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.
פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...
איך מיין אז די אידן וואס גייען מיט די דאשיקלעך און אמעריקאנע אידן עסן עס אסאך.
ס'דא אויך פון 'מיעל מארט' און 'נועם'. לעצטענס האב איך געזען אימפארטירטע פון אר"י מיט'ן נאמען 'יהודא', זיי האבן אויך א "סוויט געפילטע פיש" וואס איך גלייך איינמאל אין 2 חדשים. הממממ...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איך מיין אז דאס קויפן נאר די וואס קויפן כשר'ס איין מאל א יאר, די מאנישעוויץ וויין און יהודא מצות, קויפן אויך די קענס געפילטע פיש ווייל דאס איז פארט פון די "טראדישאן" ...(בטעם עליון, נוסח טעביע מאניטעווקא)
----
זר זהב האקט, חכם עדיף מנביא, אבער ווי אזוי ווייסטו וואס איך גיי שרייבען?
אךשמח האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?
די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.
פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...
איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז די סיבה פארוואס קדם פארקויפט פיש איז ווייל זיי לייגן אריין דאס גאנצע וואסער פון ים אין די גרעיפ דזשוס בלייבן די פיש אן קיין וואסער צום לעבן ממילא פארקויפן זיי עס