שמעקעדיג האט געשריבן:כ'ווייס ס'אפשר א נארישע קשיא, אבער ס'באדערט מיר,
עס איז מיר יעצט נולד געווארן לרגל די באפרייאונג פון יונתן פאלארד (אגב, פארוואס שרייבן די היימישע צייטונגען "דזשאנאטאן"?)
עס איז נישט קיין סוד אז יעדע איינציגע מדינה האט שפיאנען אין אנדערע מדינות פאר פארשידענע גערעכטע און אומגערעכטע צוועקן, כך הוא דרכו של עולם, און עס גייט זיך נישט טוישן עניטיים סאאן,
יעצט ווען איין מדינה כאפט א שפיאן פון די אנדערע זייט און גיט יענעם א הארבן עונש, איז עס היפאקריטסווע בתפארתו, אמער דו טוסט דאך דאס זעלביגע אין יענעמ'ס לאנד, נאר דיין שפיאן האט פשוט מזל אז מען האט אים (נאך) נישט געכאפט, נו וואס איז יענעמ'ס בלוט ווייניגער ווי דיינס?
איך פארשטיי אז יעדע מדינה וויל זיך פראטעקטן, אלזא לדעתי וואלט געווען מער פאסיג ווען מען פארשיקט דעם געכאפטן שפיאן פונעם לאנד אן רשות אריינצוקומען נאכאמאל ווילאנג ער לעבט, און מיט דעם איז מען פטור געווארן פון א שפיאן און די זיכערקייט פון די מדינה איז צוריק 'על מכונו'.
ביי אזא סארט קעיס איז בכלל נישט שייך א "למען ישמעו וייראו" אויסרייד; קודם כל גייט עס ממילא קיינמאל נישט העלפן און די רעגירונג ווייסט דאס גוט, און צווייטענס ווי געשמועסט, טול קורה מבין עיניך, קשוט עצמך.
איך האב א פוינט אדער כ'רעד בכלל נישט צום זאך?
שמעקעדיג: ייש"כ.. דו האסט א שטארקן פוינט. אבער במציאות גייט עס מסתמא קיינמאל נישט געשעהן. ווייל דאס ארעסטירן א שפיאן איז אויכעט א טייל פונ'ם שאך שפיל וואס מדינות שפילון איינער מיט'ן צווייטן. אויב זיי ארעסטירן יעצט דעם שפיאן קענען זיי איהם האלטן פאר א משכון אז ווען זייער'ס א שפיאן ווערט געכאפט קענמען איהם איינטוישן פאר דעם שפיאן פון יענע מדינה וואס זיצט ביי זיי. אמעריקע און רוסלאנד האבן עס זייער א סאך מאל געטון אין די פארגאנגענהייט. נאר דאס אז א שפיאן פון א פריינטליכע מדינה זאלל געכאפט ווערן, איז טאקע א זעלטענע זאך. און לאמיר נישט פארגעסן אז יונתן פאלארד האט געטון זייער א גרויסע עוולה לגבי די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געפעלטשט אין דעם טראסט וואס די אמעריקאנער מיליטער האט איהם געגעבן. א חוץ פון דעם גרויסן שאדן און חילול השם וואס ער האט אנגעמאכט. און דערמיט גורם געווען אן אויפוואכונג פון דעם אור אלטן אנטיסעמיטיזם ביי די גוי'אישע רעגירונגס אנגעשטעלטע. וואס דאס האט גורם געווען אז זיי טראסטן שוין מער נישט קיין שום איד וועלכער האט א הויעכן פאסטן סיי ביים מיליטער און סיי ביי די רעגירונג.
אבער איך וויל מיך שטעלן אויף דיין דרך אגב'דיגע באמערקונג און קשיא. פארוואס די אידישע צייטונגען רופן איהם נישט מיט זיין אמת'ן אידישן נאמען יונתן. נאר דזשאנאטאן. לפענ"ד האט עס צו טון מיט די שיטה פון פאלשן קנאות. און איינער האט מורא אז דער צווייטער וועט איהם ח"ו באשולדיגן אז ער איז נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויב מ'וועט שרייבן .."יונתן" קען נאך איינער עס אפליינען און אויסטייטשן ווי עברית, היל"ת עפ"ל. אבער אויב מ'שרייבט עס מיט די ענגלישע הברה דאמאל איז אלעס פיין און וואויל און דער קאמפאט ביי איונז איז זייער גוט. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטגס שעות מיט געהויבענע געפיהלן. (כדברי הרב הצדיק מקנא קנאת ה' צבא' ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו.)
נ.ב.: כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. און כ'האב געמוזט אריינרוקן די פאר שורות. ייש"כ פאר פארשטיין...!