עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:מען האט ארויפגעברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל ע"פ צוואתו, און פון וויזניצע ביהמ"ד אין ב"ב האט מען ווידעראמאל ארויסבאגלייט דעם ארון [ער איז דאך געווען א דאפלטע מחותן מיט בית וויזניץ], צום אלטן ביה"ח אין טבריה, וואו מ'האט אים קובר געווען סמוך ונראה לדודו רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס ליגט צוזאמען מיט די תלמידי בעל שם, לדוגמא דער האראדענקער, דער וויטעפסקער, ועוד].


דא האט איר א בילד פון זיין ציון [קרעדיט: אייוועלט].
בילד
[NAMELESS]

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:מען האט ארויפגעברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל ע"פ צוואתו, און פון וויזניצע ביהמ"ד אין ב"ב האט מען ווידעראמאל ארויסבאגלייט דעם ארון [ער איז דאך געווען א דאפלטע מחותן מיט בית וויזניץ], צום אלטן ביה"ח אין טבריה, וואו מ'האט אים קובר געווען סמוך ונראה לדודו רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס ליגט צוזאמען מיט די תלמידי בעל שם, לדוגמא דער האראדענקער, דער וויטעפסקער, ועוד].


דא האט איר א בילד פון זיין ציון [קרעדיט: אייוועלט].
בילד


איך זעה דא א פיקטשער פון דער איד
??
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך סביב העולם »

אדנירם האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:מען האט ארויפגעברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל ע"פ צוואתו, און פון וויזניצע ביהמ"ד אין ב"ב האט מען ווידעראמאל ארויסבאגלייט דעם ארון [ער איז דאך געווען א דאפלטע מחותן מיט בית וויזניץ], צום אלטן ביה"ח אין טבריה, וואו מ'האט אים קובר געווען סמוך ונראה לדודו רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס ליגט צוזאמען מיט די תלמידי בעל שם, לדוגמא דער האראדענקער, דער וויטעפסקער, ועוד].


דא האט איר א בילד פון זיין ציון [קרעדיט: אייוועלט].
בילד

ער ליגט באגראבן אין דער איד?
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

בילדאויף טפעטאלק זעט מען די איד און אויפן בלויע בלעטל זעט מען דעם ציון ,
ר׳ שש אויב דו געדענקסט איז עס שוין די צווייטע מאל וואס אזא זאך פאסירט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:דאן ווייסטו נישט פארוואס איך האב א בילד פון דעם בעל התניא,

משז"ר נוט' ר'בי ש'ניאור ז'למן מ'ליאדי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:דאן ווייסטו נישט פארוואס איך האב א בילד פון דעם בעל התניא,

משז"ר נוט' ר'בי ש'ניאור ז'למן מ'ליאדי.

הגם שמעולם לא עלה על דעתי נוטריקון זו, ולא נתתי לעצמי שם 'אדנירם' לרמז על הבעל התניא באיזושהי אופן, מ"מ הנוטריקון כשלעצמה יפה היא...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center][tag]אדנירם[/tag], ווי ביסטו? ווי וואנט מאר!!
חברים טייערע, לאמיר אויפהייבן א געשריי צו ערעב שש׳ן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין שלאף און צושטעלן נאך ארטיקלען פארן ציבור!
[/center]

[center]עס איז שוין א וואך צייט וואס מיר ווארטן מיט דארשט!![/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און לאמיר נישט פארגעסן וואס אונזער [tag]כוכב[/tag]׳ל טייערער האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.

[tag]אדנירם[/tag], עס ווענדט זיך נאר אין דיר!!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:רבותי, כ'בין אין א שווערע דילעמא.

ס'איז מיר נאך געבליבן א קנאפע 20 תגובות [ס'גייט געווענטליך אין אונטער צוויי טעג], אנצוקומען צום 1,000'סטן תגובה.
שוין א לענגערע צייט וואס איך ארבעט אויף א מייסטערהאפטן 'למעשה' פראיעקט, להנאת הציבור היקר. כ'האב בשעתו געטראכט דאס צו פארענדיגן און פארוואנדלן אין מיין 1,000 תגובה.

למעש"ה, האב איך נאכנישט געענדיגט שרייבן דעם לענגערן ארטיקל, וואס קען דויערן קרוב צו א וואך [יעצטיגע שאצונגען] צו פארענדיגן. כ'האב יעצט צוויי ברירות:
א' - גארנישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, נאר ארבעטן אויף מיין זאפטיגן 'למעשה' פראיעקט, וואס וועט ע"פ דרך הטבע זיין א גוט שטיקל בס"ד. אזוי וועט עס זיין גרייט האפנטליך קומענדיגע וואך.
ב' - שרייבן ווייטער אויף קאווע שטיבל, וואס מיינט אז כ'גיי זיכער אריבערגיין דעם טויזענסטן תגובה בעפארן ענדיגן מיין למעשה פראיעקט, און דעמאלס גיי איך נישט האבן א דרייוו און א דעדליין ווען איך זאל האבן פארענדיגט דעם 'למעשה' פראיעקט.

אלזא, פרעג איך אייך חברים יקרים: 'להנאתכם ולטובתכם', וועלכע פון די צוויי מהלכים זענט איר מציע?! ס'איז פאר ענק, און זאלן ענק מחליט זיין!
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

[tag]פריעד באטשי[/tag], כ'וועל סוף סוף זיך אפשעמען און פרעגן וואס איז אן 'ערעב'..
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

רוסישער האט געשריבן:[tag]פריעד באטשי[/tag], כ'וועל סוף סוף זיך אפשעמען און פרעגן וואס איז אן 'ערעב'..
גיי זיי מסביר פאר א רוסקי א טעם און א גוולאש צו לעטשאו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוסישער האט געשריבן:[tag]פריעד באטשי[/tag], כ'וועל סוף סוף זיך אפשעמען און פרעגן וואס איז אן 'ערעב'..

וואס הייסט וואס? אן אראבער!
דזשאסט קידינג ;)

ערעב [tag]רוסישער[/tag], יעצט פארשטייסטו שוין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגערישער joke...
פישערער רבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך פישערער רבי »

בן אדם האט געשריבן:די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגערישער joke...

בעסער אזוי -
די רוסישער פארשטייען אלץ אויסער אן אונגנארישער joke.......
פישערער רבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך פישערער רבי »

להרב הסופר המובהק לשונו עט סופר דבר דבור על אפנו כמים קרים לנפש עייפה רבינו אדנירם שליט"א.

שהשלום שלו ישים על רבינו ברכה ושלום.
שיינע און אינטערסאנטע ארטיקלן ווי הרב אדנירם שליט"א האב איך נאכנישט געטראפן אין קאווע שטיבל.

מיר קענען שוין מער נישט ווארטן
שוין ברענג אהער דער נעקסטער ארטיקל
זיי מהנה דעם עולם.... ביטע.... ביטע.....
ראטעוועט אונז פון נודאטע און שרייב אהער שוין דער עיקר'סטע ארטיקל - דער ארטיקל אויף דער היינטיקער אמשינובער רבי פון ארץ ישראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:[center][tag]אדנירם[/tag], ווי ביסטו? ווי וואנט מאר!!
חברים טייערע, לאמיר אויפהייבן א געשריי צו ערעב שש׳ן אז ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין שלאף און צושטעלן נאך ארטיקלען פארן ציבור!
[/center]

[center]עס איז שוין א וואך צייט וואס מיר ווארטן מיט דארשט!![/center]

[center]עס איז שוין אריבער נאך א וואך וואס מיר ווארטן מיט גרויס דארשט, וואס האט זיך למעשה פארשטייט זיך געלוינט פאר אונז, און די הלכה למעשה איז העכער אלע אונזערע חלומות און ערווארטונגען!!
אבער (איך) [אונז אלע] זענען שוין הייזעריג פון שרייען אזויפיל:
[tag]אדנירם[/tag] ווי וואנט מאר!!
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב הנאה צו זען אז דו געבסט נישט אויף... קוים ארויסגעקומען די 'למעשה', און אופסססס... שוין ווייטער מיט אמשינאוו!!!

אקעי, אי"ה היינט אדער מארגן גייט ארויף די נעקסטע קאפיטל [און אייגנטליך די נעקסטע סטאפ אינעם אמשינאוון באן: רבי שמעון שלום מאמשינאוו].
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אדנירם האט געשריבן: היינט אדער מארגן גייט ארויף די נעקסטע קאפיטל [און אייגנטליך די נעקסטע סטאפ אינעם אמשינאוון באן: רבי שמעון שלום מאמשינאוו].


היינט די יארצייט.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

אביסל ענדליך צו דעם איז דא די וואך אין ישמח ישראל

ישמח ישראל.PNG
ישמח ישראל.PNG (148.13 KiB) געזען געווארן 1737 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דריי און צוואנציגסטע קאפיטל:
די אנדערע שושלת אין אמשינאוו - דורך רבי שמעון שלום מאמשינאוו-אטוואצק.[/center]



[center]א ריכטיגע אמשינאווע קינד.[/center]
הרה"ק רבי שמעון שלום אמשינאווער, א יונגערע ברודער פונעם אויבנדערמאנטן רבי יוסף'ל מאמשינאוו (הראשון), איז געבוירן אין אמשינאוו צו זיין גרויסן פאטער, דער צווייטער אמשינאווער רבי - רבי מנחם'ל. אנדערש ווי דער עלטערער ברודער וואס איז געווען אביסל יוצא דופן'דיג אין אמשינאוו, זייענדיג אן עילוי מבהיל, מתמיד עצום, און היבש שארפער, האט דער יונגערער ברודער ארויסגעשטארצט מיט די ריכטיג טיפישע אמשינאווע שטריכן: היימישקייט, הצטנעות, און פשטות אין זיינע באציאונגען מיט די חסידים.

דאס מיינט נישט אז ער איז נישט געזעצן און געלערנט. אדרבה, ער איז דער איינציגסטער רבי לבית אמשינאוו וואס ס'איז געבליבן פון אים לענגערע דברי תורה מיט טיפע געדאנקען, געמישט מיט קבלה, וואו מ'זעט זיין גאונות און טיפע פארשטאנד. ער האט נאר באוויזן מער ארויסצואווייזן די ליבליכע שטריכן פון אמשינאוו, און ער האט טאקע גע'ירש'נט א היבשער טייל חסידים נאכן טאטנס פטירה - כאטש וואס רוב עולם איז ווייטער געפארן קיין אמשינאוו צום עלטערן ברודער ר' יוסף'ל.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא ברכה בת הרה"ק רבי ישעי'לע מפרשיסכא. רבי ישעי'לע איז געווען זיין פעטער, זייענדיג זיין טאטן - רבי מנחם'ל אמשינאווער'ס - ברודער. רבי ישעי'לע איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מפרשיסכא, וועם מ'פלעגט רופן 'רבי מאיר'ל פרשיסכער'. רבי מאיר'ל אליינס איז געווען זיין איידעם'ס שוואגער, זייענדיג אן איידעם ביים ערשטן אמשינאוון רבי'ן רבי יעקב דוד'ל [אזוי איז רבי שמעון שלום אמשינאווער געווארן דריי מאל אן אייניקל פון זיין טאטנס טאטע - רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער], אזוי אויך איז רבי מאיר'ל געווען א רעכטער אור-אייניקל פונעם יוד הקדוש פון פרשיסכא. דארט אין פרשיסכא איז דער פרישער יונגערמאן געשטיגן בתורה ועבודה לערנענדיג אן קיין מניעות, זייענדיג ווייט פונעם אמשינאוון געווירבל.

נאכן טאטנס פטירה בשנת תרע"ח, האבן א חלק חסידים אים אויפגענומען פאר רבי זייענדיג א יונגערמאן פון 35 יאר, און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין אטוואצק - א קור-ארט אין פוילן, בדומה צו מארינבאד/קארלסבאד און קרעניץ - צוליב זיין שוואכע געזונט. זיין נאמען איז שנעל נתפרסם געווארן אין פוילן, און מער און מער מענטשן האבן אנגעהויבן פארן קיין אטוואצק צום רבי שמעון שלום וועם מ'האט גערופן בלשון חיבה 'רבי שימע'לע'. נאך זיין עלטערע ברודער'ס פריצייטיגער פטירה בשנת תרצ"ו, האט ער נאר צובאקומען א פרישע גרויסע עולם וואס האט געזען אין אים א ריכטיגע אמשינאווע דמות.


[center]אלס אמשינאווער רבי אין אטוואצק.[/center]
רבי שמעון שלום איז געווען א ריכטיגער איש האשכולות. ער איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה, גאון בתורת הקבלה, און איבערהויפט - א גרויסער עסקן, כראוי וכיאות פאר די אמשינאווע רביים אנגעהויבן ביים אלטן וואורקער רבי. זיין עסקנות וועט זיך שפעטער ארויסשטעלן אלס הצלה-ברעט פאר די פליטים אין שאנכיי, ביים צווייטן וועלט מלחמה [מער איבער דעם, אין א באזונדערע קאפיטל]. ער איז אויך שנעל באוואוסט געווארן אלס ריכטיגער חכימאי דיהודאי, ביי וועם אידן פון אומעטום פלעגן קומען זיך אדורכרעדן זייערע ביזנעס ענינים, און אפילו פאליטישע ענינים. די וואס פלעגן קומען זיך אדורכרעדן מיט אים פלעגן ארויסגיין נבהל ונשתומם פון זיין טיפע פארשטאנד און ברייטע ידיעות אין יעדן פעלד וואס האבן אפיציעל נישט געהאט קיין שייכות מיט אים דירעקט.

ער האט געהאט א שטראלנדן געזיכט, א שיין געשטאלט, און א פאטריארכאלישע צורה - פון זיינע טיפע דורכדרינגליכע אויגן ביז דער זקן שירד לו על פי מידותיו. נאר פון זען זיין ליכטיגע פנים שוחקות, פלעגן מענטשן נתפעל ווערן בבחינת 'הכרת פניו ענתה בו'. רבי עזריאל גליק משב"ק פון סאטמארער רב האט דערציילט, אז נאך דאס ערשטע מאל וואס סאטמארער רב האט אים געזען נאכן קריג, האט ער זיך אויסגעדריקט: "ביזט א מבין, איך האב אזא שטערן נאך נישט געזען".


[center]די טיפע דורכדרינגליכע אויגן... דאס הייליג געשטאלט...
בילד[/center]

אזויווי עס פאסט פאר אן אמשינאווער רבי, איז די גאנצע הלוך ילך געווען זייער פארשלעפט, און דאס דאווענען פלעגט זיך ענדיגן אזוי נאכמיטאג צייט... אבער דער ביהמ"ד איז אלס געווען פיל מיט חסידים וואס פלעגן באשטיין פון געהויבענען אידן לומדים ורבנים, און האט כסדר געווירבלט מיט מענטשן וואס זענען געקומען באטראכטן דעם רבי'נס עבודה. זיינע תורה'ס זענען געזאגט געווארן מיט אן התלהבות דקדושה [האט איר שוין אמאל בייגעוואוינט וויאזוי דער היינטיגער רבי פון בית וגן זאגט תורה? ס'איז ווערט איינמאל מיטצוהאלטן!], און ער פלעגט אריינברענגען א געוואלדיגע התרוממות ביי די חסידים. פארשטייט זיך, אז ער איז געווען זייער א צוגעלאזענער מענטש און כנוסח אמשינאוו איז ער געווען באפריינדעט מיט זיינע חסידים אויף זייער א נאנטער אופן.


[center]א ריכטיג פארצייטישע רבי [קרעדיט: אייוועלט].
בילד[/center]

אין יאר תרצ"ג האט ער באזוכט ארץ ישראל - צו וואס ער האט אלס געהאט שטארקע געגועים, און האט זיך דארטן אויפגעהאלטן איבער א יאר. פון דעם קורצן זמן איז פארהאן איינער פון זיינע ספרים - טיפע תורות ע"פ קבלה, וואס איינער האט פארשריבן פון זיינע של"ס תורה וכדומה וויילנדיג אין ארץ ישראל. זייט דעמאלס האט ער אלס געוואלט זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אבער לא זכה לכך. נאכן קריג האט זיך דאס ווייטער פארשלעפט, נוסח אמשינאוו, און ווען ער האט שוין ענדליך יא באקומען סערטיפעקאטן איז ער שטארק קראנק געווארן מחוליו אשר ממנו לא קם. אזוי אז בחייו איז לא איסתייעא מילתא. עכ"פ בשנת תרצ"ד האט ער זיך צוריקגעצויגן קיין פוילן, און ביזן קריג האט ער געוואוינט אין אטוואצק.

עס איז כדאי אנצומערקן, אז אזויווי אטוואצק איז געווען דער אפרוה ארט אין פוילן, פלעגן כסדר זיין רבנים און סתם עמך אידן אין אטוואצק, און אזוי זענען געווען אסאך מער מענטשן וואס זענען געקומען 'דערשמעקן' וואס טוט זיך ביים אמשינאוון רבי'ן, און דאס האט צוגעלייגט צו זיין גרויס פרסום. אזוי ווייס איך למשל, אז הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב איז געפארן צו אים [כידוע איז ער געווען אפאר יאר אין אייראפע], און זיין זון הרה"ק רבי משה מרדכי לעלובער האט זיך זאגאר געהאלטן פאר זיינס א חסיד. (אגב, איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז די קשר פון לעלוב מיט אמשינאוו גייט שוין אן זייט די התייסדות פון אמשינאוו עד עצם היום הזה: רבי איציק'ל וואורקער איז געבוירן בברכתו של רבי דוד'ל לעלובער, און איז געווען זיין תלמיד. רבי שמעון נתן נטע לעלובער פלעגט גיין צו רבי שמעון שלום אמשינאווער, און זיין זון רבי משה מרדכי איז גאר געווען א חסיד זיינער. דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון בית וגן האלט זיך פאר א חסיד פון רבי משה מרדכי לעלובער. און כ'ווייס איז רבי דוד'ל לעלובער פון בארא פארק איז געפארן היבש בתורת חסיד צום אמשינאווער רבי פון בית וגן... גלגל חוזר בעולם). אזוי אויך דער מהריי"ץ מליובאוויטש וואס האט געוואוינט בעפארן קריג אין אטוואצק, האט זיך באפריינדעט מיט רבי שמעון שלום אמשינאווער, און שפעטער האבן די ליובאוויטשע 'תומכי תמימים' בחורים וואס זענען אנטלאפן קיין שאנכיי, זיך פארלאזט בכל דבריהם אויף רבי שמעון שלום - ע"פ פקודת רבם הריי"ץ מליובאוויטש.

אבער וויפיל ער איז געווען בארימט מיט זיין צדקות מהולה בפקחות, איז ער אבער אלטוועלטליך נתפרסם געווארן נאכן צווייטן וועלטס קריג, ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שאנכיי, און ער האט געהאט אן עיקר חלק אין ראטעווען אלע אידן וואס זענען אנגעקומען אהין ביים קריג. מער איבער דעם, אין קומענדיגן קאפיטל בעז"ה.


אין קומענדיגן קאפיטל: נדודים בשנות השואה און תקופת 'שאנכיי'.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח ר' שש, קוים געקענט איוסווארטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לאמיר ארויפלייגן אפאר בילדער וואס באלאנגען בעצם אין פריערדיגע קאפיטלען:


תמונת מצבת הרה"ק רבי מנחם'ל אמשינאווער זצ"ל [צווייטער רבי לבית אמשינאוו].
9.jpg
9.jpg (89.61 KiB) געזען געווארן 1704 מאל



הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל ביי א שמחה [פערטער רבי לבית אמשינאוו].
בילד


נאך א בילד ביי זעלבן שמחה.
בילד[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פיר און צוואנציגסטע קאפיטל:
די שתדלנות און חכמה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער בשנות הזעם.[/center]



[center]פון אטוואצק קיין ווילנא.[/center]
ביים אויסברוך פון צווייטן וועלט מלחמה, האט געהערשט א צומישעניש ביים פוילישן אידנטום וואס צו טון ווייטער. מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מ'דארף אנטלויפן, אבער אנדערע האבן געזאגט אז ס'נישטא וואו אהין צו אנטלויפן, און נאכמער - כל הדרכים בחזקת סכנה און ס'איז ענדערש צו בלייבן אינדערהיים. פארשטייט זיך, אז דאס איז געווען א תוצאה פון נישט חלומ'ן צו וואספארא רציחות די דייטשן זענען אומשטאנד. רבי שמעון שלום איז אבער געווען פון די מיעוט וואס האבן געהאלטן אז מ'מוז אנטלויפן אפגעזען ווי שווער ס'איז. און ער איז טאקע שנעל אנטלאפן פון אטוואצק אין די לעצטע רגע, ווען זיין פלומעניק - דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע - רבי איציק'ל, האט ארויפגעטאנצן אויפן וואגאן און איז אזוי ארום געראטעוועט געווארן, און איז אנטלאפן קיין כעלם, וואו ס'איז געווען א שיינע קבוצה אמשינאווע חסידים, און די דייטשן זענען נאכנישט דארטן געווען.

ראש השנה אינדערפרי שנת ת"ש, איז אנגעקומען א ידיעה צו אים אז די דייטשן גייען בקרוב אריינקומען אין שטאט. און אום יו"ט איז ער ווייטער אנטלאפן מיט א פערד און וואגן, טענה'נדיג אז ס'איז פיקוח נפש וואס איז דוחה אלעס. אויפן וועג האט ער אנגעטראפן דער טשעבינער רב זצ"ל וואס איז אויך אנטלאפן מבעוד מועד, און זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט שמועסן איבער די מצב. נאכדעם האט רבי שמעון שלום זיך אויסגעדריקט צופרידענערהייט, אז ער זעט אז ער האט געטון כהוגן וויבאלד דער גאון אדיר מטשעבין האט געטון דאס זעלביגע, און ער האט אויסגעפירט אז אנדערש ווי דער טשעבינער רב וואס האט שוין אספיעט צו בלאזן שופר בעפארן אנטלויפן, איז דאס אבער אים נישט געלונגען, זייענדיג אן אמשינאווער...

למעשה האט זיך דאס איבערגע'חזר'ט אין פארשידענע שטעט, ווי מ'האט באשיינפערליך געזען די אפענע אויגן, בבחינת נביא אדער בבחינת חכם עדיף מנביא, ווי ער איז אנטלאפן כוכ"פ ממש אין די לעצטע רגע בעפאר די נאציס זענען אריין. אסאך מאל האט ער גענומען מאדנע וועגן, אבער צום סוף האט מען געזען אז דורכדעם האט ער פשוט אויסגעקרויזט די דייטשן. זיין לעצטע סטאנציע איז געווען אנטלויפנדיג קיין ווילנא, וואס איז דעמאלס געווען אונטער דער ליטווישער הערשאפט, פאר גאר א קורצע תקופה, ביז די רוסן האבן איבערגענומען קאנטראל אין ווילנא.


[center]ווילנא - דער ערשטער אפשטעל פאר די פליטים.[/center]
אין ווילנא זענען געווען גאר אסאך ישיבות, וואס האבן אהינגעוואגלט פון פארשידענע ישיבות פון פוילן און ליטא. א שטייגער ווי מיר, בריסק, א חלק פון ישיבת חכמי לובלין, תומכי תמימים חב"ד, נאווארדאק, און נאך. צווישן די ראשי ישיבות איז געווען ריזיגע חילוקי דעות וואס צו טון. מאנכע האבן מציע געווען פשוט צו בלייבן, אנדערע האבן מציע געווען צו אנטלויפן, ס'איז נאר נישט געווען וואו אהין צו אנטלויפן.

ביז וואו-וואס-ווען, האבן די רוסן צוריק איבערגענומען קאנטראל איבער ליטא און איר הויפטשטאט ווילנא, און די ספיקות פון די ראשי ישיבות האבן זיך נאר פארגרעסערט. געוויסע האבן מציע געווען צו בלייבן, ווייל די רוסן זענען נישט געקומען מיט קיין אפיציעלער 'להשמיד' פלענער. געוויסע האבן גע'טענה'ט, אז די רוסן זוכן עקירת הדת וגדול המחטיאו יותר מן ההורגו, און מ'דארף זוכן צו אנטלויפן. מאנכע האבן ווידער חושש געווען, אז אויב וועט מען זוכן צו אוועקגיין פון די רוסישע שליטה, וועלן זיך די רוסן רעגן אויף די וואס זענען נישט צופרידן מיטן רוסישן גן עדן, און זיי וועלן סאך מער מעניש זיין [אזויווי זיי האבן טאקע געטון שפעטער, אז די וואס האבן נישט אנגענומען זייער בירגערשאפט איז פארטריבן געווארן קיין סיביר. א זאך וואס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט פאר א הצלה פורתא, דורכדעם וואס די נאציס זענען נישט אנגעקומען אהין, משא"כ די וואס האבן אנגענומען בירגערשאפט זענען ע"פ רוב גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ביי זייער אינוואזיע אויף רוסלאנד]. הקיצור, ס'האט געהערשט א געפערליכע צומישעניש וואס צו טון ווייטער.

אין די אנגעצויגענע צייט, האט ארויסגעשיינט דער דמות פונעם אמשינאוון רבי'ן רבי שמעון שלום. זייענדיג סיי גאר ליבליך, און סיי א באוואוסטער חכימאי דיהודאי, האבן זיך אסאך אידן געקלאמערט ארום אים, פון וועם מ'האט געשעפט חיזוק אין די שווערע זמנים. ער האט געהאט אן אפן שטוב, ווי כל דכפין ייתי ויכול כאטש ער האט אליינס נישט געהאט גענוג, און בעיקר - זיך אנצואווארעמען באורו און זיך מתייעץ זיין מיט דעם אויסגערופענעם פיקח. און א באשרייבונג פון איינער וואס האט מיטגעלעבט דעם ראש השנה תש"א אין ווילנא, דערציילט ער וויאזוי ס'האט אויסגעזען ביים אמשינאווער רבי, וויאזוי די תקיעות זענען אנגעגאנגען שפעט נאכמיטאג נאכן פארשלעפטן אמשינאוון דאווענען, און וויאזוי ער האט אריינגערופן א בעל תוקע מומחה צו זיך פריוואט איבערהערן ל' קולות אלס חשש אויב ער האט נישט געהערט גענוג גוט...

בנוגע פלענער אויף לעתיד האט רבי שמעון שלום געהאלטן, אז מ'דארף זוכן צו אנטלויפן פון סיי וואו אין אייראפע, וואו ער האט געהאלטן אז די ערד ברענט אונטער די פיס. און דאן איז אונטערגעקומען די פלאן פון די וויזעס קיין יאפאן. געוויסע עסקנים האבן ארלעדיגט מיטן יאפאנעזישן קאנסול, צו קענען באקומען וויזעס קיין יאפאן פאר א מינימאלע סכום - וואס איז אויך געווען יותר מכפי יכולתם פון די פארוואגלטע אידן אין ווילנא. אסאך האבן מורא געהאט צו נעמען וויזעס, ווייל דאס וואלט געמיינט אומצופרידנהייט מיטן קאמוניזם וואס שמעקט מיט פארראט, ותוצאותיה מי ישורנה [מ'דארף צולייגן, אז רוסלאנד מיט יאפאן זענען סתם אזוי געווען אויף מעסער שטעך כידוע. נאך פון די צייטן פונעם צאר וואס האט געפירט דעם רוסישן/יאפאנעזישן קריג - וואס די רוסן האבן אגב'דיג פארלוירן]. אבער רבי שמעון שלום איז געווען פון די שטארקע שטיצער'ס פון אהינפארן. היות ער איז געווען א בארימטער עסקן [נאך ביים ערשטן וועלטס קריג איז ער געווען טעטיג אין עסקנות - כמיטב המסורת באמשינאוו, און נאכדעם איז ער געווארן א חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין פוילן], האט ער כסדר געפירט מיטינגען מיט באטרעפנדע בעלי השפעה, אז מ'זאל זען צו אנטלויפן קיין יאפאן. און טאקע א ריזן עולם וואס פלעגט זיך כסדר שואל עצה זיין מיט אים, האבן זיך געראטעוועט דורכן פאלגן זיין הדרכה צו אנטלויפן קיין יאפאן.


[center]דאס הייליג צורה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער זצ"ל:
בילד[/center]

א באזונדערע קאפיטל פארדינט זיין קרעדיט אין ראטעווען די תלמידי ישיבת חכמי לובלין וואס זענען פארוואגלט געווארן קיין ווילנא. היות זיי זענען געווען מנותק פון די הויפטקווארטיר פון לובלין, האבן זיי נישט געהאט קיין רעכטער מענטש וואס זאל זיך אפגעבן מיט זיי, און זיי זענען געווען בחורים'לעך אן קיין קרוב וגואל. דער אמשינאווער רבי האט זיי גענומען אונטער זייערע פליגלען, און געשאפן גרויסע סכומים געלטער זיי אויפצוהאלטן אין ווילנא. שפעטער איז אנגעקומען א גרעסערע סומע פון וואס מ'וואלט געקענט געבן נארמאלע עסן פאר די בחורים, און געוויסע עסקנים פאר די ישיבה האבן געוואלט איינקויפן עסן און קליידונג וכדומה פאר די בחורים, אבער רבי שמעון שלום האט געזאגט אז מ'זאל קויפן וויזעס קיין יאפאן. אסאך האבן זיך גע'טענה'ט מיט אים, אז יאפאן איז נישט קיין זיכערע הצלה און דא דארפן די בחורים ברויט, אבער רבי שמעון שלום האט זיך איינגע'עקשנ'ט אז מ'מוז קויפן וויזעס קיין יאפאן.

א שארפע אנקעדאט האט זיך אפגעשפילט בנוגע די הצלה פון די יח"ל תלמידים, ווען איינער פון די עסקנים האט זיך גע'עקשנ'ט נישט צו קויפן וויזעס קיין יאפאן אויפן חשבון פון עסן וכו', האט רבי שמעון שלום אים געפרעגט צו ער איז מודה אין דעם, אז בזמן שביהמ"ק היה קיים און ס'איז געווען א סנהדרין, האט מען זיי געמוזט פאלגן צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט די ריכטיגע דעת תורה. יענער האט געענטפערט אז אוודאי גלייבט ער דערין. רבי שמעון שלום האט אים ווייטער געפרעגט, צו ער גלייבט אז אפילו בזמנינו איז דא א בחינה פון סנהדרין וואס מ'דארף פאלגן זייערע הוראות, אויף וואס יענער האט ווייטער געענטפערט אז ער גלייבט אין דעם - מיינענדיג די גדולי הדור וואס האבן סייעתא דשמיא אין זייער פסקים. האט רבי שמעון שלום שארף אויסגעפירט: נו, און איך זאג אייך צו קויפן די וויזעס קיין יאפאן!! ווען די עסקנים האבן געזען ווי שטארק ער האלט זיך ביי זיינס, האט מען נאכגעגעבן און געקויפט וויזעס קיין יאפאן. דאס האט זיי שפעטער געראטעוועט דאס לעבן, פשוטו כמשמעו!

פארהאן נאך פארשידענע מעשיות וואס ווערן דערציילט איבער זיין גרויסע כח העסקנות אין ווילנא, צו ראטעווען אידן פון די עווענטועלע נאצישע רוצחים, ואכהמ"ל. אבער דאס איז נאר געווען א מעין הקדמה צום ריכטיגן גולת הכותרת, ווען ער האט געהאט אפשר די גרעסטע טייל אין ראטעווען די צענדליגע טויזענטע פליטים וואס זענען שוין אנגעקומען קיין יאפאן, וואו זיין חכמה און אצילות האבן באזונדער ארויסגעשטארט אפילו צווישן די גרויסע גדולי התורה וואס זענען אהין אנגעקומען. אבער דאס פארדינט א קאפיטל פאר זיך, בעז"ה.


אין קומענדיגן קאפיטל: תקופת יאפאן, וגלות 'שאנכיי'.
פארשפארט