זאכן וואס כ'וויל וויסן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:איך האב געמיינט אז מען קען זיך נישט איינשרייבן דא מיט נעמען פון פרויען??
memberlist.php?mode=viewprofile&u=2705

וויאזוי שרייבט מען זיך איין אן א הודעה אינעם פארשטעלן אשכול?

איך האב עס שוין באמערקט ביי אפאר נייע ניקס, איך מיין אז מען דארף עס שוין נישט טון אלץ א חלק פון די פראצעדור.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'ווייס ס'אפשר א נארישע קשיא, אבער ס'באדערט מיר,
עס איז מיר יעצט נולד געווארן לרגל די באפרייאונג פון יונתן פאלארד (אגב, פארוואס שרייבן די היימישע צייטונגען "דזשאנאטאן"?)

עס איז נישט קיין סוד אז יעדע איינציגע מדינה האט שפיאנען אין אנדערע מדינות פאר פארשידענע גערעכטע און אומגערעכטע צוועקן, כך הוא דרכו של עולם, און עס גייט זיך נישט טוישן עניטיים סאאן,
יעצט ווען איין מדינה כאפט א שפיאן פון די אנדערע זייט און גיט יענעם א הארבן עונש, איז עס היפאקריטסווע בתפארתו, אמער דו טוסט דאך דאס זעלביגע אין יענעמ'ס לאנד, נאר דיין שפיאן האט פשוט מזל אז מען האט אים (נאך) נישט געכאפט, נו וואס איז יענעמ'ס בלוט ווייניגער ווי דיינס?
איך פארשטיי אז יעדע מדינה וויל זיך פראטעקטן, אלזא לדעתי וואלט געווען מער פאסיג ווען מען פארשיקט דעם געכאפטן שפיאן פונעם לאנד אן רשות אריינצוקומען נאכאמאל ווילאנג ער לעבט, און מיט דעם איז מען פטור געווארן פון א שפיאן און די זיכערקייט פון די מדינה איז צוריק 'על מכונו'.
ביי אזא סארט קעיס איז בכלל נישט שייך א "למען ישמעו וייראו" אויסרייד; קודם כל גייט עס ממילא קיינמאל נישט העלפן און די רעגירונג ווייסט דאס גוט, און צווייטענס ווי געשמועסט, טול קורה מבין עיניך, קשוט עצמך.

איך האב א פוינט אדער כ'רעד בכלל נישט צום זאך?

שמעקעדיג: ייש"כ.. דו האסט א שטארקן פוינט. אבער במציאות גייט עס מסתמא קיינמאל נישט געשעהן. ווייל דאס ארעסטירן א שפיאן איז אויכעט א טייל פונ'ם שאך שפיל וואס מדינות שפילון איינער מיט'ן צווייטן. אויב זיי ארעסטירן יעצט דעם שפיאן קענען זיי איהם האלטן פאר א משכון אז ווען זייער'ס א שפיאן ווערט געכאפט קענמען איהם איינטוישן פאר דעם שפיאן פון יענע מדינה וואס זיצט ביי זיי. אמעריקע און רוסלאנד האבן עס זייער א סאך מאל געטון אין די פארגאנגענהייט. נאר דאס אז א שפיאן פון א פריינטליכע מדינה זאלל געכאפט ווערן, איז טאקע א זעלטענע זאך. און לאמיר נישט פארגעסן אז יונתן פאלארד האט געטון זייער א גרויסע עוולה לגבי די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געפעלטשט אין דעם טראסט וואס די אמעריקאנער מיליטער האט איהם געגעבן. א חוץ פון דעם גרויסן שאדן און חילול השם וואס ער האט אנגעמאכט. און דערמיט גורם געווען אן אויפוואכונג פון דעם אור אלטן אנטיסעמיטיזם ביי די גוי'אישע רעגירונגס אנגעשטעלטע. וואס דאס האט גורם געווען אז זיי טראסטן שוין מער נישט קיין שום איד וועלכער האט א הויעכן פאסטן סיי ביים מיליטער און סיי ביי די רעגירונג.
אבער איך וויל מיך שטעלן אויף דיין דרך אגב'דיגע באמערקונג און קשיא. פארוואס די אידישע צייטונגען רופן איהם נישט מיט זיין אמת'ן אידישן נאמען יונתן. נאר דזשאנאטאן. לפענ"ד האט עס צו טון מיט די שיטה פון פאלשן קנאות. און איינער האט מורא אז דער צווייטער וועט איהם ח"ו באשולדיגן אז ער איז נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויב מ'וועט שרייבן .."יונתן" קען נאך איינער עס אפליינען און אויסטייטשן ווי עברית, היל"ת עפ"ל. אבער אויב מ'שרייבט עס מיט די ענגלישע הברה דאמאל איז אלעס פיין און וואויל און דער קאמפאט ביי איונז איז זייער גוט. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטגס שעות מיט געהויבענע געפיהלן. (כדברי הרב הצדיק מקנא קנאת ה' צבא' ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו.)
נ.ב.: כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. און כ'האב געמוזט אריינרוקן די פאר שורות. ייש"כ פאר פארשטיין...!
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

אפשר דערפאר ווייל זיין נאמען איז גאר יהונתן, וועט דאס סיי ווי ניט מדויק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:ששש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך petergrifin »

berlbalaguleh האט געשריבן: און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטגס שעות מיט געהויבענע געפיהלן. (כדברי הרב הצדיק מקנא קנאת ה' צבא' ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו.)
נ.ב.: כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. און כ'האב געמוזט אריינרוקן די פאר שורות. ייש"כ פאר פארשטיין...!

[emoji1] [emoji1] [emoji1] @berlbalaguleh please don't ever change.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרה''ח ר' סענדער באזוכט דיין חלומות אויך? די האסט עפעס געפערליך מיט איהם. ס'איז גארנישט, א צייטונג שרייבער העושה מלאכתו באמונה, בארעדען דער וואס מ'דארף און אויפהייבען דער וואס מ'דארף. ער איז סתם אן 'אשור שבט אפי' געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרה''ח ר' סענדער באזוכט דיין חלומות אויך? די האסט עפעס געפערליך מיט איהם. ס'איז גארנישט, א צייטונג שרייבער העושה מלאכתו באמונה, בארעדען דער וואס מ'דארף און אויפהייבען דער וואס מ'דארף. ער איז סתם אן 'אשור שבט אפי' געווען.

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ניין. איך מיין אז דו האסט איהם נישט געקענט. ער איז געווען א זייער שטארק אינטעלעקטואלער מענטש. אבער אויך א גרויסער היפאקריט. און אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט. ער האט דיר געקענט אויפווייזן באותות ובמופתים אז די זון שיינט אויף אין מערב זייט און גייט אונטער אין מזרח...!
איך האב זייער א סאך געליינט זיינע מאמרים און ארטיקלען...!
א יעדע מאל וואס כ'האב געליינט דער איד אונטער זיין רעדאקציע איז מיין בלוט פרעשור ארויפגעשפרינגען זייער הויעך...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, אבער ער איז שוין טויט צוואנציג יאר און פון דיר פערזענליך האט ער גארנישט גענומען.
ס'איז שוין צייט פארגעסען פון איהם
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, אבער ער איז שוין טויט צוואנציג יאר און פון דיר פערזענליך האט ער גארנישט גענומען.
ס'איז שוין צייט פארגעסען פון איהם

ער האט טאקע נישט גענומען פינאנציעל. אבער ער האט געפערליך געשטאכן מיין הארץ. פארגעס נישט. מיין זיידע איז נישט געווען קיין רומענישער אדער אונגארישער גוי וואס האט זיך געלאזט וואקסן א בארד און האט געגעסן קוגל מיט אלע אידן אין ביהמ"ד. און ווען ער שרייבט מיט שנאה איבער אידן. אלע אידן אויסער זיין אייגענעם קרייז שטעכט עס מיר זייער שטארק ביים הארץ...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אקעי, איך האב נישט דער טרעינינ''ג פאר דעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, אבער ער איז שוין טויט צוואנציג יאר און פון דיר פערזענליך האט ער גארנישט גענומען.
ס'איז שוין צייט פארגעסען פון איהם

לאמיר נישט פארגעסן אז די אימפעקט און השפעה וואס זיין שרייבן האט איבערגעלאזט איז נאכאלץ דא. :(
וויאזוי דען וואלט דער יוד/בלאט אויפגעקומען מיט אזעלכע מינע טיטלען אויף גדולים פון אנדערע קרייזן ווי לדוגמא (בערך בזה הלשון):
דער אזויגערופענער גייסטליכער פירער פונעם ש״ס פארטיי
אויף הגאון מרן עובדיה יוסף זי״ע, און אויף יעדע גדול א אנדערע שאנד-טיטל?
עס איז דאך ממש א גרויל עס צו ליינען און ברוך השם אז בערך זייט תשס״ה קויף איך עס נישט (ביידע פון זיי, ביי מיר זענען זיי איידענטיקל צווילינג), און וויסענדיג פון ווי עס קומט כאפט ממש אן א גרויל אויף אזעלכע פארשוינען/שרייבערס.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שבת אחים האט געשריבן:עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס כ׳האב נאך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע, און איך בין נייגעריג צו וויסן ווי איך קען ליינען מעהר איבער דעם, אויב איינער ווייסט זאל זיך ביטע מעלדן, דאנקע שיינע

די מעשה גייט אזוי בערך:

אין רומעניע איז געוועהן א חשובע איד א גרויסע חסיד פון מיין רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ זצוק״ל (פארגעסן זיין נאמען אבער איך מיין ער האט געהייסן וויזל אדער ווידער)ער איז געוועהן א געוואלדיגע תלמיד חכם און עס איז געוועהן א רעדע אז ער גייט ווערן די אפיציעלע דיין אין וויזניץ, למעשה האט מען אים פאר א סיבה נישט אויפגענומען פאר די פּאָסטן און ער איז געווארן גאר בייז און ער האט שטארק מקנא געוועהן מיין נאנטע קרוב (אוי גילו) ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל וואס איז געוועהן זייער פּאַפּיולער אין וויזניץ און געוועהן די שפיגעלע פונעם אהבת ישראל זצוק״ל כיודיע,

א שטיק צייט האט ער זיך נישט באוויזן אין וויזניץ בכלל און קיינער האט נישט געוואוסט ווי ער איז אהינגעקומען, למעשה האט דער יעניגער געגאנגען וואוינען אין וויען דאכצעך און זיך ל״ע געשמדט און געווארן א גרויסע שרייבער אין א באקאנטע צייטונג און ער האט געגאסן פּעך און שוועבל אויף וויזניץ און אויף חסידים, און ווי אויך האט ער ליידער גע׳מסרט אסאך אידן און אנגעטוהן גרויסע צרות,

אסאך יארן זענען פארביי, מ׳האלט שוין 15 יאר נאכן צווייטן וועלט מלחמה איין וואך שבת אין שיכון וויזניץ אין בני ברק האט זיך אנגעריקט דער איד, און געקומען דאווענען שחרית אין וויזניץ, אינמיטן דאווענען האבן מענטשען אים דערקענט און שנעל געגאנגען זאגן פארן אמרי חיים זצוק״ל אז דער מסור דער משומד איז דא נאך אזויפיל יארן! צום וואונדער פון יעדען האט דער אמרי חיים געהייסן אז מ׳זאל אים נישט צורירן און אים געבעטן ארויף צו קומען אויבנאן אויף מזרח און אים מכבד געוועהן מיט מפטיר און מוסף, מיין טאטע זאגט מיר אז ער געדענקט אז ס׳האט זיך געפערליך געקאכט דעמאלסט אין ביהמ״ד און בערך א האלבע ביהמ״ד איז ארויסגעגאנגען ביי מוסף און נישט געוואלט מיט דאווענען מיט אים אפילו דער רבי האט אים מכבד געוועהן, איינער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ער איז צוגעגאנגען צום א״ח און געשריגן "ער האט אריינגעלייגט מיין טאטע אין תפיסה"

וואס עס געשעהן שפעטער מיט אים ווייס איך נישט, און איך וויל נישט פרעגן מיין טאטען וועגן דעם פאר א פשוטע סיבה, אויב איינער ווייסט מעהר פרטים וועגן אים אדער וועגן די מעשה ביטע זיך נישט שעמען, און בכלל איך בין אינטערסירט צו ליינען וועגן וויזניץ אינדערהיים און וועגן מארימארישע און באקעווינע אידן, למשל די בוך פון הערצל אפּשאן ״בית ישראל״ איז געוועהן גאר אינטערסאנט פאר מיר,

אויב האסטו דאס געמיינט, דא האסטו,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נישט באמערקט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט איך קען עס נישט אזוי קלאר לייענען אויף מיין סעלפאון איך וועל שפעטער עס לייענען אינדערהיים איך בין יעצט ארויסגעגאנגען כאפן א מעריב, :)

א גרויסן ייש״כ הרב [tag]געוואלדיג[/tag]
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]berlbalaguleh[/tag]
ר׳ בערל כהאב אמאל געהערט אז דיין ליבלינג :) סענדער דייטש איז לכתחילה געוועהן א גרויסער ציוני און ער האט נאכן מלחמה געוואוינט אין ארץ ישראל און ער האט געהאט א שילד אויף זיין טיר ״שניך תשבר ועברית תדבר״ און ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען קיין ישראל האט ער זיך צוגעטשעפעט צו אים און געטוישט זיין אידילאגיע צו אנטי ציוני, איז דאס וואר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל כהאב אמאל געהערט אז דיין ליבלינג :) סענדער דייטש איז לכתחילה געוועהן א גרויסער ציוני און ער האט נאכן מלחמה געוואוינט אין ארץ ישראל און ער האט געהאט א שילד אויף זיין טיר ״שניך תשבר ועברית תדבר״ און ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען קיין ישראל האט ער זיך צוגעטשעפעט צו אים און געטוישט זיין אידילאגיע צו אנטי ציוני, איז דאס וואר?

שבת אחים: איך האב אויך געהערט אט דעם סיפור. אבער ס'איז נישט אינגאנצן אמת. ווייל ער האט נאך פון פאר די מלחמה, אלס בחור געהאט א קשר מיט סאטמאר'ע רב. כך שמעתי או קראתי...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אפילו ער האט געקענט סאטמארער רב פונדערהיים איז נישט קיין סתירה אז ער איז געוועהן פארכאפט אין ציונות נאך די מלחמה, און אפשר ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען האט ער זיך צוריקגעכאפט,
איך פרעג נאר בדרך אפשר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

שבת אחים האט געשריבן:נישט באמערקט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט איך קען עס נישט אזוי קלאר לייענען אויף מיין סעלפאון איך וועל שפעטער עס לייענען אינדערהיים איך בין יעצט ארויסגעגאנגען כאפן א מעריב, :)

א גרויסן ייש״כ הרב [tag]געוואלדיג[/tag]

אטד דאווענען אויך מעריב?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

If the Derech is 'Lee avenue via Rodney street' then Staten island is off the derech.
WAAAYY off the derech!
I guess!?
:P
#אביסלדרךארץ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך ווייס נישט וואס אנדערע טוען, מיין מעריב קוקט אויס אביסל אנדערש ווי זיך אריינקוועטשען אין א פארשטינקענע בעיסמענט אויף 53 סטריט, איך גיי מאכן מעדעטאַציע יעדע נאכט און איך connect מיך צו מיר אליינס, איך גיי שפאצירן אין סטעטן איילענד פּארקס און עס איז די פּערפעקט פלאץ פאר דעם!

פארוואס איך טוה עס? ווייל איך האב זייער הנאה פון דעם און איך האב מיך איבערצייגט אז ס׳העלפט מיר!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט צום זאך. דער פארשוין האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגערופען אלס אן אפיקורס,.נישט עפעס ע קלוגע. דער זעלבע מארמערושע פויער, אבער אן אפיקורס צו תורת ה', נישט תורת לאקשן פון ל''י אוועני''ו. ס'קומט זיך מ'זאל זידלען, ניין?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט צום זאך. דער פארשוין האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגערופען אלס אן אפיקורס,.נישט עפעס ע קלוגע. דער זעלבע מארמערושע פויער, אבער אן אפיקורס צו תורת ה', נישט תורת לאקשן פון ל''י אוועני''ו. ס'קומט זיך מ'זאל זידלען, ניין?

:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש

ל ע ב ע ד י ג !!!
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

:like :like :like
שרייב נאר אזעלכע תגובות אלץ מארמארישע פּויער פון ליע עוועניא בין איך מיך מחי׳ מיט דיין שפראך :)

ליטוואק האסט געכאפט א קורצשלוס?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס אנדערע טוען, מיין מעריב קוקט אויס אביסל אנדערש ווי זיך אריינקוועטשען אין א פארשטינקענע בעיסמענט אויף 53 סטריט, איך גיי מאכן מעדעטאַציע יעדע נאכט און איך connect מיך צו מיר אליינס, איך גיי שפאצירן אין סטעטן איילענד פּארקס און עס איז די פּערפעקט פלאץ פאר דעם!

פארוואס איך טוה עס? ווייל איך האב זייער הנאה פון דעם און איך האב מיך איבערצייגט אז ס׳העלפט מיר!

הייסטעס ביסט א פשוטער ברעסלעווער :x
וואס דרייסטו א קאפ מיט אטד?
וירח ה' את ריח הניחוח
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

פארוואס זאגט מען אייער נעכטען. פון ווי נעמט זיך די ווארט אייער? אויך פאר וואס דארף מען זאגען ״אייער נעכטען״ מ׳קען זאגען פלעין ״אייער״
פארשפארט