רבי מנחם מענדל מקאצק - וימי ההסגר
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
רבי מנחם מענדל מקאצק - וימי ההסגר
דער הייליגער רבי מענדעלע פון קוצק איז ווי באוויסט געוועהן איין שטיק 'סוד', אלעס ארום איהם איז געוועהן ארום גענומען מיט א זעלטענע שלייער פון מיסק און מיסטעריע, אלעס דארט ביי איהם איז געוועהן פארהוילען אין א שטימע באהאלטענקייט. נאך אין די צייטען וואס ער פלעגט זיך נאך יא באווייזען און ארויס קומען צו זיינע חסידים איז צורת קדשו בכלל ועיניו הטהורים בפרט געוועהן ווי איינער וואס וויל זיך דארט בכלל נישט געפונען, אבער דער טרייסט פאר די חסידים איז געוועהן אז דער רבי איז משפיע פאר זיי פון אור תורתו תהליכות דרכו בקודש.
אבער ווען דער 'ימי ההסגר' האט זיך אנגעהויבען, און דערנאך האט זיך דאס געשלעפט פאר וואכען, און פון וואכען צו חדשים, פון חדשים צו יארען, פון יארען צו נאך יארען, אזוי האט דאס אנגעשלאסענקייט אנגעהאלטן פאר א קיימא לן פון איבער צוואנציג יאר. דער גאנצע פרשה איז ארום גענומען מיט א שטארק טינקעלע נעפל, פונקט אזוי ווי די קוצקער חסידים בשעת די 'שנות ימי ההסגר' וואס דאס האט געמיינט אויף זיי, ווי אזוי דאס האט געווירקט אויף זיי און אויף די בני בית, און אויף דער גאנצע שטוב פונעם רבי בפרט.
*
די ערשטע זיבן יאר פון זיי איינזאם אליינס זיצענדיק אריין געשפארט אין זיין צוממער, וואס ער האט געטוהן דארט אינעווייניג אזוי לאנג וועט מען קיינמאל נישט וויסען, בבחינת במופלא ממך אל תתדרוש. דאס האט זה לעומת זה געברענגט אויף איהם א שטארקע עצבות, וואס האט זיך אלץ געטוהן פארשטערקערן מער און מער. ווי א לייב וואס איז איינגעשפארט אין שטייג "חיה גועש וסוער". ער האט קיינעם נישט געשוינט, צו אריין זאגען אויף וואס עס זאל נאר נישט זיין.
נאך א געוויסע תקופה, ווען דער רוגזא האט זיך אביסעל אנגעשטילט, איז ער מער אריין געפאלען אין א שטארקע עצבות. ס'דא וואס זאגען ווייל ער האט זיך אליינס געלאזט זיך איינרעדן אז זיינע חסידים הייבען אן אוועק צו גיין צו אנדערע. א שטיקעל אמת איז דא אין דעם אבער דאס איז געוועהן ביים איזביצער אבער דער הנהגה פון דער דער 'מי השילוח' האט זיך אנגעהויבען ערשט אסאך יארן שפעטער, און אוודאי נישט אין די ערשטע צער לכל הפחות פון ווען דער 'ימי ההסגר' האט זיך אנגעהויבען.
על כל פנים דער הייליגער קוצק'ער האט געהאלטן אז זיינע חסידים זענען פארפרוירען געווארען, און זיי זענען נישט גענונג מעורר זייער געדאנקענ-גאנג לחשבות ולמעשים. ס'זייער שווער, אבער צו פארשטיין די מאדענע פירונג פון דער קוצק'ער, זיינע ווערטלעך וואס זענען געוועהן שפוציג און בייסיג, מיט דעם אלעם קיינער זאל נישט פארדרייען דער געשיכטע, ווייל מיט זיין איינזאמקייט האט מען נאך אלץ געקענט זעהן אויף איהם זיינע פרעזענטליכע גרויסע כאראקטער, זיין זעלבסשטענדיקייט פון קדושה.
המשך יבא אי"ה

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המשך ב'
אין שווערסטע און אבסוריטע מינוטין האט דער הייליגע קוצק'ער ווייטער חוקר ודורש געוועהן ווי ער האלט דא אויף דער וועלט, אנצוקומען צום אמת'דיגע תכלית, זיינע חקירות האט ער געשניטן מיט גאר א עקסטרעמע שארפע מעסער. ווי זיין דרך איז געוועהן בכלל אז דארט ווי ער איז אנגעקומען איז ער כסדר געבליבען, ער האט קיינמאל נישט צוריק געטרויטען פון א באשלוס וואס ער האט געמאכט. אפילו ווען אנדערע האבן איהם באוויגען, האט ער נישט חס געוועהן אויף קיינעם, זיך נישט געשעמהט אדער דערשראקען.
ס'איז כדי מעתיק צו זיין, אראפ ברענגען א קיצוניות'דיגע 'ווארט' פון דער הייליגע קוצק'ער וואס דאס שפיגעלט אפ זיין פרעזענטליכע הילוך המחשבה. רבי מענדיל מקוצק האט מפליג געוועהן בשבחו פון פרעה מלך מצרים אז פרעה זעלבסט האט זיך שטארק געמאכט זיין הארץ, און ער איז געבליבען אייזן שטארק על דעתו עד הסוף... לויט דער הייליגע קוצק'ער וואלט א צווייטע מענטש זיך שוין גלייך אינטער געגעבען אפילו נאר פון איינע פון די עשר מכות, אבער פרעה זלעבסט - האט דער קוצק'ער מסביר געוועהן - האט געוויזען פאר יעדעם איינעם אז ער איז א אמת'ע שולט על דעתו, "פרעה לקה בכמה מיני מכות ולא זע ולא חת ונשאר בר נש".
דאס לעבן זיינער איז געוועהן א טראגעדיע, דער לעבן פון זיין איינזאמקיין און פון זיין עלענד אליינס. יעדעס 'ווארט' וואס ער האט ארויס געזאגט פון זיין מויל דוראויס דער ימי ההסגר זאגט עדות אויף די חבלי נפש און די יסורים וואס ער גייט אדורך. דער פסוק זאגט "יוסיף דעת יוסיף מכאוב" - האט דער קוצק'ער געטייטשט אז שטענדיק דארף א מענטש 'להוסיף דעת', אפילו דאס איז 'מוסיף מכאוב'.
*
ס'איז כדי מעתיק צו זיין, אראפ ברענגען א קיצוניות'דיגע 'ווארט' פון דער הייליגע קוצק'ער וואס דאס שפיגעלט אפ זיין פרעזענטליכע הילוך המחשבה. רבי מענדיל מקוצק האט מפליג געוועהן בשבחו פון פרעה מלך מצרים אז פרעה זעלבסט האט זיך שטארק געמאכט זיין הארץ, און ער איז געבליבען אייזן שטארק על דעתו עד הסוף... לויט דער הייליגע קוצק'ער וואלט א צווייטע מענטש זיך שוין גלייך אינטער געגעבען אפילו נאר פון איינע פון די עשר מכות, אבער פרעה זלעבסט - האט דער קוצק'ער מסביר געוועהן - האט געוויזען פאר יעדעם איינעם אז ער איז א אמת'ע שולט על דעתו, "פרעה לקה בכמה מיני מכות ולא זע ולא חת ונשאר בר נש".
דאס לעבן זיינער איז געוועהן א טראגעדיע, דער לעבן פון זיין איינזאמקיין און פון זיין עלענד אליינס. יעדעס 'ווארט' וואס ער האט ארויס געזאגט פון זיין מויל דוראויס דער ימי ההסגר זאגט עדות אויף די חבלי נפש און די יסורים וואס ער גייט אדורך. דער פסוק זאגט "יוסיף דעת יוסיף מכאוב" - האט דער קוצק'ער געטייטשט אז שטענדיק דארף א מענטש 'להוסיף דעת', אפילו דאס איז 'מוסיף מכאוב'.
*
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המשך ג'
נאך זיבען יאר פון זיין אין א מלחמה מיטן זיך אליינס, א אינערליכע קריג פון זיין פארקראכען אין זיין אייגענע פנימיות. האט זיך דער הייליגער קוצק'ער זיך אינגאנצען אריין געשפארט פאר נאך גאנצע דרייצען יאר. אין די ערשטע זיבען יאר איז ער נאך ארויס געקומען עטליכע מאל א חודש, טאקע פאר גאר קורצע מינוטין אדער עטוואס לענגער, אזוי אויך איז געוועהן טעג וואס ער האט אפילו אויף גענומען ממש פאר א קורצע צייט, אבער אנדערש איז געוועהן דער קומענדיגע דרייצען יאר, וואס איינמאהל דער נייע תקופה האט זיך אנגעהויבען איז דער שינוי געוועהן גאר בולט, ווייל מער איז ער שוין בכלל נישט געוועהן ארויס געקומען, נאר און בלויז איין מאל יאר, דאס איז געוועהן מדאי שנה בשנה ערב פסח, ער איז ארויס געקומען פון זיין אייגענע תפיסה דאס איין מאל זיך צו קענען וואשן און זיך צוגרייטען לכבוד יום טוב.
זיין עסן איז געוועהן גאר ווייניג און אזוי אויך דאס טרינקען, איבריג צו זאגען אז עס זענען געוועהן צייטן וואס אין זיי האט ער כמעט גענצליך געפאסט. איינער פון זיינע אייניקלעך א צוועלף יעריגע מיידעל פלעגט איהם צו ברענגען זיין מאלצייט פאר דער גאנצע טאג, וואס איר אינהאלט איז געוועהן עטליכע מיני משקאות ווי וויין וכדומה. ביינאכט האט זי געברענגט א פארגליווערטע זופ און פלייש צו שניטן אויף קליינע שטיקלעך. דאס איז געוועהן מדאי יום ביומו פאר גאנצע דרייצען יאר.
דער סדר איז געוועהן זי האט עס אראפ געלייגט ביים טיר, געגעבען א קלאפ, זי האט נישט געטארט אוועק גיין פון דארט ביז ער עפענט אויף די טיר, געווענטליך פלעגט ער טאקע באלד צו עפענען די טיר און איר נישט געלאזט ווארטן, דאן האט ער גענומען די טעללער צו זיך אין זיין צוממער. (ס'דא וואס זאגען אלץ בשר שנתעלם מן העין האט נישט געלאזט דער טעללער זאל דארט זיין אליינס, אפילו עס איז געוועהן ביי זיך אינדערהיים). שפעטער האט ער זיך שוין נישט געלאזט באדינען דורך איר, געווענטליך איז עס געוועהן מיידלעך אייניקלעך וואס האבען איהם געברענגט די עסן, אויב איז פונקט נישט געוועהן קיין אייניקעל דאן א שנור אדער א טאכטער, לפעמים אפילו א משרתת, אבער א מאן'ס פערשוין נישט, דאס עסן ברענגען האט געדארפט זיין דורך א מיידעל/פרוי דוקא.
*
פאר קיין מענטש איז נישט געגעבען געווארען רשות אריין צו גיין צו איהם, כי כן צוה המלך, יהי' מי שיהי', אמאל אמאל האט זיך געמאכט עפעס א יוצא מן הכלל, אויך ווען דאס איז געוועהן פארבינדען מיט עפעס גאר חשוב אדער וויכטיג, נאר דעמאלס האט ער אבער אויך קוים אריין געלאזט עטליכע פון זיינע גאר נאהנטע מקורבים.
דורך די דרייצען יאר האט זיך געקענט מאכען א פלוצלינג זאל ער קענען געבען א קום ארויס, דאס מיינט נישט ארויס גיין אינדרויסען, נאר פון זיין צוממער צום בית מדרש'ל, ווען ער האט אמאל א יובל געמאכט דעם פלוצלינגדיגע איבעראשונג, האט ער געשריגען בקולי קולות אויף די וואס זענען דארט געזעצן, אמאל האט ער געקענט אפילו דערלאנגען געזונטע פעטש און קלעפ, ביי אזעלעכע פעלער פלעגט טאקע זיין גרויסע תלמיד דער חידושי הרי"ם מיטן הילף פון רבי דוד'ל - א זוהן פונעם קוצק'ער - ארויסשלעפען דער קוצק'ער און איהם צוריק אריין פירען צו זיין צוממער, ווי ער איז דערנאך ארום געלאפען ווי א פאר'סמ'טע מייז, און זיין שרייעריי האט זיך געקענט הערען ווי דער ברומען פון א געפאנגענע לייב.
ס'האט זיך אויך געמאכט אמאל אז דער גרויסע צדיק רבי יחיאל מאיר פון גוסטנין האט גענומען דער קוצק'ער אויף זיינע אקסלען, כדי איהם צוריק צו פירען און פארשפארט דער טיר.
ווען אזעלעכע אומשטענדן האבען זיך געמאכט און מ'האט איהם געדארפט צוריק אריין פירען צו זיין חדר מיוחד, פלעגט דערנאך זיין יונגע פרוי, זיינע צווייטע זיווג וואס איז געוועהן אסאך יארן יונגער ווי איהם, פלעגט זי אריין גיין צו איהם און צוממער, צוגעשפארטעהייט, איהם שטיל מאכען און בארואיגען.
זיין עסן איז געוועהן גאר ווייניג און אזוי אויך דאס טרינקען, איבריג צו זאגען אז עס זענען געוועהן צייטן וואס אין זיי האט ער כמעט גענצליך געפאסט. איינער פון זיינע אייניקלעך א צוועלף יעריגע מיידעל פלעגט איהם צו ברענגען זיין מאלצייט פאר דער גאנצע טאג, וואס איר אינהאלט איז געוועהן עטליכע מיני משקאות ווי וויין וכדומה. ביינאכט האט זי געברענגט א פארגליווערטע זופ און פלייש צו שניטן אויף קליינע שטיקלעך. דאס איז געוועהן מדאי יום ביומו פאר גאנצע דרייצען יאר.
דער סדר איז געוועהן זי האט עס אראפ געלייגט ביים טיר, געגעבען א קלאפ, זי האט נישט געטארט אוועק גיין פון דארט ביז ער עפענט אויף די טיר, געווענטליך פלעגט ער טאקע באלד צו עפענען די טיר און איר נישט געלאזט ווארטן, דאן האט ער גענומען די טעללער צו זיך אין זיין צוממער. (ס'דא וואס זאגען אלץ בשר שנתעלם מן העין האט נישט געלאזט דער טעללער זאל דארט זיין אליינס, אפילו עס איז געוועהן ביי זיך אינדערהיים). שפעטער האט ער זיך שוין נישט געלאזט באדינען דורך איר, געווענטליך איז עס געוועהן מיידלעך אייניקלעך וואס האבען איהם געברענגט די עסן, אויב איז פונקט נישט געוועהן קיין אייניקעל דאן א שנור אדער א טאכטער, לפעמים אפילו א משרתת, אבער א מאן'ס פערשוין נישט, דאס עסן ברענגען האט געדארפט זיין דורך א מיידעל/פרוי דוקא.
*
פאר קיין מענטש איז נישט געגעבען געווארען רשות אריין צו גיין צו איהם, כי כן צוה המלך, יהי' מי שיהי', אמאל אמאל האט זיך געמאכט עפעס א יוצא מן הכלל, אויך ווען דאס איז געוועהן פארבינדען מיט עפעס גאר חשוב אדער וויכטיג, נאר דעמאלס האט ער אבער אויך קוים אריין געלאזט עטליכע פון זיינע גאר נאהנטע מקורבים.
דורך די דרייצען יאר האט זיך געקענט מאכען א פלוצלינג זאל ער קענען געבען א קום ארויס, דאס מיינט נישט ארויס גיין אינדרויסען, נאר פון זיין צוממער צום בית מדרש'ל, ווען ער האט אמאל א יובל געמאכט דעם פלוצלינגדיגע איבעראשונג, האט ער געשריגען בקולי קולות אויף די וואס זענען דארט געזעצן, אמאל האט ער געקענט אפילו דערלאנגען געזונטע פעטש און קלעפ, ביי אזעלעכע פעלער פלעגט טאקע זיין גרויסע תלמיד דער חידושי הרי"ם מיטן הילף פון רבי דוד'ל - א זוהן פונעם קוצק'ער - ארויסשלעפען דער קוצק'ער און איהם צוריק אריין פירען צו זיין צוממער, ווי ער איז דערנאך ארום געלאפען ווי א פאר'סמ'טע מייז, און זיין שרייעריי האט זיך געקענט הערען ווי דער ברומען פון א געפאנגענע לייב.
ס'האט זיך אויך געמאכט אמאל אז דער גרויסע צדיק רבי יחיאל מאיר פון גוסטנין האט גענומען דער קוצק'ער אויף זיינע אקסלען, כדי איהם צוריק צו פירען און פארשפארט דער טיר.
ווען אזעלעכע אומשטענדן האבען זיך געמאכט און מ'האט איהם געדארפט צוריק אריין פירען צו זיין חדר מיוחד, פלעגט דערנאך זיין יונגע פרוי, זיינע צווייטע זיווג וואס איז געוועהן אסאך יארן יונגער ווי איהם, פלעגט זי אריין גיין צו איהם און צוממער, צוגעשפארטעהייט, איהם שטיל מאכען און בארואיגען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המשך ד'
ווייניג מאל האט זיך געמאכט א 'עת רצון' ביים הייליגען רבי ר' מענדל פון קוצק, אבער פון די עטליכע מאל עס האט שוין יא געטראפען אזא שעת הכושר האט ער געקענט רעדן און שמועסן מיט זיינע גאר נאהנטע מקורבים, און אזא עידן חדותא האט ער גערעדט בנחת ובשלוה און אמאל האט ער זיך אפילו ערלויבט צו שמייכעלן אביסעל.
עס זענען געוועהן געוויסע שבתים און יאר וואס ער האט אפילו געזאגט 'תורה' אבער בלויז נאר פאר רבנים און פאר די ספעציעלע חסידים ואנשי מעשה, און דאס איז געוועהן מיט גרויסע שטרענגהייט, אך און פאר איז געוועהן ווען ער האט באמערקט איינער וואס ער האט נישט געגעבען דער רשות השמיעה.
צו פארשטיין ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, דארף מען וויסען אז עס זענען געוועהן צוויי פאהר פענסטערס (דאס מיינט צוויי פענסטערס וואס יעדער פענסטער איז געוועהן צו טיילט אין צוויי) ביים וואנט וואס האט צוטיילט דעם חדר המיוחד און דאס בית מדרש'ל. דער גאנצע וואך זענען די פענסטערס געוועהן פארמאכט און פארשלאסען. שבת קודש און ימים טובים האט מען געפענט איין זוג פון פענסטערס וואס דורך זיי האט דער קוצק'ער געהערט חזרת הש"ץ, קריאת התורה, קדישים וכו'. ביי גאר אויסנאמע פעלער האט דער רבי אויך געקענט אריין בליקן צום בית מדרש'ל פאר עטליכע לאנגע סעקודעס.
שבת קודש, האבן זיינע אייניקלעך - בלויז די יונגערע – זיך נוהג געוועהן אריין צו גיין אין זיין צוממער, און דער הייליגע זיידע פלעגט זיי פארהערען אויף זייערע לימודים וואס זיי האבען געלערנט במשך דער גאנצע וואך. נאכדעם האט ער געטיילט פאר זיי 'פירות שבת', בשעת דער פארהער צייט פלעגט ער זייער שטארק הנאה האבען, אדרבה ער פלעגט ווארטן דערויף ווען דער פארהער צייט זאל ווידער אפיר קומען. דאס פלעגט אין איהם אריין געבען א געוואלדיגע חיות.
*
יא, פון דער שוואכע פעסטונג, האט דער הייליגער רבי מענדיל פון קוצקער גוט אריין געקוקט אין זיין צובראכענע נפש, וואס האט געזוכט א תיקון און א אמת'ע תכלית. דאס אלעס איז געוועהן באהאלטן אונטער א גאר מאדענע התנהגות און ציטערדיגע הויעכע געשרייען.
ועוד לדלות ולהשקות, אי"ה

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המשך ה'
דאס שטיבעל אין וואס דער הייליגער רבי מנחם מענדל מקאצק האט זיך געהאט אריין געשפארט, האט אנגעהויבען צו ווערן שטארק נאך געלאזט, ערגער און ערגער, און אויף גאר א שרעקליכע אופן. שטויב האט זיך געהאלטן און איין אנזאמלען, אזוי אויף שפין-געוועבעכטס האן געהאנגען פון ווי עס האט זיך נאר געלאזט, קריעכנדיגע מאוריטשקעס זענען ארום געקראכען פראנק און פריי אן קיין שטער.
חסידים וואס האבען צוגעזעהן דעם שרעקליכע האבען נישט געקענט צו זיל קומען. די רייכע חסידים האבען פרובירט אלע מיטלען. געוועהן אמאל ווען דער רבי איז אמאל געגעבען א לויף ארויס פון זיין צוממער, האבען עטליכע זיך געגעבען א כאפ אריין און שנעל געגעבען דעם חדר מיוחד א ריין מיט א וואש לפי הערך.
אין די ערשטע צייטען ווען עס נאך געוועהן מער מעגליכקייטן, האט מען מיט די הילף פון נדבת עשירים גאר מהפך געוועהן דעם רבי'ס צוממער ווי א 'פאלאץ', איבער געפארבט די ווענט, הערליך אויס שטופירט, מיט זיידענע סחורות ארום די פענסטערס, גאלדענע הענג לייכטער, מט א ספרים שאנק פון טייער האלץ, אא"וו. אבער צו זייער שטוינונג האט דאס דער רבי אלעס פארטיילט צו ארימעלייט, עס איז פשוט געוועהן אינגאנצען איבריג דער גאנצע איבערבוי.
דער חדר האט אנגעהויבען צו באקומען שטיקעל אומבא'טעמ'טע שמעק, עד כדי כך אז אפילו מייז האבן אנגעהויבען ארום צו לויפען, וואס מיט דער צייט זענען די קליינע בעל חי געווארען געזונטע מחוצפים ווען זיי האבען געזעהן שהותרה הרצועה, און דער בעל הבית איז גאנץ באקוועם מיט זיי.
ס'דא וואס טרייבען איבער מיט גוזמאות איבער דער צושטאנד פון דעם חדר, כאילו דער ריח העיפוש איז אויך געקומען פון וכו' וכו'. אבער דאס מוז זיין א אויף געבלאזענע שקר, ווייל אויב יא וואלט דער הייליגער קאצקעק נישט געקענט דארט מאכען א ברכה.
רוב ספרים וואס שרייבען אדער דערמאנען דעם 'ימי ההסגר' פון דער הייליגער קאצקער, זענען מוחה בכל התוקף אנטקעגען דעם, כאילו דער רבי האט זיך אריין געשפארט אין א קליינע ענקע צוממער, און אז עס איז איהם בכלל נישט אנגעגאנגען אז מ'זאל עס רייניגען פון צייט צו צייט.אדרבה אז דער צוממער ווי דער רבי איז געוועהן איז בכלל נישט געוועהן אזוי קליין, נאר א ברייטע שיינע גרויסע שטוב, וואס פון יענע שטוב האט מען געקענט אריין גיין צו נאך א שטוב, וואס דער צווייטע שטוב האט דער קאצק'ער גענוצט פאר א שלאף-שטוב.
קען אבער זיין, אז ביידע זענען גערעכט, ווייל דער ימי ההסגר האט געהאט פארשידענע עליות וירידות, תקופות ככה ותקופות ככה. ממילא אמאל איז עס טאקע געווען שטארק נאך געלאזט שמוציג און מוסטיג און אין אנדערע תקופות איז עס טאקע געוועהן הערליך באצירט און זויבער ריין. און אוודאי האט דאס געהאט שייכות אין דער גיסטרא אין וואס דער הייליגע קאצקער איז געוועהן.

- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: רבי מנחם מענדל מקאצק - וימי ההסגר
איך וויל איבערפרעגען וואס זענען דיינע מקורות?
I can't believe I just said that...
I can't believe I just said that...
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המשך ו'
אז מ'קוקט אריין אין פארשידענע ספרים וואס שרייבען פון קאצק קען מען ארויס האבען א פונקט פארקערטע בילד, אז דער הייליגער קאצק'ער איז יא דעוועהן אויף צו די מורעות הזמן, נייעס, פאליטיק און וועלטליכע געשעהנישען, און טאקע דוקא אין דער צייט פון זיי הסגר ופרישות.
לדוגמא, אין דער צייט פון דער צער ניקעלייא דער ערשטע, ווען דער רוסישע מלוכה האט אנגעהויבען צו נעמען אידין צו דינען אין דער מיליטער, האבען זיך די משכילים שטארק דערפרייט דערצו, ווייל זיי האבען געזעהן אין דעם א טריט פאראויס צו גלייך זעלבסטשטענדיק מיט אלע אנדערע בירגערס פון לאנד, וואס אזא זאך איז זיי געגענגען בנפשם.
דער הייליגער קאצקער האט אבער געהאלטן פארשטייט זיך פונקט דאס פארקערטע, ער האט דאן געטייטשט דעם פסוק "כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם", אז דער ווילאנג די אידן געפונען זיך נישט אין ארץ ישראל, איז אסאך בעסער פאר זיי צו זיין ווי גרים, און נישט קיין גאנצע בירגער, גלייך ווי די גוים.
לעומת זה האט הגאון מטשעכענאוו און דער חידושי הרי"ם ארויס מיט א שטארקע קול קורא אז מ'דארף זיך מוסר נפש צו זיין כדי מ'זאל נישט קענען צו קומען עובר צו זיין דעם איסור פון שינוי לבוש. דער קאצק'ער האט מגיב געוועהן דערויף מוט זיין שארפקייט אז דאס איז בכלל נישט קיין "יהרג ואל יעבור", און אנשטאט די צוויי גדולים זאלן מחמיר זיין אזוי שטארק איז בעסער ווען זיי וואלטן מפשיע געוועהן אויף כלל ישראל כדי מקרב צו זיין די גאולה.
טיף אין זיין ימי ההסגר ומשבר, און אין יענע מלחמה, האט דער קאצק'ער געזאגט עתידות אז רוסלאנד וועט האבן א מפלה, ווען די מלחמה האט זיך טאקע געענדיקט מיט א גרויסע דורכפאל פאר רוסלאנד, און אסאך אידישע זעלנער זענען געווארען באפרייט, אינציוושען זיי אסאך פון די "פארכאפטער בחורים", איז עס געוועהן דער רבי'ס שוועגערין, דער ווייב פון דער חידושי הרי"ם וועלעכע האט איהם איבערגעגעבען דעם בשורה טובה כדי איהם משמח צו זיין.
*
אויף דאס מדות הסבלנות פון דער קאצק'ער, כאטש ער האט געהאט א ברענענדיגע נאטור, איז מעיד דער עובדא אז ער האט געגעבען א הסכמה אויף א ספר וואס א געוויסע תלמיד חכם האט פארפאסט, כאטש דאס אז ער האט נישט געהערט צו חסידות. דער מחבר איז געוועהן הרב אליעזר פערלמוטער, וואס האט געדינט אלץ חזן אין דער לאדזש'ער שוהל, העכער דער הסכמה פאר דעם ספר "אבן משה" האט הרב פערלמוטער געשריבען: "הסכמה, כבוד כקש"ת אדמו"ר הגאון הגדול החסיד המפורסם תפ"י בוצינא קדישא מרנא ורבנו הר"ר מנם מענדל שליט"א".

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: רבי מנחם מענדל מקאצק - וימי ההסגר
ס'פאלט דיר ביי? סתם מוציא שם רע אויף א איד
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)