רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט אין די אינטרעסאנטע פאקט פון נושרים/או.טי.די.ס/גליטשנדיגע פונעם סיסטעם, וויפיל די אדמורי"ם האבן שוין בייגעשטייערט דערצו?!
לאמיר מאכן א קורצע רשימה, כאטש מיינע ידיעות איבער דעם זענען באגרעניצט:
דער ברך משה מ'סאטמאר האט צוגעשטעלט אן אור אייניקל [מייזליש].
דער וויזניצער רבי האט דאכצעך צוגעשטעלט אן אייניקל.
דער סקווירער רבי האט צוגעשטעלט אן אייניקל [אויך א ברסלב'ע אייניקל].
דער אלטער פאלטיטשאנער האט צוגעשטעלט צוויי אייניקלעך [שטיין און טווערסקי].
אפילו צוריקגייענדיג האבן רבי'ס צוגעשטעלט אסאך אפגעפארענע:
דער אהבת ישראל מ'וויזניץ האט צוגעשטעלט טעכטער.
רבי ישכר דוב מ'בעלזא האט צוגעשטעלט א טאכטער [סערעטע רביצין].
דער מקור ברוך מ'סערט האט צוגעשטעלט א זון [מיכלע חלוץ].
דער באר מים חיים האט צוגעשטעלט א זון.
דער בעל התניא האט צוגעשטעלט א זון.
און נאך אסאך וואס כ'האב כרגע פארגעסן.
מאידך גיסא, נעם אזעלכע חסיד'ישע און ליטווישע גדולים, א שטייגער ווי:
הרב שך
רבי מאטל זילבער
רבי יצחק הוטנער
דער סטייפלער
רבי בנימין אייזנבערגער
הרב קלוגער
הרב וואזנער
רבי ישראל דוד שלעזינגער
רבי חיים קרייזווירטה
א.א.וו.
לפלא אז זיי אלע קומען נישט פון קיין חשוב'ע בעקראונד, און זייענדיג פשוטע קינדער זענען זיי אויסגעשטיגן צו זיין מנהיגים - איינער מער און איינער ווייניגער.
נאכמער, און די זעלבע צייט וואס אידן האבן באוויזן צו מחנך זיין די קינדער גענוג גוט אז זיי זאלן נישט אפפארן, זענען די רבי'שע קינדער יא אפגעפארן. זאת ועוד, אז זיי האבן טעכניש געהאט א באקוועמע לעבן אונטערן פאטער/זיידע'ס פארטוך, און אעפ"כ האבן זיי בועט געווען.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אין מיינע אויגן איז דאס סתם פוסטע השערות אן קיין שום האפט.
כ'האב מורא אז אדנירם'ס טעות נעמט זיך פון דעם וואס ער שאצט אונטער די פראצענט רבי'לעך און בנש"ק'לעך. יעדער וואס זיין זיידע האט נאר בימים ההם ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף איז היינט א סטראקעס איד מיט א מחילה גדולה. אט אזוי, יעדער שלעפער פארמאגט לפחות א דאזען נאכשלעפער.
פון יעדן רבי וואס דו רעכנסט אויס איז לכאורה דא פראפארציענאל אזויפיל נושרים צווישן זיינע אייגענע חסידים. ווייטער איז דא רביים וואס ווי גרויס זייער פוסטקייט זאל נישט זיין ווייס איך נישט פון קיין אפגעפארענע (וואטעווער דאס מיינט) צווישן צאצאיו וצאצאי צאצאותיו.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
אן נעמען א צד און אדנירם׳ס הנחה, נאר צו צולייגן א בויך סברה
ויבואו המתעמקים ויתעמקו
עס איז באקאנט די משל פון די פריערדיגע, די נפק״מ צווישן דער בן כפר אינעם בן מלך, פארן בן מלך האט מען געגעבן איידעלע מעדעצין, און פארן בן כפר מער גרעבערע מעדעצין.
בערך דאס קען מען זאגן איז די נפק״מ צווישן די רבישע קינדער און די אנדערע.
ודו״ק היטב

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
עס וואלט אפשר געווען כדאי אראפ צו ברענגן ווי אזוי רבי'ס צדיקים וכו' האבן זיך אויפגעפירט כלפי זייער שוואכע קינדער
אבער לעצם ענין זאגסטו דא אז די האלסט אז רבי'שע קינדער זענען עפעס מער ווי עמך אידן על כן וויל איך דיר מודע זיין אז ניין עס איז גענוי ווי אלעמען זיי האבן גוטע קינדער און אויך שוואכע קינדער גארנישט אנדערש ווי ביי יעדער איד איך האב מורא אז די האסט נאך ריספעקט פאר זיי אז די האסט עס בכלל באמערקט אז עס איז דא ביי זיי אויך נושרים
Sent from my LG-P659 using Tapatalk

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
יהושע חיים האט געשריבן:עס וואלט אפשר געווען כדאי אראפ צו ברענגן ווי אזוי רבי'ס צדיקים וכו' האבן זיך אויפגעפירט כלפי זייער שוואכע קינדער
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
דער באר מיים חיים האט זיך זייער אפגעגעבן מיט זיין זוהן און איהם שטארק מקרב געווען, און דאס אויך גענוצט אלס א לימוד זכות אויף כלל ישראל, ער פלעגט זאגן צו השי"ת קוק אויף מיר וואס כאטש מיין זוהן פארשאפט מיר אזוי פיל צער בין איך איהם מקרב און איך גיב איהם אלע זיינע הצטרכיות, זאלסטו טאטע אין הימל אויך אזוי טוהן מיט אונז.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
בעל התניא אויב איך געדענק גוט האט פארגעסן פון דער קינד אבער געבליבן מחותנים מיט זיין שווער עפעס אזוי
מהר"מ מרוטנבורג איז געזעצן שבעה נאך זיין זון
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
מהר"מ מרוטנבורג איז געזעצן שבעה נאך זיין זון
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
אדנירם זיכט דא מטיל דופי צו זיין אין די מנהיגי ישראל אשר מפיהם אנו חיים ולאורם אנו הולכים.
עס איז ידוע און אזוי שרייבט דער עטרת ישועה, אז בניהם של קדושים זייענדיג מזרע הקודש פארמאגן א העכערע נשמה ווי פשוטי עם. און ביי חסידים האט מען געוויסט אז אפילו עס קוקט אויס מאדנע און מען האט קשיות אויף די דאזיגע הויכע נשמות, דארף מען אבער וויסן אז עס איז נישט כפשוטו, און אדרבא, מיט זייערע מעשים זענען מעלה נצוצים קדושים.
אשר על כן, חלילה וחס צו רעדן אויף די בניהם של קדושים, וישמרנו ד' מגחלתן של צדיקים.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:פון די ליטווישע איז אויך דא, אפילו אין די ליסט וואס דו האסט אויסגערעכנט ווייס איך אויך איינעם, אבער איך וויל נישט עפענען דאס שאכטל ווערים ווייל יענער איז א וואילע איד. ומה יעשה הבן שלא יחטא
דו מיינסט הרב שך.
הרב שך'ס זון איז נישט געווען קיין אפגעפארענער. ער איז געווען א מזרח'יסט.
אדנירם: אבער זיינע קינדער ס'הייסט הרב שך'ס אייניקלעך זענען שוין יא גוים גמורים...!
דער עולם כאפט נישט די נקודה פון דעם אשכול. א טייל רעבעס ווילן זיך אהערשטעלן אז זיי זענען שרפי מעלה. קומט עס אונז צו לערנען אז אפילו ביי זיי איז אויך פארהאן נושרים/אפגעפארענע.
דער צדיק אמת ובעל מסירת נפש דער מהריי"צ האט אויך שיעור נישט בייגעשטייערט א טאכטער. איבער וואס ער האט זיך שטארק מצער געווען. ובא רמ"מ והציל אותה. פארדעם האט ער איהם טאקע מכיר טובה געווען כל ימי חייו...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מאור עניים אנהייב פרשת תולדות רעדט ארום וויאזוי עס שאפט זיך אז צדיקים האבן קינדער וואס גייען זייער אייגן וועג, בנוגע די צוויי OTD'ס ישמעאל און עשו.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 54&hilite=

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:בנוגע די צוויי OTD'ס ישמעאל און עשו.
כ'האב דיר געלייקט פאר דיין לשון.
ס'האט מיר געקאסט א שמייכל...
-------
און, א רגע נאר, ס'ארא חוצפה צו זאגן אז ישמעאל און עשיו זענען געווען OTD'ס, עשיו איז דאך ידוע אז ער איז געגאנגען מיט א גאלדערנע בעקיטשע און געפירט טיש, און כ'בין זיכער אז ישמעאל איז אויך געגאנגען מיטן ספרד'ישן ראשון לציון'דיגן גלימה, געגעסן סחוג און געפירט ווי א באבא. די צוויי שרפי מעלה וואס האבן געמיינט העכערע זאכן, זיי רופסטו גאר OTD'ס?!
שומו שמים! אזא חוצפה איז אומטאלערירבאר...!
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.
אויף ישמעאל האב איך קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל האבן געמיינט העכערע זאכן.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער קעפל פונעם אשכול באציט זיך צו רבי'ש אייניקלעך כלפי פשוטע אייניקלעך אין אלגעמיין, אבער אינווייניג באציט זיך עס צו די נושא פון אפגעפארענע
???
איך מיין אז עס איז סתם אזוי אונטרעסאנט צו שמועסן איבער דעם רבי'שער קרוין וואס די בנשקלעך טראגן, און די פראבלעמען (און אפשר מעלות) וואס עס טראגט מיט זיך.
איך וועל אנהייבן מיט עטליכע נקודות:
קודם כל, דאס אז זיי דארפן גיין אנגעטון אנדערש פון זייערע חברים איז נישט אייביג בא'טעם'ט, (פארשטייט זיך אז עס ווענדעט זיך אין די זעלבסט זיכערקייט זייערע). שוין עטליכע יאר פאר די בר מצווה טוען זיי אן א בעקיטשע און צומאל א הוט, און נאך די בר מצווה א ריפסענע בעקיטשע מיט שווארצע זאקן אינדערוואכן, און טייל גייען שבת עפעס מער, א קאלפיק אדער ווייסע זאקן. און א סך מאל ווערן זיי געטשעפעט דערפאר (דער בעסטער טרייסט וואס די עלטערן האבן פאר די געטשעפעטע בנשקלעך איז זיי אריין צו בלאזן א גאות: "זיי פארגינען דיר נישט אז דו ביסט העכער פון יעדן איינעם, דערפאר טשעפענען זיי דיר).
די בחורים דארפן זיך פירן "הייליגער" פון אנדערע און אז נישט וואונדערט מען זיך אויף זיי "דו גייסט אנגעטון מיט שמונה בגדים און אזוי פירסטו זיך אויף? "ווען דיין זיידע זאל דאס זען". מען רעדט דא פון אומשילדיגע יומען ביאינגס, וואס האבן די זעלבע יצר הרע ווי יעדן, און פוינטן פוינט מען אויף זיי ווי אויף מיטאלאגישע אביעקטן. ביז טאקע ווען זיי ווען עלטער "זעען זיי שוין טאקע איין אז זיי זענען העכער פון יעדן" און אך און וויי אז נישט - "עס האט פשוט נישט קיין פשט" ערקלערט מען אים... און וויפיל צרות יגון ואנחה דער "נישט קיין פשט" ברענגט ווייסט נאר א בנש"ק. און די פאליציי צו פארסירן די "פשט" זענען לרוב די אייגענע עלטערן. און גלייבט מיר, די פשט פארסירער ווייסן וויאזוי איינעם אויסצוזויגן דאס בלוט. ומי יבוא אחר המלך.
טאמער האט דער טאטע א בית המדרש, טאמער איז עס גרויס דארף דאס קינד זיין א שיינע איד, ווייל טאמער נישט, "פאסט נישט". איז עס א קליינער בית המדרש מיט קוים מנין דאן זענען זיי עליל צו ליידן געבראטענע צרות פונעם נערוועזן אנגעזעצטן טאטן וועלעכע מיטשעט זיך מיט מנין.
עס זענען דא לייכטערע משפחות וואו די רבי'שע ריסטריקשן זענען לייכטער און עס זענען דא שווערערע משפחות מיט שווערערע ריסטריקשנס. ביי די שווערערע קען עס זיין שווער אז רח"ל. די כבוד שמעקעריי ביי די סארט איז נישט קיין לעגענדע, עס איז א מציאות ממש וואס גרייכט ביזן זיבעטן הימל. און די קינדער זענען די וואס זענען עליל צו ליידן דערפון מיום עמדם על דעתם ביז טיף נאך זייער חתונה, ביז זיי ווערן אליין פאראזיטן.
ארבעטן און דרייוון דאס איז "באלבאטיש" עס פאסט נישט פאר קיין רבי'ש קינד. און טאמער האסטו נישט קיין ביצים ווי שמשון הגיבור צו טון צו די זאך, טראץ דיין ריפס און בא'רבי'שטע ווייבל, דאן בלייבסטו אן אינוואליד דיין גאנץ לעבן, חוץ טאמער דיין מזל שפילט דיר און דו ווערסט אליין א רבי א פאראזיט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פריעד באטשי האט געשריבן:chusid האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז די בעל התניא האט געהאט א זון וואס איז אפגעפארן... וויאזוי הייסט ער? וואס איז די מעשה בקיצור?
חב״ד (כדרכם) האט געמאכט דערפון א גרויסע קאווער-אפ....
דוד אסף מאכט דערפון א גרויסע וועזן, למעשה אויב זאל מען בויען בלויז אויף פארלעסליכע מקורות שטעלט זיך ארויס אז ער איז געווען באמת א געהויבענער איד וואס האט געהאט נערווען פראבלעמען און א גלח האט איהם אויסגענוצט אינדערצייט פון אן אטאקע און ארויסגעריקט פון איהם א בריוועל אז ער וויל זיך שמד'ן, למעשה איז נישט דא קיין פארלעסליכע מקור אז ער האט זיך למעשה גע'שמד'ט.
אויב האט ער זיך נישט גע'שמד'ט איז נישט קיין "קאוועראפ'' וואס חב"ד טוט, ס'איז פארשטענדליך אז ס'איז נישט בא'טעמ'ט צו רעדן פון די נערווען פראבלעמען פונעם אלטער רבי'נס זוהן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
"נערוון" פראבלעמען איז דער אלטער קלאסישער "קאווער אפ" ביי רעליגיעס, צו ניצן קעגן אנטי רעליגיע אקטיוויטעטן.
אין די פראטעסטאנטישע תקופות ווען יחידים און גרופעס זענען ארויס קעגן קאטויליזם. און דע קירכע האט שוין נישט פארמאגט דער אויסשלוסליכער מאכט צו טון ככל העולה על רוחם סתם פאר רעליגיעזע סיבות, איז איינע פון די קירכעס גרעסטע געווער קעגן זיי געווען דער אויסרייד אז זיי "האבן מיט די נערוון". די קירכע האט זיך נישט געשעמט אזוי צו זאגן אפילו אויף א רבים. די פראפעגאנדע האט טיילווייז געארבעט אין געוויסע שטעטלעך, ספעציעל דארט ווי די קירכע האט געהאט די מאכט איינצושפארן צורידערטע פארשוינען, איז דער אויסרייד משוגע געווען מער ווי גענוג.