הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

חסידות בלז היית בעבר מהאנטי ציוניות הקיצוניות ביותר שזלזלו בכל רב ציוני, אך היא התמתנה כשההתמתנות החלה במהר"א אחרי השואה. וראו דברים של אחד מחשובי בלז המופיעים בקישור הבא: http://cochva.blogspot.co.il/2013/05/blog-post.html
ואם אולי הגישה לקישור זה חסומה למישהו כאן, אז הנה הדברים:
'בס"ד ז' סיוון ה'תשע"ג
מאז ומעולם התנגדה ה"עדה החרדית" ("העדה" להלן) לדבר מה, אני לא יודע בדיוק במה אנשי ה"עדה" תמכו זכור לי רק למה הם התנגדו, (אולי הם תומכים בלהיות נגד)
הערה והארה , שהעלה לי בן דודי בליל חג השבועות: בן דודי הינו אחד מחשובי חסידי בעלזא, שואל ומשיב בישיבה של בעלזא, חתן המשב"ק הראשי של הרבי מבעלזא, פאברענטער בעלזא'ער, תלמיד חכם. וכך אמר: "למעשה, בהסתכלות לאחור, אמנם "העדה" התנגדו לרב קוק, ונלחמו בו בחוצפה שלא תאומן (למשל, מנחם פרוש ארגן מסיבת פורים ב"בתי ברוידא", תלה שם בובה בדמותו של הרב קוק והעלה אותה באש, מאז אותו מאורע הרב איסר זלמן מלצר לא נכנס להתפלל יותר ב"בתי ברוידא", (אגב דאגב, לפני כמה שנים הלכתי עם אבי מורי למכירה המפורסמת של מוסד הרב קוק, ואחד הקונים, הגיע במיוחד על כסא גלגלים, היה לא אחר מאותו מנחם פרוש)). אך למעשה, אם לא כל גדולי ירושלים, לפחות רוב גדולי ירושלים היו תומכיו ותלמידיו של הרב קוק זצ"ל. (ר' איסר זלמן מלצר, ר' צבי פסח פרנק, ר' אריה לוין, הרב אלישיב שהיה צעיר אז, הרב חרל"פ, הרב שלמה זלמן אוייערבאך והרשימה עוד ארוכה)."
צריכים להבין, מלחמת "העדה" ברב קוק זצ"ל, מקבילה למלחמתה ברב שטיינמן שליט"א. (כמפורסם על קירות מאה שערים "שטיינמן= קוק").
'
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך מילכיג »

ס'איז מיר א פלא אויף יאיר אז'רט נאכנישט גענומען דאס מיה צו דערווישן דעם ספר בקודש פנימה.
[ועיין נא שם בענין ה"שכיבה" במיטה בשבת למשך 17 שעות..].
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מילכיג האט געשריבן:ס'איז מיר א פלא אויף יאיר אז'רט נאכנישט גענומען דאס מיה צו דערווישן דעם ספר בקודש פנימה.
[ועיין נא שם בענין ה"שכיבה" במיטה בשבת למשך 17 שעות..].

כ'האב געזען א שטיק צייט צוריק עפעס א נייער ספר מיט הנהגות פון בעלזער רב. איך מיין אז איך האב דארט געליינט אז יעדע מאל ער האט געמופט האט ער געהייסן בארגן עפעס פון די שכנים. אבער איך געדענק נישט דעם נאמען פון די ספר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ער האט גענומען די איידיע פון משה רבינו...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ירא שמים »

ארויפגעברענגט לכבוד יומא דהילולא קדישא.
samiam
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך samiam »

ירא שמים האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד יומא דהילולא קדישא.

נו...... עפעס א עובדה
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ירא שמים »

עובדות האט איר שוין איבער׳ן קאפ , סבלייבט נאר איבער זיך צו מתבונן זיין בדרכיו הקדושים , און פרובן זיך צו מדבק זיין לקדושתו.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ירא שמים »

בילד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כ'זעה דא א באנדע לצים, וואס פון איין זייט מויל פראבירט מען זיך און אנדערע איינצורעדען אז זיי האבען דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב 'כאחד משרפי מעלה', אבער קיין איין חשוב'ער זאך האבען זיי נישט נאכצוזאגען. אין אידישקייט ווערט געשעצט בעיקר קענשאפט אין תורה, מדות טובות, זיך אוועקגעבען פאר'ן אייבישטער'ס וועגען, דקדוק המצוות, וכדו'. די אלע א.ג. בעלזער חסידים זענען געליידענט אונז אפירצוברענגען א מעשה וואס צייגט די אלע זאכען. נישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים, צו סתם באבע מעשה'ס (געהערט פונ'ם וואודרידזש'ער רב בשם ר' יודע'לע דזשיקובער: א באבע מעשה איז נישט טייטש ס'איז נישט אמת, נאר א באבע האט עס געקענט פארציילען!). נישט יאיר שפילט מיט פייער, נאר ענק אלע מיט שנעלקע'ס און טאשטיכלעך וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און ר' בערל - איך מערק ערשט דיין ווייטאג אויף מיר. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט העכער'ס, אבער העכער'ס האט אויך א יסוד, א חשבון און א מקור. מעקען שנעלקע'ס האט נישט קיין מקור אין אידישקייט, וכמו''ש הרב לעיקוואוד. דאס וואס דו רופסט אן 'נישט גלויבען אין העכער'ס' איז גלויבען אין תורה מיט 'איהר' העכערקייט, נישט סתם ציגאניש'ער לופטיגע גייסטישקייט און געפיהל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

גיי לערן א גוי ברטנורא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

diff האט געשריבן:גיי לערן א גוי ברטנורא

יא יא, דאס האב איך געמיינט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ירא שמים »

ווען כוואלט ווען באמערקט וואס די בהמות שרייבן דא וואלט איך נישט ארויפגעברענגט דעם אשכול וה׳ הטוב יכפר.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

שרעק זיך נישט פין זיי
זאלן מיר טאקה זעהן וויפיל בהמות עס דרייען זיך דא

יא יא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיר קענען נישט משיג זיין זיין קדושה אין גרויסקייט
ווי ער האט מתפלל געוועהן פאר כלל ישראל כסדר
געפעולט ישועות פאר יודישע קינדער
ליב געהאט יעדער יוד נאר געקוקט די גוטס פין יעדער יוד


יא יא אפי' אויף דער ליטוואק פין בודאפעסט האט ער נאר געקענט זעהן גוטס אין איהם

זאל זיין זכות מגין זיין פאר אונז אלע מען זאל געהאלפן ווערן מיט אלדינג גוטס זי''ע ועכי''א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום התם ומתמם עם תמימים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ר' בערל - איך מערק ערשט דיין ווייטאג אויף מיר. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט העכער'ס, אבער העכער'ס האט אויך א יסוד, א חשבון און א מקור. מעקען שנעלקע'ס האט נישט קיין מקור אין אידישקייט, וכמו''ש הרב לעיקוואוד. דאס וואס דו רופסט אן 'נישט גלויבען אין העכער'ס' איז גלויבען אין תורה מיט 'איהר' העכערקייט, נישט סתם ציגאניש'ער לופטיגע גייסטישקייט און געפיהל.


די היפאקרעסי דערפון איז געוואלדיג. די מעשה גייט דאך אז די מלאך האט פארגעסן צו געבן דעם שנעלק. לאמיר זעהן איינער זאל זאגן אויף עפעס אז די בעלזער רב האט "פארגעסן". מ'וועט דאך אים פארשרייען בכל לשונות של גנאי
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:דער שרעק זיך נישט פין זיי
זאל מיר זעהן וויפיל בהמות עס דרייען זיך דא

יא יא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיר קענען נישט משיג זיין זיין קדושה אין גרויסקייט
ווי ער האט מתפלל געוועהן פאר כלל ישראל כסדר
געפעולט ישועות פאר יודישע קינדער
ליב געהאט יעדער יוד נאר געקוקט די גוטס פין יעדער יוד


יא יא אפי' אויף דער ליטוואק פין בודאפעסט האט ער נאר געקענט זעהן גוטס אין איהם

זאל זיין זכות מגין זיין פאר אונז אלע מען זאל געהאלפן ווערן מיט אלדינג גוטס זי''ע ועכי''א

איך זעה אויך נאר גוט'ס אין מיר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

זייער גוט זייער גלייך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז באמת אן אלטער באמערקונג וואס איך האב אויף געוויסע מענטשען. איך פלעג קענען א גאנצע חבורה בחורים און יונגעלייט בוגרי ישיבת ארץ הצבי אין א"י. איך האב זיי געפרעגט 'הלמאי מ'זעט אז מ'האט פיל מער דרך ארץ פאר ר' אפרים זצ"ל ווי להבחל"ח רק מענדעל שליט"א?' (דעמאלס האבען זיי ביידע נאך געלעבט, ממילא קען מען נישט זאגען אז דער מלאך המות איז שולדיג). איך האב געטענה'ט אז דער שט איז פשוט. ר' מענדעל איז אסאך מער נארמאל צווישען מענטשען, געשמועסט, געגעסען געשלאפען, נישט קיין פארפרומטע, א מחמיר יא אבער נישט אנגעצויגען. ווידער ר' אפרים איז געווען א טשיקאווע, א מאדנע באציאנוג צו דער מענטשהייט, מ'האט נישט געקענט שמועס'ן מיט איהם, אלס איז געווען פרום און ערנסט. לגבי זאכען וואס דער תורה שעצט איז ר' אפרים נישט חשב'ער ווי ר' מענדעל. ער איז נישט קיין גרעסער ת"ח געווען, נישט קיין טיפערער למדן, נישט בעסער בין אדם לחבירו, ס'איז מער ווייניגער דער זעלבע, אבער אין מאדנקייט איז עס אזוי.
אזוי אויך ווען מ'רעדט פון רבי'ס. ווען ס'רעדט זיך פון איינער וואס שמועסט, דאווענט, לערנט, טוט חסד מיט מענטשען, איז אסאך שווערער פאר מענטשען צו שעצען הויך 'כאחד משרפי מעלה' ווי ווען ער רעדט נישט דאווענט נישט געהעריג, רעדט נישט מיט קיינעם נאר האלבע מאדנע ווערטער, און טוט גארנישט וואס אנדערע טוהן.
און ווי איז זעה פון אנדערע פלעצער און דא אויך, וויל מען מיר באשולדיגען מיט'ן נישט גלייבען אין צדיקים, נישט זיך מכניע זיין צו דערהויבענע מענטשען. דער אמת איז ווייט פון דעם. איך האב געהאט א רבי'ן אן אדם גדול מאד. ער איז געווען א שטילע און אן עילויישע, ממילא האט מען איהם נישט אזוי אנגעקוקט, אבער איך האב איהם זוכה געווען צו קענען און אין יעדער מעלה וואס מ'קען לערנען אין ארחות צדיקים איז ער געווען אויסגעצייכענט. אין לימוד התורה, וואס פון אלס יונגער בחור האט מען געטשאטשקעט מיט איהם אין ש"ס, און פון דעסטוועגען האט מען איהם געזען ביי דער זעכציג נאכאמאל אנהויבען מסכתות און זיך אריינלייגען דערין, נאכאמאל דורכלערנען לאנגע ש"ך'ס בעיון און זיך אריינטוהן אין א תומים, כמאן דלא גמר איניש שמעתתא. אין מדות טובות, זיין שעצונג פאר יעדער מענטש אין דער וועלט, און בעיקר ווי אזוי ער האט זיך באצויגען צו זיין שטוב, זיין ווייב האט דרייצען קינדער געהאט מיט איהם און ביי זיין שבעה האט זי פארציילט אז זי איז קיינמאל נישט אויפגעשטאנען מיט די קינדער ווען זיי וויינען ביי נאכט, ועוד אזעלכע דערהויבענע עבודות (הערס'ט [tag]berlbalaguleh[/tag] און דו זאגסט אין דערקען נישט קיין העכער'ס. דאס איז העכער'ס!). און אין נארמאלקייט, דער מעשה וואס אין דעם זעה איך זיין הצטיינות איז געווען ווען ער איז געווארען שוואך און דער דאקטאר האט איהם געהייסען אויפהערען פאסטען (פאר דעם האט ער אסאך געפאסט), און ער האט געפאלגט כלא היה, אז מ'הייסט נישט איז נישט. ער האט נישט געפילט אז זיין עבודה איז וויכטיגער ווי דער באפויל פונ'ם דאקטאר, וואס דאס ווייזט אז דער גאנצע מעשה איז געווען בלתי לה' לבדו.
אבער די אלע זאכען זענען מיט דער תורה'ס קנה מדה, נישט פוסטע ווערטער ווי 'כאחד משרפי מעלה' דערהויבענע קדושה' און נאך לאזונגען וואס האבען נישט קיין שום זין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

איך וואונדער מיר וואס מ'האלט אין בודאפעסט אויף ר' חניניא בן דוסא.
אין ש"ס איז נישט דא קיין איין דבר הלכה משמו. נאר גדלות.
מנהגים מוזרים (כלשונך) ביי השבת אבידה.
ער שאלקט הימלן און דארף גארנישט פאר זיך. קב חרובין מע"ש לע"ש, און מה הועילה תפילתו של כהן גדול לגבי רחב"ד,
מ'זעט אם אלץ מתפלל ונענה, תפילה שגורה בפיו, די בחינה רופט די גמרא אויף עם כעבד לפני המלך, איז דאס א תורה'דיגע קני מדה?
מיט קיין גדלות בתורה שעצט מען אים נישט. און דאך כל העולם ניזון בשבי חנינא בני, און אוי לו לערוד שפגע ברחב"ד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עי' חזו"א אמונה ובטחון חלק ג' אות טו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שמעתי מהחסיד ר' מענדל מאראזאוו שיחי', ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געדאווענט אין איין ביהמ"ד מיט'ן ראגאטשאווער, די חסידים פלעגן זאגן ברכות השחר אינדערהיים און די מתנגדים פלעגן זאגן אין שוהל.

איין טאג האט א מתנגד געזאגט די ברכות הויך און שיין, איז דער ראגאטשאווער - וועלכער איז געווען א קליינטשיגער - ארויסגעלאפן פון זיין באהעלטעניש פארענט פונעם בעל תפלה'ס שטענדער, ער איז געלאפן ביז'ן מערב וואנט וואו ר' מענדל איז געשטאנען, און אויסגעשריגן: יונגעלע! קוק א מתנגד! קוק א מתנגד!...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ירח בן יומו האט געשריבן:איך וואונדער מיר וואס מ'האלט אין בודאפעסט אויף ר' חניניא בן דוסא.
אין ש"ס איז נישט דא קיין איין דבר הלכה משמו. נאר גדלות.
מנהגים מוזרים (כלשונך) ביי השבת אבידה.
ער שאלקט הימלן און דארף גארנישט פאר זיך. קב חרובין מע"ש לע"ש, און מה הועילה תפילתו של כהן גדול לגבי רחב"ד,
מ'זעט אם אלץ מתפלל ונענה, תפילה שגורה בפיו, די בחינה רופט די גמרא אויף עם כעבד לפני המלך, איז דאס א תורה'דיגע קני מדה?
מיט קיין גדלות בתורה שעצט מען אים נישט. און דאך כל העולם ניזון בשבי חנינא בני, און אוי לו לערוד שפגע ברחב"ד.

וואס ווילסטו דערמיט אויפווייזען? אז מ'דארף נישט האבען קיין שום מעלות צו ווערען אנגערופען א צדיק?!
נאר וואס? רחב''ד האט געהאט מעלות, ער האט דאך געהאט סמיכה וואס דאס קומט נאר פון קענען תורה, אבער זיין חידושים להלכה זענען נישט געבראכט בשמו. וואס זעסטו פון דארט?
און אויך, דקדוק הדין אין הלכות השבת אבידה מיט'ן אויסרופען 'יארטשעוו איז נישט יארטשעווקע און יארטשעווקע איז נישט יארטשעוו' איז דער זעלבע ביי דיר?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהאט א רבי' ן אן אדם גדול מאד. ער
איז געווען א שטילע און אן עילויישע , ממילא האט מען איהם נישט אזוי
אנגעקוקט, אבער איך האב איהם זוכה געווען צו קענען און אין יעדער מעלה
וואס מ 'קען לערנען אין ארחות צדיקים איז ער געווען אויסגעצייכענט . אין
לימוד התורה , וואס פון אלס יונגער בחור האט מען געטשאטשקעט מיט איהם
אין ש" ס, און פון דעסטוועגען האט מען איהם געזען ביי דער זעכציג נאכאמאל
אנהויבען מסכתות און זיך אריינלייגען דערין , נאכאמאל דורכלערנען לאנגע
ש" ך' ס בעיון און זיך אריינטוהן אין א תומים , כמאן דלא גמר איניש שמעתתא .
אין מדות טובות, זיין שעצונג פאר יעדער מענטש אין דער וועלט, און בעיקר ווי
אזוי ער האט זיך באצויגען צו זיין שטוב, זיין ווייב האט דרייצען קינדער געהאט
מיט איהם און ביי זיין שבעה האט זי פארציילט אז זי איז קיינמאל נישט
אויפגעשטאנען מיט די קינדער ווען זיי וויינען ביי נאכט, ועוד אזעלכע
דערהויבענע עבודות ‏(הערס' ט @ berlbalaguleh און דו זאגסט אין דערקען
נישט קיין העכער' ס. דאס איז העכער' ס .(! און אין נארמאלקייט, דער מעשה
וואס אין דעם זעה איך זיין הצטיינות איז געווען ווען ער איז געווארען שוואך און
דער דאקטאר האט איהם געהייסען אויפהערען פאסטען ‏(פאר דעם האט ער
אסאך געפאסט‏), און ער האט געפאלגט כלא היה , אז מ'הייסט נישט איז נישט .
ער האט נישט געפילט אז זיין עבודה איז וויכטיגער ווי דער באפויל פונ ' ם
דאקטאר, וואס דאס ווייזט אז דער גאנצע מעשה איז געווען בלתי לה ' לבדו.


טאקע מורא'דיג. איך מעג אפשר וויסן די נאמען פון דעם גברא רבה?
פארשפארט