הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אדנירם האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו ליינען אלע מאמרים אין דעם אשכול (הגם כ'האב זיי אלע שוין באלייקט מרוב התלהבותי). אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן פון צו דערמאנען א עובדא, אז רפאל הלפרין האט באקומען א הסכמה פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל אויף זיין אטלס, אבער די מקורבים פון הגרש"ז האבן זיך זייער געוואונדערט. זיי האבן פארשטאנען אז רש"ז וועט נישט געבן אזוי שנעל א הסכמה פאר עם (ער איז עפעס נישט געווען געניג כשר פאר סאם ריעזאן, אפשר פשוט אלץ סמכות). זענען זיי געגיינגען פרעגען הגרש"ז וואס איז פשט פון דער הסכמה, האט זיי הגרש"ז געזאגט, כ'וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב פשוט מורא געהאט פון עם! ער קומט אריין אזוי מיט א החלטיות אז ער גייט באקומען א הסכמה און מיט א גרויסן מפה און עפענט עס אויף און שפרייט עס אויס לאורך כל השולחן, און ווען ער וויל מיר ווייזן עפעס פרטים פון די מפה אויף די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן דעם שווערען טיש און אזוי אויסגעדרייט. און אזוי אפאר מאל.כ'האב פשוט מורא געהאט, אזא גבור....!!

א דאנק פאר די מעשה, ס'פארענטפערט מיר פארוואס דער ספר פארמאגט עפעס א משונה'דיגע גוזמא פון הסכמות, אינטערעסאנט וויפיהל גוטע אידן האבן געציטערט פאר איהם...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כיהודה ועוד לקרא וויל איך זיך פערזענליך באדאנקן פאר ידידינו [tag]אדנירם[/tag] פאר דעם הערליכע אשכול ״הלכה למעשה״.
איך גיי אפילו נישט פראבירן צו אויסרעכענען די מעלות דערפון ווייל עס איז פשוט אוממעגליך און איך גיי סייווי נישט ענדיגן קיינמאל, וכל המוסיף גורע, וועל איך מיר מוזן באגעניגן מיט בלויז צוויי ווערטער: א דאנק!
איין זאך וועל איך יא צולייגן, מען זעט אז דו האסט אריינגעלייגט אין דעם כחות ע״ג כחות, שעות אויף שעות, עס איז ממש א מחיה צו זיצן און פארברענגן דא אין שטיבל מיט דיר, איך מיין אז מען קען דיר געבן דעם טיטל עמוד השטיבל! כה לחי!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

שליחה דורך ירא שמים »

נו באטשי מיט וועלכע ספר הייבסטו אהן ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:נו באטשי מיט וועלכע ספר הייבסטו אהן ?

איך ווייס אליינס נישט, עס איז דא צופיל... :P , ביזדערווייל כאפ איך א בליק דא און דארט, נישט מיט א קביעות/סדר.
(ווען איך ווייס ווען פון פריער וואס עס קומט דא, וואלט איך אים געבעטן ער זאל גלייך ארויסלייגן וואס ער האט נאר, דאס אליינס נעמט חדשים [נעה, יארן] צו ליינען, איז פארוואס ווארטן אויף די גאנצע אויף איינמאל, עס איז כמעט אוממעגליך בכלל צו עס קענען נאכקומען, שטעל דיר נאר פאר ווען ער ווארט נאך אויף די גאנצע....).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבטולמוס האט געשריבן:כ'האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען רב שש'ן פאר דעם הערליכן אשכול. ס'וואלט כדאי געווען אביסל מער מאריך צו זיין אין היינטצייטיגע חיבורים אויף היסטאריע און דקדוק, וואס איז גרינגער פאר א מתחיל ווי די ספרי יסוד. אויף דקדוק דארף מען מוסף זיין די ספרים פון הרב גוטמאן ז"ל אין לשה"ק און אידיש.

בכלל, אויף דער טעמע פון אויסברייטערן די אידישע האריזאנטן, דארף מען רעקאמענדירן אלע ספרים (בערך 20 אין צאל) פון הרב אברהם קורמאן ז"ל.

ייש"כ פאר די ידיעה איבער ספרי הרב גוטמאן.
ברענג אפשר א לינק צו זיינע ספרים אויב מעגליך.

ספרי הרב קורמאן באלאנגען אין די אנדערע מאמרים וואס וועלן נאך אפשר נאכפאלגן ביום מן הימים. זיי גייען בד"כ אריין אין די גדר פון 'ספרי מחקר' [און אמאל איז עס אויף עפעס ספעציפיש, ווי 'תורה שבע"פ'].
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

הערות על "דער פראבלעם"

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

הקדמה
1- על פי בקשת מאור עינינו הרה"ג ר' אדנירם שליט"א שרייב איך הערות על דבריו הנ"ל. לקיים מה שנאמר "אין מסרבין לגדול".
2- איך וויל מקיים זיין דער בקשה כגאולתן של ישראל קמעא קמעא, און דערווייל האב איך נאר געקוקט די ערשטער שטיקל און צוגעשריבען מה שנראה לעניות דעתי.

[center]הערות ע"ד הרב אדנירם שליט"א "דער פראבלעם"[/center]

ז"ל הרב הכותב: ווי באקאנט הערשט א גרויסער פראבלעם אין אונזער היימישער קאמיוניטי, ביי אולטרא-ארטאדאקסן בכלל און ביי חסידים בפרט, עכ"ל.
ואני אומר: ביודעי קאמינא אז אין א סאך אופנים הערשט די פראבלעם נאך מער אין די "עולם הישיבות". אזוי גערופענע חסידים האבען אן ערך פאר פלסופיה אין דער פארעם פון חסידות, זיי שעצען "סיפורי צדיקים" וואס איז כאטש עפעס א מין הסטוריה [הגם נישט קיין אמת'ע בדרך כלל]. זיי האבען א חשיבות פאר ניגון, דאס איז דאך עפעס א פארעם פון קאלטור. זיי פארהייליגען במידת מה דער שפראך אידיש, און זיי רעדען און שרייבען איר. די "עולם הישיבות" [בעיקר בלייקווד] ווייסען גארנישט פון מחשבה, פון הסטוריה ווייסען זיי אויך גארנישט, זיי האבען נישט קיין שום קולטור, און זיי רעדען און שרייבען נישט קיין איין שפראך.

ז"ל הרב הכותב: ליטעראטור מיינט 'ידיעות', וויסנשאפט, עכ"ל.
ואני שואל: אין וועלכע שפראך איז דאס די טייטש פון ליטעראטור?

ז"ל הרב הכותב: וואס האט אמאל געמיינט ארויסהאבן חכמות מחכמות שונות, פון היסטאריע ביז פיוט, פון דקדוק ביז השקפה, פון אסטראנאמיע ביז מליצה, און פון פילאזאפיע ביז הלכה, איז היינט צוטאגס געצוימט געווארן צו איין זאך: גמ' והלכה. און נאך א זאך, מנהגים פון מיין רבי און דיין רבי, און פארשטייט זיך ארויסהאבן מיין חסידות' שושלת... הקיצור, מיר זענען געבליבן נאקעט, ערום ועריה, ערום מכל חכמה, ערום מכל בגד נאה לתורה, עכ"ל.
ואני אומר: דער מהלך פון נאר איין זאך "גמרא והלכה און מנהגים פונעם רבי'ן [און חומש רש"י] שטימט זייער שטארק מיט די דרך פון די בעלי התוספות און חכמי אשכנז וואס מיר זענען די ממשיכים פון זיי [חכמי אשכנז כתבו פירושים על הש"ס, קצת ספרי הלכה, וספרי מנהג של רבותיהם, וגם לרבות פירושים עה"ת]. Whether you like it or not אזי איז אונזערע מסורה. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט'ן נאמען משזר, צו דאס איז א ספרדישע אדער אן אטליה'נע נאמען, אבער די ווערצבערגערס, שאהנבערגערס, און פארקאש'ס וואס דרייען זיך דא זענען גארנישט מער "נאקעט" ווי אבותינו ואבות אבותינו.

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון נ"ך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: איתא בגמרא (עבודה זרה ד, א) "משתבח להו ר' אבהו למיני ברב ספרא דאדם גדול הוא, שבקו ליה מיכסא דתליסר שנין. יומא חד אשכחוהו, אמרו ליה, כתיב: רק אתכם ידעתי מכל משפחות האדמה על כן אפקוד עליכם את כל עונותיכם, מאן דאית ליה סיסיא - ברחמיה מסיק ליה? אישתיק ולא אמר להו ולא מידי. רמו ליה סודרא בצואריה וקא מצערו ליה. אתא רבי אבהו אשכחינהו, אמר להו: אמאי מצעריתו ליה? אמרו ליה: ולאו אמרת לן דאדם גדול הוא? [ולא ידע למימר לן פירושא דהאי פסוקא]! אמר להו: אימר דאמרי לכו - בתנאי, בקראי מי אמרי לכו! הרי שלא כל אחד היה בקי בפסוקים. וכ"כ בתוספות (בבא בתרא קיג, א) וז"ל, פעמים שלא היו בקיאין בפסוקים וכן מצינו בסוף שור שנגח את הפרה (ב"ק דף נה.) מפני מה לא נאמר בדברות הראשונות טוב כו' א"ל עד שאתה שואלני כו' שאיני יודע אם נאמר בהן טוב או לאו כלך אצל ר' תנחום כו', עכ"ל.

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אונזער שפראך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: מי שלומד בספרי הראשונים רואה שהם היו בקיאים בטיב לשוננו הקדוש, אבל מי שמעיין בדברי האחרונים, רואה בחיש שרבים וטובים מהם לא ידעו בין ימינם ושמאלם בדקדוק לשון הקודש, עד שבאו המשכילים והחזירו העטרה ליושנה, אבער מען קען זיך נישט אפרעדען אויף די וואס זענען צופרידען צו שרייבען לשון הקודש אזוי ווי דער חתם סופר.

ז"ל הרב הכותב: אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נישט דער ערשטער צמח צדק, עכ"ל.
ואני אומר: יש להוסיף כאן "שומר אמונים" של רבי אהרלע ראהט לא היה השומר אמונים הראשון.

ז"ל הרב הכותב: קרייצ-ציגלער'ס, עכ"ל.
ואני שואל: crusades?

ז"ל הרב הכותב: פון א דריטע בית המקדש וואס איז [כמעט] אויפגעבויט געווארן, דמיונ'ט ער נישט, עכ"ל.
ואני אומר: דער רש"ש (פסחים דף עד עמוד א) שרייבט "ואם ניתן אמון לסופרי העמים אשר בן כוזיבא במלכו בנה בית המקדש והחריבו אדריינוס ועיין מאור עינים חלק אמרי בינה פרק יב אתי שפיר טפי". זייט ווען קען מען האבען טענות אויף איינער וואס געבט נישט קיין "אמון לסופרי העמים"?

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אסטראנאמיע צו זאגן? אז 'כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים', עכ"ל.
ואני אומר: דער רמב"ם איז שוין מעיד אז דער "היא חכמתכם ובינתכם" איז פארגעסען געווארען. וז"ל הרמב"ם (הלכות קידוש החודש פרק יז) "וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים, אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו, ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותו נביאים בין שחברו אותם גוים, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע, עכ"ל. מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו כאפען פארוואס אויף הלכות קידוש החודש איז כמעט נישט דא קיין פירושים פון די מפרשי הרמב"ם הגדולים. עס זעהט אויס אז דער מגיד משנה, כסף משנה, און לחם משנה, זענען אלע נישט געווען "למעשה".

ז"ל הרב הכותב: דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט, עכ"ל.
ואני אומר: לערנען גמרא, רש"י, תוספות, טור בית יוסף, שולחן ערוך ונושא כליו, מנהגי אשכנז, און חומש רש"י, איז נישט פערפעל!! מען האט אמאל געפרעגט דעם דעת סופר [הגר"ע סופר מפרעשבורג] פארוואס ער איז אזוי אויסגעשפילט געווען אין ארץ ישראל סוף ימיו, און די אלע רעבעלעך זענען מצליח. האט דער פרעשבורגער רב גע'ענטפערט: "ווייל ווען מיינע זיידעס האבען תשובות געשריבען האבען זייער זיידעס פארפעל געטיילט. ודח"ח ושפ"י.

ז"ל הרב הכותב: און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט, עכ"ל.
ואני אומר: כמדומני שלא רק המהר"ל אבל גם בית מדרשו של מרן הבית יוסף ואולי גם הוא בכלל. אבער מען קען נישט לייקענען אז טראץ דעם האבען גדולי ישראל געקוקט זיינע ספרים [עיין ציטוט מהרש"ש לעיל] און אפילו דער תוספות יום טוב, א תלמיד פונעם מהר"ל, האט אויך דארט געקוקט. [התנצלות: כפי זכרוני מעולם לא למדתי מאור עינים השני]

ז"ל הרב הכותב: דער ביטערער תוצאה איז: סיי חברה וואס אינטרעסירט זיי גארנישט חוץ זייער געלעקסי, פארגרעבטע אידן וואס פארשטייען נאר צו קישקע גאלע הערינג, און סיי חברה וואס ווערן גאר פארווייטאגט און גליטשן רח"ל, עכ"ל.
ואני אומר: דער לעזונג צו דעם קען גאר זיין לערנען גפ"ת, שו"ע, חומש רש"י ורמב"ן. די פראבלעם איז אז די מענטשען וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים רק להרבות כבודם ועשרם וכבוד ביתם, אנשטאט לערנער תורה מיט אידען און שרייבען תשובות טיילען זיי פערפעל און דערציילען פון זייערע זיידעס. אני לעצמי האב שטארק הנאה פון זיך פארברייטערען, אבער עס איז פאלטש צו זאגען אז דער סיסטעם איז עפעס א נייע זאך, אונזער זיידעס זענען שוין אזוי פאר איבער טויזענט יאר. חסידות איז יא א נייע זאך וואס מאכט אן עיקר פון א מענטש, און היינט אז דער "מענטש" איז גאר א קליינע מענטש אנשטאט א גרויסע צדיק, איז דא פראבלעמען, אבער די נישט קענען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען איז גארנישט ניי, און איך בין מסופק אויב דאס איז א פראבלעם. פאר מענטשען אזוי ווי אונז איז עס אפשר נישט געשמאק, און דער מהלך פון חכמי הספרדים הראשונים וואלט געווען געשמאקער פאר אונז, אבער מצד יהדות איז דאס א קנאפע פראבלעם. אדרבה אשכנזים האבען זיך געהאלטען פרומער אלע יארען צוליב דעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:[justify][center]אונזער שפראך.[/center]

  • די תכונה פון יעדן אות.

  • צורת האותיות/כתב אשורי.
[/justify]

יעצט דערמאן איך מיך, אז בעצם איז דא א גרויסע שיינע ספר איבער אלע די ענינים, פון הרב זמיר כהן, דער פירער פון 'הידברות'. דער נאמען פונעם ספר איז 'הצופן'. דא קענט איר עס קויפן. דא האבן די אייוועלט'ניקעס שוין א שמועס איבער דעם ספר [און אנדערע ספרים] פון הרב זמיר כהן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אויבערלענדער חכם[/tag] האט געשריבן הערות נפלאות. איך וועל אריינשרייבן מיינע ענטפער'ס נאך זיינע ווערטער, אין רויט.

ואלו דברי אויבערלענדער חכם:
1- על פי בקשת מאור עינינו הרה"ג ר' אדנירם שליט"א שרייב איך הערות על דבריו הנ"ל. לקיים מה שנאמר "אין מסרבין לגדול".
2- איך וויל מקיים זיין דער בקשה כגאולתן של ישראל קמעא קמעא, און דערווייל האב איך נאר געקוקט די ערשטער שטיקל און צוגעשריבען מה שנראה לעניות דעתי.

[center]הערות ע"ד הרב אדנירם שליט"א "דער פראבלעם"[/center]

ז"ל הרב הכותב: ווי באקאנט הערשט א גרויסער פראבלעם אין אונזער היימישער קאמיוניטי, ביי אולטרא-ארטאדאקסן בכלל און ביי חסידים בפרט, עכ"ל.
ואני אומר: ביודעי קאמינא אז אין א סאך אופנים הערשט די פראבלעם נאך מער אין די "עולם הישיבות". אזוי גערופענע חסידים האבען אן ערך פאר פלסופיה אין דער פארעם פון חסידות, זיי שעצען "סיפורי צדיקים" וואס איז כאטש עפעס א מין הסטוריה [הגם נישט קיין אמת'ע בדרך כלל]. זיי האבען א חשיבות פאר ניגון, דאס איז דאך עפעס א פארעם פון קאלטור. זיי פארהייליגען במידת מה דער שפראך אידיש, און זיי רעדען און שרייבען איר. די "עולם הישיבות" [בעיקר בלייקווד] ווייסען גארנישט פון מחשבה, פון הסטוריה ווייסען זיי אויך גארנישט, זיי האבען נישט קיין שום קולטור, און זיי רעדען און שרייבען נישט קיין איין שפראך.
אדנירם: לעיקוואד איז ביי מיר נישט עולם הישיבות. גיי קיין ירושלים בני ברק און קרית ספר, זיי רעדן און שרייבן לשה"ק [עברית], זיי קענען גוט היסטאריע, און זיי קענען היבש השקפה. נאר אין אמעריקע ווען די יענקי'ס האבן זיך דערקלערט פאר 'בני תוירא' איז געווארן אזא קאטעסטראפע ווי לעיקוואד.

ז"ל הרב הכותב: ליטעראטור מיינט 'ידיעות', וויסנשאפט, עכ"ל.
ואני שואל: אין וועלכע שפראך איז דאס די טייטש פון ליטעראטור?
אדנירם: אין שפת החכמים... [כלומר, כ'מיין די נקודה].

ז"ל הרב הכותב: וואס האט אמאל געמיינט ארויסהאבן חכמות מחכמות שונות, פון היסטאריע ביז פיוט, פון דקדוק ביז השקפה, פון אסטראנאמיע ביז מליצה, און פון פילאזאפיע ביז הלכה, איז היינט צוטאגס געצוימט געווארן צו איין זאך: גמ' והלכה. און נאך א זאך, מנהגים פון מיין רבי און דיין רבי, און פארשטייט זיך ארויסהאבן מיין חסידות' שושלת... הקיצור, מיר זענען געבליבן נאקעט, ערום ועריה, ערום מכל חכמה, ערום מכל בגד נאה לתורה, עכ"ל.
ואני אומר: דער מהלך פון נאר איין זאך "גמרא והלכה און מנהגים פונעם רבי'ן [און חומש רש"י] שטימט זייער שטארק מיט די דרך פון די בעלי התוספות און חכמי אשכנז וואס מיר זענען די ממשיכים פון זיי [חכמי אשכנז כתבו פירושים על הש"ס, קצת ספרי הלכה, וספרי מנהג של רבותיהם, וגם לרבות פירושים עה"ת]. Whether you like it or not אזי איז אונזערע מסורה. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט'ן נאמען משזר, צו דאס איז א ספרדישע אדער אן אטליה'נע נאמען, אבער די ווערצבערגערס, שאהנבערגערס, און פארקאש'ס וואס דרייען זיך דא זענען גארנישט מער "נאקעט" ווי אבותינו ואבות אבותינו.
אדנירם: דער מהלך 'ענדלט' טאקע מער אין חכמי אשכנז. אבער פון דא ביז ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף חכמי אשכנז איז פאלג מיר א גאנג! חכמי אשכנז האבן געקענט דקדוק, חכמי אשכנז האבן מחבר געווען פיוטים נפלאים, חכמי אשכנז האבן געשריבן פירושים אויף נ"ך, חכמי אשכנז האבן געקענט היסטאריע און געשריבן דערויף, א.א.וו. הגם זיי זענען נישט געווען אויף די זעלבע 'לעוול' ווי די ספרדים אין די 'חכמה' הינזיכטן.

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון נ"ך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: איתא בגמרא (עבודה זרה ד, א) "משתבח להו ר' אבהו למיני ברב ספרא דאדם גדול הוא, שבקו ליה מיכסא דתליסר שנין. יומא חד אשכחוהו, אמרו ליה, כתיב: רק אתכם ידעתי מכל משפחות האדמה על כן אפקוד עליכם את כל עונותיכם, מאן דאית ליה סיסיא - ברחמיה מסיק ליה? אישתיק ולא אמר להו ולא מידי. רמו ליה סודרא בצואריה וקא מצערו ליה. אתא רבי אבהו אשכחינהו, אמר להו: אמאי מצעריתו ליה? אמרו ליה: ולאו אמרת לן דאדם גדול הוא? [ולא ידע למימר לן פירושא דהאי פסוקא]! אמר להו: אימר דאמרי לכו - בתנאי, בקראי מי אמרי לכו! הרי שלא כל אחד היה בקי בפסוקים. וכ"כ בתוספות (בבא בתרא קיג, א) וז"ל, פעמים שלא היו בקיאין בפסוקים וכן מצינו בסוף שור שנגח את הפרה (ב"ק דף נה.) מפני מה לא נאמר בדברות הראשונות טוב כו' א"ל עד שאתה שואלני כו' שאיני יודע אם נאמר בהן טוב או לאו כלך אצל ר' תנחום כו', עכ"ל.
אדנירם: שיינע צושטעל, אבער אומריכטיגע צושטעל. פון די אלע מראה מקומות זעט מען נאר אז זיי זענען נישט געווען בקי דערינען אזויווי אין אשרי יושבי, זיי זענען נישט געווען אויפן זעלבן לעוול ווי די חברה וואס גייען אדורך דעם חידון התנ"ך העולמי [פאר ווער ס'איז באקאנט], זיי האבן געקענט פארגעסן פסוקים, אבער נישט צו קענען נ"ך בכלל?! נישט צו קענען אויסענווייניג אלע פרשיות?! נישט צו וויסן פונקטליך וואספארא מוסר רייד דער האט געזאגט און וואספארא נבואות'ן יענער האט געזאגט?! נישט צו קענען די פשוט'ע פירוש הדברים?! הישמע כזאת במחנה כרם ישראל?!

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אונזער שפראך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: מי שלומד בספרי הראשונים רואה שהם היו בקיאים בטיב לשוננו הקדוש, אבל מי שמעיין בדברי האחרונים, רואה בחיש שרבים וטובים מהם לא ידעו בין ימינם ושמאלם בדקדוק לשון הקודש, עד שבאו המשכילים והחזירו העטרה ליושנה, אבער מען קען זיך נישט אפרעדען אויף די וואס זענען צופרידען צו שרייבען לשון הקודש אזוי ווי דער חתם סופר.
אדנירם: צייט זיך אויפצוהערן ארויפווארפן כסדר אויף דעם גדול אדער יענער. דער חת"ס האט געקענט גענוג אנדערע זאכן, און דאס איז נישט געווען קיין גרויסע נפ"מ. אבער אז איינער איז אזא עילוי ווי טאהש'ע רבי, א פייטן ווי רבי אהרן קאטלער, אן אסטראנאמיקער ווי רבי ישראל סאלאנטער, און א מדקדק ווי דער חת"ס, איז קרח מכאן ומכאן.
זאת ועוד, אז איך האב מיך באצויגן צום נקודה אז אונזער שפראך האט מער טיפקייט ווי סתם א 'לשון' כשאר אוה"ע, וכפי שנתבאר במאמר 'אונזער שפראך'.

ז"ל הרב הכותב: אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נישט דער ערשטער צמח צדק, עכ"ל.
ואני אומר: יש להוסיף כאן "שומר אמונים" של רבי אהרלע ראהט לא היה השומר אמונים הראשון.
אדנירם: יש להוסיף כאן גם 'ערוגת הבושם' של החוסטער רב, [ההשגות] הראב"ד, ועוד הרבה שאינם הראשון.

ז"ל הרב הכותב: קרייצ-ציגלער'ס, עכ"ל.
ואני שואל: crusades?
אדנירם: יא.

ז"ל הרב הכותב: פון א דריטע בית המקדש וואס איז [כמעט] אויפגעבויט געווארן, דמיונ'ט ער נישט, עכ"ל.
ואני אומר: דער רש"ש (פסחים דף עד עמוד א) שרייבט "ואם ניתן אמון לסופרי העמים אשר בן כוזיבא במלכו בנה בית המקדש והחריבו אדריינוס ועיין מאור עינים חלק אמרי בינה פרק יב אתי שפיר טפי". זייט ווען קען מען האבען טענות אויף איינער וואס געבט נישט קיין "אמון לסופרי העמים"?
אדנירם: איך רעד פון וויסן פון די דעה און ידיעה. אננעמען צו נישט, איז שוין תלוי אין יעדער מענטש פאר זיך. ואגב, מה שידעו בזמן הרש"ש ומה שיודעים בזמנינו, אינם דומים זל"ז, וההחלטות בהתאם.

ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אסטראנאמיע צו זאגן? אז 'כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים', עכ"ל.
ואני אומר: דער רמב"ם איז שוין מעיד אז דער "היא חכמתכם ובינתכם" איז פארגעסען געווארען. וז"ל הרמב"ם (הלכות קידוש החודש פרק יז) "וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים, אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו, ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותו נביאים בין שחברו אותם גוים, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע, עכ"ל. מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו כאפען פארוואס אויף הלכות קידוש החודש איז כמעט נישט דא קיין פירושים פון די מפרשי הרמב"ם הגדולים. עס זעהט אויס אז דער מגיד משנה, כסף משנה, און לחם משנה, זענען אלע נישט געווען "למעשה".
אדנירם: עי' מש"כ בנוגע לדקדוק החת"ס, דרוש משם והעתיקהו לכאן. און חוץ מזה, אפשר זאל מען זיך באציהען דוקא צו די מחברי ספרי אסטראנאמיע?

ז"ל הרב הכותב: דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט, עכ"ל.
ואני אומר: לערנען גמרא, רש"י, תוספות, טור בית יוסף, שולחן ערוך ונושא כליו, מנהגי אשכנז, און חומש רש"י, איז נישט פערפעל!! מען האט אמאל געפרעגט דעם דעת סופר [הגר"ע סופר מפרעשבורג] פארוואס ער איז אזוי אויסגעשפילט געווען אין ארץ ישראל סוף ימיו, און די אלע רעבעלעך זענען מצליח. האט דער פרעשבורגער רב גע'ענטפערט: "ווייל ווען מיינע זיידעס האבען תשובות געשריבען האבען זייער זיידעס פארפעל געטיילט. ודח"ח ושפ"י.
אדנירם: דאס איז דאך דער נקודה, אז דער עולם לויפט פאר פערפל און נישט פאר גמ' תוס' ושו"ע! אבער אז מ'געבט זיי ידיעות שונות ביהדות, וועלן זיי האפנטליך נישט נאכלויפן דעם פערפל, אדער פערפל טיילער מיט בליצנדיגע לעמפעלעך.
איבעריגס, דיין מעשה מיטן דעת סופר איז זייער זיס. נאר הערה קטנה, לויט וויפיל איך האב געהערט עד השתא האט ער זעלבסט עמטליך אויפגעגעבן זיין הנהגה אנקומנדיג קיין ארץ ישראל.

ז"ל הרב הכותב: און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט, עכ"ל.
ואני אומר: כמדומני שלא רק המהר"ל אבל גם בית מדרשו של מרן הבית יוסף ואולי גם הוא בכלל. אבער מען קען נישט לייקענען אז טראץ דעם האבען גדולי ישראל געקוקט זיינע ספרים [עיין ציטוט מהרש"ש לעיל] און אפילו דער תוספות יום טוב, א תלמיד פונעם מהר"ל, האט אויך דארט געקוקט. [התנצלות: כפי זכרוני מעולם לא למדתי מאור עינים השני]
אדנירם: ריכטיג. נאר דער מהר"ל איז געווען דער ערשטער, און אזוי אויך האט זיין איסור באקומען די מערסטע דעקונג, וויבאלד ער איז נישט געווען קיין עמטליכער מקובל [ס'דאך א גאנצע געטועכץ ביי די חוקרים אויב ער איז געווען א מקובל, און וואס די 'ע"פ סוד' זיינער מיינט] און אעפ"כ איז ער ארויס אנטקעגן אים בחרב ובחנית.

ז"ל הרב הכותב: דער ביטערער תוצאה איז: סיי חברה וואס אינטרעסירט זיי גארנישט חוץ זייער געלעקסי, פארגרעבטע אידן וואס פארשטייען נאר צו קישקע גאלע הערינג, און סיי חברה וואס ווערן גאר פארווייטאגט און גליטשן רח"ל, עכ"ל.
ואני אומר: דער לעזונג צו דעם קען גאר זיין לערנען גפ"ת, שו"ע, חומש רש"י ורמב"ן. די פראבלעם איז אז די מענטשען וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים רק להרבות כבודם ועשרם וכבוד ביתם, אנשטאט לערנער תורה מיט אידען און שרייבען תשובות טיילען זיי פערפעל און דערציילען פון זייערע זיידעס. אני לעצמי האב שטארק הנאה פון זיך פארברייטערען, אבער עס איז פאלטש צו זאגען אז דער סיסטעם איז עפעס א נייע זאך, אונזער זיידעס זענען שוין אזוי פאר איבער טויזענט יאר. חסידות איז יא א נייע זאך וואס מאכט אן עיקר פון א מענטש, און היינט אז דער "מענטש" איז גאר א קליינע מענטש אנשטאט א גרויסע צדיק, איז דא פראבלעמען, אבער די נישט קענען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען איז גארנישט ניי, און איך בין מסופק אויב דאס איז א פראבלעם. פאר מענטשען אזוי ווי אונז איז עס אפשר נישט געשמאק, און דער מהלך פון חכמי הספרדים הראשונים וואלט געווען געשמאקער פאר אונז, אבער מצד יהדות איז דאס א קנאפע פראבלעם. אדרבה אשכנזים האבען זיך געהאלטען פרומער אלע יארען צוליב דעם.
אדנירם: אין ולאו ורפיא בידי. אנגעהויבן פון דעם וואס דו ביזט ענדליך מודה אז דער עיקר חורבן שטעקט אין אונזער חסיד'ישער קאמיונעטי וואו פערפל און פערפל טיילער'ס פארנעמען דעם אויבנאן. למעשה קענסטו נישט זיך אומוויסנדיג מאכן דערפון, קענסט נאר פרובירן צו פארזיסן די תורה מיט די פרפראות שבה. חוץ מזה, דארף מען באזונדער חוקר ודורש זיין צו דער אלטער סיסטעם וואלט בכלל געארבעט אינעם היינטיגן אינטערנעט עפאכע. אונזער סיסטעם האלט זיך אין איין טוישן צוליב די מצב הדור, און דער אלטער סיסטעם וואלט נישט געטויגט אינעם היינטיגן יארהונדערט. [לדוגמא קצרה: טיילן פעטש אין קלאס וואס איז מער ווייניגער נעקר געווארן. דוגמא שניה: די 'טריפה'נע פסיכאלאגיע' איז אריין במחנינו כדבעי].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו ליינען אלע מאמרים אין דעם אשכול (הגם כ'האב זיי אלע שוין באלייקט מרוב התלהבותי). אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן פון צו דערמאנען א עובדא, אז רפאל הלפרין האט באקומען א הסכמה פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל אויף זיין אטלס, אבער די מקורבים פון הגרש"ז האבן זיך זייער געוואונדערט. זיי האבן פארשטאנען אז רש"ז וועט נישט געבן אזוי שנעל א הסכמה פאר עם (ער איז עפעס נישט געווען געניג כשר פאר סאם ריעזאן, אפשר פשוט אלץ סמכות). זענען זיי געגיינגען פרעגען הגרש"ז וואס איז פשט פון דער הסכמה, האט זיי הגרש"ז געזאגט, כ'וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב פשוט מורא געהאט פון עם! ער קומט אריין אזוי מיט א החלטיות אז ער גייט באקומען א הסכמה און מיט א גרויסן מפה און עפענט עס אויף און שפרייט עס אויס לאורך כל השולחן, און ווען ער וויל מיר ווייזן עפעס פרטים פון די מפה אויף די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן דעם שווערען טיש און אזוי אויסגעדרייט. און אזוי אפאר מאל.כ'האב פשוט מורא געהאט, אזא גבור....!!

א דאנק פאר די מעשה, ס'פארענטפערט מיר פארוואס דער ספר פארמאגט עפעס א משונה'דיגע גוזמא פון הסכמות, אינטערעסאנט וויפיהל גוטע אידן האבן געציטערט פאר איהם...

[tag]ריכטיג[/tag],

מענין לענין:
ס'ווערט דערציילט, אז ווען ער איז נאך געווען דער אפיציעלער 'שמשון הגיבור', איז ער אמאל געווען ביי רבי אהרן קאטלער, און ווען מ'האט אים דערציילט פון רפאל הלפרין'ס גבורות, האט רבי אהרן קאטלער אים געוויזן א דיקן טעלעפאן בוך וואס איז געלעגן אויפן טיש, און געפרעגט צו ער קען עס צורייסן דורך די דיקקייט פון די פעידזשעס.
רפאל הלפרין - וואס האט זיך מכלומר'שט אלס געהאלטן פאר א פרומער - האט אים געזאגט אז פאר אים איז עס זיכער נישט קיין שוועריגקייט, ער ווייסט נאר נישט צו ער מעג עס טון אלס 'בל תשחית' פון די טעלעפאן בוך וואס גייט מער נישט זיין נוצבאר... האט אים רבי אהרן קאטלער געזאגט אז וויבאלד ער וויל מיט דעם ווייזן זיינע גבורות, הייסט דאס לתועלת און ס'איז שוין נישט בגדר בל תשחית.
האט רפאל הלפרין געגעבן איין געזונטן זעץ אויפן טעלעפאן בוך וואס האט זיך געשפאלטן אויפן פלאץ!
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

אדנירם: אין מילים, אין מילים! (אדער על טהרת הקודש, שבחו מי ימלל אין גומרין עליו את ההלל וכו' וכו'..).

א געוואלדיגע ארבעט מלא חן, און כאטש איך האלט בפירוש יא אז מ'זאל לערנען מער און טיפער, וואלט איך אבער געווען מער ווי צופרידן ווען אונזערע קינדער זאלן האבן די אלע ידיעות, וואס איז בעצם דער אידישער קולטור וואס איז אזוי נאכגעלאזט ביי אונז, אז אונזערע יונגעלייט ווייסן בכלל נישט ווער מיר זענען און וואס מיר פארקויפן, הלואי זאל מען לערנען די אלע זאכן אין די בתי חינוך וואלטן מיר שענער אויסגעזען.

הערות קען מען שרייבן אסאך, נאר אויף יעצט וויל איך פרעגן אויף דעם צווייטן הודעה שטייט אז ער ווייסט ניטאמאל פון דעם ספר נשמת ישראל, אודה ולא אבוש איך האב מיך דערשראקן אז איך ווייס אויך נישט דערפון, מעגליך מיינסטו נשמת חיים פון ר' מנשה בן ישראל?

לגבי דעם דריטן בית המקדש איז פשוט אז מ'רעדט פון דעם בית המקדש וואס האט געדארפט געבויט ווערן אין די צייט פון יוליאנוס קיסר אסאך שפעטער ווי בר כוכבא פון דער מאור עינים רעדט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבי [tag]מיימון[/tag], כ'דינג זיך נישט אז מ'דארף לערנען מער און טיפער [כ'מיין דו האסט נישט געכאפט די גאנג. צום סוף קען מען צוקומען צו וואס מ'וויל. מ'דארף אבער מאכן די התחלה אויף א נארמאלע באזיץ], ועוד לא הגעתי לדבר מספרי חקירה וכדומה.

הערות קען מען שרייבן אסאך, און אויף דעם ווארט איך. ווען ס'פאלט דיר עפעס איין, לייג עס צו פליז. און יא, כ'האב געמיינט דעם נשמת חיים פון רבי מנשה בן ישראל, ונתחלפו המילים.

לגבי דעם דריטן ביהמ"ק, הדבר פשוט. כמדומני שכבר הי' מדובר באתרינו הק' בענין הלז.

ושוב, אם יש - ובודאי יש - הגהות הערות והארות, אל נא תמנע טוב מאתנו, און זיי אונז מהנה מיט דיין רייכן אוצר כראוי להמיימוני.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אן אומגלויבליכע ארבעט, [tag]אדנירם[/tag], און נאך מער אומגלויבליכע בקיאות, וועלן מיר זיך מוזן זעצן לערנען.

שישו בני מאב,

שישו בני המון,

מעשים אשר יעשו - בהם יחיו,

שעת תשמיש הראה לנו,

זה ברור לך - למה תשומם,

ראו ענבים - בכו, לגורל אדמו"ריהם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.

און נאכ אמאל א דאנק.

און וואס איז שלעכט מיט חלק ג'?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

איך האב געגעבען א פאר לייק'ס, ווייל איך בין נתפעל פון די ארבעט, און ס'וועט קומען צו נוץ בעז"ה. אבער דער עולם איז צו פאזיטיוו און מ'פארגינט צו פיל. ברענג א מיתיבי נישט קיין תנא דמסייעא לך, אדער סתם א יישר. לדעתי האט הרב אדנירם געמאכט א גרויסע טעות, און עס פארוויקעלט אין אזא מייסטער ארבעט פון מלקט זיין ספרים און לינק"ס, אזש מ'מערקט נישט די גרייז זיינער.

דער פראבלעם וואס ער באשרייבט איז ריכטיג, אבער אביסל אנדעריש ווי ער זאגט עס. יעדער מענטש איז באשאפען מיט אן אנדערע אינטעלעקט און ער פארשטייט נושאים אנדעריש ווי א צווייטען, והיא תהלתינו ותפארתינו. יעדער מענטש דארף טוהן און פסקנ'ען ווי ער פארשטייט, אבער בתנאי אז ער פארשטייט טאקע. דער חינוך פון די תורה איז גע'אייגענט ארויסצוברענגען די כוחות פון א קינד מיט א בחור, ביז ער קען טראכטען און נוצען זיין שכל אליינס.

דער פראבלעם אבער איז ווען דער חינוך סיסטעם איז געמאכט צו דערדרוקען דער אינטעלעקט, ארויסצונעמען דער נייגער פונ'ם קינד און פארשעמען דער וואס האט אן אייגענער דעה. אנשטאט'ס לאזען א בחור אליינס אויס'ארבעטען זיין כשרונות ווי צו פארשטיין און דערגייען א זאך, האט מען דאס צוגענומען פון איהם. דאס גילט ביים חסידישער ציבור געוויס, אבער אפילו ביים ליטווישע ציבור, ווי ס'איז נאך אביסל בעסער אין דער הינזיכט, מ"מ ארבעטען די מגידי שיעורים אין די ישיבות 'מחנך זיין א בחור' ווי צו טראכטען, וואס דאס מיינט אז ס'איז נאר דא איין וועג צו טראכטען, און מ'דארף שלעפען דער בחור אהין. (איך האב געהערט פון אן אדם גדול שליט"א וואס איז געגאנגען פון פאנאוויעזש צו בריסק נאכ'ן זיין א נאנטער תלמיד פון הרב שך. האט ער מיר געזאגט אז הרב שך האט געהאט טענות צו איהם, און ניין נישט ווייל ער האט איהם אפגעלאזט, נאך דעם וואס יענער אדם גדול האט פארלאזט בריסק און איז געגאנגען קיין לעיקוואוד איז ער צוריק נאנט געווארען מיט הרב שך, ואוס פלעגט זיך נאכפרעגען איבער איהם און געשיקט ווארמע גריסען. האב איך איהם געפרעגט וואס זענען געווען די טענות אויף בריסק. האט דער אדם גדול מיר געזאגט אז דער מציאות אז ס'איז דא א 'ריכטיגע וועג צו פארשטייען' איז נישט תורה'דיג. יעדער איינער האט זיין שכל, און מ'טאר נישט פארמאכען א בחור'ס קאפ ביז ער מעג נאר פארשטייען איין וועג. איך האב איהם געפרעגט צו ער האט דאס געהערט פון הרב שך, האט ער מודה געווען אז נישט, נאר אזוי האט ער פארשטאנען).

יעצט ווען איינער וויל ראטעווען זיך און זיין קינדער פון דער פראבלעם, קען מען נישט שלעפען אויף אן אנדערע וועג. מ'דארף ערוועקען דער נייגער זיינער ביז ער גייט אליינס זוכען די ספרים וואס אינטרעסירען איהם. איין קינד וועט טאקע טרעפען א טעם אין דקדוק, א צווייטע וועט גלייכען היסטוריא, א דריטער וועט טרעפען זיין פלאץ אין אסטרונומיא און מאנכע וועלען גאר ליעב האבען אביסל פון אלס.

מ'דארף נאר אויסלערנען דאס קינד פון יונגווייז אז וואס ער טראכט און קלערט איז וויכטיג און דאס איז זיין עצם מהות. שפעטער וועט ער אליינס אויפזוכען ספרים וואס אינטרעסירען איהם, ער וועט אליינס טרעפען אין וואס זיך צו אינטרעסירען און נישט זיין א מיטגעשלעפטער.
(ס'וואלט געווען ראטזאם אפשר אז א חלק פון קאווע שטיבל זאל זיין וועגען חינוך, אזוי ווי תורה ומחשבה אדער אנשי שם) מיין יינגעל גייט יעצט אריין אין וואס הייסט ביי אונז כתה ד' (ביי ענק כתה ה' דוכט זיך) און אין מיט'ן די יאר וועט ער אנהויבען לערנען גמרא. איך פלאן צו דינגען פאר איהם א פריוואטע מלמד א יונגערמאן (איך האף מיט'ן אייבישטער'ס הילף צו טרעפען דאס פאסיגער) וואס זאל איהם ארויסהעלפען אין דער הינזיכט. אויף יעדער גמרא איהם פרעגען וואס טראכט ער, וואס וואלט ער געזאגט אין די הלכה און איהם אויסלערנען אז זיין מחשבות זענען וויכטיג און ס'לוינט זיך ער זאל עס אויספיהרען אויף למעשה אין דער סוגיא.

איך האף דערמיט צו פארדינען הן אין זיין זעלבסשעצונג, וואס קען פארמיידען פראבלעמען אין אויפפיראכץ, און אויך אין דער מענטשהייט אז ער וועט זעהן אז ער איז א וויכטיגער מענטש, וועט ער נישט שפירען דערדרוקט און נישט דארפען פאשען אין פרעמדע שטאלען. ועוד והוא העיקר, אז אין לערנען וועט עס איהם ביישטייען, אז ער גייט אין ישיבות און זיצט און לערנט, זאל ער אויפזוכען זיין פארשטאנד אין לערנען און נישט זיך באגענוגיגען מיט וואס דער עולם זאגט, און נישט ענדיגען א סוגיא ביז ווילאנג ער האט עס נישט אין האנט לויט זיין סטאנדארד.

טאמער אבער מ'אנטרעסירט זיך אין א זאך, העלפט עס דער ארבעט וואס הרב אדנירם האט דא אריינגעלייקט. יעדער איינער זאל טרעפען וואס ס'אינטרעסירט איהם, און מ'האפט טאקע אויף נאך זאכען. און באופן כללי האט ק"ש אהער געשטעלט א פיינעם ווינקעל פאר איינער וואס איז נייגעריק אין סיי וואס. ער קען עס טרעפען אן צו דארפען זיך פארפרעמדען, וואס ממילא קען עס מיטשלעפען אומגעבעטענע באטרעפענישען, און מ'קען זען אז מ'איז נישט אליינס אינ'ם מענטשליכע זוך נאך א טעם אין לעבען, און בלייבען אידיש און פרום איז נישט קיין סתירה צו זיך טרעפען.

איך וויל סתם וויסען, אין לעיקוואוד טרעפט מען דא דארט מענטשען וואס האבען ארומגעטאנצט אנדערע ידיעות'ן. איך האב געדארפ'ט שרייבען די תורות פון א געוויסע אדם גדול זצ"ל, און איין שטיקעל האט ער געהאט אויף הלכות קידוש החדש, און איך האב געזוכט ווער ס'קען עס און איך האב ב"ה געטראפען. איך צייל יעצט פון מיין קאפ ארויס וויפיל מענטשען און לפחות זעקס\זיבען\אכט (איך האלט אין איין געדענקען נאך) מענטשען קען איך זאגען, איינער פון זיי איז שוין אוועק דער גר צדק Kenny וואס האט שטארק געליגען דערין, אבער ער איז טאקע נישט פון דער געזעלשאפט, אבער אנדערע נארמאלע ליטווישע יונגעלייט און אפילו איין ברמצוה בחור. איך האב זיך פערזענליך אינטרעסירט אין דעם אביסל נאך דעם און קונה געווען א ביסל ידיעות אין דער ענין, און ס'איז שוין נישט אזוי פרעמד.

איך געדענק אלס בחור ווי געוויסע האבען אריינגעקוקט אינ'ם ספר הברית צו אין היסטוריא ביכער. אין מיין צימער איז געווען איינער וואס האט געברענגט אין ישיבה אלע בענדער פונ'ם 'שרי המאה' פון הרב פישמן (מיימון) און איך האב שוין געקענט זאגען 'ניכרין דברי השקר'. איך האב זיך פערזענליך זיך פאר'אינטרעסירט אין חקירה אביסל אלס יונגער בחור און איך בין אריינגעגאנגען אינ'ם ספרים געשעפט דארט אין די שטאט ווי דער ישיבה האט זיך געפונען און געזוכט א מלחמת ה' להרלב"ג. דער חסידיש'ער יונגערמאן וואס איז דארט געזעצען האט געוואל טמאכען א גאנצע שטינק אויף מיר. אפאר יונגעלייט זענען געקומען אין ישיבה זיך טענה'ן מיט מיר אז מ'טאר דארט נישט קוקען, זיי האבען געוואלט רעדען מיט מיין ראש ישיבה וועגען מיר (ער וואלט זיי געוויזען א פייג), און טאקע אלע ספרים פונ'ם הקדמה פונ'ם לב טוב אויף חובות הלבבות (איך בין בכלל נישט איבערצייגט פון דעם) האבען זיי מיר אנגעגאסען. עכ"פ איך האב נישט באמערקט אז בחורים פאלען אוועק פון די זאכען. דער פראבלעם איז טאקע נאר א חסידיש'ער?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעצט באמערקט דער תגובה פון אויבערלענדער חכם. דאס וואס דו שרייבסט אויף לעיקוואוד איז נאר האלב אמת. ס'איז נישט קיין בחינה פון חכמות בחוץ תרונה אזוי ווי מ'מיינט ס'איז אין א''י, אבער ס'איז נישט דא קיין שום עיכוב דערצו. פערצופאל איז א דורכשניטליכע יענק''י נישט אינטרעסירט אין וואס ס'פאסירט נאך דער עק פון זיין נאז. אבער דער וואס יא, קען טרעפען חברים און קיינער קוקט נישט אראפ אויף איהם. ס'איז תלוי ווי א מענטש. פערצופאל איז דער סאמע גרעסטע תלמיד חכם אין לעיקוואוד איינער וואס קען זיך אויס שטארק אין אנדערע מקצועות, נישט נאר אין סוגיות אין ש''ס. ער האט מיר אסאך אויסגעלערנט אין הלכות קידוש החדש, אין מו''נ אביסל אויסגעשמועסט און ער איז געווען נאנט מיט ר' גדליה עם כל דמשתמע מיניה. אבער דאס איז אלס א יונגער שוועסטער פאר די סוגיות בש''ס ביז צו הלכה למעשה, וואס דאס דארף אויך דערמאנט ווערען. נישט אויסמישען דער עיקר מיט דער טפל. ועוד חזון למועד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, כ'ווייס נישט וואו מיין טעות שטעקט. כ'ווייס אזויפיל: כ'בין מסכים צו דיין נקודה 100% [הגם וואס איך האב געשריבן איז, וואס מ'קען טוישן. וואס דו שרייבסט איז, אז די סיסטעם האט א פראבלעם וואס כ'ווייס נישט וויאזוי מ'קען עס טוישן. גוט, אויף דעם זאגסטו אז מ'קען נעמען א פריוואטע מלמד אינדערהיים].
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.

און נאכ אמאל א דאנק.

און וואס איז שלעכט מיט חלק ג'?

חלק ג' איז איינס מיט חלק ב' לפי ידיעתי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

תלמיד חכם הכי גדול בלייקווד?

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פערצופאל איז דער סאמע גרעסטע תלמיד חכם אין לעיקוואוד איינער וואס קען זיך אויס שטארק אין אנדערע מקצועות, נישט נאר אין סוגיות אין ש''ס. ער האט מיר אסאך אויסגעלערנט אין הלכות קידוש החדש, אין מו''נ אביסל אויסגעשמועסט און ער איז געווען נאנט מיט ר' גדליה עם כל דמשתמע מיניה. אבער דאס איז אלס א יונגער שוועסטער פאר די סוגיות בש''ס ביז צו הלכה למעשה, וואס דאס דארף אויך דערמאנט ווערען. נישט אויסמישען דער עיקר מיט דער טפל. ועוד חזון למועד.

איך געדענק נישט לערנען מיט דיר קידוש החודש אדער מורה נבוכים:)
ווער איז דער "גרעסטער תלמיד חכם אין לעיקוואוד"?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדנירם האט געשריבן:ליטוואק, כ'ווייס נישט וואו מיין טעות שטעקט. כ'ווייס אזויפיל: כ'בין מסכים צו דיין נקודה 100% [הגם וואס איך האב געשריבן איז, וואס מ'קען טוישן. וואס דו שרייבסט איז, אז די סיסטעם האט א פראבלעם וואס כ'ווייס נישט וויאזוי מ'קען עס טוישן. גוט, אויף דעם זאגסטו אז מ'קען נעמען א פריוואטע מלמד אינדערהיים].

דו זאגסט אז מ'זאל אויסלערנען דאס קינד די אלע זאכען. איך זאג מ'זאל איהם לאזען אליינס ארומקריכען. דער פריוואטע מלמד איז פאר אלו מציאות, נישט נ''ך און נישט מו''נ. אבער איהם אויסצולערנען אז זיין מיינונג האט ווערט. ווייטער זאל ער אליינס פלאגען.
אינטרעסאנט, מיין ברודער'קע האט מיר געשיקט א לינק צו א ביכל אויף דער Steven spielberg Yiddish library פון איינער גרשם באדער און זיין זכרונות פון קראקא. ער שרייבט דארט אז דער רעגירונג האט געפאדערט אז יעדער מלמד זאל באשטעטיגט ווערען פונ'ם שטאט'ס רב. שרייבט ער אז הרב שמעון סופר האט שטרענג פארהערט די א-ב מלמדים און די חומש מלמדים, אבער די גמרא מלמדים האט ער אפגעלאזט, ווייל גמרא איז בעיקר דער קינד'ס קאפ און נישט דער מלמד, ער מאכט נישט אויס אזוי פיל! ואנן מה נעני אבתריה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אויבערלענדער - מחשש גילוי קען איך קיין סאך נישט זאגען, אבער ער איז א הונדרעט פערצענטיגע ליטוואק, און העכער דער זעכציג ועוד און ער האט קיין צייט נישט פאר ק''ש און ער קען נישט קיין געהעריגע אידיש (אדער ענגליש). דו שטימסט אינגאנצען נישט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שִׂישׂוּ בְּנִי מֵאָב,

שִׂישׁוּ בְּנֵי הַמוֹן,

מַעֲשִׂים אֲשֶׁר יֵעָשׂוּ - בָּהֶם יִחְיוּ,

שְׁעַת תַּשְׁמִישׁ הֶרְאָה לָנוּ,

זֶה בְּרוׂר לָךְ - לָמָּה תִּשוׂמֵם,

רָאוּ עֲנָבִים - בָּכוּ, לְגּוֹרָל אַדְמוׂ"רֵיהֶם.

פארשפארט