טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות (2)

באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות (2)

שליחה דורך בר-כוכבא »

ווי א שטיקל מענין-לענין המשך צו מיין פריערדיגן ארטיקל, וואלט איך ממשיך געווען מיט א שטיקל איינבליק אין זיך אליין בשייכות דער זעלבער נושא.

שטעלט זיך פאר א מציאות, אז מיר דערגייען צוריק צו יענעם מצב פון אמאל, פון די ערשטע יארן נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה. וואס אנטבאלאנגט אידישקייט איז א צייט פון דורכאויסיגן הפקרות, פון פולשטענדיגער דעמאקראטיע, און יעדער טוט ווי ער פארשטייט. ווער עס וויל, האלט שבת; ווער נישט – נישט. ווער ס'האט חשק אז זיין קינד זאל אויפוואקסן א איד, שיקט אים אין חדר/שולע/ישיבה, און וועמען ס'איז גוט אזוי, שיקט אין פובליק סקול צי וואו אנדערש.

פארגעסט נישט: ס'איז הפקר-וועלט אויף דער גאס, און קיינער וועט אייך גארנישט זאגן סיי וויאזוי איר זאלט נאר אפמאכן. וואס איר זאלט נאר טאן איז כשר און גוט, און וועט אויף גארנישט אויסמאכן אינעם לעבן למעשה. די "גאס", דער מה יאמרו הבריות, איז קיין שום פאקטאר. ניטאמאל פאלט עמיצן איין צו נעמען אין חשבון וואס סיי וועלכער קרוב אדער גואל וועט דא האבן צו זאגן. די איינציגע וואס באשליסן זענען די עלטערן, איר און אייער פרוי, און די החלטה ווערט געמאכט אויסשליסליך אויפן סמך פון וואס איר ווילט אדער האלט איז באמת גוט פארן תכלית המצב.

וואס וואלט איר געטאן?

און חברה, מיר מענטשן האבן א טענדענץ זיך צו פאפן. זעלבסט-אפנארעריי איז א חלק חשוב פון יעדן יליד אשה און קיינער איז נישט פריי פון דער נטיה. יעדע מחשבה און מעשה ווערט אויף א געוויסער מאס, מער אדער ווייניגער, געטריבן פון זעלבסט-נארעריי, וואס ווערן קונציג באדעקט מיט כל מיני חשבונות. לאמיר אבער פרובירן צו האלטן דאס זיך אליין פאפן צו א מינימום און לאמיר זיך אויפריכטיג פרעגן און נאך אומ'רחמנות-אויפריכטיג ענטפערן: וואוהין וואלטן מיר געשיקט אונזערע קינדער? וויפיל פון אונז וואלטן אויסגעקליבן די זעלבע בתי חינוך וואוהין מיר שיקן יעצט אונזערע קינדער? וויפיל וואלטן געשיקט צו מער מעסיגע, מאדערנע ישיבות? וויפיל וואלטן ליבערשט אויסגעקליבן אן אלגעמיינעם ערציאונגס סיסטעם?

למעשה לעבן מיר אינעם היינטצייטיגן יעצט כמו שהוא, און יעדער שיקט אין בערך דעם זעלבן מסגרת. כמעט קיינער מאכט נישט דערוועגן קיין חשבונות, ווייל ס'איז במילא נישט נוגע למעשה.

*

לאמיר עפעס פארשטיין: וואס שטערט אונז אזוי מיט די מוסדות? מענטשן באקלאגן זיך וועגן אפווארפן קינדער און בחורים פון די ת"ת'ס און ישיבות; מען איז ברוגז אויף די תקנות; מען איז אומצופרידן מיט דער אפוועזנהייט פון לימודי חול, אזעלכע וואס פעלן אויס כדי די יעצטיגע קינדער זאלן זיך קענען רירן אין לעבן שפעטער אלס דערוואקסענע.

יעדער מענטש איז גרייט צו שוויצן פאר א זאך וואס ער וויל זייער שטארק. ווען עמיצער קוקט ארויס אנצוקומען ערגעץ וואו, איז ער גרייט צו ליידן און שלינגען כדי צו דערגרייכן דעם ציל. די מאס וויפיל מען איז גרייט זיך צו פלאגן איז אנדערש פאר אנדערע מענטשן, אבער כמעט יעדער איז גרייט צו מקריב זיין פון זיך לטובת עררייכן עפעס וואס גליסט זיך אים.

די תקנות קעגן קאמפיוטערס און סמארטפאונס זענען היפש נישט צו דער זאך. אפילו די וואס זענען דערפאר אז דאס באנוץ און צוטריט צום אינטערנעט דארף באגרעניצט און קאנטראלירט ווערן וועלן מסתמא מודה זיין אז דער יעצטיגער מהלך ארבעט נישט. אויסער אויפרעגן די מענטשהייט טוען די תקנות גאר ווייניג אויף אין דער געוואונטשענער ריכטונג.

פארוואס טוען די תקנות נישט אויף? ווייל ווער עס וויל דעם אינטערנעט, וועט אים ווייטער האבן. אויסשפילן די תקנות איז פון די גרינגסטע זאכן אין לעבן. הלוואי זאלן אלע אנדערע אידישע פראבלעמען האבן אזעלכע פשוט'ע לעזונגען ווי די סמארטפאון תקנות.

אבער מצד השני דארף מען פארשטיין, אויב ס'איז אזוי פשוט און אזוי נישט אפעקטיוו, פארוואס רעגן די תקנות אזוי אויף דעם עולם? דאס לעבן באשטייט פון גענוג שוועריגקייטן און מיט אלעם גיט מען זיך באיזה אופן שהוא אן עצה. וואס איז אזוי עק וועלט אז די מוסדות זענען די שלוחים פאר נאך א שוועריגקייט? ביג דיל!

דאס דערציילט אז דער עולם גלייבט גאר ווייניג אינעם חינוך סיסטעם. דערפאר גייט דער קלענסטער פראבלעם אויף די נערוון. מ'איז נישט גרייט צו שוויצן קיין טראפ מער כדי די מוסדות זאלן זיין צופרידן, ווייל דאס שיקן די קינדער אין די היימישע חדרים ווערט געזען ווי א הכרח וואס קומט מיט האבן א משפחה. ווען מען טוט עפעס באין ברירה, ווערט דער מינדסטער צוגאב אויפגענומען ווי א שוועריגקייט. שוועריגקייטן האט קיינער נישט ליב, און ווען מען פילט נישט ווי מען באקומט עפעס ווערדפול צוריק ווערט מען צע'ברוגז'ט און צערייצט.

און דא שטעקט דער אמת'ער פראבלעם. איינמאל דער ציבור פארלירט דעם צוטרוי אין די מוסדות, פארלירט דאס גאנצע עסק דעם טעם און ס'איז לא ימלט אז פראבלעמען און רייבערייען זאלן זיך נישט אונטערריקן. ווען איך לעב מיט א מענטש באין ברירה, ווייל די אומשטענדן צווינגען מיך דערצו, וועלן קריגערייען און אמפערייען זיכער אונטערקומען. ווען דער עולם קוקט אן די מוסדות מיט די זעלבע אויגן ווי א שווערן באלעבוס, וועלן הסברים, שוין אפגערעדט פון צוואנג, גארנישט לעזן. פארקערט, יעדע תקנה, אפילו מיט די בעסטע כוונות, וועט שלעכט אויפגענומען ווערן. אלץ ווייניגער מענטשן וועלן אלץ ווייניגער מיטארבעטן און אלץ מער מענטשן וועלן ווערן אלץ מער אומצופרידן.

אנשטאט טראגן דעם ענין ווייטער, צו זוכן דעם/די שולדיגן/שולדיגע, לאמיר זיך ליבערשט דא אפשטעלן. באשולדיגונגען פירן אין ערגעץ נישט. דער איינציגער תכלית וואס קומט ארויס פון זוכן א שולדיגן איז נאר אז מען פארגעסט די נקודה. לאמיר דא בלייבן שטיין און זיך ראשית כל באקענען מיטן שורש און וויסן וואס שטערט באמת. דערנאך וועט זיין גרינגער צו גיין ווייטער.

בתורת נ.ב. זאגט מיר דאס הארץ, אז די קריטיק אויף די מוסדות – ווי בארעכטיגט עס זאל נאר זיין – איז אין א געוויסן זין מער אן אויסדרוק פון א טיפערער ווייטאג קעגן דער חרדישער סטרוקטור בכלל. אבער דאס איז שוין א טעמע פאר זיך.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: טאטעס, קינדער, מוסדות, און תקנות (2)

שליחה דורך יהושע חיים »

שטארקע נקודה

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

די היימישע מוסדות פאר אונזער עולם, איז פונקט אזוי ווי פאבלוק סקול פאר די גוי.

טאקע דערפאר ווייל סאיז מילתא דפשיטא אז אונז שיק מיר, און מוזן שיקען, אין די היימישע מוסדות, דאס איז א סיבה צו קענען האבן טענות אויפן מוסד פארוואס מאכסטו תקנות, און דיסקרימינירסט דער וואס האלט נישט דערביי.

אויב וואלט געווען די מצב ווי דו זאגסט אז יעדער שיקט ווי ער וויל, דעמאלטס האט א מוסד א רעכט צו מאכן עקסטרעמע תקנות און זאגן דער וואס האלט נישט דערביי זאל נישט שיקען. אבער אזוי ווי די מצב איז אז מ'מוז אן אויסנאם שיקען צו אונזער מוסדות, דאן פונקט ווי די פובליק סקול קען נישט ארויסוארפן איינעם איבער א עקסטרעמע תקנה נאר דארף זיך צושטעלן צום המון עם, אזוי דארפן די מוסדות אויך זיין, און קענען נישט מאכן תקנות וואס רוב הציבור אין יכולן לעמוד בו, (אדער אפילו א מיעוט) און מוזן זיך מער בייגן צום היימישן עולם.
פארשפארט