א אפענע בריוו צו הרב ליפא שמעלצער מ'עירמאנט: ווען דו האסט ארויסגעגעבן דיין ערשטע טעיפ שמע האסטו איינגענומען די אידישע וועלט מיט דיין טעלענט פון נגינה אין דיינע אידישע ניגונים האט אויפגעריסן אין די אידישע וועלט מיט דיין טעלענט פון גראמען וואס דו ביסט ממש א חידוש. ווען דו האסט ארויסגעגעבן ליפא לטובה איז שוין געווען פרומע חברה וואס האבן פארפירט אבער די המון עם האט נישט געהאט קיין פראבלעם די נעקסטע ליפא בדרך האבן זיך שוין אפילו אביסל פונעם המון עם זיך גערעגט; (דעמאלטס האט זיך ארומגעדרייט די קארני זשאוק ליפא בדרך ליפא איזאראפ פון וועג). האסטו ארויסגעגעבן לעילא ולעילא איבערצובעטן די המון עם. נאכדעם איז געווען קעניינע הרע וואס דעמאלטס איז מען שוין ארויסגעקומען מיט א קול קורא אבער האסט נאך אלץ געהאט די פענס וואס האבן געזאגט אז דו ברענגסט אריין א נייע סטייל פון ניגונים אין די פרומע חברה פארשטייען נישט דערצו. נאכדעם איז געווען לקרוא את ההלל, נישטא וואס צורעדן פון דעים. דערנאך איז געווען א פשוטע איד וואס די טעלענט וואס איז געווען אין דעים טעיפ איז נישט צום פארשטיין אבער דא איז שוין געווען די חברה וואס האבן בכלל שוין נישט גערעדט פון דיר דו ביסט שוין געווען ביי זיי אינגאנצן אפגעפרעגט אבער ביי פלעטבוש פייוו טאוןס בארא פארק האסטו נאך געהאט וויאזוי מען זאגט אין ענגליש Die hard fans. דערנאך האסטו געמאכט משה'לע וואס נעמט נאך היינט ארויס די געגועים ווען מען הערט עס. נאכדעם איז געווען מעימקא דליפא Leap of faith. נאכדעם איז געווען דאס פינטעלע איד וואס דא איז שוין outrage all over אויף ווי איז דיין בארד ניגון אבער דא האסטו גע'ענטפערט אז סאטמאר רבי האט דאך עס געזאגט מעגסטו מאכן א ניגון אויף דעם, אקעי איך הער. אין די אנדערע ניגון מיט דעם ליין פון שוין פארלאשן דאס גיהנום וואס דארט האבן שוין אפילו די חברה וואס האבן דיר געבעקט אלע יארן שוין געשפרינגן אבער דא האסטו דיך פארענטפערט על פי קבלה. אבער מיט דיין יעצטיגע טעיפ וואס דו האסט ארויסגעגעבן א ניגון וועגן "עגל" ווי נעמט א איד וואס עמדו רגלו על הר סיני די חוצפה פון ארויסגעבן אזא ניגון ווען דו וואלסט געווען אין מצרים וואלסטו געווען פון די חלק וואס איז נישט ארויס דו פארשטייסט דען די דור דעה; ס'איז דא א מעשה אז א רב האט אמאל געהאלטן א דרשה וועגן מנשה המלך אין ער האט זייער מיאוס גערעדט וועגן אים יענע נאכט איז אים מנשה המלך געקומען אין חלום אין געזאגט ווען דו וואלסט געווען אין מיינע צייטן וואלסטו דו דיך אויפגעהויבן די עקן פון דיין קלייד צו קענען לויפן שנעלער צו דינען עבודה זרה אין ווי קומסטו אין דו רעדסט וועגן מיר, יענע רב איז כאטש געווען איינער וואס איז געווען א גרויסע מענטש זעסטו אז מנשה המלך איז אים געקומען אין חלום. אבער וואס ביסטו א מענטש וואס גייט אין קאלעדזש אין לערנט כפירה, א איד וואס פאוסט מיט מיידלעך, אין דו גייסט מאכן א ניגון וועגן עגל ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען דיר פארשטיינערט אין נאכגעשריגן אין די גאסן אבער ליידער זעמיר אינז היינט אזוי פארזונקן אין מ"ט שערי טומאה אז ס'איז דא מענטשען וואס גייען שרייען אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער זאלסט וויסן אז דו זאלסט דיך שעמען צו קוקן דיין אייגענעם פרצוף אין שפיגל דו ביסט ערגער פון די משכילים מיט זייערע ביכער ווייל ניגונים גייט אריין סאך טיפער ביזען נשמה, איך וועל נישט זיין סופרייזט אז דו גייסט זיך איין טאג עמטליך דערקלערן אלס א כופר.
נ"ב נעם אראפ דיינע שמוציגע הענט פון די חינוך פון אונזערע הייליגע קינדער צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא.
החותם בדמע אחד שעומד רגלו על הר סיני
.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
שלמה המלך האט געשריבן:איך האב נישט זוכה געוועהן צי דע פיקטשער פון וואס ער שרייט! זיי נישט ברוגז סאמטינג איז ראנג אז די קימסט אן צי דע פיקטשערס! (כאטשיג ווייז פאר'ן עולם דעם בילד אויף וואס די ביסט אזוי בייז... לאמיר אלע [הנאה האבען און דערנאך] שרייען....)
עס איז א מאל געווען א לאנגווייליג פאסטעכעל אליין מיט זיין שעף אין פעלד. ער האט זיך פאראבירט צו אינטערהאלטן מיט מאכן א ביסל לעבעדיג אין שטאט. ער האט זיך גענומען מאכן א ויצעקו "א וואלף". די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעלאפען אזאש וואו א כאפטצעם אין די 1980s מיט הייס געווער בשעת די פאסטעך האלט זיך זיין ביר בייכעל פאר געלעכטער. דער פאסטעך האט איבערגעניצט זיין וויץ אפאר מאל ביז איין טאג איז טאקע געקומען א וואלף און די פאסטעך האט זיך גענומען מאכן צעקות. אבער אין קול ואין עונה, אויס וויץ...
די רבנים זענען חס ושלום נישט קיין וועלף אבער זיי האבן געשריגען די ווארט "אסור" אויף דעם הרב שמעלצער פון דעי וואן. הרב שמעלצער איז געווען די ערשטע מענטש זייט אידישקייט אין אמעריקא וואס פערציג רבנים פון אלע שיכטען און קרייזן זענען ארויסגעקומען קעגן אים בעפאר א סעפרעט סיטינג קאנצערט. דרך אגב שוועקי האט געמאכט א מיקסט קאנצערט צוויי וואכן פריער אבער די רבנים זענען געווען צו ביזי חתמ'נן קעגן הרב שמעלצער.
רבנים, עטץ האט'ס געשריגען אסור קעגן סטראבערי'ס, פיש, שייטלען, סינק'ס, ארטיסטן, חול המועד פלעיס, חול המועד סליידס פאר פרויען, פארן קיין פלורידע, קאמפיוטערס בעפאר די אינטערנעט, סידי ראם'ס, די אינטערנעט, טישוס נישט כשר לפסח, בראנפען אן הכשרים, פרעש ווייפס אן א הכשר, צומת הגידים, די עירוב אזאש ביז מיכאל שניצלער'ס "טעיפס" אין די ניינטיס. די ליסט אף אסירים איז ענדלעס.
יעצט שרייען ענק נאכאמאל "אסור"?! צו וועמען?! קיינער הערט ענק שוין נישט אויס...
.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,
און די מיליאנער שפאנישע פארשטייען פשוט נישט צו מוזיק?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל