לעבן און טויט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

לעבן און טויט

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

געשמאק כ'לעב
קיין גבולים שוועבט
נהנה מזיו השכינה
איין שטיק נשמה

כ'לעב
כ'האב הנאה
כ'שפיר
כ'פארשטיי

אין סוף
רוחניות
קיין זמן
קיין מקום

קיין ספיקות
קיין דמיונות
קיין חלומות
קיין הוקוס פוקס

געקומען א צייט
בעל כרחך אתה מת
די מוזט שטארבן
גזירות הבורא

געהארגעט
סגעשטאכן די אויגן
פארנייט מיין מויל
פארשטאפט מיין נאז

כ'בין בלינד
שטום
טויב
שפירלאז

נישט קיין שכל
קיין פארשטאנד
קיין דעת
קיין פילינגס

אין סוף, ס'שטומט נישט
רוחניות, כ'גלייב נישט
אין מקום, נישט משיג
אין זמן, ס'מאכט נישט קיין סענס

ווי א בלינדער מיט קאלירן
א טויבער מיט א קול
א וועטשטעבלס מיט פילינגס
א שוטה מיט שכל

כ'בין טויטטטטט
און טויט
און טויט
און טויט

כ'פארטיי נישט
דער עולם וואונטש מיר
ווידער דעם טויט
ביז די הונדערט און צוואנציג

און איך וויל שרייען
אוי טאטע גענוג
גענוג מיט די טויט
יעצט לאמיר צוריק לעבן

אוי טאטע ווען..
יא, איך פרעג דיר ווען?
ווען וועט שוין זיין די מינוט
ווען וועל איך שוין ווידער דעגרייכן דעם לעבן

מיין טאטע זאגט אבער
שעפעלע טייערע
ס'לוינט זיך צו זיין אביסל טויט
נאכדעם וועט די לעבן זיין אסאך בעסער
[NAMELESS]

Re: לעבן און טויט

שליחה דורך [NAMELESS] »

עקספלעין?
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

ראשעקאל האט געשריבן:עקספלעין?


די נשמה פאר ס'ווערט געבוירן דאן לעבט עס, ווען סקומט אראפ דא אויף דעם עולם שטארבט עס אפ אויף דעם טויטן עולם הזה, אבער סלוינט זיך די טויט, פאר דעם לעבן וואס קומט נאכדעם, נאך 120, נאכאמאל אויף יענעם עולם..

יעצט ליין איבער...

ס'א געלונגען שטיקעל...
פארשפארט