נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
סאטמארע מוסדות אין ב.פ. sued דורך דרייווער פאר ראסיזים
http://www.vosizneias.com/205053/2015/0 ... -back-pay/
http://www.newsweek.com/black-bus-drive ... ool-337927
http://www.newsweek.com/black-bus-drive ... ool-337927
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://www.vosizneias.com/205053/2015/06/02/brooklyn-ny-black-school-bus-driver-sues-borough-park-satmar-school-over-slurs-owed-back-pay/
http://www.newsweek.com/black-bus-drive ... ool-337927
צו די מעשה איז אמת צו נישט, ווייס איך נישט, אבער וואס געפעלט מיר יא, אז אידען, וועלכע ווערן צורודערט פון די קלענסטע מאס פון כמו-אנטיסעמיטיזם, זענען מיר פון די גרעסטע ראסיסטען וואס איז פארהאן.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער טונקל-הויטיגער (געוועזענער) באס דרייווער האט געזוכט, און באקומען זיינע 15 מינוט פון פאפולאריטעט אין די אמעריקאנער מידיא, וועלכע זוכט זיך ארויפצוכאפן אויף אזעלכע נישט געשטויגענע מעשיות. ערשטנס איז עס א גוטע געלעגנהייט צו באשמוצן די חסידים. די לעצטע גרופע וועלכע מ'קען אטאקירן און באשמוצן אן מורא פאר די קאנסעקווענצן. אויך קענען זיי פראקטיצירן זייער היפאקריטישע, פאלשע ליבעראליזם אן דעם וואס עס זאלל זיי קאסטן עפעס. און אפשר האפט ער און זיין לאיער צו באקומען א פאר דאללער אויך.
אבער ווען מ'קוקט א ביסל מיט א רעאליסטישן בליק קענמען זעהן אז די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי שקר, פאנטאזיע און בלאף. ערשטנס. די סקעדזשולס פון ישיבה טראנספארטעישן פארלאנגען נישט קיין ארבעט פון 13 שעה א טאג. און א יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, און האלט חשבון וויפיל שעות ער ארבעט און ער דערווארט צו ווערן באצאלט לויט דעם. אזוי, אז ער האט דארט געארבעט א פאר חדשים און נישט רעאגירט ווען מ'האט איהם נישט באצאלט לויט די שעות וואס ער האט געארבעט.
און די אלע עקסידענטס וועלכע מר. שאפפער, דער טראנספארטעישן מענעדזער טענה'ט אז דער דרייווער האט געמאכט, קענען זייער גרינג אויפגעוויזן ווערן. סאיז פארשריבן ביי די פאליס און די אינשורענס קאמפאני.
די איינציגע טייל פון זיין לאוסוט וואס מ'קען אפשר טיילווייז גלייבן איז אז א פאר ווילדע קינדער האבן אפשר געווארפן זאכן אויף איהם און נישט גערעדט מיט רעספעקט. נאר דאס איז א טייל פונ'ם דזשאב. און די הנהלה נעמט אייביג אן ערנסט אזאלכע קאמפלעינטס,...!

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://www.vosizneias.com/205053/2015/06/02/brooklyn-ny-black-school-bus-driver-sues-borough-park-satmar-school-over-slurs-owed-back-pay/
http://www.newsweek.com/black-bus-drive ... ool-337927
צו די מעשה איז אמת צו נישט, ווייס איך נישט, אבער וואס געפעלט מיר יא, אז אידען, וועלכע ווערן צורודערט פון די קלענסטע מאס פון כמו-אנטיסעמיטיזם, זענען מיר פון די גרעסטע ראסיסטען וואס איז פארהאן.
נישט אז אידן זענען גרעסערע ראסיסטן ווי אנדערע, נאר מ'האט אונז פשוט נישט אויסגעלערענט צו זיין פאליטיקלי קארעקט און מ'זאגט וואס מ'טראכט
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
א 23 יעריגע (נישט באקאנט אויב א בחור אדער יונגערמאן) האט געפירט צו א פאליס טשעיס איבער די גאסן פון מאנהעטן.
די אינצידענט האט פאסירט פאריגע דאנערשטאג ווען ער האט געטוישט לעינס אין די האלענד טונעל און געפארן ווילד. א פארט אטאריטי פאליציי קאר איז אים נאכגעפארן און געהייסן זיך אפשטעלן אבער ער איז ווייטער געפארן. עטליכע גאסן איז ער געגאנגען רונג וועי ביז ער האט אריינגעזעצט אין א צווייטע קאר און געקומען צו אן אפשטעל.
nypost.com/2015/08/06/driver-with-suspended-license-races-wrong-way-down-sixth-ave/

פארדריי די דיר דיין קאפ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הירשל ציג האט געשריבן:דאס אז זיי שיקען א מוסלימינע פרוי צו דעקן די מעשה איז זאלץ אויף די אפענע וואונד, כנלענ"ד
און ווען מ'קוקט אן דעם קאנטראסט, זעהט מען אז די מוסלאמינישע פרוי איז מער צניעות'די אנגעטון ווי די אידישע פרוי. אט דאס איז די איראניע פון דעם מצב. זי ( די מוסלאמינקע) וויל אז מ'זאלל רעספעקטירן אירע רעליגיעזע איבערצייגונגען. ווען אין די זעלבע צייט לייגט זי א פראגע צייכן אויף די רעליגיעזע איבערצייגונגען פון די אידישע סעקט. דא שטעקט דאס אנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאציע אקעיגן די אידשע רעליגיע פון די בריטישע מידיא. נישט נאר אין פאליטיק לגבי מדינת ישראל. נאר אויך לגבי אידן בכלליות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דריידל האט געשריבן:א 23 יעריגע (נישט באקאנט אויב א בחור אדער יונגערמאן) האט געפירט צו א פאליס טשעיס איבער די גאסן פון מאנהעטן.
די אינצידענט האט פאסירט פאריגע דאנערשטאג ווען ער האט געטוישט לעינס אין די האלענד טונעל און געפארן ווילד. א פארט אטאריטי פאליציי קאר איז אים נאכגעפארן און געהייסן זיך אפשטעלן אבער ער איז ווייטער געפארן. עטליכע גאסן איז ער געגאנגען רונג וועי ביז ער האט אריינגעזעצט אין א צווייטע קאר און געקומען צו אן אפשטעל.
nypost.com/2015/08/06/driver-with-suspended-license-races-wrong-way-down-sixth-ave/
דער ארעסטירטער דרייווער זעהט אויס (לויט זיין אויפפיהרונג( צו זיין א צולאזטער יונג, וואס ס'פעלט איהם א שרייפל. כ'בין זיכער אז די אידישע שתדלנים וועלן ערלעדיגן אז מ'זאלל פארלייכטערן זיין שטראף, וועלכע ער האט זיך ערליך פארדינט. אבער דאס רעפלעקטירט בשום אופן נישט אויף די חרדי'שע באפעלקערונג...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
הירץ אייכל גומפרץ האט געשריבן:אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן (אומ)שולדיגע פאסט אויף עמיצנ'ס פעיסבוק וואנט וואס האט זיך געלייענט אזוי:
No Belz woman is allowed to operate a vehicle anymore!
בייגעלייגט איז געווען די פאלגענדע בילד
און דאן האט א לאקערענדע זשורנאליסט פון די JC עס געכאפט פאר זיי פעיפער און דאן האט עס עקספלאדירט ארום צו די גרויסע אנדערע נייעס סטאנציעס און טאלק שאוס, פון די פאפולערסטע אין די קאנטרי. אצינד איז עס אנגעקומען דערצו אז די עדיוקעישן מיניסטער האט פארשפראכן אנצוהויבן מיט אן אינוועסטיגעישן אין בעלזע מוסדות. ווען מ'שרייט אויף עדיוקעישן, רעסיזם און אביוז געט קיינער נישט קיין הוט, פלוצלונג מ'רעדט פון פרויען דרייווערס און אלע וועקן זיך אויף. א סימן אז די פרויען טוען ב"ה גוט אין די מידיא. מיר האבן זיך דערלעבט.
The JC
ITV News
The Evening Standard
Channel4
BBC NEWS - פערצן מינוט אריין די פראגראם
BBC NEWS היינט צופרי - פון 01:24:00
http://www.lbc.co.uk/ אויף די LBC איז געווען א גאנצע דיסקאשן איבער דעם מיט עמיצער ראביי פינטער און א בעלזע הנטשטעטער וועלכע האבן זיך צו שאנד און צו שפאט געמאכט, פארשעמענדיג אונז אלע. רעקארדינגס פארן ארום אויף וואטסעפ. "אויב פרויען וועלן דרייווען קענען מיר חלילה ווערן טעינטעד און קארופטירט"
Ministers investigate orthodox Jewish sect’s ‘bid to stop women driving to school’
אין די שוהלן האבן זיך געטוהן א מפכה. פארוואס זענען די גוים אויסן אונז אזוי צו באשמוצן? פארוואס מוז אלץ וואס פאסירט ביי אונז אזוי שנעל אנקומען צו די גאס? ווער ווייסט וועם מ'קען נאך טראסטן?
אט אזוי, מ'קען טאקע מער קיינעם נישט טראסטן און דערפאר ברויך מען אנהויבן זיך פירן ישר בעיני אלוקים ואדם. געענדיגט האבן זיך די צייטן וואס מ'האט געקענט איבעררעדן א טאטן זאל דיך געטרויען זיין קינד אפאר שעה א וואך זאלסט אים טוטערן; אריינדרייען א שכן אין א לעגאלן פלאנטער; קויפן א הויז אויף דיי קוזינ'ס נאמען/ עפענען א טשאריטי מיט דיינע דריי חברותות אין כולל/ בעטן דיין חבר דער ביזנעסמאן זאל דיר אויספיהלן א רעסיט פאר סטעישאנערי צו געבן פאר די טעקס ריטורנס/ פרינטן א וואוטשער ביזנעס מיט די לאגא פון די השבת אבידה ביזנעס וואס דינוב'ער רעבע'ס ניכטע האט געגרינדעט/ איינלייגן דיין געלט אין די שווייצע בענק מיט דיין שוואגער וואס האט זיך געצויגן אהין לעצטע יאר סוכות/ שתדל'ן און שפיהלן מיט די פאקטן דורך א אפגעקויפטער אידל מיט א געשטיצטע בערדל וואס איז איינגעשטעלט ביי די לאקאלע אויטאריטעטן מיט א ישיבה יוניווערסיטי דעגרי אין אויסטויש פאר א שטיקל קוגל דאנערשטיג נאכט און א אויבן אן זיץ ביי דיין רעבינ'ס ל"ג בעומר פייער/ מיטשיקן א רענצעלע מיט א פעקל..; ארויסקוועטשן פון עמיצן געלט דורך א בלעקמעיל; איינרעדן עולם גולם אז דער הכשר/ביזנעס איז מער אויסגעהאלטן ווי דער אנדערער/איינרעדן דעם בחור'ל אדער מיידל אז ער ברויך גיין פאר פסיכילאגישע הילף/נוצן מערידזש אלס א לעצטע רעזארט צו היילן דעם קינד פון א רוחניות'דיגן פראבלעם/ארייננעמען סיי וועמען אין די ביזנעס, שוהל, מקוה, הכנסת אורחים אהן זיך קודם גוט נאכפרעגן אויף אים. וכו' וכו'.
מען איז נישט אויסן אונז צו באשמוצן אויב וועלן מיר נישט אויסן זיין ענג צו מאכן פאר יעדער וואס גייט נישט גענוי אין גאנג. מיר האבן ליב צו גאסיפן איבער ווער ס'האט וועמען אנגעזעצט און וועמענ'ס פרוי ס'גייט נישט צניעות'דיג אנגעטוהן און די צייטונגען האבן ליב צו גאסיפן איבער א מיטלאלטערליכער שבט וואס לעבט צווישן און אין די מענטשהייט אבער סאמהאו באווייזט אונטערצודריקן אירע מיטגלידער ווי אין א דריטע וועלט לאנד און אפשלאגן די השפעה פון די מאדערנע גאס דעספייט וואס מיר לעבן אין דעם איין און צוואנציגסטן יאר-הונדערט.
און יעצט שניידן זיי די פירות
סערה בלונדון: נעצרו התקציבים לבי"ס בעלזא
הרשויות עצרו את התקציב לבית הספר לבנות של בעלזא • לפני מספר חודשים הוזהרו אמהות התלמידות שלא לנהוג ברכב
יונה שוב יום שני כ"ה אב תשע"ה 20:02 10/08/2015
הרשויות עצרו את התקציב לבית הספר בית מלכה של חסידי בעלזא בלונדון.
הרשויות עצרו את התקציב לבית הספר של חסידי בעלזא בסטמפורד היל שבצפון לונדון, בין היתר בשל מה שהיא מכנה: "אי ציות לחוק השוויון".
בית הספר גם לא עמד לדברי הרשויות "ביכולת לספק את תכנית הלימודים הלאומית, איכות ההוראה, הפרשה לצרכי החינוך המיוחד ומוגבלויות, וחששות רציניים לגבי תקני בריאות ובטיחות".
"בכל אחד מהתחומים הללו, זה בית מלכה לא הייתה בעמדת משביעת רצון לעמוד בציפיות".
לפני מספר חודשים עלה בית הספר לכותרות, כאשר נשלח מכתב להורי בית הספר, וכן להורי תלמוד התורה מחזיקי הדת, התראה כי אין לאמהות לתלמידי מוסדות החינוך לנהוג ברכב. וכי ילדים לאמהות נוהגות, לא יוכלו להתקבל ללימודים במוסדות הללו.
נציבות השוויון וזכויות אדם של אנגליה הזהירה את המוסדות כי מדובר בהוראה בלתי חוקית. בית הספר טען כי לא מדובר בהוראה רשמית מטעמם.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=88148
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
זינלאזע בחורים טאנצען אויף מסוכנדיגע הייוועי אהיים קומענדיג פון קעמפ
(נישט אז דער וואס האט אפגעכאפט די ווידיא [דורך זיין דאש קעמ.] קומט זיך נישט א גרויסען טיקעט , מען פּעססט/passed נישט אזוי שנעל א באס מיט צילאזטע יונגען דערנעבען)
https://youtu.be/w0BnNh6IeXs
(נישט אז דער וואס האט אפגעכאפט די ווידיא [דורך זיין דאש קעמ.] קומט זיך נישט א גרויסען טיקעט , מען פּעססט/passed נישט אזוי שנעל א באס מיט צילאזטע יונגען דערנעבען)
https://youtu.be/w0BnNh6IeXs
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
איך האב גאר ווייניג סימפאטיע מיט די הארצלאזע טיקעט טיילער (און איך האב אפילו א משהו הנאה אז איינער שפילט אויס זייער מאפיונערישע לעגאלע גזילות)
אבער אז איינער האט באוויזען זיך אנציזאמעלען א חוב פון 118 טויזענט טולער מיינט אז ער האט שוין בעוולעט אומצאליגע מענטשען מיט דאבעל פארקינג וכדומה
ועבירה גוררת עבירה שגרם לחילול השם
http://m.nydailynews.com/new-york/fine- ... -1.2342683
אבער אז איינער האט באוויזען זיך אנציזאמעלען א חוב פון 118 טויזענט טולער מיינט אז ער האט שוין בעוולעט אומצאליגע מענטשען מיט דאבעל פארקינג וכדומה
ועבירה גוררת עבירה שגרם לחילול השם
http://m.nydailynews.com/new-york/fine- ... -1.2342683
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
Three-year-old ultra-Orthodox Jewish children told 'the non-Jews' are 'evil' in worksheet produced by London school - Education News - Education - The Independent - http://www.independent.co.uk/news/educa ... 81682.html
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
אוי געוואלד
EXCLUSIVE: Yeshiva teacher pointed out test answers to class - NY Daily News - http://m.nydailynews.com/new-york/yeshi ... -1.2410908
EXCLUSIVE: Yeshiva teacher pointed out test answers to class - NY Daily News - http://m.nydailynews.com/new-york/yeshi ... -1.2410908
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
5 יעריגע קינדער דארף מען ווייזען ווי אזוי צי מאכען א סורקל, אויב ער ווייסט דע ענפער, זיי מאכען אזא טעסט דאס ערשטע מאל אין זייער לעבען, זאלען זיי ווייזען א ווידיא טעסטס פון 11/12 יעריגע יונגלעך וועלן זיי וויסען בעסער א ווי דע סטאדענטען פון פאבליק סקאלס, טעסט ביי די 18/19 יעריגע ווייס איך שוין נישט,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
ידען האט געשריבן:סע קומט דא?
חני געטטער א געי היימישע מיידעל
http://yiddish.forward.com/workspace//a ... tter.L.mp3
זינגט ווי א פריעד.
.I got voices in my head.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בת קול האט געשריבן:ידען האט געשריבן:סע קומט דא?
חני געטטער א געי היימישע מיידעל
http://yiddish.forward.com/workspace//a ... tter.L.mp3
זינגט ווי א פריעד.
ערשטנס: זאגט זי נישט ריכטיג ארויס די ליריקס. די ווערטער פונ'ם ניגון. זי זאגט ..."אחרי"...מיט א צירי, נישט מיט א פתח. ווי מ'דארף צו זאגן. דאס ערשטע מיינט ..."נאך"...אין א כראנאלאגישן סדר. די צווייטע מיינט מיינט פיזיש נאכגעגאנגען...!
זי באקלאגט זיך אז מ'האט איהר נישט געמאכט קיין אויפרוף פאר איהר געי-חתונה...אויך. ווען איינע פון איהרע געי פרענדס האט געהאט א קינד, (נישט דעם נאטורליכן וועג) האט מען נישט געמאכט קיין קידוש שבת אין שול. וואס וויל זי...?! סוכ"ס זענען אפילו די מאדערן-ארטאדאקס קהילות נאכנישט אינגאנצן פאררוקט, אזוי ווי די רעפארמער און קאנסערוואטיוון, וועלכע, אין זייער דראנג צו זיין פאליטיקלי קארעקט זענען אינגאנצן ארויס פון דעם גדר פון נארמאלקייט און פשוט'ן שכל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
אן אויפריף מילא אבער א מי שברך/קידוש וואס האט זיי געשטערט צו מאכן ?
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
לאנגע ארטיקעל וועגן מאלעסטעישען אין היימישע מוסדות
http://www.newsweek.com/2016/03/11/chil ... 32688.html
http://www.newsweek.com/2016/03/11/chil ... 32688.html
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
זיי האבן אונז איינגעשפארט אין געטאס, יעצט זענען זיי אויף די
http://www.channel4.com/programmes/disp ... /62665-001
א שרעקליכע חילול השם ווען די ענגלישע נייעס אגענטור האט אויף די Channel 4 on Dispatches progrem, אנטדעקט אין א געהיימע אינוועסטיגאציע, א נעץ פון חסידישע סלאמלארדס וואס באהאנדלען גויאישע טענענטס ווי די סדומניקעס זייערע מענטשן - בזמנם. די געלט הונגעריקע קאלטבלוטיגע פראפערטי סוחרים טוען בגנבנ'ען די לאקאלע קאונסולס מיט שווערע מיליאנען פון גאווערנמענט געלטער וואס דארפן אנגעבליך גענוצט ווערן צו האוזן היימלאזע ארימעלייט אבער אנשטאט די געלט זאל ווירקליך אויפרעכטן די נעבעכדיגע מענטשן, זעצן די לענדלארדס אריין די אומללים און פארשווארצטע, ענגע לעכער, אינפעסטירט מיט פעסט און פעלערהאפטיגע פאסיליטיס. פיהלע פון זיי אפילו בחזקת סכנת מיידית פון פייער אדער גאז ליעק, און שארן אריין די מיליאנען גראד אין זייערע טיפע קעשענעס. אויף וואס די געלטער ווערן דערנאך גענוצט דארף איך אייך נישט זאגן! לאוו עכ'רבי גנב אלא ראש הקהל גנב! אז מ'וויל אפהאקן דעם קאפ דארף מען קודם גיין אויף די פיס וואס האלטן אים. די 'אויף געלט באזירטע' שותפות וואס בינדט צוזאם די דריי, די עשירים, רבנים און עסקנים מוז איינמאל פאר אלעמאל צעריסן ווערן. נאר אזוי וועלן מיר בייקומען EVIL.
די יודעי דבר ווייסן צוזאגן אז נאך א צאל געלט גייציגע לענדלארדס זענען באזוכט געווארן פון די אויספארשער/זשורנאליסטן און אינפארמאציע איבער זיי איז איבערגעגעבן געווארן צו די אויטאריטעטן. גאט זאל אפהיטן אז די ארעסטן זאלן נישט שאטן קיין שום אומשולדיגע איד און ווי ווייניגער צער גורם זיין פאר די ארומיגע פון די עוברי עבירה. עס איז קלאר אז ידיים יהודיים באמצע און דאס ווייזט נאר ווי שיין אונזער פאלק צעבליהט זיך אז מ'האלט שוין אז עס זענען דא אידן וואס חילול שם שמים ברענט זיי און ווי טרייע לוויים שומרי משמרת הקודש זענען זיי גרייט מקריב צו זיין זייערע אייגענע ברודער העובדים לעגל הזהב, וועלכע טוען בחטאם ארויפברענגען קטרוגים און ערוועקן שנאת ישראל אויף אידישע קינדער בכל מקוקמות שהם. מאנכע שפעקולירן אז ס'וועט אפילו ארויסקומען א טובה דערפון פאר די יעניגע העושים פרנסתם באמונה אזוי אז ס'וועט רייניגן דער וועג פאר זיי פון די אגרעסיווע אוממאראלישע קאמפעטיטערס.
אויב עמיצער איז נאך מסופק פארוואס עס איז וויכטיג א well rounded עדיוקעישן.