געשמאק כ'לעב
קיין גבולים שוועבט
נהנה מזיו השכינה
איין שטיק נשמה
כ'לעב
כ'האב הנאה
כ'שפיר
כ'פארשטיי
אין סוף
רוחניות
קיין זמן
קיין מקום
קיין ספיקות
קיין דמיונות
קיין חלומות
קיין הוקוס פוקס
געקומען א צייט
בעל כרחך אתה מת
די מוזט שטארבן
גזירות הבורא
געהארגעט
סגעשטאכן די אויגן
פארנייט מיין מויל
פארשטאפט מיין נאז
כ'בין בלינד
שטום
טויב
שפירלאז
נישט קיין שכל
קיין פארשטאנד
קיין דעת
קיין פילינגס
אין סוף, ס'שטומט נישט
רוחניות, כ'גלייב נישט
אין מקום, נישט משיג
אין זמן, ס'מאכט נישט קיין סענס
ווי א בלינדער מיט קאלירן
א טויבער מיט א קול
א וועטשטעבלס מיט פילינגס
א שוטה מיט שכל
כ'בין טויטטטטט
און טויט
און טויט
און טויט
כ'פארטיי נישט
דער עולם וואונטש מיר
ווידער דעם טויט
ביז די הונדערט און צוואנציג
און איך וויל שרייען
אוי טאטע גענוג
גענוג מיט די טויט
יעצט לאמיר צוריק לעבן
אוי טאטע ווען..
יא, איך פרעג דיר ווען?
ווען וועט שוין זיין די מינוט
ווען וועל איך שוין ווידער דעגרייכן דעם לעבן
מיין טאטע זאגט אבער
שעפעלע טייערע
ס'לוינט זיך צו זיין אביסל טויט
נאכדעם וועט די לעבן זיין אסאך בעסער
לעבן און טויט
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל