איך ווייס נישט צו איהר זעהט עפעס מורא'דיג אין די בילדער וואס איך אדער ר' [tag]וועטערבאריכט[/tag] לייגן ארויף דא, אבער עצור במילין קען איך נישט, ווען איך זעה יעדן טאג די שענסטע ארט אויף די וועלט, אין צייר כאלוקינו, די שיינקייט פון די וועלט, צו די ארט פון די וואלקענעס וואס יעדן טאג איז דאס פון פריש אויסגעשטעלט און עס טוישט זיך כסדר איבערן טאג, צו די הערליכע זריחה און איינדרוקספולע שקיעה וואס לאזט מיר איבער ווערטערלאז, פארפאלן חז"ל האבן דאס גוט מגדיר געווען, און דער שענסטער מאלער קומט נישט צו צו א פשוטע שקיעה פון א גרינעם דינסטאג,
איך זעה אז עס איז דא געוויסע וואס פארשטייען נישט דערצו, און זעהן גארנישט אינטרעסאנט אין השי"ת ווערק וואס ער איז מחדש בכל יום, הגם אז ביי בעט-געוואנד קען מען אויך זעהן הערליכע ארט אויב ווייסט מען וויאזוי צו כאפן די בילד

,
עכ"פ די היינטיגע שקיעה וואס איך שטעל דא פאר, האב איך מצליח געווען צו פאראייביגן נאר נאך אפאר מאל פראבירן עס זאל האבן די ריכטיגע עפעקט (חוץ פון די מענטשליכע דראטן וואס מוזן אייביג אריינשטעקן זייער נאז...), און נאך אלעס איז פארט די עכטע מציאות די שענסטע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-