ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
יישר חילכם געטרייע גבאים !!!פרייוויליג האט געשריבן:דא איז געווען א בילד פון א פרוי. און די א״וו הנהלה האט עס אוועק גענומען.
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
עס זעהט מיר אויס אז זייט ער איז געגאנגען אין קאלעדז האט ער פארלוירן זיין חוש צו גראמען,
אחוץ אין דעם עד מתי ניגון זעהט מען יא עפעס ארבעט,
אחוץ אין דעם עד מתי ניגון זעהט מען יא עפעס ארבעט,
שמעקעדיג האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,
ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין אלבום "א פשוטער איד" האט ארומקורסירט אזא ענליך ווערטל,
"כ'האב געהערט א דורכפארן א קאר מיט א ווילדן טעיפ, כ'האב געמיינט ס'איז א פשוטער גוי, דערווייל האב איך געזעהן עס איז א פשוטער איד..."
ענדליך צו דעם איז ארומגעפארן אין א טעקסט מעסידזש (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז?) ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין הגדה של פסח, די מעסידזש האט זיך געליינט בערך אזוי (אין ענגליש):
נאך די גרויס הצלחה וואס ליפא האט געהאט מיט זיין הגדה של פסח, ווערט געמאלדן אז ער גייט ארויסגעבן א מחזור אויף יום כיפור מיט בילדער אויף די אלע על חטא׳ס, די בילדער גייט זיין פון ליפא׳ס אויפגעפירעכטס דורכאויס די קיילעכיגע יאר.
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך האב יעצט די ערשטע מאל געהערט Be Positive. כ'האב עס אייביג איגנארט מיינענדיג אז ס'איז א סינגל. כ'מוז זאגן כ'האב זייער הנאה פון די ניגונים. ספעציעל נקדישך האט מיך אצינד געכאפט.
די מיוזיק איז נישט אלעס; מ'קוקט אויך אויף'ן טאן, די גראמען און די וועג ווי ליפא שפילט סיי מיט די טאן און סיי מיט די ווערטער. ער איז א דזשיניעס. כ'האב אייביג אזוי געהאלטן. ווען איך אליינס זאג אזוי וואלט איך נאך געמיינט אז דאס איז ווייל איך בין א לינקער אבער שטילערהייט זאגן מיך ערליכע, שווארץ-געזאקענעטע אידן, מבינים אויף נגינה פון נאטור אויס, וואס הערן אים בשתיקה, אז ער איז אויך זייערע פעיוואריט.
אויב זאל מיר עמיצער זאגן אויף ליפא אז ער איז ווי א נביא וואס די דבר ה' רייסט זיך ארויס פון זיין מויל בע"כ אפילו אויב ער וויל נישט; אזוי אויך ליפא, רייסט זיך די נגינה ארויס פון זיינע שטים בענדער, וואלט איך יענעם געגלייבט. מיילעך קאהן אויך. אלע אנדערע זאלן זיך גיין זוכן אזא דזשאב וואו זיך אונטערפייפן און אונטערזונגען ביי די ארבעט איז אנגענומען...

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.