די נייע פראהיבישאן
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
די נייע פראהיבישאן
איך גלייב אז רוב מענטשן דא ווייסן וואס פראהיבישאן איז. פראהיבישאן איז דער נאמען וויאזוי מען האט גערופן די געזעץ דא אין אמעריקא וועלכע האט פארבאטן דאס פאבריצירן, פארקויפן אדער טראנספארטירן אלקאהאלישע געטראנקען, אין די יארן צווישן 920' און 933'.
מיר ווייסן אויך אלע וואס די רעזולטאטן פון דעם געזעץ איז געווען. אז עס איז אויפגעקומען א גאנצע נייע אינדוסטרי פון אומלעגאלע מאכערס און פארקויפערס פון אלקאהאל. עס האט געהויבן פאברעכן און געברענגט אז אזעלכע מענטשן ווי אל קאפאון און זיינס גלייכן זענען געווארן גרויסע און מאכטפולע מענטשן, ווי אויך מולטי מיליאנערן. היינט ווען מען קוקט צוריק קראצט מען זיך דעם קאפ מיט וואונדער, 'ווי איז געווען זייער שכל'. אבער אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווערט פארפירט פון אגענדעס.
עס איז געווען א גאנצע אינדוסטרי פון ספיק'איזיס, אזוי האט מען גערופן די באהאלטענע שענקען ווי מען האט פארקויפט אלקאהאלישע משקאות בסתר. עס איז געווען א ריזן ביזנעס, (און דערצו טעקס פרי...) און במשך אלע יארן פון די פראהיבישאן האט עס געהאלטן אין איין וואקסן און ווערן מער סאפיסטיקירט. ערשט נישט לאנג צוריק איז געווען עטליכע מאל אין די נייעס אז ביים איבערבויען א הויז האט מען געפונען א גאנצע שטאק אונטער דעם אפיציעלן בעיסמענט (וואס דער בעה"ב פון דעם הויז האט ניטאמאל געוואוסט אז עס עקזיסטירט) וועלכע איז געווען א ספיקאיזי אין יענע יארן. איינמאל געדענק איך אין קווינס און איינמאל אין מאנהעטן (קען זיין עס איז געווען נאך, אבער דאס איז וואס איך געדענק).
און אויב מיינט איר אז די רעגירונג האט זיך עפעס געלערנט פון דעם, האט איר א גרויסן טעות. מען מאכט איבער דעם זעלבן נארישקייט היינטיגע צייטן מיט ציגארעטלעך. דאס הייבן דעם פרייז צו אזעלכע משוגע'נע ציפערן האט באשאפן אונטער איר א גאנצן שווארצן מארקעט פון ציגארעטלעך (דיסקלעימער, איך בין נישט קיין רויכערער). ס"ה האסטו גענומען ארנטליכע בירגער און זיי פארוואנדלט אין קרימינאלן אן קיין שום סיבה און אן קיין שום הסבר.
אלזא, פארוואס ברענג איך דאס אויף.
אין די לעצטע צייט בין איך געווארן עדות צו א נייעם פענאמען. פרעמדע מענטשן, אזעלכע וואס קענען מיך נישט און האבן מיך קיינמאל נישט געזעהן, פון אינגע קינדער אזוי יונג ווי אכט-ניין יאר, ביז עלטערע לייט אין די זיבעציגער יארן, קומען צו צו מיר און האלטן מיך פאר היתכן איך פארמאג א סמארטפאון.
איך ווייס נישט צו איר האט שוין אזאנס מיטגעהאלטן, אבער ביי מיר האט עס פאסירט שוין מער ווי איין מאל, אז קינדער, שטינקערס פון אונטער צען יאר זענען צוגעקומען צו מיר און זיך גע'חוצפה'ט מיט א פרעכהייט ווייל איך האב עובר געווען אויף דעם שרעקליכן זינד פון האבן א סמארטפאון. אפגעזעהן פון דעם מציאות אז מיין טעלעפאן האט א פילטער וואס איך האב געלאזט ארויפלייגט ביי טעג אין אפיס און עס האלט מיך גענצליך אפ פון אריינגיין צום אינטערנעט דורך מיין טעלעפאן, אדער צום עפפ סטאר, ס"ה גיט עס מיר צוטריט צו אימעיל און מיינע פאר וויכטיגע עפפס. אבער דאס אלעס גייט קיינעם נישט אן.
אינגעלייט אין בית מדרש, עלטערע אידן אין סטאר און סתם עמך מענטשן זענען שוין א שיינע פאר מאל צוגעקומען צו מיר און מיר אויסגע'מוסר'ט, זה בכה וזה בכה, איינער אביסל איידעלער און איינער אביסל ווילדער, אויף דעם עוולה פון האבן א סמארטפאון.
אלזא, האב איך זיך ארום געזעהן מיט א מציאות, אז וויכטיגע טיילן פון אידישקייט, וועלכע טוען אין א גרויסן טייל כאראקטעריזירן דאס עצם מהות פון אידישע קינדער, ווערן אוועקגעווארפן אין מיסט קאסטן און ווערן ערזעצט מיט נייע, וויכטיגערע פרינציפן. חוצפה און עזות איז געווארן א מצוה. דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה גייט נישט אן מער, מלבין זיין פני חבירו ברבים איז געווארן א נאבעלע אקט, און אלעס כדי צו העלפן א נייעם קולטור גאלאפירן פאראויס.
עס איז געווארן אפיציעל אז מען אפעלירט צו קינדער, צו פרויען, צו אינגע מיידלעך אז זיי זאלן פארהאלטן זייערע עלטערן פארן האבן א סמארטפאון. מען האט זיך פשוט גענומען, מיט א סיסטעמאטישן אופן, יורד זיין לחייהם פון די מענטשן וועלכע פארמאגן א סמארטפאון.
(דאס איז חוץ פון דעם מציאות וואס די מוסדות מיט וועדי האישורים ווערן פון יאר צו יאר ערגער און מער משוגע, עד כדי כך, אז מיין אידענע, וועלכע איז אלע יארן געווען דוקא א גרויסע חסידות'טע פון די אלע וועדי האישור האט שוין דאס יאר זיך צאמגערעגט און זיך געערגערט אויף די גזירות חדשות און דערנידערונגען וואס זי האט געהאט אויסצושטיין פון די מוסדות מיט טעג אינאיינעם און אויף דעם מציאות אז מען צווינגט איר צו שרייבן ליגנט.
דאס ליצנות, פון דעם וואס א מוסד געטרויעט נישט די אייגענע עלטערן ווייזט אין וואסערע סאסייעטי מיר לעבן. ווי זאגט מיר איינער, ווילאנג וועט געדויערן ביז די מוסדות וועלן פאדערן פון אלע עלטערן צו געבן פאר 'טעג' פרייע איינטריט צו זייער בעדרום...)
אין די לעצטע פאר וואכן האב איך צוויי מאל אנגעטראפן עלטערע אידן, ביידע שוין קרוב צו די זיבעציג, דוקא זייער ערנסטע מענטשן, איינער א ביזנעס מאן און איינער א בן תורה, אבער ביידע אויך מאמינים אין דעם 'סיסטעם', און ביידע האבן מיר מסביר געווען מיט א פשטות אז איך זאל זיך איינהאדלען נאך א סעלפאון, א פשוט'ן (וואס ווערט היינט גערופן א כשר'ע...), וואס איך וועל נוצן ברבים, און האלטן דעם סמארטפאון פאר ביני לבין קוני.
איך האב זיך פשוט נישט געגלייבט וואס איך הער. בפרט נאך ווען איינער פון די צוויי (דער ביזנעס מאן) האט מיר מסביר געווען אז אזוי טוט יעדער היינט. און ווי איך הער טאקע פון מענטשן טוט מען טאקע אזוי. איך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן און מענטשן זאגן מיר טאקע מיט א שמייכל: 'אוודאי אזוי, מען האט צוויי סעלפאונס'.
שטיי איך און איך קוק מיט וואונדער. הזאת נעמי, ווי איז די שכל, איז שוין טאקע נישט פארבליבן גארנישט פון דעם מאטעריאל ביי אונזערע אזוי-גערופענע מנהיגים? ווי קלוג דארף מען זיין צו פארשטיין אז דער אינטערנעט און סמארטפאונס זענען א מציאות פון די וועלט און מען גייט זיי נישט אויסרייסן. און אנשטאט גיין אויף דעם נארישן וועג זאל מען אנהייבן מטכס עצה זיין ווי מען קען לעבן א אידישע תורה'דיגע לעבן 'מיט' די אלע זאכן און די טעכנאלאגיע.
ווען מיין באשעפער האט געגעבן דעם תורה אויפן בארג סיני האט ער נישט געזאגט אז די תורה איז נאר שייך ביז 2000 (בערך) ווען דער אינטערנעט גייט אנהייבן פארשפרייט ווערן, אבער נאך דעם גיי איך אויף פענסיע און איך גיב אויף. מיין באשעפער האט שוין דעמאלס געוואוסט אז עס גייט זיין אינטערנעט אויף די וועלט און ער האט געגעבן די תורה מיט דעם, על מנת כן, אז מען זאל זיין אידן אפילו מיט אינטערנעט און מיט סמארטפאונס.
אבער וואס זאל איך טוהן אז איך בין נישט פון די גרויסע, נישט פון די מנהיגים און נישט פון די עסקנים, איך קען זיך נישט גיין שלאגן מיט אונזער נייעם קולטור, דאס איז די קאמיוניטי אין וועלכן איך וואוין און לעב, און ווען איך געפין זיך אין רוים וועל איך טון ווי מען טוט אין רוים. בין איך געגאנגען און זיך איינגעהאנדעלט א נארישן טעלעפאן וואס פארמאגט נאר טאלק, און יעצט בין איך געווארן הייליג.
דער ליצנות איז נאר, אז יעצט ווען דער עולם הייבט אן לעבן מיט 'ספיקאיזיס', און די סמארטפאונס ווערן געהאלטן נאר במחתרת האט מען דאך שוין נישט קיין שום קאנטראל אויף דעם, ניטאמאל צו מען האט סיי וועלכן פילטער. אזוי אז עס איז אפן, איז דאך נאך דא אביסל דער עלעמענט פון בושה און מען וואלט כאטש געהאלטן א פילטער אויפן פאון, יעצט אבער אז קיינער זעהט עס סייווי נישט, קען ער דאך שוין טון וואס ער וויל.
האט מען גענומען א פראבלעם און עס געמאכט נאך ערגער. אבער וועמען גייט עס דען אן, אזוי לאנג ווי פון אינדרויסן קוקט עס אויס גוט, איז גוט. א הפלא'דיגער גאונות וואס נאר אזעלכע חכמים ווי אונזערע ... האבן געקענט אויסטראכטן.
די ווייטאג איז נאר ווען איך טראכט וואס עס וועט אלס דארפן פאסירן ביז מען וועט זיך אויפוועקן פון דעם טיפן שלאף???
בין איך אלזא צוגעקומען צום מסקנא אז מיר האבן דא א נייע פראהיבישאן.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
געוואלדיגע ווערטער און אזוי אמת ליידער, דו ווייסט ניטעמאל נישט וויפיל נערוון צענטערן דו רירסט דא צו (אדער אפשר יא), עס איז דא כמה וכמה סיבות דערצו,
איך האב אמאל ממליץ געווען אויף דעם נח"ש ראזענבערג, כל מקום שאתה מוצא זנות אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים, אז עס איז געווען א סכנה פון מאלעסטעישאן אויף אונזערע קינדער איז אנגעקומען דער אנדרלמוסיא, אבער דער פראבלעם איז אז ער איז געווארן א הורג טובים ורעים, ער קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין דין לדין. והוא הדין הכא, לית מאן דפליג אז דער סמארטפאון/אינטערנעט פארמאגט אין זיך א חשש אבק זנות, זענען ערשינען אויפן האריזאנט א טייל א.ג. "מצילים", א שטייגער ווי דער ראדיקאלער ראבינאוויטש און טייל רבנים, עקסנים ודיינים, והורגים טובים ורעים, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! זיי זענען אויך נישט מבחין בין טוב לרע, פונקט ווי קימאו טעראפי וואס הרג'עט די גוטע צעלן אינאיינעם מיט די שלעכטע און איז גורם שרעקליכע יסורים פארן קראנקן און רוב מאל שטארבט מען פון די קימאו טעראפי ווי איידער פון די ביטערע מחלה ה"י. עס איז מיר נישט געשמאק צו פארגלייכן דעם ראבינאוויטש צום נחש ראזענבערג, אבער די פאקטן רעדן פאר זיך.
לו חכמו ישכילו זאת יבינו לאחריתם! ווי נעמט מען די שכל צו געבן פאר די אנשיקענישן וועלכע מאכן מער חרוב ווי אויפבויען, ממש בנין נערים סתירה, די גאנצע מערכה איז יצא שכרה בהפסדה! ווען דו גיבסט א וועג ארויס מיט א הכשר, און דו טוסט נישט טעראריזירן די עלטערן ווי קליינע בעביס און נאך פארלאנגען באצאלט דערפאר, וואלט מען געקענט אסאך מער אויפטוהן, וכמ"ש קח את הלויים, זאגט רש"י קחם בדברים, דו קענסט נישט נעמען עדאלטס אויפן זעלבן אופן ווי כיתה ג' קינדער, מען דארף מעורר זיין, פרובירן מיט כל מיני אופנים, צום מענטש דירעקט, פערזענליך, משכם בדברים, אן סטראשען און אן נוצן קינדער פאר משכונות, און אויב וועסטו יא זיין אן אויבערחכם און פרובירן אונטערדרוקן א ריזיגע עדה אידן, וועט דאס נאר בעקפייערן און דיר צוריקקומען בייסן שפעטער.
האסט אנגערירט א נקודה וואס איז וויכטיג אויסצושמועסן, און בר כוכבא האט עס דא אויך אנגערירט, אז סוכ"ס איז די גאנצע זאך כמעט ווי א געים (ליידער), די מוסדות מוזן שפילן זייער חלק כאטש זיי ווייסן אז מאנכע עלטערן שפילן זיי אויס אונטערן טיש, דער עיקר איז בהאיך אנפין נקום קדם עלמא, מען זאל זיין שיין פאר די וועלט, קענען פראקלאמירן אין די צייטונגען אז אונזער הייליגע פילטער האט שוין אזויפיל און אזויפיל זיגלען, און כדי צו מאכן דאס פנים נאך שענער און פרומער פאר די פאר ראדיקאלע חברה, אסר'ט מען וואטסעפפ – הגם כ'בין מודה ס'קען זיין פראבלעמאטיש און אדיקטיוו, אבער פון דארט ביזן רידזשעקטן קינדער פון די מוסדות?? דאס איז גענוי וואס חז"ל מיינען "תפסת מרובה לא תפסת"!! איך ווייס פון כמה וכמה אינגעלייט וואס וואלטן גערן געלייגט א פילטער אויף זייער פאון און זיך צוגעשטעלט צו די תקנת המוסדות, נאך אלעם פארשטייט יעדער נארמאלער מענטש אז א מינימום פילטער איז וויכטיג, אבער אז מען קריכט אריין אין די קישקעס און מען איז מוסיף איסורים על איסורים אן קיין ריכטיגע סיבה, פלאצט דער באבל און מען טוט אונטערן טיש וואס מען האט צו טון, ממילא איז נישט קיין ספק אז די וואטסעפפ אוסרים וכדומיהן האבן נאר ערגער געמאכט די מערכה! אבער וויבאלד דער עיקר איז די חיצוניות, עס זאל "הייסן" א פרומע מוסד, טונקט מען קאפ אין זאמד און מען קלאפט זיך אין בייכל אז גאט איז פרייליך ווייל מען האט נאך עפעס גע'אסר'ט.
איך האב פון איינעם געהערט א גוטע סברא, אז ווען דער סאטמאר רבי האט געלעבט זענען געוויסע ראדיקאלן געקומען צו אים און געפאדערט צו אסר'ן ראדיא און גוי'אישע צייטונגען, אבער ער האט זיך אקעגנגעשטעלט מיט די טענה אז אויב וועט מען אסר'ן די קלענערע עוולות וועט עס חרוב מאכן די מערכה אנטקעגן טעלעוויזיע וואס איז גאר וויכטיג, ממילא האט דער מנהיג ישראל געהאלטן אז אלעס אסר'ן האט נישט קיין זין, עס וועט אפילו נישט אויפטון, נאר אדרבה, אנשטאט אסר'ן צייטונגען האט ער פרובירט צו עפענען אן אייגענעם צייטונג פארן עולם און טוהן פאזעטיווע שריט אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו די גויים, און נישט פרובירט אסר'ן יעדן טאג נאך עפעס און מאכן דעם עולם פלאצן שפירנדיג אז זיי ווערן קאנטראלירט אויף טריט און שריט ווי אן ארעסטאנט. די איסורים האט ער נאר געלאזט פאר די סאמע ערגסטע.
ביודעי ובמכירי קאמינא, איך קען אמת'דיגע ערליכע משפחות, אנשים ונשים, וועלכע האבן זיך אלץ צוגעשטעלט און ווילן זיך ווייטער צושטעלן, אבער זיי ווערן סטאק ווען געוויסע נייערע און שטרענגערע פילטערס לאזן זיי נישט טון זאכן וואס זיי מוזן צוקומען דערצו, זיי זענען זייער נישט באקוועם צו גיין צום וועד המוסד אדער צום דיין און פארציילן אלע פריוואטע זאכן פון פרנסה, רפואה אדער עניני אישות, און די אלע מענטשן זוכן אן אויסוועג. באזני שמעתי פון א חשוב'ע פרוי אין מיין געגנט אז ביז היינט פלעגט זי פולשטענדיג קאאפערירן מיט די מוסדות, אבער יעצט מוז זי אנהייבן זוכן אנדערע מיטלען צו קענען אויסשפילן דעם סיסטעם.
מען פארציילט אן עובדא אז איינער פון די מנהיגי הדור איז אריינגעקומען אין די וועד האישור אפיס און געזעהן אז אלע משפחות פונעם מוסד אן אויסנאם האבן ערהאלטן אן אישור, האט ער אויפגעהויבן זיינע הענט צום הימל, און געזאגט "אשרי העם שככה לו, מי כעמך ישראל, עם קדוש וטהור"! און דיע בת היענה'ס זענען אונזערע מנהיגים. נישטא ווער ס'זאל לאכן!

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
איך בין א פערזענליכער עדות צו דער ערשיינונג, ווי יעדער מאן דהוא איז געווארן באלפומעכטיגט צו דינען ווי גאט'ס פאליציי און דערגיין די יארן וועמען אים געפעלט, מבזה זיין מענטשן און טרעטן אויף יענעמ'ס כבוד איז געווארן א לכתחילה, מיט א הייליגן שלייער פון מלחמות ה'. וואס איז מיט כבוד הבריות? וואס איז מיט הוה דן את כל האדם לכף זכות? א תוכחה מיט א גענצליכער "תשא עליו חטא".
דער טרויעריגער טאג פון כינוס כלל ישראל האט אראפגעברענגט י' קבין עזות און טפשות אויף דער וועלט, ווען די מתחילה-ערנסטע-מערכה קעגן די איבלען פון טעכנאלאגיע, האט זיך דערקייקלט ביז שגעון ממש, און מיט דער צייט עוואלירט צו טעראר, רשעות און אכזריות, אוממענטשליכקייט און בארבאריזם, אזש זי שטעלט אין געפאר די פונדאמענטאלע מענטשליכע נארמען פון א געזעלשאפט און דארף אויפשוידערן יעדן רעכטדענקיגער מענטש.

- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איך וויל נאר צולייגן א פרט. מיין אידענע, נישט קיין פריש חתונה געהאטע פרוי, האט לעצטענס אנגענומען א דשאב ארויסצוהעלפן מיט די פרנסה, וויבאלד עס איז ממש באו מים עד נפש. צו איר גלייבט עס צו נישט ארבעט זי פאר ווייניגער ווי 300 טאללער א וואך. זי וואקט יעדן טאג צוויי מאל א האלבע שעה צום דשאב און צוריק פון דארט, ווייל זי וויל זיך שפארן די זעקס פינף דאללער (צו וויפיל עס קאסט) טעקסי געלט. די דזשאב וואס זי טוט איז איז ריסוירטש פאר א עלעקטראניקס און קאמפיוטער פארטס קאמפאני. זי זיצט אין א צימער ווי עס זיצן א רינג פון בערך צוואנציג פרומע אידישע מיידלעך און פרויען, אזוי אז עס איז פשוט נישט מעגליך אז זי זאל קוקן אויף עפעס וואס מען טאר נישט אפילו אויב זי זאל וועלן.
צוליב דעם נאטור פון דעם ביזנעס (ריסוירטש) האבן זיי גאר א שוואכע פילטער, ווייל די בעסערע פילטערס לאזן זיי נישט דורך צו זייער אסאך פון די סייטס ווי זיי דארפן אנקומען. אבער פארן מוסד איז דאס אלעס נישט גוט. אויב זי קען נישט זעהן אז איר בעה"ב זאל לייגן א בעסערע פילטער איז זי מחויב אפצולאזן דעם דשאב, אדער זיך זוכן א נייעם מוסד פאר אונזערע קינדער.
ועל כגון דא נאמר: קאמענטארן זענען איבריג.

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
א ספעציעלער דאנק דיר הדד, האסט מיר געמאכט אן'אמתע שמחה, פיהל מאהל שטיי איך און שטוין, פארגעס פון די איסורים פון גדולי הדור, פוסקי הדור, ליטוויש, חסידיש, ספרדיש און ישיביש, אלע שרייען אז די סמארט פונס [אומגעפילטערטע, שטייצעך] זענען א חורבן עצום ברוחניות ובגשמיות, שוין ס'נעבעך דא חכמים וואס פילען פאר א פאן און אטענשאן אפצולאכען פון אלעם וואס רבנים און ראשי ישיבות זאגען, אוקיי,
אבער ווי קען זיין איין שוטה וואס רעדט זיך איין אז א סמארט פאון איז אומשעדליך, ביי איינעם מערער און ביי איינעם ווינציקער, קיין איין נערמאלער גוי האלט נישט אז ס'יז אומשעדליך, ס'יז סם און פויזען, מענטשען לאזען פאלען זייערע שטיבער און קינדער דורך דעהם, מענטשען פליען אוועק אין סייבער ספעיס און פארלירען טאטש מיט ריעליטי, ס'יז פאקט וואס יעדער ווייסט און זעהט, נאר מ'קען עס נישט אפשטעלען [חוץ ביי עהרליכע פאלגזאמע תמימות'דיקע יודעלעך], ס'ווערט באצייכענט דוכרך וויסענשאפטלער ווי די ערגסטע אויסטרעף אין יאהר הונדערט!
שטטי איך און איך ווינדער זיך, ווי קען זיין אז מ'ווייסט די חורבן, און רבנים און עסקנים שרייען געוואלד, און מענטשען רייען זיך ארום מיט די ריזיגע שעדליכע זאכען אין די הענט בפני כל עם יעדה, אין שוהל, ביי שמחות, אין גאס, און א שטיל, כ'אב נאך נישט געזעהן איינער זאל איינעם זאגען א ווארט, צו וועהם כ'אב עווער גערעדט וועגען דעהם זאגט יעדער אז אינטערעסאנט קיינער רופט זיך קיינמאהל נישט האן פארדאמען די אפענע טינופות'דיקע סל פאון'ס וואס אזויפיהל מענטשען טראגען זיך ארום ברבים אהן קיין בושה, און דא קומט הדד בן בדד מיט אזא גוטע סורפרייזינק בשורה אז טאטעס מאמעס און זיידעס און אפילו גאהר קינדערלעך קומען איהם יום ולילה אויס'מוסר'ן פאר זיין עהרליך געפילטערטע פאון...
יו מעיד מיי דעי!

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: די נייע פראהיבישאן
איז עס דען אזוי? איז יעצט ספעציעל ערגער געווארן די באציאונג צו סמארט פאונס ביים היימישן ציבור דאהי? ביי וועלכע קרייז איז עס אזוי?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: די נייע פראהיבישאן
ולגופו של ענין, איז דער פותח האשכול הונדערט פראצענט גערעכט. מיר חרדים - דער סיסטעם - איז דאך בעיקר געבויט אויף דעם; אז אויף די גאס, די פובליק לעבן זאל זיין גוט און פרום. דערפאר האט מען שוואך געטון קעגן די אינטערנעט ווי לאנג זי איז געווען אראפ געבינדן צום דעסקטאפ אין אפיס, אדער אפילו צום לעפטאפ אינדערהיים. איינמאל אבער דער אינטערנעט האט פארנומען א פובליק אימעדזש, זי ערשיינט שוין יעדעס מאל מ'נעמט ארויס די פאון פון טאש, דאן איז זי דאך אין פובליק, שפרינגט אין פנים אריין. הענס דער פרואוו צו דערשטיקן איר עפנטליכקייט. נידער מיטן סמארטפאון! האב א טעבלעט אנע פילטער אין די קאר, האב אפילו א באהאלטענעם סמארטפאון אין די קעשענע, אבער אבי נישט ברבים.
און די גרעסטע וויץ איז, אז די דאזיגע טיפשות'דיגע שריט דארף מכלומר'שט צוריק האלטן אונזער יוגנט, אונזערע בחורים, וואס מוז סיי ווי, ביי דעפינישאן, האבן זייער - כאטש וועלכע, און כ"ש סמארט - פאון טיף פארשטעקט, פון זיך איינהאנדלען א באהאלטענעם סמארט פאון...
און די גרעסטע וויץ איז, אז די דאזיגע טיפשות'דיגע שריט דארף מכלומר'שט צוריק האלטן אונזער יוגנט, אונזערע בחורים, וואס מוז סיי ווי, ביי דעפינישאן, האבן זייער - כאטש וועלכע, און כ"ש סמארט - פאון טיף פארשטעקט, פון זיך איינהאנדלען א באהאלטענעם סמארט פאון...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
קילער מאן, איך פריי זיך אז איך האב פרייליך געמאכט א איד. אבער ווען דער חורבן פון די סארט הנהגה וועט ענדליך ווערן אזוי גרויס און וועט אזוי שמייסן אין פנים אריין אז מען וועט עס מער נישט קענען איגנארירן, ווען דאס וואס מען פירט יעצט אראפ במחתרת און מען איז גורם אז מענטשן זאלן עס האלטן במסתרים וועט אנהייבן ארויסקריכן פון דארט אין אירע אמת'ע פארבן, דאן וועל איך וויינען. איך וועל וויינען אויף דעם ביטערן חורבן. דעם חורבן וואס די אפענע סמארט פאונס, אן קיינע פילטערס, וואס מען האלט פארבארגן, וואס זיי האבן אנגעמאכט, אויף דעם חורבן החינוך וואס מען האט אנגעמאכט בכדי אנצוברענגען דעם חורבן, ווען עס וועט זיין א מצב אז יעדער שמויגער וועט זיך מיישב זיין אויף וואס מען מעג מחנך זיין די קינדער צו זיין מחוצפים און עזות פנים'ער, ווען די צדיקים וועלכע ציען יעצט אן די קינדער צו זיין מחוצפים און פארלירן יעדעס ביסל בושה וועלן אנהייבן שפירן דעם טעם פון דעם אויף זייערע אייגענע הויט, דעמאלס וועלן זיי אנהייבן שרייען אז דער אינטערנעט איז שולדיג.
און דעמאלס וועלן דו און דיינס גלייכן זיך פאטשן אין בייכל פאר פרייד, ווייל איר וועט ליידער נישט האבן גענוג שכל צו זעהן דעם חורבן וואס וועט זיך אפשפילן פאר אייערע אויגן, און איך וועל דעמאלס שטיין און וויינען אויף דעם צער השכינה און אויף דעם מצב היהדות פון כלל ישראל.
אבער דערווייל, האלט זיך קיל, שמח בחור בילדותך, פריי זיך מיט די פירות פון די נייע עפאכע. איך פרייי זיך מיט מיט דיין פרייד.
(און בד"וו, איך האב זיך זייער שנעל אן עצה געגעבן, איך האב שוין אן אזויגערופענעם כשר'ן סעל פאון און איך בין שוין אויך הייליג)
און דעמאלס וועלן דו און דיינס גלייכן זיך פאטשן אין בייכל פאר פרייד, ווייל איר וועט ליידער נישט האבן גענוג שכל צו זעהן דעם חורבן וואס וועט זיך אפשפילן פאר אייערע אויגן, און איך וועל דעמאלס שטיין און וויינען אויף דעם צער השכינה און אויף דעם מצב היהדות פון כלל ישראל.
אבער דערווייל, האלט זיך קיל, שמח בחור בילדותך, פריי זיך מיט די פירות פון די נייע עפאכע. איך פרייי זיך מיט מיט דיין פרייד.
(און בד"וו, איך האב זיך זייער שנעל אן עצה געגעבן, איך האב שוין אן אזויגערופענעם כשר'ן סעל פאון און איך בין שוין אויך הייליג)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
LG הערט זיך צו צו אייער וויי געשריי! זיי געבן ארויס א פליפ פאון אויף אנדרויד פלאטפארמע, און קיינער אין סמעדרעש וועט נישט כאפן אז איר פארמאגט א סמארטפאון!
http://time.com/3974351/lg-flip-phone-g ... martphone/
.