קליפס פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

קליפס פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

היות נעכטען איז אויפגעברענגט געווארן די ענין פון קליפס פון סאטמאר רב, און איך האב געזעהן אז דער עולם דא איז פרעמד דערצו, ע"כ לזיכו הרבים (ווי ובלכתך בדרך) בין איך מלקט דא די קליפס פון וואס איך ווייס, אויב איינער ווייסט פון נאך ביטע ארויפלייגען.
איך הייב אן מיט איינס וואס איז לדעתי (לדעתי לדעתי) די שענסטע ווי מ'זעט דעם רבין אין א גארטען אינמיטען די נאכט מיט רי' נתן יוסף זיך מפלפל זיין און א עפעס א ספר אינמיטען שרייבן דעם על הגאולה, מ'זעט די רבי קאכט ווי פייער. מ'זעהט אויך סתם די חיי יום יום.
https://www.youtube.com/watch?v=0SkoQc4puy0

ווי באקאנט פלעגט די רביס קאר (געדרייווט דורך סענדר ענגעל) זיך עפענען די דאך. דא קענט איר עס זעהן
https://www.youtube.com/watch?v=gLY2pTX3CtA

די רבי פלעגט פאר פחד נישט פארן מיט א פליגער (נאר איינמאל בסוף ימיו איז ער געווען אויף א פליגער קיין מיאמי) במילא ווען ער פלעגט פארן קיין א"י פלעגט מען גיין מיטן שיף, ס'פלעגט נעמען היבש צייט, אין זייער אסאך הוראות אין פסקים קומט פון ווען די רבי איז געווען אויפן שיף {למשל לערנען ספרי ברעסלב, זמנים ובפרט זמן שבת ביאפאן, ועוד} דא קען מען זעהן דעם רבין אויפן שיף, מזעהט די באגלייטען צום שיף, לערנען אויפן שיף, הבדלה, פייערדיגע ריקודים נאך הבדלה דורך די משמשים, חלק מקבלת פנים בישראל, און נאך. ס'איז כדאי אנצוצייכענען אז די שיף איז געווען די קווין מערי.
https://www.youtube.com/watch?v=PWUbAMPuuHk

דא זעהט מען דעם רבין אויפן באן און א"י
https://www.youtube.com/watch?v=FKArdVRBats

דא איז דא א לענגערע אוםקלארע קליפ פון די קבלת פנים אין א"י
https://www.youtube.com/watch?v=03VSWnOUw7s

כ"א כסליו
https://www.youtube.com/watch?v=qUQrfnysP80

א אנדערע יאר כ"א כסליו
https://www.youtube.com/watch?v=Wf8CpMduLak&app=desktop

ווי אויך איז דא איינער וואס האט צוזאם גענימען עטליכע פון די קליפס און געמאכט איינס דערפון. אבער ער האט אויך דארט אפאר נייע זאכן
https://www.youtube.com/watch?v=0WrX-X62swc
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

עס דארף צו זיין ערגעץ דא אין שטיבל א קליפ פון רביה"ק ווען ער שרייבט על הגאולה אויף א פארטש אינמיטן די נאכט. דער רבי קאכט און שטורעמט.
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז די ערשטע קליפ און די אשכול
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די באן איז אויפן וועג פונעם חיפה פארט קיין ירושלים ,סאטמאר האט פארקויפט ספעציעלע בילעטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך באטראכט דעם רבין ווי ער שאקעלט זיך אויפען פארטש און קיקט אויפען זייגער און איך טריי צו פארשטיין וואס איז געוועהן אין דע מענטש אז ער האט געהאט אזא אימפעקט אויף די גאנצע יודישע וועלט?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

קרעקער האט געשריבן:איך באטראכט דעם רבין ווי ער שאקעלט זיך אויפען פארטש און קיקט אויפען זייגער און איך טריי צו פארשטיין וואס איז געוועהן אין דע מענטש אז ער האט געהאט אזא אימפעקט אויף די גאנצע יודישע וועלט?


די אימפעקט איז בעיקר געווארן נאך וואס ער איז אוועק
.
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

עס איז דא א קליפ (געוויזען אמאל און בארא פארק) ווי די רבי קאכט ביי שלוש סעודות תורה און טייכען טרערען ווערן פארגאסען!!
אלעס מיט א שמייכל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז קליפס וואס איינער פון די גאנץ ברידער האבן געכאפט און זיי בעטן געלט עס צו זעהן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א קליפ ווי מ'זעט דעם רבין ביים קרן הצלה דינער.

https://www.youtube.com/watch?v=o1BsJ6IkY2I#t=25
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

דאס איז אין מעדיסאן סקווער גארדען נישט קרן הצלה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס דרייט זיך ארום א פרישער קליפ פון האדמור מסאטמאר אין אריזאנע, איינער זאל עס ביטע ארויף ברענגן דא
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: קליפס פון הרה

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

עזריאל האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום א פרישער קליפ פון האדמור מסאטמאר אין אריזאנע, איינער זאל עס ביטע ארויף ברענגן דא

דא האסט עס נאכאמאל כהאב עס געלייגט ביי טערעסאנטע קליפס כהאב נישט געוויסט סאיז דא אזא אשכול
https://vimeo.com/133774841
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מקור פון די קליפ
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סרט נדיר והיסטורי יחיד במינו
שנחשף לרגל היומא דהילולא ה36 של כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי יואל טייטלבוים זצוקללה"ה מסאטמאר

מהמעמד צאתכם לשלום לרגל נסיעתו האחרונה לארצינו הק' ביום ה' בהעלתך שנת תשכ"ה לפ"ק, למעלה מחמישים שנה, ברחובות עיר וויליאמסבורג יצ"ו

על הסרט נראים: מרן הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל יוצא מביהמ"ד הישן ד'סאטמאר על 550 בעדפארד עוו. כשאלפי חסידים, אנשים וטף מלווים אותו עד להמכונית מתוך דוחק גדול. בין המלווים נראה ב"א ומ"מ הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. גם נראים רגעי פרידה נרגשים עם הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה. ילדי הת"ת דוחפים עצמם לעלות על האוטובוסים. ובדקות האחרונות נראים רגעי פרידה האחרונות כשהספינה יוצאות לדרך.

http://youtu.be/V_GNk_e2zG8
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

לעצטענס קומען אפיר היסטארישע קליפס איינס נאכן צווייטן

כ'בין נייגעריג וויפיל ס'איז נאך פארבליבן צו רעליסן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

וואס איך זעה בעיקר... עזריאל טיילט מכות.. די נשים האבן זיך פארטיכעלט פארן זיך געזעהגענען מיט די רביצין.. א אינגל האלט אן אמעריקאנע פענדל צווישן די "יחי" פענדליך.. און א צווייטער אינגל קריכט אריין אינעם באס דורכן פענסטער, אויסמיידענדיג די שרעקליכע געדרענג ביים טיר און קאפלעך געפליאכטץ..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

יעדער נעמט ארויס זיין חלק וואס ער זעהט בעיקר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דעם רבי'ן זעהט מען בערך 30 סעקונדעס פונעם גאנצן 4 א האלב מינוטיגע קליפ
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווילדע באשעפענישן
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עזריאל האט געשריבן:סרט נדיר והיסטורי יחיד במינו
שנחשף לרגל היומא דהילולא ה36 של כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי יואל טייטלבוים זצוקללה"ה מסאטמאר

מהמעמד צאתכם לשלום לרגל נסיעתו האחרונה לארצינו הק' ביום ה' בהעלתך שנת תשכ"ה לפ"ק, למעלה מחמישים שנה, ברחובות עיר וויליאמסבורג יצ"ו

על הסרט נראים: מרן הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל יוצא מביהמ"ד הישן ד'סאטמאר על 550 בעדפארד עוו. כשאלפי חסידים, אנשים וטף מלווים אותו עד להמכונית מתוך דוחק גדול. בין המלווים נראה ב"א ומ"מ הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. גם נראים רגעי פרידה נרגשים עם הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה. ילדי הת"ת דוחפים עצמם לעלות על האוטובוסים. ובדקות האחרונות נראים רגעי פרידה האחרונות כשהספינה יוצאות לדרך.

http://youtu.be/V_GNk_e2zG8

אויב איינער קען מיר א טובה טון און דאס ארויפלייגן אויף קאפי/מעגא וכדומה, פון וואו מ'זאל עס קענען דאונלאודן, וועל איך אים גאר שטארק דאנקבאר זיין!!!


אגב, יוטיוב איז ביי מיר פארמאכט.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען כאפן אזעלעכע מכות, אז מ'האט נישט געוואסט אויף וועלכע וועלט מ'איז.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:סרט נדיר והיסטורי יחיד במינו
שנחשף לרגל היומא דהילולא ה36 של כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי יואל טייטלבוים זצוקללה"ה מסאטמאר

מהמעמד צאתכם לשלום לרגל נסיעתו האחרונה לארצינו הק' ביום ה' בהעלתך שנת תשכ"ה לפ"ק, למעלה מחמישים שנה, ברחובות עיר וויליאמסבורג יצ"ו

על הסרט נראים: מרן הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל יוצא מביהמ"ד הישן ד'סאטמאר על 550 בעדפארד עוו. כשאלפי חסידים, אנשים וטף מלווים אותו עד להמכונית מתוך דוחק גדול. בין המלווים נראה ב"א ומ"מ הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. גם נראים רגעי פרידה נרגשים עם הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה. ילדי הת"ת דוחפים עצמם לעלות על האוטובוסים. ובדקות האחרונות נראים רגעי פרידה האחרונות כשהספינה יוצאות לדרך.

http://youtu.be/V_GNk_e2zG8

אויב איינער קען מיר א טובה טון און דאס ארויפלייגן אויף קאפי/מעגא וכדומה, פון וואו מ'זאל עס קענען דאונלאודן, וועל איך אים גאר שטארק דאנקבאר זיין!!!


אגב, יוטיוב איז ביי מיר פארמאכט.

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1093942#p1093942
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט ווערט באקאנט נאך א קליפ ווי מ׳זעהט דעם רבין זאגן א פתיחה דרשה אין סענד׳ס סטריט. די קליפ איז פון יאר תשל״ה.

איך לייג א לינק צו יו טוב אבער ביטע ווער עס קען זאל עס דאונלאודן און ארויפלייגן.

http://youtu.be/gnZ3TGnebTA
פארשפארט