עובדות וסיפורים פון מרן אדמו״ר מסאטמאר זצ״ל הנוגע למעשה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

עובדות וסיפורים פון מרן אדמו״ר מסאטמאר זצ״ל הנוגע למעשה.

שליחה דורך עזריאל »

ס׳איז דאך כ״ו מיין יומא דפגרא, וויל איך טאקע לכבוד די יארצייט עפענען אט די אשכול וואס כשמו כן הוא.

מיר ווייסן שוין פונקטליך וועלכע זמנים די רבי האט געגעסן דגים ממולאים, וויאזוי ער האט צובראכן די צוקער און וויאזוי ער האט זיך געבייזערט וכדומה, ווי אויך זעמיר לעצטענס געוואר געווארן אז אלע צדיקי דור הקודם האבן מודה געווען בפה מלא אז סאטמאר רב איז גרעסער פון זיי און ווי כהאב געהערט קומט נאך ארויס א חלק ב׳ בקרוב. אבער פון דאס אלעס וועט פון אונז גארנישט זיין, נו איז די רבי געווען גרעסער פון יעדעם, האט ער זיך געבייזערט דאס איז אבער אונז גארנישט מחייב, אצינד דארפן מיר אביסעל לערנען אין דערלערנען אפאר שיינע הנהגות וואס איז נוגע למעשה כהיום.

איך ברענג אראפ איין מעשה צו עפענען די אשכול מיט עפעס און דער עולם איז געבעטן צו צולייגן.

ובזה החלי: געווען אמאל וואס עלטערן זענען אריין צו סאטמאר רב זי״ע אז ביי צוויי קינדער און חדר איז נאך דא טעלעוויזשען אינדערהיים און די קינדער דערציילן איבער אין חדר וואס זיי זעהן אלץ און ס׳איז ממש א חורבן, זאגט זיי די רבי מזאל שוין גיין זאגן די עלטערן אז ס׳איז דא א תקנה אין די מוסדות אז מ׳טאר נישט האבן קיין טעלעוויזשען אין שטוב, נאך צוויי וואכן קומען זיי נאכאמאל צוריק צום רבין אז דער יעניגער האט נאך אלץ די כלי אין שטוב און די קינדער דערציילן איבער אין חדר וואס זיי זעהן דארט זאגט זיי די רבי אז מזאל זיי שוין נאכאמאל זאגן אז די מוסד האט א תקנה און ער זאל דאס שוין ארויסווארפן, א קיצור זאגן זיי דעם רבין אז דאס העלפט דאך נישט און מ׳דארף ארויס ווארפן די קינדער זאגט זיי די רבי חס ושלום, אז ער וויל מחנך זיי די קינדער ביי אונז און מוסד טאר מען נישט ארויס ווארפן.

ועוד ידוע אז די סאטמאר רב פלעגט שטענדיג פארפירן קעגן ביי האר, און דאס איז אויך געווען פון די תקנות המוסד, אבער אסאך עלטערן זענען יא געגאנגן מיט ביי האר, אבער ארויסווארפן מאן דער שמיהו?

תקנות ביי סאטמאר רב האט געמיינט מזרז צו זיין דעם עולם, אבער נישט צו נעמען די תורה אלץ א קרדום לחפור בה, די אלע שלעכטע מענטשן זאלן האבן א תירוץ אויף מעשיהם הרע צו רוידפן די מענטשהייט.

זאל טאקע דער איבערשטער העלפן אז ילמדו תועים בינה און דו וואס פארופן זיך אלץ זיינע נאכפאלגער זאלן טאקע גיין אין זיינע דרכים, נישט נאר זינגען די זעלבע ניגון אויף בבואו מאדום און נעמען מראקאנע אתרוגים נאר טאקע זיינע שיינע מעשים מיט העלפן אידן און מידת האמת דאס זאל זיין נר לרגלם און נאר אזוי וועט זיי די רבי זיין א מליץ יושר.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר