עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
סדא א בילד פון רש״ש מיט א ווייסע בעקישע , ער איז אזוי געגאנגען פארן קריג ?
( כווייס דו האסט נישט ליב צו שמועסן וועגן בעקישע קאלירן … אבער דאך )

[center]פינף און צוואנציגסטע קאפיטל:
די שתדלנות און חכמה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער אין יאפאן.[/center]
[center]פון ווילנא קיין יאפאן.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט, האבן זיך טויזענטער אידן [געשאצט ביי אריבער 30,000 אידן] געראטעוועט ביים צווייטן וועלטס קריג דורכן מאכן א וויזע קיין יאפאן, אונטער וועם זיי זענען שוין פארבליבן במשך דעם גאנצן מלחמה [דאס איז חוץ פון די ארום 2 און א האלב מיליאן (!) אידן וואס זענען געראטעוועט געווארן דורכן מאכן א סטאפ אין שאנכיי אויפן וועג צו אנדערע לענדער]. ס'זאגט זיך גרינג, אבער זיי זענען געווען אין א סכנה תמידית דעפארטירט צו ווערן, נאכדעם וואס די דייטשן - וואס זענען געווען אליאירט מיט די יאפאנעזער - האבן געלייגט דרוק פטור צו ווערן פון די 'פארשאלטענע אידישע ראסע'. רבי שמעון שלום האט געהאט א גרויס חלק אין זייער הצלה, ווי שפעטער דערמאנט.
למעשה זענען דארטן אנגעקומען די פאלגענדע ישיבות: תומכי תמימים ליובאוויטש, קלעצק, א חלק פון ישיבת חכמי לובלין, טעלז, א חלק פון נאווארדאק, קאמעניץ, און פארשטייט זיך - 'מיר'. די צוויי אנערקענסטע גדולי ישראל דארטן זענען געווען, רבי יחזקאל לעוונשטיין זצ"ל משגיח ישיבת מיר, און רבי שמעון שלום זצ"ל מאמשינאוו. ארום זיי האבן זיך די אידן גרופירט און געשעפט הויפענעס פון חיזוק. ווי פארשטענדליך, האבן די חסיד'ישע אידן זיך געדרייט ביי רבי שימעלע, ובפרט די תלמידי יח"ל - וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער געהאט א גרויסע חלק אין זייער עצם רעטונג, וכמו"כ תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש - וואס דער מהריי"ץ האט געזאגט פאר זיינע חסידים אז זיי זאלן זיך גענצליך פארלאזן אויף רבי שמעון'לע, נאכן זיין גאר נאנט מיט אים נאך אין אטוואצק - וואו זיי ביידע האבן געוואוינט ביזן קריג.
אבער נישט נאר די חסידים, נאר אפילו די ליטווישע זענען נמשך געווארן נאך אים ווי א מאגנעט [גענוג איז אנצומערקן, אז זיין בן יחיד - דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי ר' מאיר'ל, האט דאן גענומען פאר אן איידעם א ליטווישער עילוי - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי, דער פאטער פונעם היינטיגן אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל], זעענדיג אין אים אן איש אלקים, א חכם מחוכם, און איבערהויפט - א ליבליכער פאטער צו יעדן יחיד, מיט אן אוזן קושבת צו יעדנס צער און ווייטאג. און ער האט כסדר מחזק געווען די לבבות הנשברים, וואס האבן זיך ארומגעדרייט מיט א פחד פון מה יולד יום, ווען קיינער האט נישט געוואוסט וואס דער מארגן גייט ברענגען. דא האט איר א ביישפיל פון א באשרייבונג (פלוס א בילד פון רבי שמעון שלום) פון הג"ר שמחה עלבערג, וואס האט אליינס מיטגעלעבט די מצב אין שאנכיי, וויאזוי דער אמשינאווער רבי האט אריינגעבלאזן א רוח החיים ביי אלעמען.
אזוי אויך זענען דארטן געווען טויזענטער יעקישע אידן, מערסטנסטייל נישט פרום ליידער, וואס זענען שוין געווען אפגעריקט צוויי דריי דורות פון אידישקייט, און רבי שמעון שלום איז געקומען רעדן צו זיי, און האט אפילו אסאך פון זיי מקרב געווען לאביהם שבשמים. זיי אלע האבן געקוקט אויף דעם פוילישן ראבינער מיט די גאנצע רבי'שע לבוש, מיט וואונדער, אבער נאכן קומען אין קאנטאקט מיט אים זענען זיי הערשט געוואויר געווארן וואספארא הייליגע איד דער איז, און זענען נתקרב געווארן צו אים.
[center]לפני שרים יתייצב - זיין חלק אין הצלת הכלל.[/center]
ווען די אידן זענען אנגעקומען קיין יאפאן, האט מען זיי נאר געהאט געגעבן א וויזע אויף 10 טעג, און נאכדעם האט מען געדארפט באנייען דעם וויזא מיט גרויס שתדלנות פאר נאך צען טעג, וחוזר וחלילה. אדאנק רבי שמעון שלום'ס עסקנות האט מען באוויזן צו פארלענגערן זייער פארבלייבן אין יאפאן - אין שטאט קובה. דאס איז צושטאנד געקומען נאך אן אפיציעלן אסיפה מיט די העכסטע יאפאנעזע רעגירונגס אויטאריטעטן, צווישן זיי דער אויסערן מיניסטער פון יאפאן. זיי האבן געמאכט אן אפיציעלן 'ריקוועסט' אז געוויסע פארשטייער פון די אידישע געמיינדע זאלן אריבערקומען צו זיי, צו זען וואס מען טוט בנוגע דעם 'יודנפראגע'. צווישן די נעמען איז געשטאנען אפיציעל דער נאמען פונעם אמשינאווער רבי, וואס איז געווען אן אנערקענטער אויטאריטעט און זיין נאמען איז אנגעקומען צו די הויכע פענסטער'ס.
נאכן 'אפיציעלן' באזוך, האבן זיי פארבעטן דעם אמשינאווער רבי, מיט א דאלמעטשער - דער יאפאנעזער פראפעסאר קאטסודזשי [קוצוג'י אין עברית] וואס האט זיך מגייר געווען נאכן קריג [ליינט דא מער איבער אים], צו פארבלייבן אין צימער מיט א הויכראנגיגער מיניסטער, צו דורכטון די טענה פון די דייטשן אז מ'דארף פטור ווערן פון די אידן. יענער האט געשטעלט א פראגע צום רבי'ן, הלמאי די דייטשן האבן א טענה אז די אידן זוכן זיך משתלט צו זיין אויף די וועלט, און דערפאר האבן זיי אזא שנאה צו די אידן. ער האט מיט דעם אריינגעלייגט דעם רבי'ן אין א 'ספאט', ווייל סתם צוריקענטפערן אז די דייטשן זענען שונאי ישראל ללא סיבה וואלט נישט געארבעט. דער אמשינאווער האט אים געענטפערט, אז זיי האבן בעצם א שנאה צו אלע אזיאנער, וביניהם די יאפאנער, צוליב זייער פארשאלטענער ראסע טעאריע, נאר אלע אנדערע אזיאנער האבן א לאנד און מ'קען זיך נישט פארלייגן אויף זיי, אבער די אידן וואס זענען נע ונד אן קיין לאנד וכו' קען מען זיך גרינג פארלייגן אויף זיי. יענער האט אים געפרעגט מהיכי תיתי אזוי צו זאגן, פון וואו קען ער דאס אויפווייזן? האט אים רבי שמעון שלום אויפגעוויזן דורך א באשרייבונג אין א דייטשע צייטונג, ווי איינער אין א דייטשער קאנסול האט אין די 1930'ס געוואלט נעמען א יאפאנעזער פאר א ווייב, אבער מ'האט אים נישט געלאזט 'שמוציג' מאכן די הויכע דייטשע ראסע.
דאן איז די אייז אויפגעבראכן געווארן, און דער יאפאנעזער האט אנגעהויבן טרעפן געוויסע נאנטקייטן צווישן די יאפאנעזער און די אידן, ווי למשל אז די שינטו רעליגיע - וואס איז יענע תקופה געווען גאר שטארק אין יאפאן [און זיי זענען די וואס זענען אויפגעקומען מיטן 'קאמיקאזי' געדאנק, ואכמ"ל] - האט געוויסע טראדיציעס ענדליך צו די אידן, און אז ס'דא וואס טענה'ן אז די יאפאנעזער זענען פון די עשרת השבטים, און נאך ענדליכע זאכן... אלס תוצאה פון דעם, האבן זיי מסכים געווען אריינצונעמען די אידן צו זיך עמטליך פאר כמעט נאך א גאנצע יאר, און שפעטער זענען זיי פארטריבן געווארן קיין שאנכיי [נאכן פוירל הארבאר אטאקע], אבער קיינמאל נישט גע'הרג'עט געווארן ווי אין אנדערע מקומות.
[center]א בילד פון יענער תקופה אין יאפאן:
[/center] [center]פון רעכטס צו לינקס: הרב משה שאצקעס, אמשינאווער רבי, פראפעסאר קוצוג'י, און הרב שלמה שפירא.[/center]
אן ענדליכן גירסא האב איך געהערט פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, אז ווען יענער האט געשטעלט פארן רבי'ן דעם 'יודנפראגע', האט אים דער רבי געענטפערט אז די דייטשן האבן פונקט אזוי פיינט די יאפאנעזער, און ווען זיי וועלן ענדיגן זייערע אנדערע מלחמות וועלן זיי זיך נעמען צו די יאפאנעזער. יענער איז געווארן אויפגעצארנט, און האט ארויסגענומען א רעוואלווער פון טאש זאגנדיג פאר רבי שמעון שלום, אז אזעלכע ווערטער גרעניצן זיך מיט פארראט, און אויב האט ער נישט קיין באזיס פאר זיינע ווערטער, דאן וועט ער אים הרג'ענען אויפן פלאץ, און די אנדערע אידן וועלן אויך טיילן דעם זעלבן גורל. דער רבי האט אים געענטפערט רואיג, אז די דייטשן זענען 'אנטיסעמיטן', דאס מיינט אנטי שם'יטן, דהיינו קעגן די אייניקלעך פון שם בן נח. ענק יאפאנעזער זענען אייניקלעך פון שם פונקט ווי אונז אידן, און דערפאר האבן זיי פונקט אזוי ענק אויך פיינט.
אלס ראי' לדבריו האט ער געזאגט, אז די אידן האבן דריי סימנים [עפ"ר] מיט וואס זיי זעען אויס פארקערט פון די דייטשן. די אידן האבן שווארצע האר, ברוינע אויגן, און זענען דורכשניטליך אביסל נידריג [אגב, צוליב דעם האבן די אידן זיך שווער געקענט פארשטעלן ווי גוים ביים מלחמה. נאר געציילטע גליקליכע מיט אן 'אריער' געזיכט האבן זיך געקענט אויסמישן מיטן אלגעמיינער באפעלקערונג], לעומת זה די דייטשן האבן בלאנדע האר, בלויע אויגן, און זענען היבש הויך. דאס איז דער חילוק פון די אידישער ראסע און די 'אריער' ראסע. די יאפאנעזער האבן די זעלבע סימנים ווי די אידן, וויבאלד זיי זענען אויך אייניקלעך פון שם, און דערפאר האבן די דייטשן זיי אויך פיינט... עכ"פ דאס איז זיכער, אז אדאנק זיינע ווערטער זענען די אידן געראטעוועט געווארן פון הריגה אין יאפאן.
אין קומענדיגן קאפיטל: אין געטא אין שאנכיי, נאכן קריג אין אמעריקע.

א גרויסן דאנק [tag]אדנירם[/tag] פארן אונז צושטעלן 25 רייכע קאפיטלען אויף אדמור״י בית אמשינוב, מיר קענען קוים ווארטן אנצוקומען צום היינטיגע רבי שליט״א פון בית וגן, כ״ה לחי!! גיי ווייטער אן מיט דיין הערליכע שרייבעריי.
טייערע חברים, איך שעם זיך ממש צו בעטן פון אדנירם אז ער זאל שרייבן נאך ווען דער עולם האט אים נישט געהעריג ארויסגעוויזן הכרת הטוב אין די פריערדיגע דריי קאפיטלעך (9-23, 11-24, 6-25), ביטע עס מתקן זיין, און ווער עס האט הנאה געהאט און האט נאכנישט געלייקט איינער פון די לעצטע דריי קאפיטלעך זאל ביטע געבן א לייק.

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
איך בין דא ! און כבין אינטערעסירט ! וואוזוי זאל איך ארויסווייזען אינטערעסע ?! אויב כהאב פארפעלט ערגעץ צו לייקן זיי מיר מעורר , כזאל מחבר זיין א שיר לכבוד דעם ?! כקען נישט ! , איז וואס נאך קען איך טוען ארויסצואווייזען אינטערעסע ?!
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
און כבין זייער געשפאנט פאר די קומענדיגע ארטיקלען , ווי מקומט שוין אט אט צו דעם רבין .
א שאד כ'על דיר קאלט מאכן די התלהבות... אבער ס'גייען נאך קומען א געוואלד מיט קאפיטלן ביזן באשרייבן דעם היינטיגן רבי'ן.
כ'דארף נאך ענדיגן מיט רבי שמעון שלום, נאכדעם קומט זיין זון רבי מאיר'ל, נאכדעם ר' מאיר'לס איידעם רבי חיים מיליקאווסקי, און נאכדעם די אנדערע רבי'ס וואס זענען דערמאנט געווארן בקוצר אמרים - רבי מאיר'ל מפרשיסכא, רבי ישעי'לע מפרשיסכא, רבי ירמי' מאפאלע, רבי אברהמ'עלע מראדאמסק, ועוד...
כ'דארף נאך ענדיגן מיט רבי שמעון שלום, נאכדעם קומט זיין זון רבי מאיר'ל, נאכדעם ר' מאיר'לס איידעם רבי חיים מיליקאווסקי, און נאכדעם די אנדערע רבי'ס וואס זענען דערמאנט געווארן בקוצר אמרים - רבי מאיר'ל מפרשיסכא, רבי ישעי'לע מפרשיסכא, רבי ירמי' מאפאלע, רבי אברהמ'עלע מראדאמסק, ועוד...
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
כגיי דיר נישט איינטיילען וואס צו טוען , און דו זאלסט שרייבן וואוזוי פאר דיר איז בעסער , אבער כפארשטיי אז ביישרייבן אלע ביזן רבין קומט פארן רבין הן על פי סדר הדברים און הן מזאל וויסען די גאנצע רקע פונ׳ם רבין , אבער די אנדערע פארוואס קען עס נישט אויסווארטן אויף נאכן באשרייבן דעם רבין , כפרעג נאר .
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
[center]זעקס און צוואנציגסטע קאפיטל:
רבי שמעון שלום אמשינאווער אין געטא אין שאנכיי.[/center]
[center]נערץ בקודש.[/center]
נאך ארום א יאר צייט אין יאפאן, זענען אלע אידן - צווישן אנדערע אויסלענדער - פארטריבן געווארן קיין שאנכיי, וואס איז געווען א מעין קיבוץ גלויות פאר נישט יאפאנעזער. דארט האבן די אידן זיך געפונען אין שווערע אומשטענדן, אבער אדאנק די תורה ריזן וואס זענען דארטן געווען האבן זיך די אידן מחזק געווען. רבי שימע'לע איז געווען דער באקאנטער אדרעס פאר עסקנות, ווי אויך האט ער באוויזן צו באקומען געלטער בדרך לא דרך ארויסצוהעלפן די אידן אין זייער שווערן מצב. אזוי אויך האט מען געזען אין אים א דמות פון א הייליג איד, פאר וועם יעדער האט געהאט גרויס דרך ארץ און רעספעקט.
באקאנט איז געווען, ווען ס'איז אנגעקומען צו די פארוואגלטע אין יאפאן די ביטערע שמועות אז מ'הרג'עט אויטאמאטיש אויס די אידן אין אייראפע. רבי שמעון שלום האט געמאכט אן אסיפה מיט די רבנים וראשי ישיבות, און מ'האט באשטימט א יום צעקה והתעוררות צו רעדן איבער דעם. ביים באשטימטן טאג, האבן זיך די טויזענטער אידן פארזאמלט אינעם צענטראלן ביהמ"ד, וואו די גדולי הרבנים וראשי ישיבות האבן זיך אוועקגעשטעלט מיט דרשות התעוררות, און גערעדט זה בכה וזה בכה. דערנאך האט זיך רבי שמעון שלום אויפגעשטעלט רעדן. נאר פון זען זיין פנים, דער טיפער צער אויסגעשפרייט אויפן געזוכט, דאס איינגעפאלענע פנים, איז שוין געווען גענוג צו פארשטיין די ערנסקייט פונעם מאמענט. רבי שמעון שלום האט ארויסגערעדט צוויי ווערטער, און אויסגעפלאצט אין א געוויין, און דאן האט דער ריזיגער ציבור זיך צואוויינט בקול בוכים, באוויינענדיג דעם חורבן אייראפע. דאן האט זיך דערזען דער כח עליון און טיפע איינדרוק וואס דער אמשינאווער רבי האט איבערגעלאזט ביי די אידן אין יאפאן.
[center]דאס הייליג צורה פון הגה"ק רבי שמעון שלום אמשינאווער זצוק"ל:
[/center]
ווען ס'איז געווען דער באקאנטער שאלה איבער שבת אין יאפאן, צו מ'דארף דאס האלטן ווען ס'איז שבת אין די גאנצע וועלט, אדער איז דארט שבת ווען ביי די וועלט איז זונטאג. וואס דער חזו"א האט גע'פסק'נט אז שבת איז א טאג שפעטער, אבער דער גערער רבי און ליובאוויטשער רבי האבן געהאלטן אזויווי הרב הערצאג און רבי צבי פסח פראנק אז מ'דארף האלטן שבת אין די זעלבע טאג וואס עס איז שבת אין די גאנצע וועלט. כמובן האט זיך דער מצב צוטיילט אגודות אגודות, און בעיקר צווישן די חסיד'ישע און ליטווישע [וואס דער מצב דארט צווישן זיי צוויי איז אזוי אויך געווען אביסל אנגעשטרענגט, ועי' לקמן], הללו אומרים שבת היום, והללו אומרים ס'איז ממחרת השבת, און ס'איז געווארן זייער שארף די מצב.
דאן האט דער אמשינאווער רבי מציע געווען, אז ביידע צדדים זאלן מחמיר זיין נישט צו טון מלאכות דאורייתא'ס ביידע טעג, אזוי אז מ'זאל לכה"פ נישט אויסשטעכן די אנדערע צד'ס אויגן ווען ביי זיי איז שבת. און אסאך אידן האבן זיך אזוי געפירט. אפילו יום כיפור זענען געווען אסאך וואס האבן דעם 'אנדערן טאג' געגעסן אדער געטרינקן פחות פחות מכשיעור, און געוויסע בעלי מסירות נפש - צווישן זיי, דער אמשינאווער רבי - האבן געפאסט צוויי מעת לעת'ן אין א ציה.
[center]מעבדות לחרות.[/center]
איך האב געהערט פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ ז"ל גאר א שארפע מעשה, אבער קודם כל - אביסל 'רקע' איבער דעם ענין: ווי באקאנט, האבן די ליטווישע גדולים סיי אין אמעריקע און סיי אין יאפאן געהאלטן, אז זיי האבן א דין קדימה צו אנדערע אידן, סיי אויף געראטעוועט צו ווערן, און סיי אויף צו באקומען זייערע באדערפענישן, צוליב'ן דין פון ת"ח קודם לכל אדם בנוגע פדיון שבוים וכו'. מאנכע טענה'ן, אז עס איז געגאנגען עד כדי כך, אז מ'האט געשיקט געלט קיין יאפאן צו שאפן גמרות און אנדערע ספרי קודש, אנשטאטס נוצן די געלט צו ראטעווען אידן ממות לחיים ממש אין אייראפע. אסאך טינט [און בלוט] איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם פרשה.
כ'ווייס למשל, אז רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט אמאל נישט געוואלט קומען צו געוויסע אסיפות הרבנים, וויבאלד ער האט געהאלטן אז געוויסע ראשי ישיבות האבן א דין רוצחים, און ער וואלט זיי באוואשן אויב ער טרעפט זיי ווען. אזוי אויך זענען דא בריוון פונעם מהריי"ץ מליובאוויטש, וויאזוי ער רופט אן איינער פון די גאר גאר חשוב'ע ראשי ישיבות מיטן צוטיטל ק"ן - וואס דארף צו זיין דער ראשי תיבות פון ק'ליפת נ'וגה, האלטנדיג גאר שארף איבער יענעם, צוליב זיין שייכות מיט די ענינים ביים קריג. צוליב דעם פרשה האבן אסאך רבי'ס אין אמעריקע זיך אפגעריסן פון די אפיציעלע הצלה ארגעניזאציע, און געעפנט א חסיד'ישע הצלה פלאן, און כמדומה אויך אן אפיציעלע אגודת האדמורי"ם [רבי שלמה האט מיר דערציילט, אז ער האט אמאל האט ער געטראפן איינע פון די אדמורי"ם וואס זענען געווען 'אינוואלווד' אין דעם (ער האט מיך געזאגט יענעמ'ס נאמען), און ער האט אים געפרעגט צו ער קען איבערגעבן געוויסע פרטים איבער דעם פרשה. יענער רבי האט אים געזאגט: איר זעט איך בין שוין אן אלטער איד, און איך לייד אויפן הארץ, איך 'קען נישט' רעדן איבער דעם!].
יעצט לענינינו. אין אמת'ן אריין האבן די אידן אין יאפאן אלס געלעבט אונטער שרעק, נישט וויסנדיג וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגען, און צו ס'וועט געלונגען פאר די דייטשן ימ"ש צו איבעררעדן די יאפאנעזער אויסצו'הרג'ענען די אידן אין שאנכיי, און מ'האט כסדר געבעטן די אידן אויף די פרייהייט זיי צו ערלעדיגן וויזעס אנצוקומען מעבר לים. איינמאל נאך לאנגע השתדלות, האט מען מודיע געווען אין יאפאן אז ביום פלוני אינדערפרי גייט אנקומען א שיף מיט א היבשע צאל וויזעס, אבער פארט נישט גענוג פארן גאנצן עולם. נו וואס טוט מען? האבן די ליטווישע מחליט געווען אז גלייך נאך שחרית וועלן זיי זיך ארויסלאזן צום ים און שטיין גלייך אפצונעמען די וויזעס. און ביז דער אמשינאווער פארשלעפטער עולם וועט ענדיגן דאווענען, וועט שוין דער שיף לאנג דארט זיין, און אזוי וועלן די ליטוואקעס פארכאפן אלע וויזעס, ווייל זיי האבן דאך א 'דין קדימה' געראטעוועט צו ווערן.
רבי שמעון שלום איז געוואויר געווארן דערפון [ער האט געהאט גענוג פארברענטע חסידים צווישן די ליטאים], און ער האט צאמגערופן דעם חסיד'ישן ציבור, און זיי געזאגט אז מארגן אינדערפרי גייט מען גיין אויפפיקן די וויזעס - - - נאך בעפארן דאווענען... און אזוי האט ער טאקע געטון, און ער האט געלערנט די ליטווישע לקח. די ליטאים זענען געשפרינגען, און זייער'ס א גדול האט נישט געוואלט מוחל זיין רבי שמעון שלום'ן דעם געפערליכן 'עוולה'. כ'האב געפרעגט ווער דאס איז געווען, האט ער מיר געזאגט אז ער וויל נישט פורט בשמו זיין, אבער ער איז געווען אזוי חשוב, אז מ'האט אים פאררעכנט פאר א בעל רוח הקודש. נאך א קורצע אויספארשונג הדבר ברור, אז ער האט זיך באצויגן צו הגה"צ רבי יחזקאל לעוונשטיין זצוק"ל, דער מירער משגיח, וואס איז געווען אזוי פארהייליגט אין די ליטווישע וועלט, און ער איז אייגנטליך געווען דער ליטווישער מנהיג אין יאפאן. דאס שטימט אויך מיט וואס רבי שלמה קופיץ האט צוגעלייגט, אז ער האט מער קיינמאל אין זיין לעבן נישט געוואלט באגעגענען רבי שמעון שלום אמשינאווער. און ווי באקאנט איז רבי יחזקאל לעווינשטיין געווען הארט נאכן קריג אין אמעריקע [וואו ער האט - בדרך אגב - נישט מצליח געווען. אמעריקע איז געווען צו מגושם פאר זיין אור גדול. ער האט ריכטיג אויפגעשיינט הערשט אין פאנעוויזש אין בני ברק].
עכ"פ סוכ"ס זענען אלע אידן געראטעוועט געווארן פון שאנכיי, און רבי שמעון שלום האט זיך באזעצט אין אמעריקע, שלא על מנת להתיישב, נאר מיטן חשבון צו גיין עווענטועל קיין ארץ ישראל - וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער שוין דארט געוואוינט אנהייב תר"צ'ס אנדערטהאלבן יאר, א זאך וואס האט זיך אים למעשה נישט איינגעגעבן כל ימי חייו. דאהי האט ער ערשט געעפנט זיין ביהמ"ד אין וומסב"ג, און נאכדעם האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק. איבעראל וואו ער איז געווען, איז ער געווען א מגדל אור, א לייכטטורעם, פאר אידן אוממעטום, אריינגערעכנט די חשוב'סטע רבי'ס וואס האבן אים געהאלטן פאר קודש קדשים. מער איבער דעם, און נעקסטן קאפיטל אי"ה.
אין נעקסטן קאפיטל: זיין הנהגה אין אמעריקע, בקרב קדושים תתהלל.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
שש אויב איר קענט מסביר זיין איך פארשטיי אז די ליטוואקעס זענען באגאנגען א עולה מיטן וועלן פארכאפן אלע וויזעס אבער פארוואס האט ר' שמעון'לע געהאלטן אז עס קומט זיך פאר זיי קודם? איך פארשטיי אז ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן אלעס פארכאפן אבער ער וואלט געדארפט גיין פרי און כאטש מאכן א חצי חצי ניין?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש האט געשריבן:שש אויב איר קענט מסביר זיין איך פארשטיי אז די ליטוואקעס זענען באגאנגען א עולה מיטן וועלן פארכאפן אלע וויזעס אבער פארוואס האט ר' שמעון'לע געהאלטן אז עס קומט זיך פאר זיי קודם? איך פארשטיי אז ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן אלעס פארכאפן אבער ער וואלט געדארפט גיין פרי און כאטש מאכן א חצי חצי ניין?
חייך קודמין, ביידע פון זיי האבן געהאט די פולע רעכט און אבליגאציע ״ע״פ התורה״ צו טון וואס זיי האבן נאר געקענט ״זיך״ צו ראטעווען, אוודאי אז מען קען ראטעווען אנדערע אויך איז זייער זייער חשוב און וויכטיג, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, אבער עס טוישט נישט די מציאות וואס עס איז דעמאלט ליידער געווען אז מען האט געדארפט כאפן וואס מען האט נאר געקענט זיך צו ראטעווען פון די נאצי׳ס ימש״ו.
(אוודאי רעד איך נישט פון אוועקכאפן א וויזע פון איינער וואס האט עס שוין, אדער עסן פון א צווייטער יוד וואס האט נאר גענוג פאר זיך, דא רעדט מען דאך פון א פאל וואס מען האט פראבירט צו כאפן וויזע׳ס וואס מען ״גייט אויסטיילן״ האט יעדער געדארפט פראבירן זיך צו ראטעווען).
סתם בתור הוספה צום פרשה מיטן וועד הצלה.
כ'האב פונקט געזען נאך אפאר פרטים, ויעמדו כאן למזכרת:
דער אלטער בורשטינער רבי, איז געווען דער מייסד, אדער לכל הפחות פון די מייסדים, פונעם חסיד'ישן ועד הצלה, נאכדעם וואס די ליטאים האבן נישט געוואלט ראטעווען די חסידים. אפשר ביי זיינע קינדער קען מען געוואויר ווערן מער פרטים.
געהערט האב איך אז אינעם ספר פון רבי אליעזר סילווער בשם חורבן און רעטונג [איבער די פעולות פונעם ועד הצלה], קען מען אויך טרעפן - כאטש מער ברמיזה - טענות אויף די אפיציעלע ליטווישע קו ביים קריג. כ'ווייס נישט ווי ריכטיג דאס איז.
יעצט האב איך געטראפן א אפיציעלע בריוו געשיקט צום ריי"צ, מיט עמטליכע טענות איבער וועמענ'ס בלוט איז רויטער. דארט זעט מען אז אפילו דעם אמשינאוון רבי'ן האבן זיי נישט געוואלט שיקן קיין געלט ביז ס'איז געווארן א ויצעקו. כ'ווייס פארט נישט ווי ריכטיג די בריוו איז, און ס'זעט אויס אביסל געשטיקלט, כאטש ס'מוז נישט זיין קיין ראי' לכאן או לכאן.
דא קענט איר זען דעם בריוו:

[center]זיבן און צוואנציגסטע קאפיטל:
רבי שמעון שלום אמשינאווער אין אמעריקע.[/center]
[center]משיירי כנסת הגדולה.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט איז רבי שימעלע אמשינאווער געווען אן אבן שואבת אין אמעריקע. זייענדיג איינער פון די זקני האדמורי"ם, און גלייכצייטיג אהוב ונערץ בכל קהילות הקודש, און אזוי אויך ווערנדיג באוואוסט מיט זיין גרויס חכמה און רעטער פון די פליטים אין יאפאן. אסאך תלמידים פון תורה ודעת פלעגן אריבערקומען צו אים להתבשם מזיו תורתו, וויבאלד ער איז געווען א גאון נפלא בכל חלקי התורה, נגלה ווי נסתר.
[center]מודעה אין 'הפרדס' איבערן אנקום פון אמשינאווער רבי קיין אמעריקע:[/center]
[center] [/center]
אלס דוגמא וועל איך ברענגען איינער וואס איז אוועק קוים פאריגע וואך, הגאון הגדול רבי אליהו יהושע געלדצעהלער זצ"ל, אליינס אן עילוי'אישער בחור וואס הרב דעסלער האט אויסגעקליבן פאר זיין איידעם, איז ער נמשך געווארן נאכן גרויסן ליכט פון אמשינאוו, און ווי ער שרייבט אין סוף ספרי קדשי יהושע איז ער געווען איינער פון זיינע רבי'ס [דא בסוף הקאפיטל האב איך אראפגעברענגט אביסל מעדותו].
אינטרעסאנט איז צו באמערקן, אז ער שרייבט אביסל פון זיין עבודת הקודש, וואס נאך אנדערע באשרייבן דאס זעלביגע, אז ער פלעגט פירן טיש האבנדיג אסאך מאל א קנאפער מנין, או אף פחות מזה [געדענקטס אז ס'איז געווען הארט נאכן קריג, ווען א חסיד'ישער טיש איז נאך געווען בבל יראה ובל ימצא אין אמעריקע, און אפילו סאטמארער רב האט געהאט א קליינער עולם ביים טיש. שוין אפגערעדט פון דעם אז ער האט געפירט זיין טיש אמשינאוו אזייגער...], אבער ער האט געפראוועט כאילו עס איז דא א ריזן ציבור. מ'האט געזען קלאר אז זה השולחן אשר לפני ה', אן קיין חשבונות פון מענטשן אין גאס. אזוי אויך פלעגט ער זאגן תורה צוקאכטערהייט מיט א פלאמענדן געזיכט, בקול חוצב להבות אש [בדומה לזה קען מען נאך היינט מיטהאלטן ביים רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל, וואס ווען ער זאגט תורה גייען פינקן פייער].
[center]ביי א שמחה, בענטשנדיג על כוס:[/center]
[center] [/center]
כדרכם בקודש פון די אמשינאווע רבי'ס, איז ער געווען א ריכטיגער אוהב את ישראל ומיצר בצערן. אבער ביי אים איז עס געגאנגען עד כדי כך, אז ער האט געזוכט צו מאכן שלום וואו אימער. ער האט פרובירט צו מאכן שלום צווישן סאטמארער רב און זיין פלומעניק דער קלויזנבורגער רב, אן קיין איבעריגע הצלחה [ליין דא וואס שש"ט דערציילט וועגן דעם. על סמך מ'קען אים גלייבן]. ער האט אויך איינגעשטעלט א שטיקל שלום אין ליובאוויטש [ווי אויבנדערמאנט, האט ער געהאט אן אנזען אין חב"ד נאכדעם וואס דער ריי"צ האט געהייסן זיך פארלאזן אויף אים אין יאפאן], צווישן הרבנית חנה אשת הרב שמריה גורארי, מיטן שוואגער דער לעצטער ליובאוויטשער רבי [דאס האט אנגעהאלטן א שיינע פאר צענדליג יאר. אזא סארט שטאטוס קווא], אז ס'זאל נישט זיין קיין פארביסענע שלאכט, וד"ל. די ידענים אין חב"ד האבן טאקע מכיר טוב געווען פארן אמשינאווער פארן אויסהאמערן א שטיקל שלום. עכ"פ אזוי האט ער געטון כסדר, זייענדיג א ריכטיגער אוהב ישראל, און וואס ער האט געקענט אויספירן אויך אדאנק דעם רעספעקט וואס ער האט גענאסן אין אלע קרייזן.
[center]ובשפתי צדיקים תתברך.[/center]
אין אמעריקע איז רבי שמעון שלום באקאנט געווארן אלס איש קדוש ואיש מופת, און אלע גרויסע צדיקים נאכן קריג האבן געהאלטן פון אים קודש קדשים. די בארימסטע רבי'ס, א שטייגער ווי סאטמארער רב, דער קאפישניצער רבי, דער מהריי"צ מליובאוויטש, א.א.וו. האבן געהאט פאר אים פון גרויס דרך ארץ און הערצה.
אין ספר איש חמודות אויף הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל ווערט געברענגט, אז רבי מיכאל בער פלעגט כסדר דערציילן פאר די בחורים אין נייטרא ישיבה, מופתים און מעשיות אויף רבי שמעונ'לע אמשינאווער. האבן זיך די תלמידים געוואונדערט, אז פונקט ער א יעקע זאל דערציילן מופתים אויף עפעס א חסיד'ישן רבי'ן. האט רבי מיכאל בער זיי מסביר געווען, אז היות ער האט אליינס מיטגעהאלטן אפענע מופתים ביי אמשינאווער, קען ער זיך נישט צוריקהאלטן פון דערציילן זיין גדלות פאר די תלמידי הישיבה.
הגאון רבי אברהם חיים שפיצער זצ"ל האט דערציילט, אז רבי מיכאל בער'ס הערצה צום אמשינאווער איז געווען אזוי גרויס, אז אין זומער שנת תש"ט האט ער געבעטן דעם אמשינאווער רבי זיך צו קומען אויפהאלטן ביי אים אין ישיבה, כדי די בחורים זאלן זען דעם הייליגן דמות. און ער האט זיך טאקע אויפגעהאלטן אין ישיבה פאר צען טעג, מיט צוויי שבתים אינדערמיטן. רבי מיכאל בער האט דעמאלס געזאגט פאר די תלמידים: 'קינדער, רייבטס ענק ארום דעם איד, דאס עצם מציאות פון דעם איד זאגט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט'!
[center]'דאס עצם מציאות פון דעם איד זאגט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט':[/center]
[center] [/center]
אזוי אויך האט געהערשט א טיפע ידידות והערצה צווישן דעם אמשינאווער רבי מיטן קאפישניצער רבי זצ"ל, און זיי פלעגן זיך קומען באזוכן איינער דעם צווייטן בקשרי ידידות עמוקה. און ווי אויבנדערמאנט, האט דער מהריי"צ אויך געהאלטן פון אים גאר שטארק, און אין אמעריקע זענען זיי געווען באקאנט פאר גאר נאנטע ידידים, און אין חב"ד איז רבי שימעלע אמשינאווער פארבליבן א גאר חשוב'ע רבי [ליין שפעטער איבער דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי'ס הפלגה ביים ניחום אבלים].
באזונדער איז באקאנט ווי דער סאטמארער רב האט זיך אויסגעדריקט כמה פעמים גאר שטארק ברום מעלתו וקדושתו פונעם אמשינאווער רבי. ווי אויבנדערמאנט, איז ער נתפעל געווארן פון זיין הייליגע צורה וואס האט שטענדיג געלאכטן בזיו קדשו. הרה"ח רבי חיים שטערן שליט"א האט דערציילט מה שעיניו ראו, אז איינמאל האט סאטמארער רב געפירט א נאכמיטאג טיש אין חוה"מ סוכות, און ער האט זיך שוין געהאט געוואשן, און מ'האט אים דאן מודיע געווען אז דער אמשינאווער רבי איז געקומען אויף א באזוך. לכבודו איז סאטמארער רב ארויסגעגאנגען פון די גרויסע סוכה וואו ער האט געפירט טיש, און איז אריין אין די קליינע סוכה, ווי ער איז געזעצן און פארברענגט מיט מיטן אמשינאווער רבי בדברי תורה וסיפורי צדיקים פאר ארום צוואנציג מינוט, און דערנאך איז ער צוריק אריינגעקומען צום טיש.
האט ער דעמאלס געהערט פון אידן וואס האבן נאך געדענקט סאטמארער רב'ס טישן נאך פון דערהיים, אז סאטמארער רב האט קיינמאל נישט מפסיק געווען אינמיטן טיש, און יעצט איז געווען דאס ערשטע מאל וואס ער האט מפסיק געווען – לכבודו פונעם אמשינאווער רבי, וואס פון דעם זעט מען באזונדערס די געוואלדיגע הערצה וואס ער האט געשפירט צום אמשינאווער וואס איז געווען באוואוסט אלס גאון עצום וצדיק נשגב.
אין נעקסטן קאפיטל: בשעת פטירתו מה הוא – אומר, זרעו אחריו.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
די צורה קוקט מיר אויס צו זיין גאנץ ענדליך צום היינטיגן רבין , בפרט די בילד פון דאס בענטשען.
ירא שמים האט געשריבן:די צורה קוקט מיר אויס צו זיין גאנץ ענדליך צום היינטיגן רבין , בפרט די בילד פון דאס בענטשען.
גראדע האב איך אויך שוין באמערקט אפאר מאל ענדליכקייטן אין זייער צורה.
דאס לעצטע בילד פון רבי שמעון שלום אמשינאווער, דערמאנט מיר גראדע פון איינע פון די באוואוסטע בילדער פון סאטמארער רב [נאר דער אמשינאווער האט געהאט דריי מאל אזא גרויסע און ברייטע בארד].
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
ירא שמים האט געשריבן:סדא א בילד פון רש״ש מיט א ווייסע בעקישע , ער איז אזוי געגאנגען פארן קריג ?
( כווייס דו האסט נישט ליב צו שמועסן וועגן בעקישע קאלירן … אבער דאך )
דו קענסט דעם בילד ?