מען ווייסט שוין?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

מען ווייסט שוין?

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

ווי מען ווייסט האט איז ליידער געשעהן א געפערליכע טראגעדיא אין אריזאנא.
השם ירחם דער באשעפער זאל זיי טרייסטען.

אבער יעצט גייט זיך אנפאנגען די דרשות פון די אלע חיות (רעבנים בלע"ז) וועלעכע ווייסען "פונקט" פארוואס עס האט פאסירט. איעדער רבי'לה און דרשן וועט אויסשפייען זיין פארדארבענעם מיינונג. עס גייט זיי נישט אן אז מען טוהט וויי די משפחות.

איז לאמיר זעהן ווער עס וועט זיין דער ערשטער. און וואס ער זאגט איז די סיבה...

אינטערנעט? נישט כשר'ה סעלפאון'ס? דער עירוב אין וויליאמסבורג? אדער בורו פרק? אפשר גאר ווייל מען עסט בהמה פלייש? אדער ווייל מען נוצט נישט דער רב אלץ מסדר קידושין? אפשר ווייל מען לאזט די נשים גיין מיט לאנגע שייטלעך?

מען דארף זיי אלע לאזען וויסען צו פליז האלטען זייער פיסקעס פארמאכט...

בד"ה המקום ינחם... און זיי געבען (די משפחה און גוטע פריינט) כח דאס איבער צוטראגן...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

האט דאך שוין סקולענע רבי געזאגט אז "אינטערנעט איז א זיכערע טויט!" ומי יבוא אחריו??
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אויף אייוועלט האט איינער געשריבן אפאר מינוט נאך די בשורה אז דאס קומט ווייל מיידלעך פארן אויף vacation קיין קאליפארניע און ער האט נאך אראפ געברענגט א גמרא אלץ א מקור, ווי קענען מענטשען זיין אזוי נידריגנ און געמיין ?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווי מען ווייסט האט איז ליידער געשעהן א געפערליכע טראגעדיא אין אריזאנא.


די ענטפער שטייט אויף די וואנט, עס איז זיכער די אריזאנע ווייץ :lol: :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:אויף אייוועלט האט איינער געשריבן אפאר מינוט נאך די בשורה אז דאס קומט ווייל מיידלעך פארן אויף vacation קיין קאליפארניע און ער האט נאך אראפ געברענגט א גמרא אלץ א מקור, ווי קענען מענטשען זיין אזוי נידריגנ און געמיין ?

@שבת א שטיקל גמ' קענט איר שוין אויך נישט אפלערנען? אדער דיין שנאה צו די פרומע איז אזוי שטארק אז איר וועט זיך ארויפכאפן אויף שטרוי??

דא האסטו די תגובה פון דארט
לכאורה האט געשריבן:וואס איז די סיבה פון זייער פארוויילונג אין ווייטן קאליפארניע? אן אויספלוג?

#רגלוהי דבר איניש אינון ערבין ליה, לאתר דמתבעי תמן מובילין יתיה (סוכה)

אז די השגחה וועט פירען אז מען זאל אנקומען אויפן מקום ווי די גזירה דארף פאסירן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גערעכט, איך האב זייער שנעל געקוקט, ווייל ווען איך האב געהערט די נייעס נעכטן האב איך געזוכט אויף יעדע אידישע סייט צו זעהן אויב איינער שרייבט מעהר פרטים איבער דעם און גענישטערט ווייטער אן אריינגיין בעיון וואס דער אייוועלטניק שרייבט,
איך האב ניטאמאל באמערקט וואסערע גמרא ער ברענגט אראפ, איך האב נאר געזעהן די מקור מס׳ סוכה און נישט בכלל געקוקט די גמרא,
בד״וו איך האב גענעדיגט אמאל גאנץ מס׳ סוכה אין אנדערע צייטן, איך בין טאקע ווייט פון א תענית חלום אבער קיין מן הארץ בין איך אויך נישט און איך קען נאך אפלערנען א שטיקל גמרא, but שכוח עני וועי!

מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז ס׳איז א גרויליגע תגובה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

[tag]שבת אחים[/tag], עס איז בכלל נישט גרויליג
ער פרעגט פאר נייגעריגקייט פארוואס זיי זענען געווען דארט, און דערנאך קאמענטירט ער די השגחה פרטית, אז רגלוהי דבר נש אינון ערבין, און אז עס איז געווען באשערט אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער וועלט, האט דער באשעפער אזוי אויסגעשטעלט אז זיי זאלן וועלן פארן אויף וואקאציע קיין קאליפארניע/אריזאנע.
עס איז באקאנט די מעשה מיט שלמה המלך, ער האט אמאל באגעגנט דעם מלאך המות ווי ער איז זייער טרויעריג, ווייל עס זענען דא צוויי מענטשן וואס הגיעו זמנם למות, אבער זיי זענען נישט במקום ווי עס איז באשערט אז זיי זאלן שטארבן, האט שלמה המלך געוואלט איבערקלוגן דעם סיסטעם, און די צוויי חברה אפגעשיקט קיין לוז, וואס דארט שטארבט מען נישט, א צייט שפעטער טרעפט ער נאכאמל דעם מלאך המות דרייט זיך שוין פרייליך, פרעגט ער עם ולשמחה מה זה עושה, ענטפערט ער דו האסט זיי געשיקט קיין לוז, און ביים טויער פון שטאט לוז איז געווען באשערט אז זיי זאלן שטארבן, און ווען זיי זענען אנגעקומען אהין האב איך זיי אוועקגענומען, אויף דעם האט שלמה געזאגט רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה וכו'.
ווי אויך איז דא א מציבה און שטאט קראקא פון הרה"צ ר' שמואל טייטלבוים זצ"ל, א זוהן פון ר' אלעזר ניסן מדראהאביטש בן הרה"ק הישמח משה זצוק"ל, וואס ער האט געוואוינט אין אונגארן, און ער איז פונקט געווען אין קראקא און איז דארט אוועק, שטייט אויף זיין מציבה די לשון פון רגלוהי דבר נש, אלס מליצה אז ווען עס איז באשערט פאר איינעם צו שטארבן וועט ער אנקומען אהין דורך זיי וועלכע אופן.
עס קען גאר זיין א חיזוק פאר די עלטערן, געווענליך פילט מען זיך גילטי פארוואס האבן אונז זיי געלאזט אהינפארן, אפשר וואלט מיר אונז געדארפט אראפלייגן א פוס נישט צו לאזן גיין וכדומה וכו', איז דאס א חיזוק אז דער באשעפער האט זיי דאס אריינגעלייגט אין קאפ, אז זיי זאלן אנקומען אהין ענדיגן זייער תפקיד, און אנקומען למקומם הראויים.
איך מיין אז דיין קאמענטאר אלס א גרויליגע תגובה איז נישט אין פלאץ.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, אמן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב עס אנגעקוקט אזוי: נאך פאר מ׳האט אפילו געוואוסט וואס ווען וואו איז ער שוין ביזי פרעגן פארוואס די מיידלעך זענען דארט געוועהן, אינטער די פראגע ליגט אזא היימישע ציפ, און אנדערע ווערטער מיינט ער צו זאגן וואס זיכן בארא פארקער מיידלעך אליינס אין קאליפארניע?, ס׳איז אין אונזער סוב-קאנטשעס צו פרעגן אזעליכע נערישע שאלות אויב מ׳פרעדיגט א גאנצן טאג צניעות און אכשר דרא און אזויווי די מצידות דוד זאגט אויף מנשים באהל תתברך "מנשים באהל" - רצה לומר מפי נשים צדקניות וצנועות היושבות באהל מפי הנשים האלה תבורך ותתקיים הברכה עם שלא אמרה מלאך ה' כקללת מרוז,

איך גלייב אז דעס איז געוועהן זיין כוונה מיטן שרייבן די תגובה און אויב בין איך נישט גערעכט האב איך א טעות, קען זיין! אלע מענטשען האבן blind spots!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]ציבעלע-קיגל[/tag],
דו פרעגסט צו מ'ווייסט שוין על מה החרי האף הגדול הזה, יא! מ'ווייסט שוין!
און ס'איז טאקע וויכטיג צו רעדן דערפון ברבים.


דאס קומט צוליב די עוון פון מחלוקת, אזויווי חז"ל זאגן אז בעוון מחלוקת שטארבן רעים וטובים, יונגע און אלטע.
דערפאר זאלן די היינטיגע גרעסטע בעלי מחלוקת, די שיינע אידן און הייליגע רבי'ס, סטאפן זיך צו שלאגן מיט זייערע ברודער און קרובים, און זאלן אויפהערן טעראריזירן יעדער וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן.

דאס קומט צוליב די עוון פון פריצות, אזויווי אלע ספרים זאגן אז דאס איז גורם צו אלדאס בייזן.
דערפאר זאלן אלע רבי'לעך און רב'לעך אנהייבן טון די היפוך פון פריצות - 'צניעות'. אביסל צניעות, איינגעהאלטנקייט, מענטשליכקייט, ענוה. ס'טאקע זייער שווער פאר אונזערע הייליגע מנהיגים, אבער זייער פריצות גייט מיר אויף די געהירן.

דאס קומט צוליב די עוון פון טריפה'נע כלים, דאס איז דאך ממש דאס ארגסטע עבירה כידוע.
דערפאר זאלן די אדמורי"ם אונזערע פטור ווערן פון די טריפה'נע 'טשערי לייטס' אויף זייערע שמוציגע כלים 'קעדילעק' וכדומה, ווי אויך פון די דרייענדיגע קרוינען ביי זייערע אייניקלעך'ס חתונות, א.א.וו.

דאס קומט צוליב די עוונות פון אונזערע רעבעס, און ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן נעמען אחריות און פארבעסערן זייערע מעשים.



[center]הכו"ח מתוך סיפוק והרגשת 'לא תתכבד בקלון חבירו',
כל הקהל הקודש וואס הערט שטענדיג אייערע דברי מוסר.[/center]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עניית דעתי? פשוט און סימפל. די טייערע מיידלעך ע"ה האבן געדארפט עפעס אפקומען אויף דער וועלט און זיי האבן שוין פולקאם פארענדיגט זייער תיקון, און גייען אצינד געניסן פון זייער לעכטיגע גן עדן וואס ערווארטעט זיי דארט אויבן. זיי האבן מער נישט קיין סיבה זיך צו דרייען אויף דעם עולם השפל וועלכע איז פול מיט פלאגענישן ברוחניות ובגשמיות.
הערטס אויף בלעימען די מענטשהייט פאר יעדע טראגעדיע. לאזט לעבן! (און לאזט שטארבן... )!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כשמעקעדיג, נאר אויך והחי יתן אל לבו, זיינע נישט יענעמס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
samiam
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

Re: מען ווייסט שוין?

שליחה דורך samiam »

מען דארף זיך אפלערנען פאר זיך פון אזא מעשה, נישט אויסלערנען פאר אנדערע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך שטארב פאר נייגער צו זען ווי אזוי דער 'טשיילד פראטעקטער' גייט קענען "וועלדן" אזא סטארי צו מנבלות...

Watch and see#
פארשפארט