חורבן אייראפע ערציילונגען (תשעה באב תשע"ב)
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

אזוי ווי עס איז דאך תשעה באב אויף די וועלט! מיט בערך 2000 יאר צוריק איז אונזער הייליג הויז חרוב געווארן! וויבאלד אין אונזער שוואכע דור איז אביסל שווער צו קלאגן אויף זאכן וואס אונז האמיר נישט קיין השגה וואס דאס איז, וואלט געווען א פאסיגע זאך אביסל אראפצושרייבן ערציילונגן וואז האט ליידער פאסירט צו אונזערע עלטערן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, און אזוי אביסל נאנט צוברענגן אידישע צרות צום הארץ, און בעטן פאר די גאולה שלימה בב"א.
----------------
א ריכטיגע דוגמא פון קידוש ה' אין די ביטערע אוישוויץ אומשטענדן, שרייבט דער ווייצענער רב אין זיין ספר מקדשי ה' ווי פאלגנד:
א תמימות'דיגער אויבערלאנדישער איד איז געקומען צו מיר מיט אזא שאלה: "רבי, מיין בן יחיד, מיין ליב קינד, מיין שווארץ-אפל איז געכאפט געווארן, און ער איז ביי די וואס ווארטן צו ווערן פארברענט ל"ע, איך האב א מעגליכקייט אים אויסצולייזן, אבער אז אויב איך לייז אים אויס וועלן די קאפאס כאפן א צווייט קינד אנצופולן זיין פלאץ. רבי, מעג איך ראטעווען מיין קינד?" און דער איד ווארט באימה ויראה צו הערן מיין פסק, און וועט גארנישט טאן אן הערן דעם דעת תורה.
איך, הערנדיג די שאלה בין איך אויפגעציטערט געווארן, ווי פסק'נט מען אזא שאלה? און איך האב אים געזאגט, "טייערער איד, ווי קען איך דאס ענפערן? אפילו אין בית המקדש איז דאס א שווערע דיני נפשות שאלה, און ווי קען איך דא, בגיא צלמוות ענפערן אן קיין ספרים, אן קיין יישוב הדעת?"
דער איד איז געווען צעבראכן אז איך קען אים נישט ענפערן און ער האט געזאגט מיט רגש און גרויס התלהבות (בלשון קדשו פון ווייצענער רב אין אידיש), "רבי, איך האב געטאהן דאס מייניגע וואס די תורה איז מיך מחייב צו טאהן. איך האב געפרעגט א שאלה ביי א רב, און קיין אנדערער רב איז דא נישט דא. און אז איר קענט מיר נישט ענפערן. דאס אז איך מעג אויסלייזן מיין קינד, איז דאך א סימן אז איר זענט ביי אייך פערטיג אין די הלכה מתיר צו זיין. ווייל אויב וואלט עס געווען מותר, בלי שום פקפוק, וואלט איר דאך זיכער גענפערט, אז עס איך מותר. הייסט דאס ביי מיר ווי א פסק-דין, אז איך טאר נישט על פי הלכה, און דאס איז ביי מיר גענוג, און ממילא וועט מיין איינציג קינד פארברענט ווערן על פי התורה והלכה, בין איך דאס מקבל באהבה ובשמחה, און איך טו גאר נישט אים אויס צו לייזן ווייל די תורה האט אזוי געהייסן!"
(דער שטערן - אב תשע"ב)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ניו יארק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
צווישן אנדערן איז באוויסט די געשיכטע פונעם גרויסן גאון וצדיק רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע הי"ד, דער בארימטער בארנובצער ראש ישיבה, וועלכער איז געווען אין דער פרייער אמעריקע, אבער ער האט זיך צוריקגעקערט קיין אייראפע כדי צו זיין אינאיינעם מיט זיינע תלמידים און בני קהילתו אין אזעלכע שווערע זמנים, זיי צו פירן און געבן הדרכה אין זייערע שווערסטע צייטן.
רבי אלחנן האט פארגעזעצט צו געבן א שיעור ביז'ן לעצטן טאג פון זיין לעבן, יום י"א תמוז תש"א, ווען די ליטווישע רוצחים זענען אריינגעקומען און געטראפן דעם גאון פארלערנען זיין טעגליכן שיעור. ביי דעם שיעור זענען אויך אנוועזנד געווען א רייע אנדערע גאונים, ביניהם, הגה"צ ר' אברהם גרודזינסקי הי"ד מנהל ישיבת סלובודקע; ר' יוסף חיים זאקס הי"ד ראש ישיבת אהל משה סלובודקע; ר' ישראל יעקב לובצ'נסקי הי"ד מנהל רוחני ישיבת ברנוביץ; ר' משה רייז הי"ד ראש ישיבת סלונים; ר' שבתי ווערניקובסקי הי"ד מנהל רוחני ישיבת לומזה; ר' דוד גאדער הי"ד; ר' נפתלי וואסערמאן הי"ד, און נאך. קיינער האט זיי נישט באמערקט, זייענדיג שקוע כל כולם אין דער תוה"ק.
די רוצחים האבן געזען אז מ'באמערקט זיי נישט, האבן זיי גענומען זייער געווער און ארויסגעשאסן אין די לופטן. ווען די אנוועזענדע האבן געהערט די שיסערייען און געזען ווער ס'איז דא, זענען זיי אויפגעשוידערט געווארן. די רוצחים האבן געשריגן: "איר זענט זיך צוזאם געקומען מאכן א אויפשטאנד? מיר האבן אייך געכאפט און איר וועט עס נישט איבערלעבן!"
יענע נאכט זענען דרייצן גדולי ישראל אומגעקומען על קידוש שמו יתברך, וביניהם הגאון הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל, ה' ינקום דמם לעינינו.
די אידן וואס זענען געשטאנען בשכינות למקום ההריגה האבן געהערט קולי קולות פון די קדושים גדולי ישראל הי"ד ווי זיי האבן געשריגן די נצח-ישראל-לא-ישקר-לאזונג "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד." די אידן האבן געזאגט אז די שמע ישראל געשרייען האט נען געהערט העכער פון די שיסערייען!

- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
עס איז מיר נישט אזוי פשוט אז ער האט נישט געמעגט אויסלייזען זיין קינד, זיין קינד איז א ודאי, און דער אנדערער איז א ספק, ווייל איך ווייס דאך נישט פאר 100% אז זיי וועלען נעמען אן אנדער קינד העכסטענס איז עס אן ענין פון גרמא,י
למשל מיר ווייסען פון א גרויסען רבי'ן וועס האט מיט שדתלנות ארויף גענומען זיין גבאי אויף קאסטנערס טרעין , וואס אין די צייט איז אן אנדערער רבי אראפ געשטופט געווארען

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך מיין מען מאכט דא א שטיקל (תשעהבאב'דיגע) טשולנט, דער באשולדיגונג האט מען ארויפגעשמירט אויף הרה"ק מבעלז זצ"ל אז ווען ער האט זיך ארויסגעראטעווט פון די באכניע געטא צוזומען מיט אחיו הרב מבילגאריי און 1 משמש האט מען אנשטאט דעם משמש געדארפט (א חלק פון דעם ריזיגן סכום וואס האט זיך אויסגעפעלט להצלחת המבצע האבן צאנזר חסידים אין אונגארן מנדב געווען על דעת מען וועט אינאיינוועגנס אויך ראטעוון ר'ישעלה) מיטצונעמן ר' ישעלה טשעכובר, אבער דער אמת איז אז ר' ישעלה האט נישט געוואלט מיטגיין אן זיין זוהן וואס איז דעמאלס געווען אין א אנדערע געטא און כמובן עס איז אוממעגלך געווען צו ווארטן און חוץ מזה איז נישט געווען קיין פלאץ פאר נאך איינעם ,ווען עס איז קלאר געווארן אז ר' ישעלה וויל נישט קומען האט מען גענומן דעם משמש.(כפי עדות דער משמש וואס האט דאס פארציילט פאר איינעם זייענדיג אויף זיין טויט בעט, א עדות שכיב מרע נעמט מען אן אפילו אויף הארבערע זאכן ווי דעם.)
בשעת די קאסטנר באן איז שוין ר' ישעלה געווען אויפן עולם האמת הי"ד.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך ווייס נישט פון קיין הספד אבער ר' ישעלה נרצח עקה"ש ג' אלול תש"ג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
עם האדמר׳ר מלעלוב שליט״א, שוחחו מיחוסה של
הרבנית המתייחסת אל הרה״ק מצאנז.
כ״ק אדמר׳ר שליט״א: זקנתה היתה בתו של רבי
משה׳לה שינעווער, בנו של רבי יחזקאל שרגא משינאווא.
האדמו״ר מלעלוב: האם עוד הכירה הרבנית את זקנתה זוז
כ״ק אדמו״ר שליט״א השיב בחיוב, והוסיף: זקנתה זו
היתה מכנסת אורחים גדולה. על אף העניות והדחקות
ששררה בבית. זי איז נאך געווען פין די אלטע ייודנע׳ס.
האדמו״ר מלעלוב: א״כ התייחסה גם ל״אריה דבי עילאי״
ול״ישמח משה״, כי הרה״ק משינאווא היה חתנו של ה״אריה
דבי עילאי״.
כ״ק אדמו״ו שליט״א: סיפר לי מישהו, כי כאשר הובילו
את רבי ישעי׳לה טשעכויבער אל תאי־הגזים, ראהו שם אחד
העובדים ־ שהיה יהודי - והכרת פניו הקדושים ענתה בו כי
אדם גדול הוא. שאלו לשמו, והשיבו כי ישעיה שמו. שאלו
שוב למקום מגוריו, השיבו גם על זאת. שאלו שוב לשם אביו,
השיבו: חיים. שאלו: האם אתם בנו של הרב מצאנז, והשיבו
בחיוב. אמר לו יודעים אתם לאן פניכם מועדות. השיבו:
בוודאי. אמר לו הלה: אלפי אנשים נעקדים כאן מדי יום
ביומו. לעת עתה מסתובב אנכי פה, אמנם יודעני כי בעוד
שבועות מספר גם אהיה אני נמנה על רשימה זו, להשמדה
רח״ל. אמר לו הרה״ק מטשכויב: הבא לי מעט מים לברך
עליהם, כיפה וטלית קטן, ואבטיחך שתנצל. כדבריו כן עשה,
ואכן ניצל, וסיפר מעשה זה ברבים.
האדמו״ר מלעלוב: כאשר נפטרה עליו רעייתו של הרה״ק
מצאנז ערך את שלחנו הטהור כרגיל, והתבטא אז בפני בנו,
שהיה בן חמש בלבד: אמת, דינו של הקב״ה צודק!
כ״ק אדמר׳ו שליט״א: אצל אנשי מעלה אלה אין שום
קושי בעבודתם. הם חרגו מכל הגבולות הגשמיים.
האדמו״ר מלעלוב: רבי ישעי׳לה היה הצעיר שבין הבנים.
כ׳יק אדמר׳ר שליט״א: רבי שלום אליעזר היה באונגרין,
וגם הוא נפל לידיהם של הרוצחים. האדמו״ר מלעלוב: כאשר
היה רבי שלום אליעזר׳ל בדרכו למחנות ההשמדה עלה אליו
אחיו הרה״ק משינאווא, ואמר לו: אחי יקירי! לא נוסעים
כאן למחנות עבודה, הדרך לה אתם מובלים היא להריגה. אך
בידי להצילך. הרהר רש״א מספר רגעים, והשיבו: רצוני ללכת
יחד עם כל היהודים. אין ברצוני להנצל. אמר לו הרה״ק
משינאווא: למקום זה שאליו מגיעות נשמות הנשרפים כאן
עקה״ש אין שום בריה בעולם יכולה להגיע.
הרב שליט״א: שמעתי עובדא זו ממו״ח שליט״א ששמע
זאת מיהודי שנסע יחדיו עם רש״א ברכבת, ורש״א נרדם,
וכשהקיץ היה במתח רב. כששאלוהו על פשר הדבר סיפר את
כל העובדא הנ״ל.
כ״ק אדמו״ר שליט״א: גם רבי ישעי׳לה טשעחויבער היה
יכול להנצל. כשם שהיה יכול להציל אחרים היה גם ביכלתו
להמלט מן הרעה הזאת.
צורר היהודים החריב את כל יהדות אירופה. הייתי פעם
בוורשא, לשאלתי אם יש כאן מנין, השיבוני: רק בשבת בבוקר,
ולא כל המתפללים שומרי שבת. אף מקוה אפשר למצוא רק
בקושי.
בית וויזניץ

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 143
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
נוי יארק האט געשריבן:צווישן אנדערן איז באוויסט די געשיכטע פונעם גרויסן גאון וצדיק רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע הי"ד, דער בארימטער בארנובצער ראש ישיבה, וועלכער איז געווען אין דער פרייער אמעריקע, אבער ער האט זיך צוריקגעקערט קיין אייראפע כדי צו זיין אינאיינעם מיט זיינע תלמידים און בני קהילתו אין אזעלכע שווערע זמנים, זיי צו פירן און געבן הדרכה אין זייערע שווערסטע צייטן.
רבי אלחנן האט פארגעזעצט צו געבן א שיעור ביז'ן לעצטן טאג פון זיין לעבן, יום י"א תמוז תש"א, ווען די ליטווישע רוצחים זענען אריינגעקומען און געטראפן דעם גאון פארלערנען זיין טעגליכן שיעור. ביי דעם שיעור זענען אויך אנוועזנד געווען א רייע אנדערע גאונים, ביניהם, הגה"צ ר' אברהם גרודזינסקי הי"ד מנהל ישיבת סלובודקע; ר' יוסף חיים זאקס הי"ד ראש ישיבת אהל משה סלובודקע; ר' ישראל יעקב לובצ'נסקי הי"ד מנהל רוחני ישיבת ברנוביץ; ר' משה רייז הי"ד ראש ישיבת סלונים; ר' שבתי ווערניקובסקי הי"ד מנהל רוחני ישיבת לומזה; ר' דוד גאדער הי"ד; ר' נפתלי וואסערמאן הי"ד, און נאך. קיינער האט זיי נישט באמערקט, זייענדיג שקוע כל כולם אין דער תוה"ק.
די רוצחים האבן געזען אז מ'באמערקט זיי נישט, האבן זיי גענומען זייער געווער און ארויסגעשאסן אין די לופטן. ווען די אנוועזענדע האבן געהערט די שיסערייען און געזען ווער ס'איז דא, זענען זיי אויפגעשוידערט געווארן. די רוצחים האבן געשריגן: "איר זענט זיך צוזאם געקומען מאכן א אויפשטאנד? מיר האבן אייך געכאפט און איר וועט עס נישט איבערלעבן!"
יענע נאכט זענען דרייצן גדולי ישראל אומגעקומען על קידוש שמו יתברך, וביניהם הגאון הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל, ה' ינקום דמם לעינינו.
די אידן וואס זענען געשטאנען בשכינות למקום ההריגה האבן געהערט קולי קולות פון די קדושים גדולי ישראל הי"ד ווי זיי האבן געשריגן די נצח-ישראל-לא-ישקר-לאזונג "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד." די אידן האבן געזאגט אז די שמע ישראל געשרייען האט נען געהערט העכער פון די שיסערייען!
(דער שטערן - אב תשע"ב)
There were some Godolim who ran away and left their people behind.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום real jew, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
די רוצחים האבן געזען אז מ'באמערקט זיי נישט, האבן זיי גענומען זייער געווער און ארויסגעשאסן אין די לופטן. ווען די אנוועזענדע האבן געהערט די שיסערייען און געזען ווער ס'איז דא, זענען זיי אויפגעשוידערט געווארן. די רוצחים האבן געשריגן: "איר זענט זיך צוזאם געקומען מאכן א אויפשטאנד? מיר האבן אייך געכאפט און איר וועט עס נישט איבערלעבן!"יענע נאכט זענען דרייצן גדולי ישראל אומגעקומען על קידוש שמו יתברך, וביניהם הגאון הדוש רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל, ה' ינקום דמם לעינינו.
נישט אז איך וויל ח"ו אוועקנעמען פון דער גרויסער מס"נ
אבער לאמתו של דבר אויב זענען אלע 13 דערשאסן געווארן?,
דאן ווער איז געקומען פארציילן דער פרט, אז קודם זענען זיי געווען
פארטיפט און נארנאכן שיסן אין דער לופטן האבן זיי באמערקט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
זר זהב האט געשריבן:כ״ק אדמו״ו שליט״א: סיפר לי מישהו, כי כאשר הובילו
את רבי ישעי׳לה טשעכויבער אל תאי־הגזים, ראהו שם אחד
העובדים ־ שהיה יהודי - והכרת פניו הקדושים ענתה בו כי
אדם גדול הוא. שאלו לשמו, והשיבו כי ישעיה שמו. שאלו
שוב למקום מגוריו, השיבו גם על זאת. שאלו שוב לשם אביו,
השיבו: חיים. שאלו: האם אתם בנו של הרב מצאנז, והשיבו
בחיוב. אמר לו יודעים אתם לאן פניכם מועדות. השיבו:
בוודאי. אמר לו הלה: אלפי אנשים נעקדים כאן מדי יום
ביומו. לעת עתה מסתובב אנכי פה, אמנם יודעני כי בעוד
שבועות מספר גם אהיה אני נמנה על רשימה זו, להשמדה
רח״ל. אמר לו הרה״ק מטשכויב: הבא לי מעט מים לברך
עליהם, כיפה וטלית קטן, ואבטיחך שתנצל. כדבריו כן עשה,
ואכן ניצל, וסיפר מעשה זה ברבים.
דאס איז געווען מיט זיין ברודער ר' שלום אליעזרל ר ישעי'לע איז נישט אנגעקומען צי די תאי הגזים הי"ד