דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים
עס זענען פאראן צוויי פערספעקטיוון צו יעדער זאך וואס געשעט אויף דער וועלט. ס'איז דא א פערספערטיוו מצד דעם וואס טוט די פעולה, און דערנאך איז פאראן דער פערספעקטיוו מצד וואס ס'איז אייגנטליך געשען.
לאמיר נעמען דעם האלאקאוסט אלס א גאר עקסטרעמע דוגמא. מיליאנען אידן און נאך צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען אכזריות'דיג אומגעברענגט געווארן דורך היטלער און זיינע נאציס. היטלער איז מסתמא געווען דער גרעסטער מאסן מערדער אין דער היסטאריע. ער איז געווען אן אכזר און א געוויסנסלאזער רוצח אויף אזוי ווייט, אז מענטשן האבן אין די יארן נאך דער מלחמה זיך געקענט דערציילן לעגענדעס וועגן זיינע שד'ישע קאטשקע פיס וואס האט זאל האבן פרובירן צו באהאלטן פון דער עפנטליכקייט דורך קיינמאל נישט אויסטאן די זאקן.
אזוי קלאר ווי ס'איז אבער אז היטלער איז געווען א רוצח וואס די וועלט האט נישט געזען, איז אויך פונקט אזוי קלאר אז דער האלאקאוסט, ווי דער צווייטער וועלט קריג בכלל, האט געדארפט געשען. אנדערש וואלט עס נישט געשען. היטלער בלייבט א זעלטענער מאנסטער, אבער די השגחה האט פארט געוואלט אז דער שרעקליכער חורבן זאל קומען, והא ראיה: ס'איז געשען.
דער זעלבער חשבון קען אנגעווענדט ווערן קעגן יעדער זאך אויף דער וועלט. אין די חסידישע ספרים ווערט דערמאנט א געדאנק אז נאכ'ן באגיין א חטא דארף דער מענטש גלייבן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט. דער פשט דערפון איז דער זעלבער: ווען די עבירה וואלט נישט געדארפט געשען, וואלט דער מענטש, אפילו מיט'ן כוח פון בחירה, זי נישט געקענט דורכפירן. דער וואס איז באגאנגען אן עבירה דארף תשובה טאן; ער דארף אבער דערביי אויך וויסן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט.
וויאזוי איז מעגליך אז די צוויי זאלן זיין אמת און שטימען? ס'איז טאקע נישט מעגליך, און דאהי, אויף דער וועלט, שטימען זיי טאקע נישט. זיי שטימען נישט, און שטייען אין דירעקטער סתירה, אבער זענען פארט אמת. די וועלט, מיט אירע געזעצן און כללים, זענען בסך הכל איין פרט פון א סך גרעסערן מציאות. נאך דעם וואס מען קריכט ארויס פון די ערדישע גרעניצן, קען מען אנקוקן דאס גאנצע בילד פון דרויסן, פון א ברייטערן, מער ארומנעמיגן פערספעקטיוו, וואס דערהייבט יא סתירה און קעגנזאץ. און אלעס שטימט...
פארוואס אן עונש אויב דער מענטש האט דא במילא נישט געהאט קיין ברירה? זענען פאראן תירוצים אויף דער קשיא. דער ענדגילטיגער תירוץ איז אבער, אז דארט, פון דעם פערספעקטיוו וואו די קשיא ווערט נולד איז זי בכלל נישט שווער. מיר האבן נישט קיין צוטריט צו יענער דימענסיע, דערפאר קענען מיר פרעגן און ענטפערן. אין א וועלט וואו דבר והפיכו איז באמת גאר צוויי זייטן פון דער זעלבע מטבע זענען נישטא קיין קשיות און תירוצים. מיר געפינען זיך נאר יעצט אויף איין זייט פון דער מטבע, און דערפאר שטימט נישט אלעס. אפילו "עבירה" און "עונש" זענען היגע טערמינען, וויאזוי מיר באצייכענען געוויסע אקטן און זייערע תוצאות. דארט איז אלעס אנדערש.
די וואך איז געווען דער יארצייט פונעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל און די קומענדיגע וואך וועט זיין דער יארצייט פון הגראי"ה קוק זצ"ל. דער צוגאנג וואס די צוויי ריזן האבן געהאט צו דער וועלט, דעם איד, די געשעענישן וואס האבן זיך אויסגעשפילט אין זייער תקופה איז געווען דראסטיש אנדערש – ממש דבר והפיכו מן הקצה אל הקצה.
במציאות האבן ביידע געמיינט דעם אויבערשטן. זיי האבן ביידע מדקדק געווען בקלה כבחמורה און ביידע האבן געפאדערט פון זייערע נאכפאלגערס אויסצופאלגן דעם זעלבן שלחן ערוך. און פארט, איז צווישן זיי פאראן אזא וועזנטליכער חילוק, אז גרעסער קען כמעט נישט זיין.
אויף ביידן האבן גדולים וקדושים מעיד געווען אז זייער "ראדיקאליזם" לכאן ולכאן קומט ממקור טהור און ווערט געטריבן פון די ריינסטע כוונות וואס נאר שייך. אויף ביידן זענען געווען גרויסע מענטשן וואס האבן געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זייער ליבשאפט און טריישאפט צו דער תורה און כלל ישראל האט זיי געפירט צו עקסטרעמע דיבורים און מעשים.
הרב קוק האט געוואוסט אז די פרייע חלוצים פירן זיך אנדערש ווי דערווארטעט פון א איד. ער האט אויך געוואוסט אז ווען דוד המלך האט געזינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן, האט עס געהאט אביסל אן אנדערן טעם ווי די לידער פון די קיבוצניקעס ביים ארבעטן אין די וויינגערטנער אויף דער הייליגער ערד. ובכל זאת...
דער סאטמארער רבי האט אויך געוואוסט אז ווען רוב אידן וואוינען אין ארץ ישראל, שמעקט עס פון קיבוץ גליות. ער האט אויך געקענט דעם רמב"ם, וועלכער האט מגדיר געווען די גאולה העתידה אויף זייער א פראקטישן אופן. דער סאטמארער רבי האט אויך געוואוסט פון דער גמרא "לא זכו – בעתה", אז אויב כלל ישראל וועט נישט דערצו זוכה זיין, וועט די גאולה קומען אין שטאפלען, ביסלעכווייז, אן קיין רעש און אפענע, אויפטריילסנדע ניסים. ובכל זאת...
די צוויי ריזן האבן אנגעכאפט די זעלבע ערשיינונג פון צוויי זייטן. דער סאטמארער רבי האט, ווי זיין שטייגער בכלל, זיך אפגעגעבן מיט'ן כאן ועכשיו באשר הוא שם. דערפאר האט ער געליארעמט קעגן דער סכנה וואס דער ציוניזם פון דעמאלט האט מיט זיך פארגעשטעלט קעגן דת און מסורה. כדרכו בכלל, האט הרב קוק אנגעקוקט די זאך פון א ברייטן, היסטארישן, מיסטישן פערספעקטיוו. ער האט געזען דאס גאנצע בילד – אידן זיך אומקערן צום לאנד פון די אבות, זי אויפבויען און באגרינען און צוריקברענגען די מדבר ערד צום לעבן. ער האט פאקוסירט אויף דער ענדגילטיגער תוצאה פון דעם פראצעס.
ווען א יחיד, זאל זיין דער פייערדיגסטער ציוניסט, איז געקומען צום סאטמארער רבי'ן, האט אים דער רבי אויפגענומען מיט דרך ארץ און פריינטשאפט. אויב יענער האט זיך גענויטיגט אין הילף, האט דער רבי געטאן אלעס אין זיינע מעגליכקייטן, פונקט ווי ער האט עס געטאן פאר יעדן איד וואס האט זיך צו אים געוואנדן.
ווען א יחיד, זאל זיין דער גרעסטער ציוניסט, איז אריבערגעקומען צו הרב קוק און דער רב האט געזען אז יענער וועט מקבל זיין וואס ער וועט זאגן, האט ער יענעם אנגעוויזן צו פירן א לעבן על פי תורה. די מימרא וועגן דעם זינגען פון די קיבוצניקעס האט ער טאקע געזאלט זאגן דורכאויס א נסיעה וואס ער האט דורכגעפירט אינאיינעם מיט הגאון רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל, מיטן ציל צו פארבעסערן דעם מצב הדת צווישן די פרייע יוגנטליכע.
ביידע האבן אויסגעפירט וואס זיי האבן פארשטאנען איז זייער תפקיד אויף דער וועלט. ביידע זיצן אין זעלבן גן עדן. ביידע זענען נהנים נזיו השכינה. יתכן אז זיי לערנען אפילו אין דער זעלבער גמרא, טאקע יענעם שטיקל אין מסכת כתובות, און טוישן זיך אויף די חידושים איבער די זעקס שבועות וואס דער אויבערשטער האט באשוואוירן די אידן און די אומות העולם.

"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים
זייער שיין אבער ווי ציהלסטו?
וואס ווילסטו ארויסברענגען?
און וואס האט דאס מיט די קשיא פון בחירה און ידיעה?

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים
די צווי חלקים פונ׳ם מאמר ד.ה. די קשיא פון ידיעה ובחירה מיט סאטמער רב און רב קוק ,האבן עפעס שייכות ?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מסתם וויל ער מסביר זיין אז ידיעה און בחירה איז נאר א קשיא ווייל אונדז קיק מיר עס אן נאר פון איין פערספעקטיוו אבער ס' דא אן אנדערע, די זעלבע זאך סאטמאר רב און רב קוק איז פאר אינזערע אויגן א סתירה שאין כמוהו אבער דאך האבן ביידע. עס געמיינט לשם שמים און ס' קען שטימען פונקט ווי ידיעה און בחירה , וואטעווער...
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
שקויעך [tag]קאצקע ציקער[/tag]. איך האב פארגעסן צו דערזאגן די נקודה. די ערשטע בוני הארץ זענען טאקע געווען פריי און אין גרויסן טייל געהאסט דת יהודית. סאטמארער רבי האט זיך אפגעשטעלט אויף דעם פרט, און הרב קוק האט בעיקר געזען דאס גאנצע בילד, וואס ס'וועט פון דער גאנצער זאך ארויסקומען.
די פרייע קיבוצניקעס זענען געווען וואס זיי זענען געווען און געטאן וואס זיי האבן געטאן. וואס זיי זענען געווען האט טאקע נישט געטויגט, אבער זיי האבן געשטעלט די ערשטע ציגל אין דער ווידעראויפבוי פון הייליג לאנד. סאטמארער רבי און הרב קוק זענען ביידע גערעכט געווען. דער מצב הדת האט נישט געטויגט, אבער מיט יענע בחורים האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס פון קיבוץ גליות, וואס האלט נאך אינמיטן אבער שוין סך ווייטער ווי דעמאלט - בכמות, מיט דער צאל אידן וואס זענען שוין נקבץ געווארן אין ארץ ישראל, און אויך באיכות - דער ציבור ווערט אלס מער פרום און גענויגט צו מסורה.
די פרייע קיבוצניקעס זענען געווען וואס זיי זענען געווען און געטאן וואס זיי האבן געטאן. וואס זיי זענען געווען האט טאקע נישט געטויגט, אבער זיי האבן געשטעלט די ערשטע ציגל אין דער ווידעראויפבוי פון הייליג לאנד. סאטמארער רבי און הרב קוק זענען ביידע גערעכט געווען. דער מצב הדת האט נישט געטויגט, אבער מיט יענע בחורים האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס פון קיבוץ גליות, וואס האלט נאך אינמיטן אבער שוין סך ווייטער ווי דעמאלט - בכמות, מיט דער צאל אידן וואס זענען שוין נקבץ געווארן אין ארץ ישראל, און אויך באיכות - דער ציבור ווערט אלס מער פרום און גענויגט צו מסורה.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
כאטש די ווייסט אליין נישט ווי אהין די פארסט מיט די אשכול, נו אויב אזוי פארוואס האב איך דיר פארלייקט? די תירוץ איז, דו ברענגסט ארויס זעקס זיבן נקודות חומר למחשבה טייל מיט וואס איך בין מיט דיר און טייל מיט וואס איך בין מחולק, א קיצור האסט שיין געשריבן, גוט געזאגט, מסודר׳דיג אראפגעלייגט, קונצליך געפארן מענין לענין אן א סטאפ. און צום לעצט איך האב עס הנאה געהאט צו ליינען.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
כאפ נישט פונקטליך וואס די זאגסט אז רב קוק האט געקוקט אויפן ברייטן בילד, משא"כ סאטמאר רבי
אדרבא סאטמארע רבי האט שטענדיג געטענה'ט, אז מעגליך פון א שמאלן בליק, אז מ'קוקט באשר הוא שם, קען זיך דאכטן אז די מדינה איז ישועה פאר כלל ישראל, אבער מיט א ברייטע בליק איז עס שווארץ און זויער,
און זיכער האט ער נישט געהאט קיין שום הו"א בעולם אז עלוה זיין און כובש זיין אר"י און איר אויפארבעטן באופן שנעשה, זאל האבן דאס מינדעסטע שייכות צו ישועה, קיבוץ גליות אדער גאולה, אדרבא ואדרבא,
ולמעשה יעצט נאך 70 יאר איז נישטא קיין שום הוכחה אז זיין בליק זאל זיין אומגערעכט, עכ"פ יעדער צד קען זיך ווייטער עקש'ן פונקט ווי 70 יאר צוריק

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:למעשה, לויט דיר, איז סאטמאר רבי נישט גערעכט געווען. ווייל זיין שיטה איז א למעשהדיגע סתירה צו רב קוק'ס. משא"כ לויט רב קוק, איינער וואס גייט נישט צו בחירות איז נישט עובר גארנישט חוץ די לאו פון לא תסור.
א סתירה איז נישט קיין פירכא. עס מיינט נאר אז לפי ראות עינינו יעצט און דא שטימט עס נישט. ווען דאס גאנצע בילד ווערט אנגעקוקט פון דרויסן, שטימט אלעס א מחי'. האט דען דער סאטמארער רבי באמת געמיינט דעם "יהרג ואל יעבור"? ווען עמיצער ווערט געצווינגען מיט א מעסער צו גיין צו די בחירות, וואלט דער רבי אים דען גע'עצה'ט צו שרייבן צוואה און זיך לאזן דערשטעכן? אז בזמן הבית וואלט מען א ציוני בעדים והתראה פארשטיינערט?
כיוצא בו, האט דען הרב קוק געהאלטן אז אויב עמיצער געפינט זיך אין אן עת צרה זאל ער זינגען ערב של שושנים במקום זאגן תהילים?
ביידע האבן זיך משתמש געווען מיט גאנגבארע טערמינען אין אידישקייט צו מאכן א פאינט אויף זייער פערספעקטיוו.