בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
צו זיין אויפריכטיג (איבער מיין פעטיציע) לאמיך עקספלעינען,
איך בין גראדע א גרויסער חסיד פון אונזער בודאפעסטער ליטוואק, ער איז מלא תוכן בתורה וידיעות און שרייבט דא זייער שיינע תגובות בטוב טעם ודעת וועלכע איך שלינג מיט דורשט, והא ראי' איך האב אים שוין אסאך געלייקט...
איך האלט נישט ער איז א שלעכטער מענטש, נאר אזויפיל אז ער איז נישט אויפגעוואקסן אין די חסידישע וועלט און קיינמאל וועט ער נישט קענען פארשטיין דעם מענטאליטעט פון א חסיד.
ער וואלט דאס געדארפט אליינס פארשטיין, און נישט זוכן אריינצורעדן אין דעם ענין. אבער ער רעדט דייקא יא, און טאקע וואו אימער מעגליך, און שטעכט אריין א מעסער פאר חסידישע אידן.. יא, עס טוט וויי ווען מען טרעט מיט א זלזול אויף אונזער חינוך.
דוד המלך האט געבעטן דעם רבש"ע אז תהלים זאל זיין גערעכנט ווי לערנען נגעים ואהלות, אלמלי דוד המלך זאל עס זאגן היינטיגע צייטן וואלט אונזער ליטוואק געמאכט דערפון א חוכא וטלולא און ליצי ליצנות.
איך האב שוין אסאך מאריך געווען אין מערערע אשכולות דערוועגן, ולא אמרינן רבנן בכפילא, איך וויל נאר קלאר מאכן מיין נקודה.
איך האף אז איך קען מפייס זיין אונזער ליטוואק, כ'מיין גארנישט פערזענליך אקעגן אים, איך וויל נאר ער זאל פארשטיין אז מען קען נישט לערנען מיט א גוי ברטנורא, וזהו.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
כנגעים ואהלות ועוד
שמעקעדיג האט געשריבן:צו זיין אויפריכטיג (איבער מיין פעטיציע) לאמיך עקספלעינען,

עמדתו של בעל נפש החיים
קודם כל, אינעם ספר נפש החיים (שער ד פרק ב) שרייבט ער בזה"ל: ענין עסק התורה לשמה, האמת הברור, כי "לשמה" אין פירושו דבקות" כמו שסוברים עתה רוב העולם, שהרי אמרו רבותינו ז"ל במדרש (שוחר טוב תהלים א, א) שביקש דוד המלך ע"ה מלפניו יתברך, שהעוסק בתהילים יחשב אצלו יתברך כאילו עוסק בנגעים ואהלות, הרי שהעסק בהלכות הש"ס בעיון ויגיעה, הוא ענין יותר נעלה ואהוב לפניו יתברך מאמירת תהילים. ואם נאמר ש"לשמה" פירושו דביקות דווקא, ורק בזה תלוי כל עיקר ענין עסק התורה, הלא אין דבקות יותר נפלא מאמירת תהילים כראוי כל היום. וגם מי יודע אם הסכים הקדוש ברוך על ידו בזה, כי לא מצינו בדברהים ז"ל מה תשובה השיבו הוא יתברך על שאלתו [כמו שמצינו בבא בתרא יז, א, ואידך, ההוא רחמי הוא דקא בעי], עכלה"ק.
עמדתו של "חסידים"
עס איז ריכטיג אז חסידים טעהנ'ן אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים, דאס מיינט אז אויב דוד המלך האט אזוי געבעטן איז ער זיכער גע'ענטפערט געווארען. למעשה דארף מען נאך אלץ פארענטפערען די ראיה פון בבא בתרא וואו דער גמרא זאגט קלאר [לויט איין מאן דאמר] אז דוד האט געבעטען אז קיין רימה ותולעה זאל נישט שולט זיין אין עם און זיין תפילה איז נישט נתקבל געווארען.
מהלך חדש
אין הערות "ובחרת בחיים" אויף נפש החיים זאגט דער מחבר שליט"א א ריכטיגע פשט, אז די מדרש מיינט נישט צו זאגען אז זאגען תהילים איז דער זעלבע פון מייגע זיין אין תורה אויף שווערע סוגיות פון נגעים ואהלות, נאר דוד האט געבעטן "יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, יעשו לדורות ויכתבו לדורות אמרי פי ויחקקו לדורותת, ולא יהיו קורין בהם כקורין בספרים אלא יהיו קורין בהן והוגין בהם ונוטלין שכר עליהם כנגעים ואהלות" דאס מיינט אז עס זאל הייסען "תורה" אזוי ווי אנדערע כתבי הקודש, און נישט זיין סתם א שיינע ספר פון songs. והדברים מסתברים וצ"ע דברי הנפש החיים.
העולה מהנ"ל
יהיה איך שיהיה איין זאך איז קלאר, אז אפילו אויב מען וועט אנעמען אז תהילים איז אזוי ווי נגעים און אהלות, וכמו שנראה קצת מדברי רבינו יהודה בן יקר [רבו של הרמב"ן] שכתב בפירושו על סדר התפילות וז"ל, ואף כל המזמורים חשובים כדברי תורה כדאמרינן במדרש תהילים "אל יאמר אדם שאין המזמורים תורה, וכן במקום אחר וקורין בהן בתהילים והוגין ונוטלין שכר עליהם כנגעים ואהלות, עכ"ל. [והובאו הדברים ב"ובחרת החיים" הנ"ל] אעפ"כ איז קיין ספק נישט אז לערנען תורה איז נישט ווייניגער. סך הכל האט דוד המלך לויט איין מדרש אפשר אויסגעפועלט אז עס "כאילו", אבער דער זאך אליין איז עס נישט.
[center]זיין פארגלייבט[/center]
איך בין שאקירט ווי אלע אויבערחכמים אין שטיבל זענען מיטאמאל די גרעסטע גלייבער'ס. איך וויל נישט דן זיין אויף קיין שום יחיד, נאר אויף דער מהלך המחשבה. איך געדענק מיט עטליכע יארען צוריק ביי די פולמוס פון דער בארא פארקער עירוב האב איך גערעדט מיט א "קלויזענבארגער חסיד" און איך האב עם געפרעגט ווי אזוי קענסטו טראגען אין דער עירוב ווען דיין רבי [דברי יציב] האט געשריבען א תשובה להלכה אז עס איז אסור. האט ער מיר גע'ענטפערט וז"ל, "מען פארשטייט נישט דער תשובה", עכ"ל. איך קען דער מענטש און ער האט די כשרונות צו פארשטיין א סאך שווערערע זאכען וואו יענע גאר פשוט'ע תשובה, וואס אויב איינער האט גוט געלערענט אלץ בחור זאל קענען עס דורך ליינען מיט אהן קיין שום עמל ויגיעה. נאר וואס? מען האט אויסגעלערענט מענטשען אז "מען פארשטייט נישט". דא ליגט דער הונט באגראבען. מיט אזא מענטאליטעיט (mentality) קען מען שלאגען כפרות מיט מענטשען. ווייל everything goes "מען פארשטייט נישט".
נאך א נקודה איז דער "איינגערעדטקייט", דער "חסידישע ציבור" [בפרט שוכני וויליאמסבורג ומאנרא] קען מען איינרעדען וואס מען וויל. איינער ערקלערט זיך אן expert אין דוקטורים, און רעדט איין צו גיין צו יענער אדער יענער דאקטאר, און עולם גולם גייט עם נאך כצאן לטבח, אפילו אויב יענער לייגט אוועק צעהן מענטשען פאר יעדער איין וואס קומט ארויס לעבעדיג. פארוואס? ווייל דער יחיד אליין האט נישט שכל. "מען" זאגט עם וואס איז גוט און ער גייט נאך.
די זענען מיטלין מיט וואס מענטשען זענען זיך משתלט אויפ'ן ציבור. מען דארף זיך אויפוועקען און טראכטען פאר זיך. ווען איינער טוט עפעס וואס אויב מיין אינגעל אדער בחור וואלט דאס געטוהן, וואלט איך עם מעניש געווען, דארף מען אוועק גיין פון אזא מענטש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אויבערלענדער חכם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
יא, יעדער וואס האלט אנדעריש 'פארשטייט נישט'. דער תורה איז אנדעריש פאר מענטשען מיט אן אנדערע מענטאליטעט, און דער וואס האלט זיך צו וואס ס'שטייט דארט איז גאר דער גוי, וואס קען נאר לערנען משניות מיט'ן ר''ש און רמב''ם, אדער קהתי רח''ל.
דער סבה פארוואס ס'טוט ענק וויי איז ווייל אינעווענדיג ווייסט מען אז עפעס סרח'ט, עפעס טויג נישט. און אנשטאט'ס צו טראכטען און פארשטייען, זוכט מען צו פארשווייגען די קשיא'ס מיט'ן אנרופען נעמען, מיט זינלאזע לאזונגען און מעשה'לעך.
אינטרעסאנט ס'איז געווען א ליטוואק וואס האט געזאגט און געברענגט א ראיה פון יענער גמרא מיט דוד המלך פונקט פארקערט, וואס ווען איך זאג עס, וואלט מען געשריגען ליצנות! נאר דער ליטוואק איז נישט פון בודאפעסט נאר פון ליטא (היינט בעלארוס) , א שטאט וואס הייסט וואלאזהין. עי' נפש החיים ותמצא נחת.
און דיין לייק'ס זענען אלע נאכדעם ווי דו האסט געזען אז איך רעג מיר אזוי אויף דיין פראבירען מיר צו פארשווייגען, האסטו געוואלט מפייס זיין. גארנישט מער.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
ערשט באמערקט די תגובה פון אויבערלענדער חכם וואס האט פיין צוגעשטעלט, און שוין אויסגעשריבען דער נפש החיים. ער באציט זיך אויף אן אנדערע אויך ריכטיגע נקודה ומיני ומיניה יתקלסון לך.
אינטרעסאנט איז, וכמו''ש כבר במקו''א, אז מ'קוקט אן דער לעבען וואס מיר קענען פונ'ם חת''ס צו דער ווילנא גאון צו סיי ווער פון חכמי הדורות, איז דא גאנץ ווייניג חלקים פון זייער לעבען וואס מ'דארף זאגען 'וואס פארשטייען מיר אונז?'. אוודאי קען עס זיך אזוי מאכען, אבער דער בנין פון אונזער בליק אויף די צדיקים איז פון זאכען וואס מיר פארשטייען פון לערנען תורה. אבער ביי די אנדערע חברה זעט מען א גאנץ לעבען פון א צדיק וואס קיין שום זאך נישט כמעט זאל קלאפען. יעצט טאמער איינער אן אפיקורס א גוי וועט זאגען ער גלויבט נאר אין וואס ס'שטימט, וועט נאך אלס היטען תורה בשלימותה. ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?
אינטרעסאנט איז, וכמו''ש כבר במקו''א, אז מ'קוקט אן דער לעבען וואס מיר קענען פונ'ם חת''ס צו דער ווילנא גאון צו סיי ווער פון חכמי הדורות, איז דא גאנץ ווייניג חלקים פון זייער לעבען וואס מ'דארף זאגען 'וואס פארשטייען מיר אונז?'. אוודאי קען עס זיך אזוי מאכען, אבער דער בנין פון אונזער בליק אויף די צדיקים איז פון זאכען וואס מיר פארשטייען פון לערנען תורה. אבער ביי די אנדערע חברה זעט מען א גאנץ לעבען פון א צדיק וואס קיין שום זאך נישט כמעט זאל קלאפען. יעצט טאמער איינער אן אפיקורס א גוי וועט זאגען ער גלויבט נאר אין וואס ס'שטימט, וועט נאך אלס היטען תורה בשלימותה. ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ביסט שוין א יודע מחשבות אויכעט?.. ס'איז מיר גוט!
איך לייק נישט קיינעם אויף דער וועלט פאר פיוס אדער חנופה. איך לייק נישט לויטן מענטש/ניק, נאר אויסדרוקליך לויטן תוכן פון דער תגובה.
ביי מיר איז נישט שווארץ/ווייס. איך אנערקען אז דו ביסט מלא וגדוש מיט ידיעות בתורה ובעניני דעלמא, און ווען איך האב הנאה לייען איך און לייק איך כיד ה' הטובה עלי, און ווען עס טוט מיר וויי שריי איך! ופשוט.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז פארענטפערען א מענטש וואס איז עובר הלכה בשאט נפש. איך גלייב נישט אז עס איז אן אמת'ע וידיאו, אבער אויב עס איז יא, און ער איז געווען ביים דעת, איז ער א פשוט'ע עבריין געווען.
פארוואס עבריין? איך וואלט ענדערש געזאגט אז ער האט בכלל נישט געוויסט אז מ'טאר נישט מוציא זיין ש"ש לבטלה, און אז מ'טאר נישט עסן אן א ברכה.
מיין שיטה לגבי אזעלכע געפיראכץ איז אז מ'דארף קוקן אויף די ארום און ארום. טאמער איז דער מענטש איינער וואס טיט אנדערע זאכן פאר אטענטשן אדער כבוד קען מען טראכטן אז די תאווה האט גובר געווען און ער איז דורך געפאלן. אבער טאמער איז ער אין אנדערע זאכן אן עובד השם באמת, בין איך דן לכף זכות אז מסתמה האט ער עפעס א סיבה וואס איך פארשטיי נישט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
רימון האט געשריבן:עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.
איר זענט גערעכט אז מען דארף זיין מער סענסעטיוו אין אזא צייט. לגבי קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס, אדרבה, דערצייל!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
שיינע מעשה
דער מינוט דערציילט מיר א מאנטריאלער איד, אז זיין זיידע און באבע זענען געקומען פון אונגארען בעירום ובחוסר כל, און דער טאהשער רבי האט זיי אריין געברענגט אין שטוב פאר זעקס וואכען און זיי געשטעלט אויפ'ן פיס. זי"ע. (דער ערשטער שיינע מעשה וואס איך האב געהערט -דערצייל נאך)
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער מינוט דערציילט מיר א מאנטריאלער איד, אז זיין זיידע און באבע זענען געקומען פון אונגארען בעירום ובחוסר כל, און דער טאהשער רבי האט זיי אריין געברענגט אין שטוב פאר זעקס וואכען און זיי געשטעלט אויפ'ן פיס. זי"ע. (דער ערשטער שיינע מעשה וואס איך האב געהערט -דערצייל נאך)
זיין צדקות קען מען מן הסתם נאכמאכען אבער זיין חסד איז געווען געוואלדיג
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:רימון האט געשריבן:עס איז דא גענוג צייט נאך דן צו זיין די אלטע איבערגעקייעטע טעמע פון רבי'ס וואס זענען מפורסם בצדקתם, פרישתם ויראת שמים, און טון מאדנע זאכן שלא אליבא דהלכתא. עס איז ווייט נישט קיין נייע טעמע וכבר דשו בה רבים וטובים (לדוגמה יעוי' שו''ת ארץ צבי לגאון מקוזיקלוב בענין תפלה לאחר חצות היום שיש בזה ג''כ משום ש''ש לבטלה). ווידעראום ווען עס איז מתו מוטל לפניו פון א רבי'ן, א טאטן, א זיידן, זענען פארהאן גענוג שיינע שטריכן צו רעדן פון זיין פערזענליכקייט אויף וועלכן אומצאליגע זענען עדות אויף א העכערן לעבן פון צדקה און תפלה.
עס וואלט זיך געמעגט אזויפיל פארלאנגען עטוואס א סענסיוויטעט אין דער צייט ווען דער מת ליגט פארנט פון די אויגן זיך צו קאנצענטרירן אויף יענעמס גוטס.
דערצייל!
איך האב אים נישט געקענט, נאר געזעהן 3 מאל ווען איך בין יארן צוריק געוועהן אין טאהש אויף א שבת, אבער איך האב געהערט א מעשה פון א איד פון ברוקלין וואס איז בכלל נישט געוועהן א טאהשער חסיד אבער ער האט געהאלטן אז ער איז א ערליכע איד און א עובד ה׳ באמת, דער איד האט געהאט א אלטע 26 יעריגער בחור וואס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים און אפאר קינדער נאך אים אין ליין פאר שידוכים, ביי א גלעגענהייט ווען ער איז געוועהן אין מאנטריאל אויף א שמחה האט ער מחליט געוועהן אריינצוסטאפן זיך קוויטלען ביים טאהשער רבי זצ״ל און אים בעטן א ברכה אז ער זאל אויפגעראכטן ווערן, ווען ער איז אנגעקומען אהין און די גבאים האבן געהערט זיין בקשה האבן זיי פארלאנגט נישט מעהר נישט ווייניגער ווי אכצן טויזענט דאללער (מיט א שיינע פאר יאר צוריק)צו באקומען זיין ברכות קודש, דער איד האט געאפפערט $5000(ער איז א פארמעגליכער איד אבער ווייט פון א מיליאנער)זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט פארהאנדלן ווייניגער ווי ח״י אלפים!!!
קען זיין אז די רבי האט נישט געוואוסט וואסערע סקעים ס׳גייט פאר אינטער זיין נאז, אבער ס׳איז אזוי אנגעגאנגען פאר יארן לאנג ווייל ער איז נישט דער איינציגסטער וואס פארציילט אזא מעשה ליידער, מ׳האט אים פארוואנדלעט אין א ״מאני מאשין״ פונקט אזויווי שרגא פרידמאן און אנדערע טוען נאך היינט צו טאגס מיטן סקלענער רבי וואס מיינט עס נעבעך אמת׳דיג,
אמאל האט א רבי געגעבן א ברכה פאר א יעדע איד צוגלייך ארים צו רייך פרום אדער פריי זיי האבן ליב געהאט יעדע איד, דער אהבת ישראל האט אפילו געקישט אידן וואס האבן געהאט טיפוס רח״ל פאר ס׳איז געוועהן אנטיביואטיקס, היינט ווענט זיך די ברכה פונעם צדיק אין וויפל געלט מגייט דיך אויסזויגן! ס׳איז א ביזנעס! און א סקעים!!!
That's all
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
עמעזאן האט געשריבן:אין די גמרא געפינען מיר א מושג פון א תלמיד חכם און א מושג פון א צדיק
@ליטוואק קענט איר דאס מגדיר זיין?
איך האב דאס מגדיר געווען, און איר זענט טאטאל 'ראנג'.
א צדיק אין די גמרא איז אלס געווען א תלמיד חכם מופלג, עי' כאן באריכות [ובפרט, בסוף אות א'].
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלע געלטער האט ער צוטיילט אונטער די נאז פון די גבאים, כ'האב געהערט ממקור ראשון פון מענטשן וואס ער האט זיי אריינגעריקט ריזיגע סכומים און געווארענט נישט אויסצוזאגן פאר די גבאים....
זיין חסד און לב טוב איז געווען א זעלטנהייט. אין די גוטע צייטן איז דארטן ארויס אן א שיעור געלטער פאר אידן נצרכים.
זיין חסד און לב טוב איז געווען א זעלטנהייט. אין די גוטע צייטן איז דארטן ארויס אן א שיעור געלטער פאר אידן נצרכים.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלע געלטער האט ער צוטיילט אונטער די נאז פון די גבאים, כ'האב געהערט ממקור ראשון פון מענטשן וואס ער האט זיי אריינגעריקט ריזיגע סכומים און געווארענט נישט אויסצוזאגן פאר די גבאים....
זיין חסד און לב טוב איז געווען א זעלטנהייט. אין די גוטע צייטן איז דארטן ארויס אן א שיעור געלטער פאר אידן נצרכים.
ס׳קען זיין אז ער איז געוועהן א לב טוב און א ערליכע איד, נאך אלץ איז ער געוועהן part פון א סקעים ליידער!!! כמעט ביי קיין איין חסידות בעט מען נישט אפען א נומבער צו באקומען א ברכה, אוואדי די וואס געבן גרעסערע געלטער שניידן אריין אין ליין און דארפן נישט ווארטן קיין זעקס שעה אבער יעדער געווענטליך קען אריינגיין אויב איז ער וויליג צו ווארטן,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
אדנירם האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:אין די גמרא געפינען מיר א מושג פון א תלמיד חכם און א מושג פון א צדיק
@ליטוואק קענט איר דאס מגדיר זיין?
איך האב דאס מגדיר געווען, און איר זענט טאטאל 'ראנג'.
א צדיק אין די גמרא איז אלס געווען א תלמיד חכם מופלג, עי' כאן באריכות [ובפרט, בסוף אות א'].
אזוי? וויאזוי פארטייטשט איר די גמרא אין פסחים מט: לא מצא בת ת"ח ישא בת גדולי הדור עי' ברש"י אנשי מעשה וצדיקים
פון איי וועלט
@ליטוואק @אויבערלענדער
יונה כהן האט געשריבן:צויי זאכן
איך בין זיך משתתף בצערתן של ישראל אויף די גרויסע אבידה שאין לה תמורה על פטירתו של הרה"ק מטאהש זצ"ל
זכיתי אז דער רבי איז געקומען צו גיין פרייטיג-צו-נאכטס און געווען 61 יאר צוריק ביי מיין שלום זכר, ביי מיין טאטען ע"ה אין שטיב אין מאנטריאל אויף פארק עוועניו נעבען וואן-הארן.
מיין טאטע פלעגט אונז נעמען א סאך מאל דאווענען צום רבי'ן זצ"ל אין זיין בית מדרש'ל אין מונטריאל (נאך פאר קרית טאש איז געבויעט געווארן) און אלע מאל האבען מיר קינדער באקומען טשאקלעט טארט פון די רעבעצין ביים ליינען, און לכבוד דעם האבען מיר קינדער אלע מאל געמוטשעט אונזער טאטע צו גיין דאווענען ביי טאש'ער רבי. אוי ווי זענען די נעכטיגע טעג.
און מאנטריאל איז ער געווען רבי פאר אלע יודען פון אלע קרייזען.
נאך א זאך וואס מסתמא ווייסען פון דעם ווייניג מענשען חסידים של הק' מטאהש זצ"ל
הגאון הרב אברהם צבי ווייס זצ"ל אב"ד שיכון נוה אחיעזר בני ברק (ולשעבר דיין בעיר סאטמאר לפני המלחמה ותיכף לאחר המלחמה) איז געווען אן ערשטע קאזין מיט מיין זיידע'ן און ווען איך בין געפארן לערנען אין ארץ ישראל האט מיר מיין טאטע באפוילען אים צו באזוכען. הרב הנ"ל האט מיך אויפגענומען מיט אהבה ובשמחה גדולה אלס משפחה.
און דער רב בתוך שיחותיו עמי האט מיר פארציילט אז לאחר המלחמה האט ער מיט זיין רעבעצין שטארק אכט געגעבען אויף דעם רבי'ן זצ"ל ווען ער איז נאך דאן געווען א בחור (כך אני זוכר) ער איז דאך געווען א פרומער און געדאווענט מיט גרויס עבודה כידוע און געגאנגען אז מיטען גאנצען חסידישער כאניוקישער געשטעל. ואמר לי הרב ווייס אז ער האט גע'עצה'ט דעם רבי'ן אז ער זאל זיך זעצען לערנען הוראה שו"ע יו"ד און ער וועט אים געבען דעם היתר הוראה. וכך היה, ואמר לי "אויב איינער וועט דיר זאגען אז דער רבי איז נישט קיין למדן זאלסט אים זאגען אז איך האב אים געגעבן היתר הוראה ער איז א גרויסער ת"ח".
וכידוע הרב הנ"ל איז געווען א גאון גדול והיה מגדולי נותני היתר הוראה באר"י.
והנה קימתי דברי הגאון הנ"ל!
@ליטוואק @אויבערלענדער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
סקוקט אויס אז המשב"ק משה ראטמאן ברויך תיכף עפעס מעדיקעל עטענשאן. איך מאך נישט קיין וויץ דער איז שוין מקושר מיטן רבין פון אלץ קליין קינד און א גבאי שוין פון די 16. פלוצלינג איז ער אויפן וואסער בעירום ובחוסר כל דאס דארף מען קענען דערהייבן. די טראנזישאן איז נישט קיין לייכטע די בילד איז זייער טרויעריג
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים