בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

וואס איז פשט פון די ברייטע מציבות דארט אין טאשער ביה"ח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:אין די גמרא געפינען מיר א מושג פון א תלמיד חכם און א מושג פון א צדיק
@ליטוואק קענט איר דאס מגדיר זיין?

איך האב דאס מגדיר געווען, און איר זענט טאטאל 'ראנג'.

א צדיק אין די גמרא איז אלס געווען א תלמיד חכם מופלג, עי' כאן באריכות [ובפרט, בסוף אות א'].

אזוי? וויאזוי פארטייטשט איר די גמרא אין פסחים מט: לא מצא בת ת"ח ישא בת גדולי הדור עי' ברש"י אנשי מעשה וצדיקים

זייער פשוט: צווישן די גדולי ישראל זאל מען קודם זיך משדך זיין מיטן גדול התורה ווי מיטן צדיק. דאס מיינט נישט ח"ו א צדיק און קיין גדלות התורה, איינער וואס איז נישט געווען קיין ת"ח איז נישט געווען בגדר גדולי הדור, אנשי מעשה, וצדיקים.

און וויאזוי פארטייטשט איר די משנה: ולא עם הארץ חסיד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צווישען עם הארץ און א ת"ח איז דא נאך דרגות דהיינו ער איז א יודע ספר ווייסט די בעיסיקס און ער ווייסט וואס צו פרעגן און ווי נאכצוקוקען

דיין פשט אין די גמרא איז מיר נישט פארשטענדליך, איז מעגליך קלארער ארויס צו ברענגן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער נביא ירמיהו וויינט און קלאגט אויפן חורבן בית המקדש, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה...די הייליגע חכמים זאגן אונז גדולה מיתה של צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו. דאס הסתלקות פון צדיקי הדור, איז נאך פול הארבער ווי דעם חורבן בית המקדש.

מיר שטייען אצינד נאך אין די שבע שבועות דנחמתא, כלל ישראל האלט זיך נאך אין מיטן טרייסטען אויפן חורבן בית אלוקינו..און דא מיטאמאל אזא בראך...אוי ואבו... מי יתן ראשי מים.. דער בורא כל העולמים האט פון אונז אוועק גענומען ממש איינע פון די סאמע לעצטע צדיקי הדור, אשר בית ישראל נשען עליו. אוי.. ווי פאסיג איז אצינד נאכצוזאגן די ווייטאגליכע קלאג ווערטער פינעם געטליכען נביא השם ירמיהו, וואס ער האט געזאגט אויפן מלך צדיק יהושיהו מלך יהודה: רוח אפינו משיח השם, נלכד בשחיתותם...אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים.. מיר האבן אלע געמיינט אז דער רבי זי''ע וועט שוין מיט אונז גיין קעגן מלך המשיח... און דא מיטאמאל אזא בראך, הצדיק אבד ואין איש שם לב..

ווער זענען מיר בכלל אפילו צוקלאגן אויף אזא הייליגער צדיק? וואס פארשטייען מיר דען פשוטע מענטשען וואס פאר א נחת רוח די שכינה הק' האט פארלוירן מיטן פארלוסט פון אזא צדיק? ווער וועט ווייטער מתקן זיין די הייליגע שכינה מיט אזא סארט עבודה וואס דער צדיק האט אראפגעלייגט כל ימי חיו? ווער ווייסט דען צו דער וועלט איז נישט געשטאנען נאר בזכות עבודות של אותו צדיק? אוי גדול כים שברינו אוי.. מי ירפא לנו...
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

פארוואס דארף אזא קלאג מיט קומען מיט דער "וואס פארשטייען מיר דען פשוטע מענטשען"? עס זעהט אויס כמעט א תנאי קודם למעשה אז דער ענין קען נאר צוגיין מיט דער "וואס פארשטייען מיר".
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

טוה א קוק, מיסטער אובערלאנדער.. לאמיר דיר זאגן דעם אמת, איך בין געבוירן פלאטשיק, דערנאך בין איך געווארן אויפגעקלערט און כ'האב געהאלטן מיט אלעם פונקט ווי דיר, מיט די צייט בין איך געווארן נאך מער אויפגעקלערט, און כ'האלט אצינד אז דאס איז תנאי קודם למעשה... ווען דו וועסט ווערן נאך אביסל קליגער וועסטו אויך אזוי האלטען....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

@שם טוב
וואס האסטו געזעהן ביי אים וואס האט דיך געמאכט גלייבן אין אמונת צדיקים אז ער האט געקעקעצט ביי א יעדע ברכה און געדאווענט פיר אזייגער נאכמיטאג???
זיינע ברכות און רוח הקודש ??? איז טאקע געוועהן פונקט ווי ביי די פריערדיגע צדיקים???
ער האט געזאגט אז פינקאס פון די זייגערס גייט ״קיינמאל״ נישט גיין זיצן, למעשה איז ער פיין געזיצן!

@רימון טייערער
קאווע שטיבל last time I checked there is still freedom of speech in
ווען איך שרייב ווען דא וועגן פרעזידענט בוש קענסטו זאגן אז איך פארדריי דעם אשכול, אבער איך רעדט דא פונעם טאהשער רבין זצ״ל און ס׳איז נישט קיין כפירה אז מ׳האלט נישט אז ער איז געוועהן עפעס א ציס״ע אדער א מלאך, יא ער איז געוועהן א וואוילע איד נישט קיין גרויסער חכם בכלל זיינע אייגענע גבאים האבן אים געפירט אין באד אריין, ער האט ליב געהאט צו טיילן טשולענט און קיגעל פאר אידן בעצם א וויואלע איד מיט אנ-הדרת פנים וואס מענטשען/אומ-מענטשען האבן אויסגעניצט זיין תמימיות פאר זייערע אייגענע אינטערסען ליידער ליידער! אבער צו זאגן אז ער איז געוועהן א מלאך אלקים אין ווער סגלייבט נישט אין אים איז וואס ???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:דיין פשט אין די גמרא איז מיר נישט פארשטענדליך, איז מעגליך קלארער ארויס צו ברענגן

ישא בת ת"ח קודם לבת צדיק, מיינט אזוי:
זיי דיך קודם משדך מיט א גאון מופלג בתורה, און אויב דו קענסט נישט - זיי דיך משדך מיט א צדיק וואס איז נישט קיין גאון מופלג. אבער - ווי דו האסט געזאגט - פון דא ביז נישט זיין קיין ת"ח גדול איז פאלג מיר א גאנג.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

shem-tov האט געשריבן:סקוקט אויס אז המשב"ק משה ראטמאן ברויך תיכף עפעס מעדיקעל עטענשאן. איך מאך נישט קיין וויץ דער איז שוין מקושר מיטן רבין פון אלץ קליין קינד און א גבאי שוין פון די 16. פלוצלינג איז ער אויפן וואסער בעירום ובחוסר כל דאס דארף מען קענען דערהייבן. די טראנזישאן איז נישט קיין לייכטע די בילד איז זייער טרויעריג

יא סאיז נאך מער ווי פארלוירן א טאטע.
אין פאקט האט ער זיך צוריסען פאר דעם מענטש מיט א געפערליכע מסירת נפש.

אין די לעצטע צענדליגע יארן האט שטארק פרובירט אז סזאל נישט זיין קיין סקעם רבי ווי @שבת אחים האט דערמאנט געטריט יעדעם איינעם עכ"פ פרובירט אויפן שענסטע אויפן.

ניין ער זיצט נישט דארטן 24 שעה אבער ער קומט אין גייט. אין דארטן טרייסט ער זיך
ווי פארשטענדליך איז די ערשטע פאר טאג געפערליך שווער יעדער מאל ווען סקומט עפעס א דזאב וואס נעכטען האט ער נאך געדארפט טועהן וועקט זיך פין פריש אויף דער ווייטאג.

שמעתי אז די גבאים פרובירן זיך צוזאם צוזעצן זעהן וואס מטוט דא ווייטער אבער דערווייל ענדיגט זיך עס מיט א געוויין.

שוין זאל דער אייבישטער זיי טרייסטן מיט א נחמה גמורה.
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי הייסט עס איז שייך צו זיין א צדיק און נישט זיין א דין ת"ח,
און צדיק פרעזענטירט נישט קיין גרויסקייט אין ידיעות התורה נאר אין אנדערע ענינים, אגרי?
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קאצקע ציקער האט געשריבן:אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין

ביידע איז נישט גוט. דארט וויינט יעדער מיט טרערן אז מ'קען נישט סטאפן. זיי שרייבן דאך עס בפירוש... און יעדער וויל איבערשטייגן דעם חבר מיט ווי אמת ער האלט אז וואס וועט מען ווייזן פארן קומענדיגן דור?

און דא לאזט מען צו מאכן חוזק און רעדן אויף א הייליגער איד וואס נאך נישט דא א מעת לעת פון פטירה.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין


אט אזוי צום פינטעל... שכוח קאצקע...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליפא האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אז איינער וויל פארשטיין די חילוק פון קאווע שטיבל אין איי וועלט זאל אריינקומען אין דעם אשכול וועט איר אלעס! פארשטיין

ביידע איז נישט גוט. דארט וויינט יעדער מיט טרערן אז מ'קען נישט סטאפן. זיי שרייבן דאך עס בפירוש... און יעדער וויל איבערשטייגן דעם חבר מיט ווי אמת ער האלט אז וואס וועט מען ווייזן פארן קומענדיגן דור?

און דא לאזט מען צו מאכן חוזק און רעדן אויף א הייליגער איד וואס נאך נישט דא א מעת לעת פון פטירה.


""""""""און דא לאזט מען צו מאכן חוזק און רעדן אויף א הייליגער איד וואס נאך נישט דא א מעת לעת פון פטירה""""""

איז דאס נארמאל????????? דאס מיינט אויפגעקלערט????????? דאס מיינט זיין ארויס פון די באקס??????????

די אלטע נארמאלע באזעצענע, און עכט קליגע ניקים וואס האבן שוין פארלאזט דאס ארט צילוב פארשטענדליכע סיבות... ווארפן זיך אצינד אין קבר וד'''ל..
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

זארגט אייך נישט, אלע האבן ניקס דא און דארט, דא שרייבט מען אזוי און דארט פארקערט. ס'איז גוט!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

חקרן האט געשריבן:זארגט אייך נישט, אלע האבן ניקס דא און דארט, דא שרייבט מען אזוי און דארט פארקערט. ס'איז גוט!


עס קען זיין אין דער סיבה דערפאר איז.......
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שבת אחים. בוסט אינגאנצן משוגע געווארן. דער רבי האט מיך פערזענליך אויסגעלערנט וויאזוי מען מאכט א ברכה דער האט זיך בשו"א נישט אוועקגעריקט פון א ווארט איידער ער האט עס קלאר מכוון געווען. ליידער אויף דער עלטער האט ער עס געמוזט איבערזאגן עטליכע מאל מכוון צו זיין וואס איז א קלארע הלכה אין שו"ע אז מען מעג עס טאן. דער יוד האט מיך פערזענליך דערציילט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אז סאיז דא א גיהינם און א גן עדן. דער איז געווען איין שטיק בעיסיק יודישקייט זיינע תפלות האט מיר אויסגעוואשן מיין גוף זיין שיינעדיג פנים האט דערציילט סודות פון זיין עבודה ועל כולם זיין חסד אט דאס מיינט א גדול הדור. חבל על דאבדין א איש קדוש וטהור
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

חקרן האט געשריבן:זארגט אייך נישט, אלע האבן ניקס דא און דארט, דא שרייבט מען אזוי און דארט פארקערט. ס'איז גוט!


כע כע כע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

אזוי ווי אויבען דערמאנט, וויל איך נישט פוגע זיין אין א מענטש ווער איז פארהייליגט ביי ענק בשעת חימום, און וועגען דעם האב איך אויפגעהערט דן צו זיין אויף עם פרעזענליך [גראדע המדייק היטב בדברי יראה שמעולם לא כתבתי שום דבר על האיש הפרטי, רק דנתי על הנהגתו] אבער איך וויל ארויפברענגען א נקודה וואס איך בין חושש איז אמת, און איך בעט די ניקים וואס האבען א ידיעה אין דעם זאלען דאס קלאר מאכען.
עס איז מיר א פלא, אז אויזער מרן רבי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און הרה"ק ר' [tag]שבת אחים[/tag] האט קיין איין אנדערע אויפגעקלערטע ניק אין קאווע שטיבל געלאזט פאלען איין נעגעטיווע ווארט אויפ'ן רבי'ן. מען קען דאס אפלערנען עטליכע וועגען.
א- אלע פון זיין האלטען עולם ומלואו פון עם - אבער נישט מסתבר אז אזעלכען וואס קענען שרייבען ביקורת המקרא קענען האלטען פון אזא סארט צדיק.
ב- אנדערע האלטען אויך נישט אבער בשעת חימום מצד מידות טובות זאגען זיי גארנישט - מסתבר אז דאס איז דער מערהייט אבער נאכאלץ וואלט זיך געדארפט מאכען א פאר מחוצפים.
ג - מענטשען האבען אלעמאל מורא צו שרייבען עפעס גאר געפערליך - שמא יתגלה בזמן מן הזמנים - ממילא שרייבען זיי נישט זייער מיינונג מחשש מוראת מלכיות - איך האב מורא אז דאס איז דער אמת. און אויב אזוי קומט אויס אז אין "איי'ע'ר וועלט" איז רעדען קעגען טאהשער רבי, ערגער פון א סאך נבלה און כפירה וואס מענטשען רעדען דא צאם. אוי לעיניים שכך רואות!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חקרן האט געשריבן:זארגט אייך נישט, אלע האבן ניקס דא און דארט, דא שרייבט מען אזוי און דארט פארקערט. ס'איז גוט!


איך האב נישט קיין ניק דארט, ווייל איך גלייך נישט די פלאץ דארט, איך זעה נישט קיין סיבה צו שרייבן דארט פונקט ווי איך וואלט נישט געשריבן אין די דבר יום ביומו
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

shem-tov האט געשריבן:שבת אחים. בוסט אינגאנצן משוגע געווארן. דער רבי האט מיך פערזענליך אויסגעלערנט וויאזוי מען מאכט א ברכה דער האט זיך בשו"א נישט אוועקגעריקט פון א ווארט איידער ער האט עס קלאר מכוון געווען. ליידער אויף דער עלטער האט ער עס געמוזט איבערזאגן עטליכע מאל מכוון צו זיין וואס איז א קלארע הלכה אין שו"ע אז מען מעג עס טאן. דער יוד האט מיך פערזענליך דערציילט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אז סאיז דא א גיהינם און א גן עדן. דער איז געווען איין שטיק בעיסיק יודישקייט זיינע תפלות האט מיר אויסגעוואשן מיין גוף זיין שיינעדיג פנים האט דערציילט סודות פון זיין עבודה ועל כולם זיין חסד אט דאס מיינט א גדול הדור. חבל על דאבדין א איש קדוש וטהור

סאיז טערעסאנט וואס די זאגסט ווייל נישט ביי יעדער ברכה האט ער איבער געזאגט

כמיין נאר ביי המוציא


ערלעדיגט עפעס א אנדערע כוונה
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ג"א מצתרף סהאט מיך אויפגעשוידערט אריינצוקוקן היינט אין דעם פארום אבער איך בין שוין ליידער אזוי צוגעוואוינט. והוא רחום יכפר עון.. ווייל סאיז א שרעקליכע עבירה. און דער וואס האט געשריבן טמא וכו' וויי פאר דיינע יארן איך מיין זאלסט גיין צום פרישן קבר און איבערבעטן בעוד מועד. ובזה יצאתי מצות מחאה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: פערזענליכע אטאקע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:אזוי ווי אויבען דערמאנט, וויל איך נישט פוגע זיין אין א מענטש ווער איז פארהייליגט ביי ענק בשעת חימום, און וועגען דעם האב איך אויפגעהערט דן צו זיין אויף עם פרעזענליך [גראדע המדייק היטב בדברי יראה שמעולם לא כתבתי שום דבר על האיש הפרטי, רק דנתי על הנהגתו] אבער איך וויל ארויפברענגען א נקודה וואס איך בין חושש איז אמת, און איך בעט די ניקים וואס האבען א ידיעה אין דעם זאלען דאס קלאר מאכען.
עס איז מיר א פלא, אז אויזער מרן רבי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און הרה"ק ר' [tag]שבת אחים[/tag] האט קיין איין אנדערע אויפגעקלערטע ניק אין קאווע שטיבל געלאזט פאלען איין נעגעטיווע ווארט אויפ'ן רבי'ן. מען קען דאס אפלערנען עטליכע וועגען.
א- אלע פון זיין האלטען עולם ומלואו פון עם - אבער נישט מסתבר אז אזעלכען וואס קענען שרייבען ביקורת המקרא קענען האלטען פון אזא סארט צדיק.
ב- אנדערע האלטען אויך נישט אבער בשעת חימום מצד מידות טובות זאגען זיי גארנישט - מסתבר אז דאס איז דער מערהייט אבער נאכאלץ וואלט זיך געדארפט מאכען א פאר מחוצפים.
ג - מענטשען האבען אלעמאל מורא צו שרייבען עפעס גאר געפערליך - שמא יתגלה בזמן מן הזמנים - ממילא שרייבען זיי נישט זייער מיינונג מחשש מוראת מלכיות - איך האב מורא אז דאס איז דער אמת. און אויב אזוי קומט אויס אז אין "איי'ע'ר וועלט" איז רעדען קעגען טאהשער רבי, ערגער פון א סאך נבלה און כפירה וואס מענטשען רעדען דא צאם. אוי לעיניים שכך רואות!


לא זה ולא זה! נאר א קליגע און עכט פארשטענדליכע מענטש, (נישט איינער וואס איז בעצם א טיפוש אוןוויל זיך אהערשטעלן אלס אן אויפגעקלערטער) האלט זיך דאס פיסק.... ווען דער צייט איז נישט פאסיג.... זייער פשוט.... און מכלל הן אתה שמוע לאו....
פארשפארט