בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shem-tov האט געשריבן:שבת אחים. בוסט אינגאנצן משוגע געווארן. דער רבי האט מיך פערזענליך אויסגעלערנט וויאזוי מען מאכט א ברכה דער האט זיך בשו"א נישט אוועקגעריקט פון א ווארט איידער ער האט עס קלאר מכוון געווען. ליידער אויף דער עלטער האט ער עס געמוזט איבערזאגן עטליכע מאל מכוון צו זיין וואס איז א קלארע הלכה אין שו"ע אז מען מעג עס טאן. דער יוד האט מיך פערזענליך דערציילט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אז סאיז דא א גיהינם און א גן עדן. דער איז געווען איין שטיק בעיסיק יודישקייט זיינע תפלות האט מיר אויסגעוואשן מיין גוף זיין שיינעדיג פנים האט דערציילט סודות פון זיין עבודה ועל כולם זיין חסד אט דאס מיינט א גדול הדור. חבל על דאבדין א איש קדוש וטהור


גיט פאר דיר אז ער האט דיר אויסגעלערנט צו האבן אמונת צדיקים, איך בין געגאנגען צו אים מיט נאך דריי בחורים ביי א קוויטל און ער האט אפאר מאל איבערגעזאגט פאר מיין חבר אז ער זאל אייביג דאווענען מיט מנין, וואס איז אינטערסאנט אז דער בחור האט קיינמאל נישט פארפעלט צו דאווענען מיט מנין און פונקט אים האט ער אויסגעמוסרט איבער א זאך וואס ער האט אזוי מקפיד געוועהן בשעת די אנדערע צוויי ואני בכללם פלעג כסדר פארשלאפן און דאווענען ביחידות האט ער גארנישט געזאגט! מיין אמונת צדיקים איז געווארן ווייניגער ביי אים און נישט מעהר.
!But good for you
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

מענטשעלע. איך האב ב"ה געהאט די זכי זיך צו דרייען ביי דעם גרויסן צדיק נאך אין די געזונטע פרישע יארן און איבערזאגן אסאך מאל אדער שטארק דריקן א ווארט איז אייביג געווען זיין דרך בעבודת השי"ת
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שבת אחים האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:שבת אחים. בוסט אינגאנצן משוגע געווארן. דער רבי האט מיך פערזענליך אויסגעלערנט וויאזוי מען מאכט א ברכה דער האט זיך בשו"א נישט אוועקגעריקט פון א ווארט איידער ער האט עס קלאר מכוון געווען. ליידער אויף דער עלטער האט ער עס געמוזט איבערזאגן עטליכע מאל מכוון צו זיין וואס איז א קלארע הלכה אין שו"ע אז מען מעג עס טאן. דער יוד האט מיך פערזענליך דערציילט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אז סאיז דא א גיהינם און א גן עדן. דער איז געווען איין שטיק בעיסיק יודישקייט זיינע תפלות האט מיר אויסגעוואשן מיין גוף זיין שיינעדיג פנים האט דערציילט סודות פון זיין עבודה ועל כולם זיין חסד אט דאס מיינט א גדול הדור. חבל על דאבדין א איש קדוש וטהור


גיט פאר דיר אז ער האט דיר אויסגעלערנט צו האבן אמונת צדיקים, איך בין געגאנגען צו אים מיט נאך דריי בחורים ביי א קוויטל און ער האט אפאר מאל איבערגעזאגט פאר מיין חבר אז ער זאל אייביג דאווענען מיט מנין, וואס איז אינטערסאנט אז דער בחור האט קיינמאל נישט פארפעלט צו דאווענען מיט מנין און פונקט אים האט ער אויסגעמוסרט איבער א זאך וואס ער האט אזוי מקפיד געוועהן בשעת די אנדערע צוויי ואני בכללם פלעג כסדר פארשלאפן און דאווענען ביחידות האט ער גארנישט געזאגט! מיין אמונת צדיקים איז געווארן ווייניגער ביי אים און נישט מעהר.
!But good for you


די מעשה וואס די האסט יעצט דערציילט איז א מוראדיגע פארכטיגע מעשה. סווייזט אויף א קלארע רוח הקדש. והמבין יבין.

פליז דערצייל נאך
יישר כח פאר די ערציילונג
זי"ע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

shem-tov האט געשריבן:מענטשעלע. איך האב ב"ה געהאט די זכי זיך צו דרייען ביי דעם גרויסן צדיק נאך אין די געזונטע פרישע יארן און איבערזאגן אסאך מאל אדער שטארק דריקן א ווארט איז אייביג געווען זיין דרך בעבודת השי"ת

קען זיין כווייס נישט אבער כ"ע מודה אז המוציא איז געוועהן דער זאך
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין נישט א חלק אין די "קאווע שטיבל" וואס בארעדט די ערליכע אידן. איך בין אסאך מאל געווען ביי אים און פערזענליך געהאט א געוואלדיגע הערצה צו זיין גאנצע התנהגות. זיין פשוט'ע עבודת עבודה ספר'ל האט מיר אסאך מחזק געווען אין עבודת ה' און זיך שטארקן אויף נסיונות. קאווע שטיבל איז נישט קיין וואן סייז פיטס אלל. עס איז דא אלע פארשידנארטיגע ניקס.
וירח ה' את ריח הניחוח
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין נישט א חלק אין די "קאווע שטיבל" וואס בארעדט די ערליכע אידן. איך בין אסאך מאל געווען ביי אים און פערזענליך געהאט א געוואלדיגע הערצה צו זיין גאנצע התנהגות. זיין פשוט'ע עבודת עבודה ספר'ל האט מיר אסאך מחזק געווען אין עבודת ה' און זיך שטארקן אויף נסיונות. קאווע שטיבל איז נישט קיין וואן סייז פיטס אלל. עס איז דא אלע פארשידנארטיגע ניקס.

[tag]שמעקעדיג[/tag] איז דער ספר דא צו באקומען אויף אוצר החכמה אדער בר-אילן אדער hebrewbooks. איך וואלט זייער שטארק געוואלט זעהן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shem-tov האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:שבת אחים. בוסט אינגאנצן משוגע געווארן. דער רבי האט מיך פערזענליך אויסגעלערנט וויאזוי מען מאכט א ברכה דער האט זיך בשו"א נישט אוועקגעריקט פון א ווארט איידער ער האט עס קלאר מכוון געווען. ליידער אויף דער עלטער האט ער עס געמוזט איבערזאגן עטליכע מאל מכוון צו זיין וואס איז א קלארע הלכה אין שו"ע אז מען מעג עס טאן. דער יוד האט מיך פערזענליך דערציילט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אז סאיז דא א גיהינם און א גן עדן. דער איז געווען איין שטיק בעיסיק יודישקייט זיינע תפלות האט מיר אויסגעוואשן מיין גוף זיין שיינעדיג פנים האט דערציילט סודות פון זיין עבודה ועל כולם זיין חסד אט דאס מיינט א גדול הדור. חבל על דאבדין א איש קדוש וטהור


גיט פאר דיר אז ער האט דיר אויסגעלערנט צו האבן אמונת צדיקים, איך בין געגאנגען צו אים מיט נאך דריי בחורים ביי א קוויטל און ער האט אפאר מאל איבערגעזאגט פאר מיין חבר אז ער זאל אייביג דאווענען מיט מנין, וואס איז אינטערסאנט אז דער בחור האט קיינמאל נישט פארפעלט צו דאווענען מיט מנין און פונקט אים האט ער אויסגעמוסרט איבער א זאך וואס ער האט אזוי מקפיד געוועהן בשעת די אנדערע צוויי ואני בכללם פלעג כסדר פארשלאפן און דאווענען ביחידות האט ער גארנישט געזאגט! מיין אמונת צדיקים איז געווארן ווייניגער ביי אים און נישט מעהר.
!But good for you


די מעשה וואס די האסט יעצט דערציילט איז א מוראדיגע פארכטיגע מעשה. סווייזט אויף א קלארע רוח הקדש. והמבין יבין.

פליז דערצייל נאך
יישר כח פאר די ערציילונג זי״ע


קענסט עס אויסטייטשן וויאזוי דו ווילסט, איך האב מיין אייגענע פירוש אויף די מעשה.

און וואס איז מיט פינקאס? ער גייט קיינמאל נישט גיין זיצן האט ער געזאגט! קיינמאל נישט!!!! און נאך אסאך אנדערע אומגעלוגענע מופתים זיינע, @שם טוב ס׳איז א סקעים ארויס צו כאפן פון מענטשען געלט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

סאיז באקאנט וואס דער הייליגער דברי יחזקאל האט געזאגט אויף זיין טאטן דער הייליגער דברי חיים אז ער קען שרייבן א "דיקערע" ספר מיט מופתים וואס איז "נישט" מקיום געווארן. איז וואס
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shem-tov האט געשריבן:סאיז באקאנט וואס דער הייליגער דברי יחזקאל האט געזאגט אויף זיין טאטן דער הייליגער דברי חיים אז ער קען שרייבן א "דיקערע" ספר מיט מופתים וואס איז "נישט" מקיום געווארן. איז וואס


איז וואס??? איז א סימן אז די אלע מעשיות זענען באמת קינדערישע באבע מעשיות! און געמאכט פאר פרימיטוו מענטשען פאר ס׳איז געוועהן אינטערנעט און סאושעל מידיעא און מ׳האט געקענט איינרעדן יעדעם איינעם די אלע באבע מעשיות!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

דברי חיים

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

shem-tov האט געשריבן:סאיז באקאנט וואס דער הייליגער דברי יחזקאל האט געזאגט אויף זיין טאטן דער הייליגער דברי חיים אז ער קען שרייבן א "דיקערע" ספר מיט מופתים וואס איז "נישט" מקיום געווארן. איז וואס

אבער די מורא'דיג תשובות און חידושי תורה פונעם צאנזער רב איז מונחים בקרן זווית וכל מי שרוצה יכול לבוא להתבשם לאור תורתו.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

דער ווארט שטאמט פון ר' יודעלע, ער האט עס געזאגט אויף זיין זיידע דער אהבת ישראל מויז'ניץ.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

לאמיר אביסל אריינגיין אינעם ענין פון בכלל גיין צו א צדיק. וואס איז די מטרה. די ברכה פונעם צדיק. צדיק גוזר והקב"ה מקיים. וואסערע שייכות האט דאס מיט קרבנות. די פשט פונעם פדיון. די סודות פון ליינען קוויטלעך. אמונת צדיקים. שפלות עצמו. פארוואס געלונגט עס אמאל יא און אמאל נישט. די חילוק צווישן א רוף צו תשובה פון הימל ביז גזירות רעות רח"ל. סאיז א געוואלד מיט ענינים אויסצושמועסן איידער מען שיסט ארויס א סטעיטמענט איבער מופתים. לאמיר גיין שטייטלעך
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'רעדט זיך אזוי אפ אויף ק''ש. סך הכל, זענען אלע אייוועלטניקע'ס, אחוץ דריי מענטשען, וואס איינער פון זיי האט זיך שוין אויסגערופען אלס אן אפיקורס. דער רוב איז נאכאלס פארגלייבט. וואס שטערט עס אז אן אנדערע מיינונג קומט אויך ארויס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חקרן האט געשריבן:דער ווארט שטאמט פון ר' יודעלע, ער האט עס געזאגט אויף זיין זיידע דער אהבת ישראל מויז'ניץ.


איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:

1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!

2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!

4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!

דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????

מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!

ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!

ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:אקעי הייסט עס איז שייך צו זיין א צדיק און נישט זיין א דין ת"ח,
און צדיק פרעזענטירט נישט קיין גרויסקייט אין ידיעות התורה נאר אין אנדערע ענינים, אגרי?

ריכטיג אז ס'פרעזענטירט נישט זיין גרויסקייט אין ידיעות התורה. אבער נקוט האי כללא בידך: א צדיק אן קיין ידיעות התורה איז נישט געווען קיין ארטיקל בימי חז"ל. און אלע צדיקים וואס ווערן געברענגט, צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פאר ברכות רפואות און ישועות זענען אלע געווען גדולים בתורה.

עד שבאו אדמורינ"ו והחליטו אז מ'קען זיין א צדיק אן קענען לערנען, וכמו שנתבאר באותו אשכול [אות ג'].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:

1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!

2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!

4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!

דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????

מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!

ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!

ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!

!WOW! WOW! WOW
אפיקורס ארויף, אפיקורס אראפ, אזא הייסע וויזשניצע חסיד האט איר שוין אמאל געזען?!...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. אוי ווי נעמט מען היינט אזעלכע רבי'ס...? איך האב אויך געהערט און געליינט צענדליגע מעשיות פונ'ם ביטול היש ביים הייליגן אהבת ישראל זי"ע.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם, פאקטן בלייבן פאקטן, דער איד איז געוועהן גאר א דערהויבנע איד און א יעדער וועט דעס מודה זיין!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און ווייל א מענטש האט אויסגע'ארבעט א מדה איז עס נישט ביטול תורה איהם צו גייען אנקוקען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חקרן האט געשריבן:דער ווארט שטאמט פון ר' יודעלע, ער האט עס געזאגט אויף זיין זיידע דער אהבת ישראל מויז'ניץ.

און איך האב עס געהערט (א) בשם ר' גדליה נאדעל זי''ע אויפ'ן חזו''א (ב) בשם דער גארליצער רב אויפ'ן סאנזער רב.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך mevakesh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווייל א מענטש האט אויסגע'ארבעט א מדה איז עס נישט ביטול תורה איהם צו גייען אנקוקען?

ווען די תלמידים זענען געגאנגען קוקען דעם דאקטאר אבא אומנא אין גמרא וואס איז געווען אויסגעארבעט אין מידות איז געווען ביטול תורה?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

טאקע נישט שיין צו זאגן אז טאהש איז געווען א ביזנעס ווי סקולען , קען זיין מיט 15 יאר ציריק יא , ביי די ניימאנס , אבער אין די לעצטע 10 יאר האט זיך טאהש צוגעשטעלט זייער גיט ,מען האט געקענט אריינגיין צום רבין יעדע מוצאי שבת מיט א רוהיגקייט און מען האט נישט געדארפט ווארטן שעות לאנג און נישט געדארפט צאלן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי עצור במילין לא אוכל, עס איז דא זייער א טייער ווארט אויף די פסוק וכסיל לא יבין את זאת, מיט א משל צו א גרופ פון געזעץ געבער וואס מען האט זיי געגעבן א טור אין א נוקלאער רעאקטאר, און עס איז מיט געגאנגען מיט זיי איינע פון די איינגעשטעלטע דארט זיי צו מסביר זיין יעדע זאך אויף וואס מען נוצט דאס וכו',
גייען זיי אזוי אריין אן א געוויסע צימער פיל מיט קנעפלעך און הענטלעך, שטעלט זיך איינער פון די געזעץ געבער אפ און רופט צו זייער טור גייד, און זאגט איך האב דיר איין שאלה צו פרעגן, אויף וואס נוצט יענע גרינע קנעפל, די דריטע פון רעכטס? "וכסיל לא יבין את זאת" דער חכם ווייסט אז די גאנצע נושא איז פאר איהם פרעמד וואס האט ער אריין צו רעדן הערט ער צו און ער שווייגט, אבער דער נאר ער פארשטייט נישט צו דעם און פארדעם רופט ער זיך אן, וואס איז מיט דעם די איינע זאך פארשטיי איך נישט כאילו ווי אלעס אויסער דעם איז איהם שוין קלאר,

ומכאן הקריאה יוצאה צו דער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] אונזערער, און צו אונזער [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] פליז פליז פליז, עס איז דא א כלל אז מען רעדט נישט אויב מען ווייסט נישט, לויט ענקער שרייבן דא זענען ענק נישט אויפגעוואקסן אין א חסידישע סביבה און ענק פארשטייען אינגאנצן נישט אונזער מענטאליטי און אונזער מהלך המחשבה, סא פאר ענק רעדן וועגן סיי ווער פון אונזערע גדולים טראכט צו דו פארשטייסט די גאנצע ארום, וועסטו דאך אוודאי זאגן אז ווען עס קומט צו תורה איז נישטא די תירוץ פון וואס פארשטייען אונז, אבער דאס איז אויסדריקליך נישט ריכטיג און טאקע לאמיר געבן א ראיה פון צאנזער רב וואס האסט דרך ארץ פאר איהם צוליב זיינע תשובות, דו וויסט וויפיל זאכן ער האט געטוהן קעגן הלכה? אבער וויבאלד דו ווייסט אז ער איז א ת"ח ביסטו מקבל די גמ' פון אל תהרהר עליו ביום, נו דאמאלטס לאמיר ענק נאר פארציילן אז סיי טאהשער רבי און אזוי אויך רוב פון די אנדערע צדיקים אויף וועם מען דערט דא מיט אזא זלזול זענען (געווען) ת"ח מופלגים און געהאט די הוראה, און דרך אגב האט אויך ר' אלימלך טאהשער שליט"א וואס איך בין אינגאנצן נישט זיין חסיד אויך די הוראה,

פאר מען רעדט סיי וואס געדענקטס די גמ'

רב אשי אוקי אשלשה מלכים אמר למחר נפתח בחברין אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה אמר חברך וחבירי דאבוך קרית לן מהיכא בעית למישרא המוציא אמר ליה לא ידענא א''ל מהיכא דבעית למישרא המוציא לא גמירת וחברך קרית לן א''ל אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא א''ל מהיכא דקרים בישולא א''ל מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודת כוכבים א''ל אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי למחר אמר להו לרבנן נפתח ברבוותא. (סנהדרין ק"ב:)

רש"י, אוקי אשלשה מלכים. אוקי סיום הך פירקא עד שהגיעו לג' מלכים: אמר למחר נפתח בחברין. נדרוש בחברינו שהיו תלמידי חכמים כמותנו ואין להם חלק לעתיד: א''ל. מנשה בחלום חברך וחברא דאביך אנן. כלומר וכי סבור אתה שנהיה חבירך וחבירי דאבוך: מהיכא בעית למשרא המוציא. אינך יודע מאיזה מקום בפת אתה צריך לבצוע המוציא: וחבירך קרית לן. ואתה קורא אותנו חבירך: מהיכא דקרים בשולא. דרפתא ממקום שנקרמין פניה של פת בתנור דהיינו מלמעלה או מסביבות הפת או משוליו אבל באמצע לא שאם הביאו לפניו פרוסה של לחם לא יהא בוצע ומברך אלא משולי הפת ולא מאמצעיתו ל''א מהיכא דקדים כלומר מהיכא שמקדים לאפות והיינו הך ל''א מהיכא דגמר בשולא ממקום שהלחם אפוי יפה ולא מאותו מקום שקורין בשו''ל וראשון נראה: הוית נקוט שיפולי גלימך. היית מגבה שפת חלוקך מבין רגליך כדי שתהא קל לרוץ והיית רץ לשם מפני יצר עבודת כוכבים שהיה שולט: נפתח ברבוותא. נתחיל לדרוש ברבותינו ולא אמר בחבירינו:


און דארט איז די רעדע פון איינער וואס יכול להיות אז ער האט נישט קיין חלק לעהו"ב און פארט האט רב אשי געדארפט רעדן וועגן איהם בכבוד, אל אחת כמה וכמה ווען מען רעדט וועגן א ערליכער איד און א גרויסע ת"ח וואס איז זיכער נישט איינער וואס איז נישט קיין בן עוה"ב, אז מען ברויך אכטונג צו געב וויאזוי מען רעדט,

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?


נו לאמיר זיך טאקע אפלערנען פונעם חת"ס וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם ישמח משה, לאמיר זיך לערנען פונעם ח"ח וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם גורער רבי און פאר הרה"ק מבעלזא, לאמיר זיך אפלערנען פונעם טשעבינער רב וואס איז געשטאנען פאר דער בעלזא'ר רב כעבדא קמא מרא, הצד השוה שבהם אז זיי זענען געווען גענוג גדולים און געהאט גענוג שכל צו וויסן אז עס זענען דא גענוג חסיד'ישע גדולים און אפילו ווען מען זעהט אז זיי טוהען עפעס קעגן הלכה זענען זיי נאך אלס גדולים און מיר פארשטייען זיי נישט, און אזוי ווי דער ליסקא רב, איהר הערט? רב, רב, נישט סתם א קוגל טיילער לויט אייער שפראך, נאר א רב אין א שטאט וואס האט נאך געקענט שו"ע אזוי גוט ווי ענק, שרייבט אז כאטש מען זעהט ביי געוויסע רבי'ס אז זיי טוהען זאכן אנדערש ווי עס שטייט אין שו"ע, זאל מען חלילה נישט נאכטוהן ווייל זיי זענען למעלה מן הזמן און זיי מעגן אבער סתם פשוטי עם טארן נישט, ער האט נישט געשריבן טמא טמא יקרא אדער ברכה לבטלה, נאר דער רב בישראל האט געשריבן אז אונז פארשטייען נישט, סא פליז טראכט צוויי מאל פאר דו שרייבסט,

שלמה המלך החכם מכל אדם אומר (קהלת ה א) ''אל תבהל על פיך וליבך אל ימהר להוציא דבר לפני האלוקים, כי האלוקים בשמיים ואתה על הארץ, על כן יהיו דבריך מועטים''.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט