הרה"ק ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל מסקולעני זצ"ל כ"ט אב

"א טאטע פון דריי הינדערט אייגענע קינדער, און א טאטע פון איין קינד וואס איז בשותפות מיט נאך איינעם!" דאס איז וואס מען פלעגט זיך אויסדרוקן אויפן סקולענער רבי'ן. א צדיק וואס האט אוועק געגעבן זיין שטוב, קלייד, קושן, ברויט, געלט, אלטץ וואס ער האט נאר פארמאגט פאר צובראכענע אידן יתומים און יתומות וואס זענען געווען צובראכן שבר על שבר נאכן פארלירן זייער באליבטע, דאס מערהייט פון די משפחה ליידער, א איד וואס האט אויפגעשטעלט אין ארץ ישראל פעסטע מוסדות פשוט צו זיין א גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע רעטער פאר די פארוואגעלטע נשמות וואס זענען געפאלן ווי די פליגן אין יענע תקופות.
אה! דאס לעכטיגע צורה!
ר' אליעזר זוסיא איז געבוירן אין חודש חשוון תרנ"ח צו זיין טאטן הרב אברהם וואס איז געווען רב אין שטאט סקולען. ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין טאטן אין שטוב מיט א חסידישן ברען וואס זיין טאטע איז געווען א פלאמפייערדיגע רוזשינע חסיד און א תלמיד פון ר' ישעיהו שור מ'אדעס וואס איז אויך געווען פון די גרויסע חסידים נאך ביים אלטן סאדוגערער,
אין יונגען עלטער פון בלויז אכטצן יאר! נאכן פטירה פון זיין גרויסן טאטן אין תרע"ה איז ער געווארן אויפגענומען אלטץ רב אין שטאט סקולען, דארט האט ער גאר שטארק געהויבן דעם שטאט וואס איז געווען גאר בשפל המצב ווי עס איז כמעט נישט געווען קיין שמירת שבת כשרות וכו. שפעטער האט אים דער וויזשניצער דמשק גערופן קיין טשערנוביץ ארויס צו העלפן לטובת אגודת ישראל, דארט האט ער זיך עטוואס אנגעקערט א שייכות לבית וויזניץ, וואס אגב, איז דא כמה וכמה ניגונים בבית וויזניץ וואס זענען במקורו סקולענער ניגונים, דאס איז ווייל ער פלעגט כסדר שוקען ניגונים (משלוח מנות) צום דמשק אדער דער אמרי חיים, למשל דער ניגון "חכו ממתקים" און נאך.
שפעטער איז ער אנטלאפן קיין בוקארעסט ווי דארט האט ער אנגעהויבן עוסק זיין מיט די ציבראכענע יתומים'לך און זיך באשעפטיגט מיט זיי יעדען ריר פון טאג! נאכן קריג אין 1948 ווען בוקארעסט איז געפאלן אינטער די קאמעניסטישע פורהאנג האט ער אנגעהויבן אויסצושטיין פראבלעמען פון זיי ווי כאילו ער איז א 'מרגל' (נישט דא ווער זאל לאכען) און מען האט אים ארעסטירט, דארט פלעגט ער כסדר ליינען קרי"ש דערנאך וואס ער האט נישט געקענט וויסן ווען עס איז טאג און ווען נאכט, שפעטער אין תשי"ט איז ער געווארן ארעסטירט צום צווייטן מאל, און דאס מאל האבן זיי שוין ארעסטירט זיין זון דער היינטיגן רבי'ן לאורך ימים.
אויף זייער באפרייאונג און זייער ארויס זען פון די קאמעניסטישע הענט האבן עוסק געווען א סך צווישן זיי דער ליבאוויטשער רבי און אויך רב אליעזר סילבער ראש פון די אגודת הרבנים, און נאך א סך עסקנים וגדולי הציבור, לפי גירסת ליבאוויטש איזעס געווען איין טאג האט דער ליבאוויטשער רבי אנגערופן זיינס אן עסקן און אים געהייסן אינטערווענירן אין וואשינגטאן, למעשה איז עס געווען יענע טאג וואס רומעניע האט געווארט אויף א באשטעטעגונג פון אמעריקע אנצונעמן א פרישע אמבאסאדור פון רומעניע, למעשה איז עס אריין אינעם דיעל און זיי האבן באפרייט דעם סקולענער רבי.
דא האט ער זיך באזעצט אין קראונהייטס כדי צו זיין נאנט צו זיין רבי דער כנסת מרדכי פון סאדוגער. מען דארף וויסן, אין אנהייב איז זיין חסידות געווען ביים 'פאר ישראל' דער בוהושער דערנאך ביי זיין ברודער דער פאשקאנער זצ"ל, אויך האט ער זיך געדרייט ביים שטופענעשטער ר' אברהם מתתיהו זצ"ל, אבער זיין אמת'ער רבי ברמ"ח ושס"ה איז געווען דער כנסת מרדכי, ר' מרדכי שלום יוסף ער פלעגט "אילו" וואך קומען הערן קידוש פון זיין רבי אין קראונהייטס פון ווי ער פלעג ארויס וואקן מיטן רוקען צירוק וועגס... דארט אין קראונהייטס פלעג ער אויך גיין צום ליבאוויטשער רבי, צו התוודות'ער איז ער כסדר געקומען (ער פלעג נישט גיין מיטן שטריימל, בפשטות משום כבוד האדמו"ר) ער איז אויך כסדר אריין אויף יחידות צו איםץ
ביי א התועדות אין ליבאוויטש רעכטס אינטער'ן רבי'ן.
ביים באזוכן אין צעלעמע'ר קעמפ דאס יונגעל אנגעליינט אויף אים איז די פריימאנע רב שליט"א.
נאכן ליידען שטארק אויפן הארץ איז ער נפטר געווארן ערב ראש חודש אלול יו"כ קטן שנת תשמ"ב. און ווי דער פאפער רב האט מספיד געווען מיט גרויס געוויין: היינט איז נישט יום כיפור קטן היינט איז יום כיפור גדול...ער איז געווארן באערדיגט אין בית החיים אין מאנסי.
מערקט דער מציבה הנקרא סקולענע רבי
עטליכע עובדות
~ווי עס איז באקאנט פלעגט דאס קריאת שמע ליינען דריי מאל א טאג, נעמען לערך אן האלבע שעה יעדעס מאל וואס עס איז געזאגט געווארן מיט זיינע הארציגע תנועות, עס פלעגט זיין אז די מאניטער פלעגט ווייזן ווי זיין הארץ שטעלט זיך אפ! ווען מען האט אים געבעטן ער זאל מקצר זיין און זיך איינהאלטן האט ער געזאגט: אויב נישט דער קרי"ש וואס האב איך פון מיין לעבען...
~געווען איז עס אין רומעניע קורץ נאכן קריג, עס איז געווען ערב פסח און דער רבי האט געטיילט מצות פארן ציבור ווי מען האט געגעבן גאנצע דריי מצות! פאר יעדען, איז געווען דארט א רבי'ש קינד וואס האט זיך איינגעריסן אז ער דארף זעקס מצות ס'זאל אים זיין גענוג פאר ביידע סדרים, דער עולם האט זיך גערעגט ווייל עס איז געווען א 'שארטעדזש' פון מצות, דער רבי אבער האט געזען אז יענער עקשן'ט זיך האט אים דער רבי געגעבן זיינע פארלאנגטע מצות, געקומען איז צום סדר נאכט, און עס קומט אן דעם בנש"קל זון צום סקולענער'ס דורה מיט דריי מצות אין האנט, פארשטייט זיך די שמחה איז געווען אין לשער, און אויפן וואונדער דערויף האט ער געזאגט שפעטער: איך האב געוויסט אז די רבי וועט אוועק געבן אפילו זיינע אייגענע מצות, במילא האב איך גענומען עקסטער אזוי אז כאטש וועט די רבי האבן מצות...
~ער פלעגט פארציילן וואס דער פאשקאנער האט אים פארציילט אין רומעניע, דער פאשקאנער'ס חתונה איז געווען נאך ביים אלטן סאדוגערער, און דארט ביים שמחה האט ער געזוכט א גלעזל צו טרינקן, עס איז אבער נאר געווען א גענוצטע, און ער האט זיך געעקלט דערפון נאכדערצו מיט זיין רוזשינע מפונקות, האט אים דער אלטער סאדוגערער געזאגט: "דיין זיידע ר' משה לייב פון סאסוב האט געזאגט אז א איד דארף קענען אפקראצן מיטן מויל טויזענט! חארקעס (קרעץ) פון א צווייטן אידען'ס קאפ, דאס מיינט ריכטיגע אהבת ישראל... און די עקלסט זיך נאך פונעם גלעזל?" (אגב. דאס באקאנטע ניגון ימים על ימי מלך תוסיף האט ער געמאכט צום יום הולדת השבעים פונעם פאשקאנער)
דער עולם איז מכובד מיט צו טיילן עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
~געווען איז עס אין רומעניע קורץ נאכן קריג, עס איז געווען ערב פסח און דער רבי האט געטיילט מצות פארן ציבור ווי מען האט געגעבן גאנצע דריי מצות! פאר יעדען, איז געווען דארט א רבי'ש קינד וואס האט זיך איינגעריסן אז ער דארף זעקס מצות ס'זאל אים זיין גענוג פאר ביידע סדרים, דער עולם האט זיך גערעגט ווייל עס איז געווען א 'שארטעדזש' פון מצות, דער רבי אבער האט געזען אז יענער עקשן'ט זיך האט אים דער רבי געגעבן זיינע פארלאנגטע מצות, געקומען איז צום סדר נאכט, און עס קומט אן דעם בנש"קל זון צום סקולענער'ס דורה מיט דריי מצות אין האנט, פארשטייט זיך די שמחה איז געווען אין לשער, און אויפן וואונדער דערויף האט ער געזאגט שפעטער: איך האב געוויסט אז די רבי וועט אוועק געבן אפילו זיינע אייגענע מצות, במילא האב איך גענומען עקסטער אזוי אז כאטש וועט די רבי האבן מצות...
דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען דער סערעטער דער מקור ברוך.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

דער סקולענער רבי איז געווען גאר א נאנטע חבר מיט די רימבנוצער. זיי זענען ביידע געווען פונעם רוזינער חדר. זיי זענען אלטס אינגעלייט צוזאמען געפארן צום שטעפענישטער זצ"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ער איז געוועהן א אמתע צדיק און א וואוילע איד וואס האט געהאט אמתע אהבת ישראל צו יעדע איד איייניג, ער האט ממש אלעס אוועק געגעבן פאר אנדערע, נישט געדאפט קיין טשערי לייטס און ריזיגע הייזער מיט קעכערס גויטעס און משרתים, ער האט זיך געלאזט שמייסן פאר אנדערע אידנס וועגן, ער איז ווערט געוועהן זיך צו שטיפן צו כאפן א בליק אויף דעם איד! וואו נעמט מען נאך היינט אזעליכע רבי׳ס?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מיט זיין זוהן, דער היינטיגער רבי. ווי נעמט מען די זיסע היטן..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער סקולענער רבי איז געווען גאר א נאנטע חבר מיט די רימבנוצער. זיי זענען ביידע געווען פונעם רוזינער חדר. זיי זענען אלטס אינגעלייט צוזאמען געפארן צום שטעפענישטער זצ"ל.
זיי זענען געווען א דרייער חברותה וואס מען האט גערופן דער 'סגול' דער סקולענער דער ריבניצער און ר' משה גבאי. דער סקולענער כאטש ער איז אויך געווען אין שטעפענעשט איז ער אבער געווען א חסיד פונעם כנסת מרדכי דער סאדוגערער, דער ריבניצער איז יא געווען א פולשטענדיגע חסיד פונעם שטעפענעשטער, און ר' משה כאטש ער איז געווען ביי פיל, אריינגערעכנט דער שטעפענעשטער, איז ער א חסיד אבער געווען פון דער ישמח ישראל פון אלכסאנדער און פון ר' יעקב יוסעלע מ'סקווירא זצ"ל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ר' משה גבאי ר' משה בטלן ר' משה חניוק ר' משה לאדזשער. און גראדע אויך ר' משה ווייס.
זוך אפיר דעם רייכן ארטיקל פון דער (לאנג פארשווינדענער) [tag]ארכיוויסט[/tag] איבער ר' משה.
דא האט איר א לינק:
viewtopic.php?f=42&t=5006&p=157640#p157640
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער סקולענער רבי איז געווען גאר א נאנטע חבר מיט די רימבנוצער. זיי זענען ביידע געווען פונעם רוזינער חדר. זיי זענען אלטס אינגעלייט צוזאמען געפארן צום שטעפענישטער זצ"ל.
זיי זענען געווען א דרייער חברותה וואס מען האט גערופן דער 'סגול' דער סקולענער דער ריבניצער און ר' משה גבאי. דער סקולענער כאטש ער איז אויך געווען אין שטעפענעשט איז ער אבער געווען א חסיד פונעם כנסת מרדכי דער סאדוגערער, דער ריבניצער איז יא געווען א פולשטענדיגע חסיד פונעם שטעפענעשטער, און ר' משה כאטש ער איז געווען ביי פיל, אריינגערעכנט דער שטעפענעשטער, איז ער א חסיד אבער געווען פון דער ישמח ישראל פון אלכסאנדער און פון ר' יעקב יוסעלע מ'סקווירא זצ"ל
קודם כל, [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט געמאכט א שיינע ארבעט, וייש"כ!
כפי ששמעתי איז דער סקווירא רבי זצ"ל אויך געפארן צום שטעפינעשטער. ניט אזעי? [דו ביזט דאך דאכצעך א שטיקל סקווערער, העסטו געמעגט וויסן דערפון].
וכפי ששמעתי זענען טאקע אלע פיר געפארן צום שטעפינעשטער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער סקולענער רבי איז געווען גאר א נאנטע חבר מיט די רימבנוצער. זיי זענען ביידע געווען פונעם רוזינער חדר. זיי זענען אלטס אינגעלייט צוזאמען געפארן צום שטעפענישטער זצ"ל.
רויטע וואנצעס: איך מיין אז דאס דארף צו זיין דער תיקון טעות אין מאמר פון .."געוואגטער יונגל"...וואו ער זאגט אז דער סקולענע רבי ..."האט זיך געדרייט ביים שטיפאנעשטער"...ניין. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון איהם צוזאמען מיט'ן ריבניצער. זיי זענען ביידע געווען תלמידים. און האבן א סאך מקבל געווען פון איהם...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער געוואגטער יונגל: דו האסט זייער שיין באשריבן די היסטאריע פון דעם צדיק ובעל מסירת נפש, די סולענע רבי זצ"ל. נאר עטליכע פרטים האביך געהערט איז געווען א ביסל אנדערש.
דער סקולענע רבי, (רבי אליעזר זוסיא זצ"ל( איז געווען ביי די וועלט קריג אין טשערנאוויטץ, וואס איז ביי די גרעניץ פון רוסלאנד מיט רומעניע. און ער איז געווען א מיליטערישער טראנסלעיטאר. ווייל ער האט געקענט רעדן רוסיש און רומעניש. ממילא האט ער געהאט גרויסע זכותים ביי די רעגירונג. און זיי האבן איהם אפילו געהאלפן אויפשטעלן א בית יתומים. נאר ווען זיי די רשעים האבן געהערט אז ער לערנט מיט די קינדער אידישקייט האט עס זיי געשטערט. און זיי האבן איהם געווארנט אז ער זאלל אויפהערן. אבער ער האט זיך נישט געשראקן פון זיי. האבן זיי איהם ארעסטירט. נאכדעם ארויסגעלאזט. און נאכאמאל ארעסטירט, צוזאמען מיט זיין זון, די היינטיגע רבי, שליט"א. און דורך די שתדלנות פון עטליכע גרויסע עסקנים וצדיקים ווי די ליובאוויטשע רבי און נאך אנדערע. צווישן זיי הרב יחזקאל בעסער. האבן די קאמוניסטישע רשעים, ימ"ש זיי ארויסגעלאזט...!

קודם כל א יישר כח יעדען פאר די חיזוק. יעצט אזוי דער עולם קומט מיט א גוטע טענה אז ער איז געווען גאר שטארק אינעם שטעפענעשטער רבי'ן, נכון ונכון! אבער איך גיי יעצט אויסשמועסן א קורצע --אבער באדייטנפולע-- נקודה וואס א סך ביי אונז זענען זיך טועה, עס טרעפט זיך כסדר ביי אונז אין געדאנק ווען מען זעט א איד/רבי/ראש ישיבה איז זיך מבטל כעבד כמיה מריה פאר א/מיין רבי'ן נעמט זיך גרינג אן אז ער איז א חסיד פון דעם/מיין רבי.
רבותי: מען דארף קענען מבחין זיין צווישן א חסיד/מקושר/אוהד/ידיד/מעריץ/און שונא...
איצטערט אזוי, סקולענער רבי איז געווען קודם ביים בהושער דערנאך ביים פאשקאנער און אויך ביים שטעפענעשטער און נאך אים האט ער זיך די מערסטע מקשר געווען צו ר' יעקב יוסעלע פון אלע אנדערע אדמור"ים אין יענע תקופה (איך האב עס בכלל נישט אריין געלייגט אין דעם באשרייבונג, ווייל נישט צו דעם האב איך געצילט, אבער טאמער איינער וועט זיין נייגעריג פון ווי איך נעם עס וועל איך אים צייגן בברירות) און נאכמער פארציילט דער משמש בקודש בבית סקולען ר' יצחק שלמה ווייס אז ער האט אמאל מיטגעהאלטן ווי די סקולענער און דער רובניצער האבן זיך צוזאם געשמועסט נאך א שמחה, און דער ריבניצער פרעגט: נו, זאג עפעס פון רבי'ן (ה'שעפענעשטער) זאגט דער סקולענער: וואס זאל איך זאגן, די קידוש פרייטאג צונאכטס איז געווען ווי מעמד הר סיני! און דער ריבניצער האט רעאגירט: יא יא, ווי מעמד הר סיני!
אבער על כל פנים, מען קען גיין צו א רבי צום טיש געבן א קוויטל בתמידות און וויסן אז דער רבי איז אן איש קדוש מאוד, אבער זיין א חסיד איז גאר עפעס אנדערש!