רבותי עצור במילין לא אוכל, עס איז דא זייער א טייער ווארט אויף די פסוק וכסיל לא יבין את זאת, מיט א משל צו א גרופ פון געזעץ געבער וואס מען האט זיי געגעבן א טור אין א נוקלאער רעאקטאר, און עס איז מיט געגאנגען מיט זיי איינע פון די איינגעשטעלטע דארט זיי צו מסביר זיין יעדע זאך אויף וואס מען נוצט דאס וכו',
גייען זיי אזוי אריין אן א געוויסע צימער פיל מיט קנעפלעך און הענטלעך, שטעלט זיך איינער פון די געזעץ געבער אפ און רופט צו זייער טור גייד, און זאגט איך האב דיר איין שאלה צו פרעגן, אויף וואס נוצט יענע גרינע קנעפל, די דריטע פון רעכטס? "וכסיל לא יבין את זאת" דער חכם ווייסט אז די גאנצע נושא איז פאר איהם פרעמד וואס האט ער אריין צו רעדן הערט ער צו און ער שווייגט, אבער דער נאר ער פארשטייט נישט צו דעם און פארדעם רופט ער זיך אן, וואס איז מיט דעם די איינע זאך פארשטיי איך נישט כאילו ווי אלעס אויסער דעם איז איהם שוין קלאר,
ומכאן הקריאה יוצאה צו דער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] אונזערער, און צו אונזער [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] פליז פליז פליז, עס איז דא א כלל אז מען רעדט נישט אויב מען ווייסט נישט, לויט ענקער שרייבן דא זענען ענק נישט אויפגעוואקסן אין א חסידישע סביבה און ענק פארשטייען אינגאנצן נישט אונזער מענטאליטי און אונזער מהלך המחשבה, סא פאר ענק רעדן וועגן סיי ווער פון אונזערע גדולים טראכט צו דו פארשטייסט די גאנצע ארום, וועסטו דאך אוודאי זאגן אז ווען עס קומט צו תורה איז נישטא די תירוץ פון וואס פארשטייען אונז, אבער דאס איז אויסדריקליך נישט ריכטיג און טאקע לאמיר געבן א ראיה פון צאנזער רב וואס האסט דרך ארץ פאר איהם צוליב זיינע תשובות, דו וויסט וויפיל זאכן ער האט געטוהן קעגן הלכה? אבער וויבאלד דו ווייסט אז ער איז א ת"ח ביסטו מקבל די גמ' פון אל תהרהר עליו ביום, נו דאמאלטס לאמיר ענק נאר פארציילן אז סיי טאהשער רבי און אזוי אויך רוב פון די אנדערע צדיקים אויף וועם מען דערט דא מיט אזא זלזול זענען (געווען) ת"ח מופלגים און געהאט די הוראה, און דרך אגב האט אויך ר' אלימלך טאהשער שליט"א וואס איך בין אינגאנצן נישט זיין חסיד אויך די הוראה,
פאר מען רעדט סיי וואס געדענקטס די גמ'
רב אשי אוקי אשלשה מלכים אמר למחר נפתח בחברין אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה אמר חברך וחבירי דאבוך קרית לן מהיכא בעית למישרא המוציא אמר ליה לא ידענא א''ל מהיכא דבעית למישרא המוציא לא גמירת וחברך קרית לן א''ל אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא א''ל מהיכא דקרים בישולא א''ל מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודת כוכבים א''ל אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי למחר אמר להו לרבנן נפתח ברבוותא. (סנהדרין ק"ב:)
רש"י, אוקי אשלשה מלכים. אוקי סיום הך פירקא עד שהגיעו לג' מלכים: אמר למחר נפתח בחברין. נדרוש בחברינו שהיו תלמידי חכמים כמותנו ואין להם חלק לעתיד: א''ל. מנשה בחלום חברך וחברא דאביך אנן. כלומר וכי סבור אתה שנהיה חבירך וחבירי דאבוך: מהיכא בעית למשרא המוציא. אינך יודע מאיזה מקום בפת אתה צריך לבצוע המוציא: וחבירך קרית לן. ואתה קורא אותנו חבירך: מהיכא דקרים בשולא. דרפתא ממקום שנקרמין פניה של פת בתנור דהיינו מלמעלה או מסביבות הפת או משוליו אבל באמצע לא שאם הביאו לפניו פרוסה של לחם לא יהא בוצע ומברך אלא משולי הפת ולא מאמצעיתו ל''א מהיכא דקדים כלומר מהיכא שמקדים לאפות והיינו הך ל''א מהיכא דגמר בשולא ממקום שהלחם אפוי יפה ולא מאותו מקום שקורין בשו''ל וראשון נראה: הוית נקוט שיפולי גלימך. היית מגבה שפת חלוקך מבין רגליך כדי שתהא קל לרוץ והיית רץ לשם מפני יצר עבודת כוכבים שהיה שולט: נפתח ברבוותא. נתחיל לדרוש ברבותינו ולא אמר בחבירינו:
און דארט איז די רעדע פון איינער וואס יכול להיות אז ער האט נישט קיין חלק לעהו"ב און פארט האט רב אשי געדארפט רעדן וועגן איהם בכבוד, אל אחת כמה וכמה ווען מען רעדט וועגן א ערליכער איד און א גרויסע ת"ח וואס איז זיכער נישט איינער וואס איז נישט קיין בן עוה"ב, אז מען ברויך אכטונג צו געב וויאזוי מען רעדט,
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער וועט זיך אפלערנען פונ'ם חת''ס און דער חפץ חיים, דער טשעבינער רב מיט'ן בריסקער רב. זיין א איד פאדערט בכלל נישט די ווערטער 'וואס פארשטייען מיר?' יעצט פון וואנעט האסטו מכריח געווען אז די ווערטער, דער לאזונג, דער גלויבונג איז בכלל א חלק פונ'ם אידישקייט? פון אחיה השילוני?
נו לאמיר זיך טאקע אפלערנען פונעם חת"ס וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם ישמח משה, לאמיר זיך לערנען פונעם ח"ח וואס האט גרויס דרך ארץ געהאט פאר דעם גורער רבי און פאר הרה"ק מבעלזא, לאמיר זיך אפלערנען פונעם טשעבינער רב וואס איז געשטאנען פאר דער בעלזא'ר רב כעבדא קמא מרא, הצד השוה שבהם אז זיי זענען געווען גענוג גדולים און געהאט גענוג שכל צו וויסן אז עס זענען דא גענוג חסיד'ישע גדולים און אפילו ווען מען זעהט אז זיי טוהען עפעס קעגן הלכה זענען זיי נאך אלס גדולים און מיר פארשטייען זיי נישט, און אזוי ווי דער ליסקא רב, איהר הערט? רב, רב, נישט סתם א קוגל טיילער לויט אייער שפראך, נאר א רב אין א שטאט וואס האט נאך געקענט שו"ע אזוי גוט ווי ענק, שרייבט אז כאטש מען זעהט ביי געוויסע רבי'ס אז זיי טוהען זאכן אנדערש ווי עס שטייט אין שו"ע, זאל מען חלילה נישט נאכטוהן ווייל זיי זענען למעלה מן הזמן און זיי מעגן אבער סתם פשוטי עם טארן נישט, ער האט נישט געשריבן טמא טמא יקרא אדער ברכה לבטלה, נאר דער רב בישראל האט געשריבן אז אונז פארשטייען נישט, סא פליז טראכט צוויי מאל פאר דו שרייבסט,
שלמה המלך החכם מכל אדם אומר (קהלת ה א) ''אל תבהל על פיך וליבך אל ימהר להוציא דבר לפני האלוקים, כי האלוקים בשמיים ואתה על הארץ, על כן יהיו דבריך מועטים''.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-