חודש אלול VS קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

חודש אלול VS קאווע שטיבל

שליחה דורך חקרן »

ראש חודש אלול איז שוין דא! - אריה שאג מי לא יירא, ווער ציטערט נישט אום חודש אלול? - אפילו די פיש אין וואסער פארכטן זיך מאימת יום הדין. עס הויבט שוין אן צו קלינגען די ימים-נוראימ'דיגער נוסח, די מקובל'דיגע ניגונים, די קינדער ברענגען שוין אהיים פון חדר וואגשאלן און ברענגען אריין אין שטוב אן ערנסטער אטמאספערע, און למען האמת - אפילו די וועלכע גלויבן נישט אזוי, אבער אז עס קומט חודש אלול גיבט עס זיי א ציפ אין הארצן... אפשר דאך? - אפשר ליגט יא עפעס אמת און מען דארף תשובה טון? - איזביצע אהער ר' צדוק אהין, אבער אפשר ווענדט זיך דער גוט יאר לוט די מעשים וואס מען האט אפגעטאן און לויט די תפילות וואס מען בעט פון אויבן? - יעדן גיבט עפעס א ציפ אין הארץ און יעדער קלערט ווי אזוי צו פארבעסערן זיינע מעשים.

כלפי מה דברים אמורים? - מיר געפינען זיך אצינד אין קאווע שטיבל, יא אין קאווע שטיבל. פאראן צווישן אונז אזעלכע וואס קאווע שטיבל איז פאר זיי אן עליה, דהיינו אמאל פלעגן זיי זיך דרייען אויף ערגערע פלעצער און ער האט מקבל געווען אויף זיך, זיך צו דרייען אויף גוטע פלעצער און ער האט גענומען קאווע שטיבל, אז דאס זאל זיין דער רעטונגס ברעט פון דעם ים האינטערנעט. אנדערע זענען פאראן וואס קאווע שטיבל איז פאר זיי א ירידה, זיי שפירן אז קאווע שטיבל שלעפט זיי אראפ מדריגות און אז אמאל - איידער זיי האבן געוויסט פון קאווע שטיבל - זענען זיי געגאנגען אויף מער אויסגעהאלטענערע פלעצער לפי דעתם, און זיי שפירן אז דעמאלס איז זייער מוח געווען קלארער, צלול און ריין, און אצינד ווען זיי האבן קאווע שטיבל זענען זיי געפאלן פון די מדריגה. ווידער זענען פאראן אזעלכע וואס קאווע שטיבל איז בסדר, אבער זיי שפירן אין מאחורי א רוחניות'דיגע סכנה פאר זייער מוח, און אנדערע וועלן האלטן אז דוקא אין מאחורי, דארט ליגט דער עליה און ווען זיי מאכן זייער אלול'דיגע חשבון הנפש בינם לבין קונם, נעמען זיי זיך פאר זיך צו דרייען ווי מער אין מאחורי, און דוקא אין מאחורי. יעדער איינער מאכט זיין אמת'ן חשבון-הנפש און יעדער פראבירט צו טראכטן וואס ער קען טון אז קומענדיגע יאר זאל זיין א בעסערע יאר.

דער אמת מוז געזאגט ווערן, אז כמעט קיינער מאכט היינט נישט קיין אמת'ער חשבון-הנפש, ווייל גראד ווען מען הויבט אן טראכטן איבער דער מצב, קען מען נישט פעיסן דעם אמת'ן מצב איבער זיך, מען פראבירט צו אנטלויפן פון די געדאנקען און אויפן בעסטן פאל קומט מען אויף מיט אסאך לימודי זכות אויף זיך אליין און אמאל אפילו אמת'ע לימודי זכות, אבער אריינטראכטנדיג טיף ווייסט מען דאך דעם אמת וואו מען שטייט, און דער אמת פאטשט אין פנים, עס זאגט פון זיך אליין דער פיוט פון ראש-השנה "אם כגמול... הלב יחיל", עס איז א פחד צו קוקן דעם אמת אין שפיגל.

לעולם איז פאראן דערין צוויי נקודות: דאס גוט געבענטשט יאר וואס מען האפט פון הימל, אז דער אויבערשטער זאל שענקען. לאמיר שוין שטעלן אויף די חזקה, אז דער אויבערשטער איז א רחום וחנון, ער האט ליב זיין פאלק, ער משפט לויט דעם מענטש'נס אמת'ע יכולת און פארשטייט אונזערע שוואכקייטן און רעכנט זיך מיט דעם. אבער דאס עצם ענין פון תשובה, דער עצם מאכן א חשבון הנפש, דאס איז א ביטער שווערע עבודה - א מענטש איז פול מיט נגיעות און קען נישט טראכטן אויף זיך דעם אמת.

כלפי מה דברים אמורים?
מיר געפינען זיך אין קאווע שטיבל. יעדער איינער ווייסט צי קאווע שטיבל איז פאר אים גוט אדער חלילה פארקערט, אבער כאטש אין דעם איינעם חודש, דארף א מענטש זיך קוקן אין שפיגל און מחליט זיין וואס ער דארף טון אין דעם חודש, אלס הכנה ליום הדין.

על-כן: אויב איז קאווע שטיבל פאר אייך א מעלה, זאלט איר מקבל זיין אויף זיך מיט א פעסטקייט, זיך צו דרייען נאר אין קאווע שטיבל, נישט אין אנדערע שוואכערע פלעצער, איר זאלט מאכן אויף זיך א פעסטע קבלה צו שטיין אויף דער וואך, זיך מתגבר צו זיין און באזוכן כסדר קאווע שטיבל, און אזוי אנקומען צום יום-הדין מיט א מליץ-יושר אין טאש, וואס וועט זאגן פארן באשעפער אז דער איד האט מקפיד געווען אויף קאווע שטיבל, אלס אפהאלט פאר שלעכטס.

אויב איז מאחורי פאר אייך א מעלה, און איר שפירט אז דאס ראטעוועט אייך פון עבירות אדער אז דאס פארבעסערט אייער שלום בית: פלייסט אייך אונטער, ליינט און שרייבט בעניני מאחורי, מיט א פעסטקייט, אז ווען עס וועט קומען דער יום-הדין, זאלט איר זיין גרייט כאטש מיט דעם קלייניגקייט און קומען גרייט פארן הייליגן באשעפער מיט דער זכות פון מאחורי.

אויב איז מאחורי פאר אייך א חסרון: נעמט אויף זיך א פעסטע קבלה, נישט צו באזוכן מאחורי ביז נאך די ימים נוראים. עס איז שווער? - זיכער, אבער גיבט אוועק דעם איינעם חודש און זאגט פארן באשעפער "טאטע, איך ווייס ווי אזוי איך האלט, אבער איך האב אוועקגעריסן פון זיך די שענסטע הנאות פון לעבן, איך האב אויפגעגעבן מאחורי פאר א חודש". אני הקטן בין שוין געווען אין מאחורי, איך האב געבעטן די גבאים מיר אויסצושפארן פון דארט. איך זאג נישט אז פאר יעדן איז דאס שלעכט, אדרבה, עס איז פאראן א מעגליכקייט אז פאר טייל מענטשן איז דאס גאר א מעלה, יעדער דארף זיך זעלבסט קענען, אבער אויב איז דאס דיר א חסרון, דאן בעט פון די גבאים זאלן דיר אויסשפארן אויף חודש אלול. מאכט א חשבון - מיט איין קליינע פעולה, אוועקגעבן אט די דמיונות'דיגע הנאה פאר א קורצע צייט אפשניט, וואס באמת מיינט דאס פאר אייך אסאך, קענט איר זיך איינקויפן א מליץ יושר פארן יום הדין.

אויב איז קאווע שטיבל פאר אייך א חסרון: האקט אפ מיט קאווע שטיבל פאר איין חודש, נעמט אויף זיך פעסט פאר נישט אריינצוטרעטן אין קאווע שטיבל במשך פון איין חודש. יא, עס איז שווער, מען וועט נישט הערן קיין נייעס, קיין הומאר, עס וועט זיין זייער שווער, אבער איין חודש פארן באשעפער. עס איז זיכער אז נאך א חודש זיך אפהאקן פון קאווע שטיבל (ווער עס שפירט אז דאס איז אים א ירידה), וועט איר זיך שפירן אזוי גליקליך און צופרידן מיט זיך, און בלי ספק אז דאס וועט זיין א מליץ יושר פארן באשעפער.

אויב קאווע שטיבל מאכט גארנישט אויס אין אייער לעבן, נישט לטוב און נישט לרע, דאן טוט גארנישט...

אה, און איידער איך פארגעס: אויב איז 'פאליש' פאר אייך אן עליה, מאכט א פעסטע קבלה צו באזוכן פאליש טעגליך... (סארקאסטיש גערעדט).

מאכט אלע א קבלה אויף א 'כתיבה' ו'חסימה' טובה און זייט זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר פון הימל. דאס יאר זאל פאר אייך זיין פול מיט השפעות טובות און אלע גוטע זאכן וואס איר וואונטשט זיך אליין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דברים כדרבונות.
קענסטע זיין ערענסט אויך [tag]חקרן[/tag]...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

געוואגטער, דו ווייסט אז איך לייק נישט געווענליך, יעצט האב איך דיר געמוזט לייקן - צוליב א געוויסע סיבה, כ'ווייס אליין נישט פארוואס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קומסט צירוק מאנען מיין קראש? :D
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

חקרן האט געשריבן:געוואגטער, דו ווייסט אז איך לייק נישט געווענליך, יעצט האב איך דיר געמוזט לייקן - צוליב א געוויסע סיבה, כ'ווייס אליין נישט פארוואס...

און פארוואס טאקע לייקסטו נישט ? אויב איך מעג פרעגן
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

צוויי סיבות: קודם כל, איך ליג נישט אין דעם, ס'איז נישט אז איך האב א קפידה נישט צו לייקן, נאר פשוט איך ליג נישט דערין. פאראן ניקס וואס האלטן גאנצע חשבונות און האבן לייקס אפמאכן מיט אנדערע ניקס, זיי ווילן שטייגן אין לייקס. צו מיר רעדט עס נישט, איך שרייב וואס איך האב און פארטיג. אויך פיר איך נישט קיין חשבונות ביי וויפיל תגובות איך האלט, איך האב קיינמאל נישט געמאכט א ספעשל תגובה לכבוד מיין ווייסעכוויפילסטע תגובה. אין פאקט ווייס איך אפילו נישט וויפיל תגובות איך האלט אצינד. איך שרייב וואס איך האב צו שרייבן און פארטיג.

נאך א סיבה: מיינע לייקס זענען טייער, א לייק פון מיר דארף מען זיך פארדינען, ס'קומט נישט צופיס.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: חודש אלול VS קאווע שטיבל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

@חקרן האסט @געוואלדיג גוט געשריבן האסט מיך צו מישט כווייס שוין אין וועלכע קעטעגאריע כבין מיין @גרויסע מענטשעלע שפילט מיר .....

איין מינוט זאגט ער העי @קאווע שטובעל איז פאר דיר אזוי באזיכסטו נישט ערגעץ אנדערש,

נאכדעם זאגט ער אבער פיין סאיז פאר דיר אבער אפשר @מאחורי נישט

אדער פארקערט פארמאך @קאווע שטובעל פאר חודש אלול אפשר ניין גיי נישט @מאחורי


איז וואס טוט מען למעשה......
ווען כבין אויף קאווע שטובעל זאג איך דעס איז גוט פאר דיר ווען כבין נישט איז דאס גוט פאר דיר
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דברים כדרבונות.
קענסטע זיין ערענסט אויך [tag]חקרן[/tag]...

דאס איז שוין ערענסט?


חקרן איך קען דיר אויסזאגן און א מינוט ביי וויפל תגובות די האלטסט, זאל איך דיר זאגן?
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

חקרן האט געשריבן:צוויי סיבות:


איך האב דיר געלייקט פאר די צווייטע סיבה וואס האסט קודם געהאט געשריבן... יעצט האסטו געטוישט, ברויך איך בעצם אראפנעמען.. שוין וועל איך שוין לאזן אזוי....
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

עזריאל האט געשריבן:דאס איז שוין ערענסט?


חקרן איך קען דיר אויסזאגן און א מינוט ביי וויפל תגובות די האלטסט, זאל איך דיר זאגן?


צופעליג האב איך געקוקט א מינוט נאכן לייגן די תגובה, עס האט מיר געגעבן א ציפ אז אזויפיל תגובות האב איך שוין דא געשריבן. איך האב געטראכט צו מיר וויפיל זאכליכע זאכן כ'וואלט געקענט אויפטון אין די צייט. אבער מסתמא האב איך אויפגעטאן דא אויך.

אבער אפילו ווען נישט, וואסא חילוק וויפיל תגובות, קענסט מיר יא זאגן, קענסט מיר נישט זאגן... איין חילוק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חקרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

וכדומה.. האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:צוויי סיבות:


איך האב דיר געלייקט פאר די צווייטע סיבה וואס האסט קודם געהאט געשריבן... יעצט האסטו געטוישט, ברויך איך בעצם אראפנעמען.. שוין וועל איך שוין לאזן אזוי....


די לייק פאר דיר איז שוין געווען לכבוד חודש אלול און לעילוי נשמת טאהשער רבי - ער וואלט אויך פארגינען א לייק.
פארשפארט