פון הנאה האבן ביז טון למעשה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

פון הנאה האבן ביז טון למעשה

שליחה דורך חקרן »

מיט קוים א שעה צוריק, האב איך געשריבן אן ארטיקל דא אויף קאווע שטיבל, ארויסברענגענדיג א געוויסע נקודה לכבוד חודש אלול. עס איז נישט אריבער קיין גאנצע שעה און מיין ארטיקל האט שוין זוכה געווען צו אכט לייקס (בשעת איך שרייב די שורות), א זאך וואס ווייזט אז דער עולם האט גאנץ גוט הנאה געהאט פונעם ארטיקל. מען דארף נעמען אין באטראכט אז דאס איז געשריבן געווארן אין די נאכט שעות, בשעת בני אדם שוכבים על מטתם, וואס אויב וואלט דאס געשריבן געווארן בייטאג, וואלט מסתמא געקומען מער לייקס דערפון און מער מענטשן וואלטן דאס געלייגט, און עס לייגט זיך אויפן שכל אז אין די קומענדיגע מעת לעת וועלן נאך פיל מענטשן ליינען דעם דאזיגן ארטיקל.

איז מיר דורכגעפלויגן אזא מחשבה'לע אין קאפ: מענטשן ליינען, מען האט הנאה, מען הויבט אויף די אויגן מיט אזא התפעלות "פשי, גוט געשריבן, גוט געזאגט", מען ווערט נתעורר און מען גייט ווייטער. איך בין נייגעריג, וויפיל פראצענט פון די ליינער אויף דעם ארטיקל, וועלן נעמען די מעשה אין די הענט, און טון למעשה צו מאכן א קבלה לכבוד חודש אלול למעשה? - זענען די לייקס סתם אין די לופט אריין? - זענען די מענטשן וואס ליינען סתם גופים בלי שכל ודעת? - מען ליינט, מען האט הנאה, און נאכדעם? - ווערט למעשה עפעס געטוישט ביים מענטש אדער אלעס בלייבט ביים אלטן?

יתכן אז צווישן די ליינער זענען פאראן אזעלכע וואס וועלן טון למעשה און מאכן א פעסטע קבלה אויף להבא, אבער לויט ווי אזוי עס קוקט מיר אויס, זענען רוב ליינער סתם אזעלכע.... זיי זעען איינער האט זיך מטריח געווען, אפגעשריבן א לענגערע ארטיקל, מען ליינט און עס איז גוט... מען האט הנאה און מען גייט ווייטער... זאגן, זאגט עס גארנישט אויפן מענטש... א מינוט שפעטער איז אלעס מפטירין כדאתמול, כבלעו כך פלטו, ווי די זיבן מאגערע קיען פון פרעה, ולא נודע כי באו אל קרבנה... - ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט? - "ס'איז רואיג אין שטעטל, ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג".

טראכט איך אזוי צו מיר, אז דאס איז בעצם יעדע מענטש בימי ימים-נוראים. עס קומט ראש-השנה, מען דאוונט, מ'טוט תשובה, מען וויינט אין מחזור, מען איז מקבל אויף זיך, אלעס איז ערנסט... וואס פאסירט נאך די ימים טובים? - ווי אזוי קוקט מען אויס חודש חשון? - איז טאקע דער חשוון שענער פון דעם אב? - נו אויב אזוי, וואס איז דער תכלית פון די גאנצע מעשה?

דער אמת איז אבער, אז דאס וויל דער באשעפער, ער וויל אז מיר זאלן זיין וואויל, אבער מיינען טאקע אויף אן אמת. נישט זיך פארנעמען קבלות מיט דעם וויסן אז חשוון וועט זיין די זעלבע, נאר האלטן באמת אז דאס מאל וועט מען טאקע בעסער ווערן און אויב גייט מען אזוי צו צום ימים נוראים, אפילו שפעטער ווייזט זיך ארויס אז ס'איז גארנישט געווען, פארט האט דער באשעפער הנאה דערפון און דאס איז זיין רצון. ריכטיג, עס טאר נישט צוגיין מיט א מהלך אז עס איז נאר לפנים, מען דארף עס באמת מיינען, וכולה האי ואולי וועט דאס מאל יא ווערן אן ערנסטער טויש.

נאך די מחשבה ווערט מיר רואיגער אויפן הארצן: אויב א איד שפירט א התעוררות בשעת'ן ליינען מיינע ווערטער, אפילו א מינוט נאכדעם גייט ער ווייטער און ס'פאסירט גארנישט, ס'איז סתם א הנאה פון גארנישט, ער מאכט נישט קיין קבלה און גארנישט פאסירט, אבער אויב האט ער יענער מינוט געמיינט ערנסט זיין התעורורות און געקלערט פאר א וויילע אפצושפארן אדער אפשטעלן געוויסע זאכן (אדער זיך מחזק זיין צו גיין אויף געוויסע פלעצער), דאן איז שוין דער מינוט התעוררות אויך ווערד.

יעצט לייקט מיר - איך בעט פונעם עולם לייקס, אפגעזען צי מען האט יא הנאה געהאט פונעם ארטיקל אדער נישט - א חסד אום חודש אלול.

...
אגב, איך האב דאס נישט מכוון געווען, אבער איך האלט אז דער קעפל וועט ציען אסאך מענטשן צו עפענען דעם אשכול...

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר