דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

דער סתירת זקנים בנין פון אחרית הימים

שליחה דורך בר-כוכבא »

עס זענען פאראן צוויי פערספעקטיוון צו יעדער זאך וואס געשעט אויף דער וועלט. ס'איז דא א פערספערטיוו מצד דעם וואס טוט די פעולה, און דערנאך איז פאראן דער פערספעקטיוו מצד וואס ס'איז אייגנטליך געשען.

לאמיר נעמען דעם האלאקאוסט אלס א גאר עקסטרעמע דוגמא. מיליאנען אידן און נאך צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען אכזריות'דיג אומגעברענגט געווארן דורך היטלער און זיינע נאציס. היטלער איז מסתמא געווען דער גרעסטער מאסן מערדער אין דער היסטאריע. ער איז געווען אן אכזר און א געוויסנסלאזער רוצח אויף אזוי ווייט, אז מענטשן האבן אין די יארן נאך דער מלחמה זיך געקענט דערציילן לעגענדעס וועגן זיינע שד'ישע קאטשקע פיס וואס האט זאל האבן פרובירן צו באהאלטן פון דער עפנטליכקייט דורך קיינמאל נישט אויסטאן די זאקן.

אזוי קלאר ווי ס'איז אבער אז היטלער איז געווען א רוצח וואס די וועלט האט נישט געזען, איז אויך פונקט אזוי קלאר אז דער האלאקאוסט, ווי דער צווייטער וועלט קריג בכלל, האט געדארפט געשען. אנדערש וואלט עס נישט געשען. היטלער בלייבט א זעלטענער מאנסטער, אבער די השגחה האט פארט געוואלט אז דער שרעקליכער חורבן זאל קומען, והא ראיה: ס'איז געשען.

דער זעלבער חשבון קען אנגעווענדט ווערן קעגן יעדער זאך אויף דער וועלט. אין די חסידישע ספרים ווערט דערמאנט א געדאנק אז נאכ'ן באגיין א חטא דארף דער מענטש גלייבן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט. דער פשט דערפון איז דער זעלבער: ווען די עבירה וואלט נישט געדארפט געשען, וואלט דער מענטש, אפילו מיט'ן כוח פון בחירה, זי נישט געקענט דורכפירן. דער וואס איז באגאנגען אן עבירה דארף תשובה טאן; ער דארף אבער דערביי אויך וויסן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט.

וויאזוי איז מעגליך אז די צוויי זאלן זיין אמת און שטימען? ס'איז טאקע נישט מעגליך, און דאהי, אויף דער וועלט, שטימען זיי טאקע נישט. זיי שטימען נישט, און שטייען אין דירעקטער סתירה, אבער זענען פארט אמת. די וועלט, מיט אירע געזעצן און כללים, זענען בסך הכל איין פרט פון א סך גרעסערן מציאות. נאך דעם וואס מען קריכט ארויס פון די ערדישע גרעניצן, קען מען אנקוקן דאס גאנצע בילד פון דרויסן, פון א ברייטערן, מער ארומנעמיגן פערספעקטיוו, וואס דערהייבט יא סתירה און קעגנזאץ. און אלעס שטימט...

פארוואס אן עונש אויב דער מענטש האט דא במילא נישט געהאט קיין ברירה? זענען פאראן תירוצים אויף דער קשיא. דער ענדגילטיגער תירוץ איז אבער, אז דארט, פון דעם פערספעקטיוו וואו די קשיא ווערט נולד איז זי בכלל נישט שווער. מיר האבן נישט קיין צוטריט צו יענער דימענסיע, דערפאר קענען מיר פרעגן און ענטפערן. אין א וועלט וואו דבר והפיכו איז באמת גאר צוויי זייטן פון דער זעלבע מטבע זענען נישטא קיין קשיות און תירוצים. מיר געפינען זיך נאר יעצט אויף איין זייט פון דער מטבע, און דערפאר שטימט נישט אלעס. אפילו "עבירה" און "עונש" זענען היגע טערמינען, וויאזוי מיר באצייכענען געוויסע אקטן און זייערע תוצאות. דארט איז אלעס אנדערש.

די וואך איז געווען דער יארצייט פונעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל און די קומענדיגע וואך וועט זיין דער יארצייט פון הגראי"ה קוק זצ"ל. דער צוגאנג וואס די צוויי ריזן האבן געהאט צו דער וועלט, דעם איד, די געשעענישן וואס האבן זיך אויסגעשפילט אין זייער תקופה איז געווען דראסטיש אנדערש – ממש דבר והפיכו מן הקצה אל הקצה.

במציאות האבן ביידע געמיינט דעם אויבערשטן. זיי האבן ביידע מדקדק געווען בקלה כבחמורה און ביידע האבן געפאדערט פון זייערע נאכפאלגערס אויסצופאלגן דעם זעלבן שלחן ערוך. און פארט, איז צווישן זיי פאראן אזא וועזנטליכער חילוק, אז גרעסער קען כמעט נישט זיין.

אויף ביידן האבן גדולים וקדושים מעיד געווען אז זייער "ראדיקאליזם" לכאן ולכאן קומט ממקור טהור און ווערט געטריבן פון די ריינסטע כוונות וואס נאר שייך. אויף ביידן זענען געווען גרויסע מענטשן וואס האבן געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זייער ליבשאפט און טריישאפט צו דער תורה און כלל ישראל האט זיי געפירט צו עקסטרעמע דיבורים און מעשים.

הרב קוק האט געוואוסט אז די פרייע חלוצים פירן זיך אנדערש ווי דערווארטעט פון א איד. ער האט אויך געוואוסט אז ווען דוד המלך האט געזינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן, האט עס געהאט אביסל אן אנדערן טעם ווי די לידער פון די קיבוצניקעס ביים ארבעטן אין די וויינגערטנער אויף דער הייליגער ערד. ובכל זאת...

דער סאטמארער רבי האט אויך געוואוסט אז ווען רוב אידן וואוינען אין ארץ ישראל, שמעקט עס פון קיבוץ גליות. ער האט אויך געקענט דעם רמב"ם, וועלכער האט מגדיר געווען די גאולה העתידה אויף זייער א פראקטישן אופן. דער סאטמארער רבי האט אויך געוואוסט פון דער גמרא "לא זכו – בעתה", אז אויב כלל ישראל וועט נישט דערצו זוכה זיין, וועט די גאולה קומען אין שטאפלען, ביסלעכווייז, אן קיין רעש און אפענע, אויפטריילסנדע ניסים. ובכל זאת...

די צוויי ריזן האבן אנגעכאפט די זעלבע ערשיינונג פון צוויי זייטן. דער סאטמארער רבי האט, ווי זיין שטייגער בכלל, זיך אפגעגעבן מיט'ן כאן ועכשיו באשר הוא שם. דערפאר האט ער געליארעמט קעגן דער סכנה וואס דער ציוניזם פון דעמאלט האט מיט זיך פארגעשטעלט קעגן דת און מסורה. כדרכו בכלל, האט הרב קוק אנגעקוקט די זאך פון א ברייטן, היסטארישן, מיסטישן פערספעקטיוו. ער האט געזען דאס גאנצע בילד – אידן זיך אומקערן צום לאנד פון די אבות, זי אויפבויען און באגרינען און צוריקברענגען די מדבר ערד צום לעבן. ער האט פאקוסירט אויף דער ענדגילטיגער תוצאה פון דעם פראצעס.

ווען א יחיד, זאל זיין דער פייערדיגסטער ציוניסט, איז געקומען צום סאטמארער רבי'ן, האט אים דער רבי אויפגענומען מיט דרך ארץ און פריינטשאפט. אויב יענער האט זיך גענויטיגט אין הילף, האט דער רבי געטאן אלעס אין זיינע מעגליכקייטן, פונקט ווי ער האט עס געטאן פאר יעדן איד וואס האט זיך צו אים געוואנדן.

ווען א יחיד, זאל זיין דער גרעסטער ציוניסט, איז אריבערגעקומען צו הרב קוק און דער רב האט געזען אז יענער וועט מקבל זיין וואס ער וועט זאגן, האט ער יענעם אנגעוויזן צו פירן א לעבן על פי תורה. די מימרא וועגן דעם זינגען פון די קיבוצניקעס האט ער טאקע געזאלט זאגן דורכאויס א נסיעה וואס ער האט דורכגעפירט אינאיינעם מיט הגאון רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל, מיטן ציל צו פארבעסערן דעם מצב הדת צווישן די פרייע יוגנטליכע.

ביידע האבן אויסגעפירט וואס זיי האבן פארשטאנען איז זייער תפקיד אויף דער וועלט. ביידע זיצן אין זעלבן גן עדן. ביידע זענען נהנים נזיו השכינה. יתכן אז זיי לערנען אפילו אין דער זעלבער גמרא, טאקע יענעם שטיקל אין מסכת כתובות, און טוישן זיך אויף די חידושים איבער די זעקס שבועות וואס דער אויבערשטער האט באשוואוירן די אידן און די אומות העולם.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר