בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך האב לכתחילה נישט געוואלט אריינרעדן, אבער זעענדיג אז יעדער זאגט, דעמאלס גם אני אענה את חלקי.

איך האב שוין לאנג געבעטן דעם לוטוואק פון בודאפעסט, אז חסידות איז נישט זיין נושא, ער פארשטייט דאס נישט, ער פארשטייט 'אונז' נישט, ער האט נישט געגעסן גראז אינעם זעלבן שטאל פון אונז - א שאד אויף די ווערטער וואס ער שרייבט דא, מיר קומען פון גענצליך אנדערע וועלטן. ווען איך האב געשריבן מיין אשכול איבער דעם ליעווער צדיק, האבן די חברי השטיבל שטארק הנאה געהאט דערפון און דאס רעספעקטפול דיסקאסירט וואס דארט האט זיך אפגעטאן, איז געקומען אונזער לוטוואק און אוועקגע'הרג'עט דעם אשכול מיט זיינע שרייבערייען, אויף אזוי ווייט אז יעדע מאל איך וויל שרייבן ווייטער אין דעם אשכול, האלט איך מיר צוריק זאגנדיג: "נעם איך טאקע אויף מיר די אחריות פון די ווערטער וואס וועלן דא דערנאך געשריבן ווערן דורך לוטוואק? - קען איך עס טון?" דאס איז די סיבה פארוואס איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט, די דברי זלות והבלים וואס איז דארט געשריבן געווארן אויפן הייליגן טשערנאבילער מגיד, אויפן הייליגן סאדיגורער און אויף נאך צדיקים, וואס ביז היינט שטייען זיי נאך דארט ווי א דארן אין מיינע אויגן, על אפי וחמתי, איך האב קיינמאל נישט געוואלט אז די שמועס זאל צוקומען צו אזעלכע רעלסן, און די חברי השטיבל האבן דאס פארשטאנען און רעספעקטירט.

מיר ווענדן זיך צו דיר לוטוואק טייערער: דיין שפראך איז נישט אונזער שפראך, דיינע געדאנקען זענען נישט אונזערע. אויב מיינסטו אז דו קלערסט דא איינעם אויף, האסטו א טעות - אויב עפעס מאכסטו נאר פון דיר אליין חוזק, ווייזנדיג דיינע אמעראצעס אין דער נושא. אויב קלערסטו אז דו פיקסט דא צו איינעם מיט דיין שפראך, זאלסטו וויסן אז לא מיניה ולא מקצתיה - מען לאכט דיר אויס. עס זענען נאך פאראן דא איידעלע ניקים וואס זענען זיך מתיחס צו דיינע ווערטער און ענטפערן דיר איידל, אבער רוב רובם פון די ליינער, שפירן אפילו נישט קיין פליכט דיר צו ענטפערן, מען לאכט זיך אונטער מיט רחמנות אויף דיר און מען גייט ווייטער.

במחילה מכבודך, דו פארשטייסט נישט וואס חסידות מיינט בכלל, דו ווייסט נישט וואס מען וויל דא, דו מיינסט אז עס איז עפעס אזא סארט גרופע וואס טוען געוויסע זאכן, דו האסט נישט ארויס די אלף-בית דערפון, ביסט בכלל נישט דארט, דו רעדטסט און דו רעדסט און דו ווייסט נישט גארנישט און ווי מער דו רעדסט מאכסטו אליין חוזק פון דיר. איך מיין דיין טובה, זיי שטיל און פארטיג.

נאכאמאל; מיר אפרישיעיטן דיינע שרייב ווערק איבער אנדערע נושאים. דו גיבסט צו שיינע זאכן צום שטיבל, אבער לאז ארויס חסידות, דו פארשטייסט נישט דערצו, האסט עס נישט ארויס, ביסט נישט געמאכט דערפאר.

איך האף אז נאך טויזנט מאל זאגן, וועסטו פארשטיין אויפן ווינק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חקרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

חקרן גיט געזאגט!!
חברה לאמיר זיך אלע נעמען איבער זיינע ביינער ס' דא געניג און נאך שמוץ אויף די ליטפאקעס מיט די פראקעס אפשר דעמאלטס וועט ער כאפן דעם ווינק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]געוואלדיג[/tag], [tag]חקרן[/tag], וגם לרבות [tag]שמעקעדיג[/tag] און אלע אנדערע וואס האבן געשריבן צום ליטוואק:
פיין געשריבן, וואויל געזאגט!
:like :like :like
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

קאצקע ציקער האט געשריבן:חקרן גיט געזאגט!!
חברה לאמיר זיך אלע נעמען איבער זיינע ביינער ס' דא געניג און נאך שמוץ אויף די ליטפאקעס מיט די פראקעס אפשר דעמאלטס וועט ער כאפן דעם ווינק


נע, דאס זוכט ער דאך, ער וועט דעמאלס אויפלעבן... לאז אים אפ, דיסקאסיר נישט מיט אים... ס'איז נישט אונזער קאפ-אף-טי (ווען ער רעדט איבער חסידות).
[NAMELESS]

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'רעדט זיך אזוי אפ אויף ק''ש. סך הכל, זענען אלע אייוועלטניקע'ס, אחוץ דריי מענטשען, וואס איינער פון זיי האט זיך שוין אויסגערופען אלס אן אפיקורס. דער רוב איז נאכאלס פארגלייבט. וואס שטערט עס אז אן אנדערע מיינונג קומט אויך ארויס?

לאמיר אפילו זאגן אז דו ביסט מיליאן פראצענט גערעכט מיט דיינע שיטות וואס דו שרייבסט אלץ אויף חסידים אין רבי׳ס און אונז זענען נעבעך תמימות׳דיגע בהמות וואס גלייבן נעבעך אין שטותים והבלים, דארפסטו זיך נאכאלץ צושטעלן צו רוב חברי השטיבל.
ווען א נארמאלע מענטש קומט אריין אין א משוגעים הויז האט ער נישט די רעכט צו פאדערן פון די משוגעים אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו אים, נאר אויב עפעס קענען זיי אים זאגן: ר׳ יוד, אנטשולדיגט מיר, איר זענט טאקע דער נארמאלער באזעצענער מענטש, אבער אונז זענען דא דאס רוב, און דא איז אונזער היים, זיי מוחל און שטעל דיר צו צו אונז אדער יאג ארויס פון דא! (קרעדיט: יאיר וויינשטאק אין איינער פון זיינע ביכלעך וואס איך האב געליינט יארן צוריק)
שרייב אייוועלט שמייוועלט וויפיל די ווילסט נאר, שריי משוגעים וויפיל און ווי הויך די ווילסט ביי דיר אינדערהיים אדער וועלכע ליטווישע בית מדרש דו ווילסט נאר, ביסט דא? זיי מוחל און שטעל דיר צו צו וואס רוב שרייבער/ליינער ווילן דא!
יעדער קען דא שרייבן וואס ער וויל נאר, עס איז כמעט נישטא אפילו קיין מעקעריי, אבער זאכן וואס רעגט אויף יעדעם איינעם חוץ פון איינער וואס האט זיך עמטליך אויסגערופן אלטס א אפיקורס און צוויי ליטוואקעס (איז דא א חילוק צווישן זיי? ;) ) קענסטו האלטן ביי דיר אין בטן, ברעך עס ביטע נישט אויס ביי אונז, א דאנק, בתקווה להבנה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס שטערט עס אז אן אנדערע מיינונג קומט אויך ארויס?

קורץ און שארף וואס איך האב ארויסגענומען מדברי [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]חקרן[/tag], און [tag]געוואלדיג[/tag] ועוד חברים דא אין שטיבל:
שרייב וואס דו ווילסט נאר ״אפילו קעגן חסידים/חסידות״ כל זמן עס איז:
א) נישט קעגן גרויסע צדיקים פון אמאל וואס זענען אנגענומען ביי יעדעם דא (אקעי, רוב עולם) לדוגמא, דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש ותלמידיו, נישט קיין חילוק וועלכע גזע (פון טשערנאביל ביז רוז׳ין און אלע אינצווישן), און אפילו אויף היינטיגע וואס זענען אנגענומען ביי רוב חסיד׳ישע וועלט אלטס די זקני צדיקי דורינו (טאהש זי״ע, ולהבדיל בין חיים לחיים סקולען, רבי מאטעלע מוויזניץ וכדומה).
ב) נישט קעגן דרכי החסידות בכלליות.
ג) און בעיקר, קום נישט אריין אין א אשכול וואס איז געבויט אויף חסידות און רעדט זיך איבער א חסידישע רבי אדער א חסידות (ווי טאהש אדער ליעווער), כדי צו שרייבן דארט דברי התנגדות, פאר דעם איז דא גענוג אשכולות דא אין קאווע שטיבל און אויב נישט קענסטו עפענען נאך וויפיל אשכולות דו ווילסט נאר געזונטערהייט.....
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שבת אחים האט געשריבן:
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! !


איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דאס שטימט מיט די רדיפות אויפן עצי חיים בנוגע די פושקעס?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זעה איך בין א בחינה פונ'ם טאשער רבי'ן. יעדער לייגט זיין דמיונות אויף מיר.
איך האב סך הכל געפאדערט איין זאך: פאר תורה'דיגע\אידישע מושגים זאל מען קוקען אין די תורה. יעצט אז דעס באדערט איינעם, אדער 'רוב חברי השטיבל לאכען דערפון', האב איך נישט קיין שום סבה זיך צוצושטעלען צום רוב. מיר זענען אלע דא אידען און מיר דארפען צו גלויבען און נאכגייען די תורה און ערציאונג און אפשטאם האט נישט מיט דעם גארנישט. אז דו ווייסט פארוואס עפי תורה זענען די סקולענער\וויזניצער\טאשער רבי'ס אויסגעהאלטען, ווייז אויף. און אז נישט בין איך גאר בארעכטיגט.
און לגבי דער ליעווער - אנטשולדיגט מיר, אבער נישט איך האב עס פארדרייעט און איך האב נישט גענוצט די מעשה'ס פונ'ם ליעווער אלס א ראיה צו מיין מיינונג. פארקערט, איך האב געהאלטען אז דער עולם לויפט צו שנעל צו מסקנות פון איין זייט פון א מעשה. איך האב נאר מעורר געווען אז ביי כמעט אלע טשערנאבילער אייניקלעך זעט מען אן ענדליכע הנהגה צו וואס מ'זאגט אויף דעמאלס. זה הכל. און די אשכול אויך בין איך נאר אנגעקומען נאך שבת אחים און אויבערלענדער חכם. ס'האט מיר אלס געקריצט די צען צו זען די אלע זעלבסט באקרוינטע אויבער חכמים פון ק"ש קוויטשען ווי באבע'ס 'אויסוועלט' און אנדערע אזעלכע לאזונגען, אבער איך בין געבליבען שטיל ביז זיי האבען אנגעהויבען. דער ווידיאו איז מיר א קליינער טענה וכמו"ש למעלה, אבער דער עיקר אז מ'דארף זוכען אין תורה צו וויסען וואס איז ריכטיג איז יא אמת.
און צו דער וואס האט געזאגט אז אין שו"ע שטייט אז מ'מעג איבערחזר'ן ווערטער זיך צו פארזיכער'ן אז מ'האט מכוון געווען. אפשר א מראה מקום? ווייל כפי מיטב ידיעתי איז דאס נאר אינ'ם ערשט'ן ברכה פון שמו"ע.
און צו דער וואס ברענגט פונ'ם גאב"ד נוה אחיעזר (והגלילות) וואס ברענגט א ראיה אז ער איז געווען א למדן ווייל 'איך האב איהם געגעבען הוראה'. ;) אז הוראה זאל מיינען א למדן צו א ת"ח, זענען מיר אין פעקעל אין גרויסען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוראה צייגט אויף התמדה, נישט אזוי? ס'נישט שיין אוועקצומאכן איינעם'ס התמדה בלויז ווייל ער האט נישט מצליח געווען אין למדנות.

איך רעד בכלליות, כ'האב קיינמאל נישט גערעדט מיט טאהשער רבי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר דער וואס ווייסט, איז הוראה א לערנען פון א האלבע יאר בהתמדה, און א יאר בעצלתיים. דאס איז נאך ווייט ווייט פון א גדול בתורה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ירא שמים »

ווער האט דען נישט קיין הוראה ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב טאקע נישט אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א בעל מופת בכלל! וואס איך גלייב יא אז ער איז געוועהן:

1) ער איז געוועהן א חכם מחוכם, מעהר פון עני רבי וואס האט געלעבט די לעצטע 100 יאר לויט מיין מיינונג!

2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן, פרום צו פריי, רייך אדער ארים, קראנקע מענטשען מיט אפענע אינפעקשאנס וואס מ'האט יענע צייטן נישט געקענט היילן און א געווענטליכע מענטש וואלט נישט געשטאנען אין זיינע ד' אמות האט ער מחזק געוועהן! זיי געהאלזט און געקושט!! איך אליינס האב דאס געהערט פון אפאר עדי ראי'! ער איז געוועהן גאר א ווארימע מענטש וואס האט מיטגעוויינט ביי א יעדע קוויטל מיט יעדעמס צרות, ער האט אלעס אוועקגעגעבן וואס ער האט געהאט פאר אנדערע אידן! ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף די מזוזה עריו"כ פאר ער איז אריין אין שול און געזאגט מיטן גאנצן ערנסקייט "רבש"ע אלע צרות און מחלות וואס איז באשערט פאר אידישע קינדער די יאהר שיק אויף מיר איך בין עס מקבל באהבה"!

4) א געוואלדיגע געשמאקע מענטש, און גאר א גוטע סענס אף הומאר! און ער האט אויפגענומען יעדעם אפילו אפענע כופרים און זיי ארויסגעוויזן די זעלבע אהבת ישראל, ס'איז באוואוסט אז אמאל איז געקומען צו אים א שרייבער פון א געוויסע פרייע צייטונג אין יענע צייט און ער איז געוועהן א אפענע כופר, ער איז געזיצן מיטן אהבת ישראל צוגעשפארט פאר צוויי שעה און גערעדט מיט אים ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געבעטן א גארטל און מיטגעדאוונט מנחה מיטן אהבת ישראל'ס מנין!

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! ס'איז באוואוסט אז ווען ער איז געקומען וואוינען קיין גרויסווארדיין איז געוועהן אסאך יעקישע אידן וואס האבן נישט ליב געהאט קיין רבי'ס און חסידים (א שטייגער ווי @שבת אחים און @ליטוואק פון בודאפעסט להבדיל) און זיי האבן געפירט מערכות מיט אים און מיט די נייע חסידים וואס זענען געקומען וואוינען אין שטאט, למעשה האט זיי דער אהבת ישראל געשטיצט און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט און זיי געשיקט גרויס געלט פאר זייערע צוועקן און ער האט אמאל געזאגט "איך וועל זיי אזוי לאנג ליעב האבן ביז זיי וועלן מיך ליב האבן און פארשטיין"! און למעשה רוב פון די אידן זענען געווארן אין די ענד הייסע וויזניצער חסידים! אסאך גרויסע משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען פערזענליך שטאמען פון די משפחות! זיי שטאמען בכלל נישט פון קיין חסידישע משפחות און זיי זענען געווארן חסידים אנזעהנדיג די ערליכקייט און צדקות און גרויסקייט פון דעם איד!

דער אהבת ישראל איז אמאל געקומען אין די שטאט ווי הרה"צ ר' אהרן ראטה האט געוואוינט און די גאנצע שטאט איז ארויסגעגעאנגען מיטהאלטן דעם דאווענען און די טישן חוץ איין אויבער חכם א ליטוואק וואס איז נישט געגאנגען זעהן דעם אהבת ישראל, האט אים ר' אהרן ראטה פון שומר אמונים זצ"ל פארגעהאלטן מוצ"ש היתכן איר זענט נישט געגעאנגען צום וויזניצער רבין? האט ער געזאגט "עס איז דאך ביטל טעירע"! האט אים ר' אהרן ראטה זצ"ל געזאגט, ס'איז אנגענומען פון פריערדיגע צדיקים אז ס'איז אסאך שווערער זיך אויסצוארבעטן איין מדה ווי אפלערנען גאנץ ש"ס! און דער איד וואס האט זיך אויסגעארבעט "אלע" מדות ביסטו נישט געגאנגען אנקוקן????

מיין טאטע זאגט מיר אז הרה"צ ר' ישראל'טשע האגער שליט"א, דער היינטיגער וויזניצער רבי, האט א דזשין מעין פונעם אהבת ישראל זצוק"ל. קוקטס אן אזא איד ווי ר' ישראלטשע וויזניצער שליט"א מיט זיינע מדות טובות און אהבת ישראל וואס שטייגט איבער אלע היינטיגע רבי'ס צוזאמען, דאס איז נאר א טויזענסטעל פונעם אהבת ישראל!!!

ער האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם לדעתי! און טאמער קענסטו מיר פראופן אז ס'איז דא נאך אזא רבי היינטיגע טעג פונקט ווי דער אהבת ישראל נאר ער וואוינט אין אנטארטיקע און ס'איז 150 בעלאו זערא דעגרי דארט, קענסטו זיין זיכער אז איך פאק מיך צאם מיינע זאכן און איך הייב אן ערנסט צו זוכן א וועג אנצוקומען אהין!

ער איז געוועהן א סעמפל ווי אזוי א רבי האט געדארפט אויסצוקוקן! חבל על דאבדין!

!WOW! WOW! WOW
אפיקורס ארויף, אפיקורס אראפ, אזא הייסע וויזשניצע חסיד האט איר שוין אמאל געזען?!...

[tag]אדנירם[/tag] זאג, דערמאנט עס נישט דיר פון די בוקעווינע און נאך מער די קאלעראשע מולדובע אידן וואס זענען געקומען קיין וויזשניץ צום שבת טיש מיט פערד און וואגן? :D
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב גראדע געטראכט דערפון, אבער - שלא כאנשי מארמאראש ובוקאווינע - זאג איך נישט ארויס אלעס וואס איך טראכט...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! !


איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דאס שטימט מיט די רדיפות אויפן עצי חיים בנוגע די פושקעס?


איך ווייס באמת נישט, קיינמאל נישט געהערט פון די פאליטיק, כ׳האב אבער נישט קיין ספק פאר א רגע אז ס׳האט געהאט צוטוהן מיט׳ן אהבת ישראל זצוק״ל, וואס האט ליב געהאט ״יעדע״ איד אן קיין זייטיגע חשבונות!, ער וואלט אוועקגעגבן אלעס פאר זיינע גרעסטע פיינט צו פארמיידן מחלוקות!.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

סהאט מיר פארציילט איינער אז ער קען אן איד וואס איז געוון זייער נאנט מיט מרן הקדוש מטאהש זי''ע, ער פלעגט אסאך אריבער גיין קיין טאהש אפנענעמן פין רבי'ן א זעקל מיט געלט אין דער רבי האט עם געזאגט פאר וועם עס צו געבן, ווי פארשטענדליך איז אין דעם צדיק'ס הויז נישט געבליבן קיין איין דאלער אין די שטיב מענשן זענען געוון זייער באזארגט וואס דא וועט זיין אויף אזוי ווייט אז זיי האבן דעם איד -וואס איז געוון דעם רבי'נס שליח צו אויסטיילן זיין צדקה געלט פאר נויט פאדעפיגע אידן, -מער נישט אריין געלאזט צום רבי'ן וויסענדיג אז דער רבי וועט פאר עם איבער געבן דאס גאנצע געלט וואס איז דא,
אזוי איז אריבער א שטיק צייט אין דער איד האט נישט געקענט אריין גיין צים צדיק,
איינמאל זייענדיג אין טאהש האט ער זיך געשטעלט ביים טויער פין רבי'נס צימער און געווארט אז די רבי זאל ארויס קימען צום דאווענען צו קענען זען זיין לעכטיגע פנים, וואו נאר דער רבי איז ארויס געקימען אין געזען דעם איד האט ער אזוי אריין געמירמלט אין דעם איד'ס אוירן ''מסכת וכו דף וכו און מסכת וכו דף וכו,'' דער איד שטייט אזוי פארווינדערט, וואס וויל דער רבי מיטן עם זאגן די מסכת''ס -איך געדענק נישט וועלכע מסכת סאיז געוון פאר דעם שרייב איך וכו,- ביז דער איד האט זיך געכאפט וואס דער רבי האט געמיינט ער איז שנעל און שטיל אריין אין רבי'נס צימער געפינט די שאנק אין געקיקט אין די גמרא וואס דער רבי האט עם געזאגט, ווי ערשטוינט איז ער געווארן טרעפענדיג דארט א ריזיגער סאמע פין געלט, אין וואו פארשטענדליך האט ער שוין געוויסט וואס ער האט צו טאן,
דער רבי האט געכאפט אז די שטיב מענשן לאזן עם נישט אריין ווייל זיי ווייסן אז ער איז זיין געלט שליח, אבער דער צדיק האט זיך מיט זיינע שטיב מענשן אן עצה געגעבן . זי''ע
Cp
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

האבאיך פריער געהערט א מעשה פין א איד בדידי הוה עובדא ענדליך צו וואס @ליפא פארציילט אז די טאהשע רבי זי"ע האט געבארגט א סכום געלד פין איהם ווען סאיז גיקומען דערצייט צו באצאלען איין נאכט פאר מעריב געבט איהם די רבי זיין סידור אין זאגט איהם ברוך הד' לעולם איל גייט אריין הכנות שטובעל די איד טראכטענדיג וואס די רבי האט געזאגט דא מישט אויף צו ברוך הד' לעולם אין די סכום געלד איז דארטן.

אין די ענין פין צדקה וחסד איז דא מעשיות אן א שיעור אויף דעם איד

ת.נ.צ.ב.ה.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

וויפיל מ'וועט שרייבען אויף דעם איד איז נישט געניג!
א קדוש וטהור מרחם אמו, נישט נהנה געוועהן פון דער וועלט כמלוא נימא
אוועקגעגעבען זיין רוחניות און גשמיות ציגלייך פאר יעדען איד!
א פועל ישועות און א צדיק הדור במלוא מובן המילה...
חבל על דאבדין ולא משתכחין - אין לנו תמורתו....
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דאס פארלאנגען א מקור אין תורה איז בלויז א טריק. ווי נאר וועסט עם ברענגען וועט ער עס גלייך אפפרעגען, און מוזן בלייבן גערעכט ווייל די תורה אידאך זיינס . זעה ער שעמט זיך נישט צו ברעגען מאמרים פון אנדערע ליטפיקעס
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] מעשה עס איז געווען א מעשה, מיט צוויי פויגל, ביידע זענען געווען צוגעבינדן צו א שטריק, איין פויגל האט געהאט א קליינע שטריק און דער צווייטער האט געהאט א גרעסערע שטריק. ביידע פויגל זענען ארויפגעפלויגן, רופט זיך אן די פויגל מיט די לאנגע שטריק צו די פויגל מיט די קורצע שטריק: קוק וואספארא הערליכע פאנאראמע איך זע, א אויגפארכאפענע טייך, גרינע ביימער, בלימען אא"וו. רופט זיך אן די פויגל מיט די קורצע שטריק: שטותים! איך זע נישט גארנישט, איך זע אביסל רויעך דא דארט, אלעס איז שווארץ, איך ווייס נישט וואס דו האקסט א טשייניק... דער פויגל מיט די קורצע שטריק וועט קיינמאל נישט משיג וואס דער צווייטער פויגל איז משיג, ער וועט כסדר לאכן און אפשפעטן פון דעם אנדערען פויגל, אז ער חלומ'ט און דמיו'נט, אבער דער אמת ווייסט מען אז די פויגל האט נישט אזא ברייטע פאנאראמע און איז נעבעך לימיטעט און זעט נישט אלעס...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער לאנגע שטריק איז דער תוה''ק, דער קורצע שטריק איז דאס 'אויסוואשען דער הארץ' 'פועל ישועות' 'צדיק הדור' מיט נאך אזעלכע לאזונגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך petergrifin »

@ליטוואק איך וויל וויסן (ערענסט) אויב די גדולים געבן זיך אוועק אמאל פאר א צווייטע איד? טוהן זיי עפעס פאר די אלע אלטע מוידן אין לעיקוואד אדער עני ציבראכענע נשמה וואס קומט צו זיי אדער איז עס ביטול תורה? איך וויל באמת וויסן ווייל איך הער קיינמאל נישט דערפון אויסער ערב ר'ה פאר קופת העיר.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

petergrifin האט געשריבן:@ליטוואק איך וויל וויסן (ערענסט) אויב די גדולים געבן זיך אוועק אמאל פאר א צווייטע איד? טוהן זיי עפעס פאר די אלע אלטע מוידן אין לעיקוואד אדער עני ציבראכענע נשמה וואס קומט צו זיי אדער איז עס ביטול תורה? איך וויל באמת וויסן ווייל איך הער קיינמאל נישט דערפון אויסער ערב ר'ה פאר קופת העיר.

א. דעס איז נישט קיין קאלא"ר ווא"ר. אז די ליטוואקעס זענען אויך אין פעקעל, זענען זיי אויך און פארטיג. נאר דער עיקר איז אז מ'זאל קוקען אין תורה צו וויסען דער אמת, נישט אין לאזונגען צו קונצ-ווערק.
ב. איך האב נישט אפגעפרעגט קיין מענטש ווייל ער האט נישט געהאלפען קיין צווייטען. אז מ'וויל מיר זאגען אז ער איז א צדיק מוז עס האבען א באדייט וועלכע חלק פון צדקות. איינער איז געמאכט פאר בין אדם לחבירו, א צווייטען פאר לערנען און א דריטע פאר דבקות (עכ"פ לאמיר מסכין זיין צו די הנחה). יעצט ווייז עפעס אויף. ר' משה פיינשטיין האט אוועק געגעבען זיין לעבען פאר תורת ה' ללמוד וללמד, דעריבער איז ער א צדיק. דער חזון איש האט געלערנט בכל נימי נפשו אבער אויך האט ער געהאט א חוש צו מחזק זיין בחורים, צו מפשר זיין אין ישיבות און שטילעהייט משפיע זיין אויפ'ן אוועקשטעלען דער צורה פון אריגינעלע אידישקייט ביי א גרויסע ציבור. דאס איז זיין צדקות. יעדער איינער מיט זיינס.
ג. איך קען נישט פערזענליך אלע גדולים, נאר ס'איז ברייט באקאנט ביי די וואס האבען געקענט הרב שך ביז ער איז געווארען צו אלט און שוואך אז ער האט זיך משונה'דיג אוועקגעגעבען פאר א צווייטען. גייען אויף א בוס צו באזוכען פארגעסענער אלטע אידען איז געווען ביי איהם פון די נארמאלע זאכען. דער אויסהערען משוגעים און מטפל זיין מיט שלום בית פאר שעות ארוכות ווייסט מען אויך פון אסאך מקורות. איך בין נישט גענוג באקאנט, אבער כפי הנשמע איז יעדער וואס איז געווען ביי איהם ארויס מיט א געפיל אז ער איז וויכטיג ביי איהם און מ'האט איהם אויסגעהערט. דאס קען זיין א דמיון, פונקט ווי ביי א רעבע וואס ליינט א קוויטעל און דער פדיון געבער מיינט ער האט באקומען וואס זיין געלט האט איהם געקויפט, אבער אזוי זאגט מען.
ד. איך ווייס פון מיין רבי זז"ג וואס איך קען פערענליך, וואס איז נישט קיין מנהיג הדור, אבער א ת"ח מופלג וואס ליגט אין לערנען ווען אימער מ'זעט איהם, און איך האב געזעהן וואס ער איז גרייט צו טוהן פאר א צווייטען. אויסהערען דרייקעפ, און טוהן כפי כוחותיו צו העלפען א צווייטען. איין מאל האב איך געלערנט מיט איהם אין ביהמ"ד און ער איז ארויס צום ביה"כ. ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער מיר געזאגט אז ס'זיצט איינער אינדערויסען און ער האט איהם דערלאנגט א בריוו פון א חבר פונ'ם רבי מיינער אין א"י בעטענדיג ער זאל איהם ארויסהעלפען ווען ער קומט קיין אמעריקא. 'אבער וואס קען איך איהם טוהן? איך האב נישט קיין געלט איהם צו געבען', האט ער זיך אפגערעדט צו מיר. ער האט ווידער אנגעהויבען לערנען, און פלוצלונג עפעס געכאפט און ארויסגעלאפען פון ביהמ"ד אן זיין הוט און געלאפען צוויי געסער צו זיך אין שטוב, צוריקגעלאפען מיט א זעקל עסענווארג און דערלאנגט פאר דער געסט, און נאך עטעמדיג שווער פון די לויפען (ער איז נישט קיין יונגער מענטש), אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוריק זיך גענומען צום לערנען נאך איידער ער האט זיך אוועק געזעצט. דאס איז א קליינער מעשה אויף אן אדם גדול וואס איך האב געזעהן. אז דו האסט אזעלכע אויפ'ן טאשער רבי'ן, ברענג אפיר. אבער נישט האבענדיג אזעלכע מעשים אויף קיין שום חלק פון אידישקייט הייסט אז איהר זענט קולט מעמבער'ס, נישט חסידים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט