הניגון של משה'לע הקדוש

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

הניגון של משה'לע הקדוש

שליחה דורך moshav zekeinim »

אלס א פייערדיגער חסיד פון מונה רוזנבלום'ס מוזיק זיך איך כסדר אינעם אינטערנעט איבער אים. איז מיר יעצט ארויף געקומען א נייער קליפ פון א זכרון מנחם קאנצערט (א מאדע ווי האסק אין ניו יארק). ווי דער שטייגער פון מונה ביי א קאנצערט הערט זיך די מוזיק אין א כאאס אשר לא יום ולא לילה מיט א לויזע הארמאניע און שרייערדיגער סאונד. אבער דאס איז מונה און פאר זיין מוזיק ווער איך ווילד.

דער קליפ הייבט זיך אן מיט א גרופע זינגערס אנגעטון ווי אויף פידל אן טע ראוו אידן. בראשם איז א זינגער וואס זיין נאמען איז מיר נישט באקאנט, די גרופע מיטן זינגער זינגען ווי פארצייטישע הויף זינגערס ביים פריץ, אבער דאך אפדעדעט מיטן לעצטיגן געשמאק פון צוואנציג יאר צוריק.

עס הייבט אן מיט א מעדלי פון ניגונים מיט וואס איך בין נישט באקאנט מיט קיין איינס פון זיי. מען דארף עס איבער הערן עטליכע מאל צוצוקומען צום געשמאק פון די ניגונים ובמיוחד המוזיקה של מונה וואס שרייט אריין זיין טעם.

אבער דעם אשכול האב איך געעפנט פאר די צווייטער העלפט פונעם קליפ. דער בעל מנגן דערציילט א סיפור פונעם בעל שם טוב זי"ע, ווי ער האט אין א כאטקע רחוק מן הישוב געטראפן א בעל בשר וואס עסט באופן מוגזם, און האט דערקלערט דעם בעל שם טוב אז זיין טאטע משה'לען האבן די היידמאקן פארברענט על קידוש השם, דעריבער עסט ער א סך ווייל טאמער וועט פאסירן אז קאזאקן וועלן אים פארברענען עקד"ה זאל ער נישט אזוי שנעל פארברענט ווערן. און, דער בעל שם טוב האט פון גרויס התפעלות זיך געווינטשן צו זיצן אין גן עדן מיט אים.

דער סיפור קומט באגלייט מיט א ניגון, וואס ווערט גערופען "הניגון של משה'לע", יעדער וויילע שטעלט זיך אפ דער בעל מספר און עמיצער פון די משוררים ווי פון א בת קול זינגט דעם ניגון, ביז ווען ביי די ענדע זינגען אלע צוזאמען מיט מונה'ס טראמפייטערס וועלעכע זענען מבלבל די עקסטאז כדרכו של מונה.

איך האב סיי די מעשה און סיי דעם ניגון קיינמאל נישט געהערט. אפשר איז דאס פון שלמה קארליבאך וואס פלעגט באקן מעשיות מיט ניגונים בבת אחת, און טאקע אויף דעם שטייגער.

יעדנפאלס, דער ניגון קען זיין א התלהבות'דיגער קומזיץ ניגון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר