ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן
וואלט איך געשוואוירן... אז איך בין בכלל נישט הונגעריג יעצט!
לע"ע פיהל איך ווי איך קען פאסטן נאך אפאר שעה אדער אפילו מער, נאו קידדינג!
און איך האב נאך נישט אויסגעפאסט!
איז עפעס נארמאל מיט מיר ???
איינער גלייבט מיר?
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איינער גלייבט מיר?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן
וואלט איך געשוואוירן... אז איך בין בכלל נישט הונגעריג יעצט!
לע"ע פיהל איך ווי איך קען פאסטן נאך אפאר שעה אדער אפילו מיר, נאו קידדינג!
און איך האב נאך נישט אויסגעפאסט!
איז עפעס נארמאל מיט מיר ???
איך טענה דאך שוין פון לאנג אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דיר... just kidding...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
זר זהב האט געשריבן:ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן
וואלט איך געשוואוירן... אז איך בין בכלל נישט הונגעריג יעצט!
לע"ע פיהל איך ווי איך קען פאסטן נאך אפאר שעה אדער אפילו מער, נאו קידדינג!
און איך האב נאך נישט אויסגעפאסט!
איז עפעס נארמאל מיט מיר ???
איך גלייב דיר, ווייל איך בין אויך אזוי.
עס איז ביי מיר אזוי ביי יעדן תענית. עס איז מיר די גרינגסטע זאך. אמאל האב איך געהאלטן אז דאס איז פשוט פסיכאלאגיש, ווייל איך פלעג ארבעטן אויף מיר אנצונעמען דעם תענית ווי א זאך וואס איך "איך האב ליב צו טון", מען עסט יעדן טאג אין יאר און כ'האב ליב די טויש אינעם רוטין אז איין טאג עסט מען נישט. (שרייט מיך נישט אן אז מען טאר עס נישט ליב האבן ווייל כ'וואלט עס מסתמא נישט אויסגעקליבן צו טון ווען נישט מען דארף, נאר אז מען טוט עס שוין, רעד איך מיך איין אז איך האב ליב די טריל דערפון. אבער אוודאי טו איך עס נאר צוליב די תקנה, און בכלל זאגט דער רמבם אז ס'נישט בעיקר דאס עצם פאסטן נאר דאס דערמאנט און איז געמאכט צו טון יענע טאג תשובה.)
למעשה האב איך אבער איינגעזען אז עס זענען דא מענטשן וואס פיזיש איז זיי דאס מוראדיג שווער. ווידער זענען דא אנדערע וואס פיזיש איז זיי דאס זייער גרינג (אפשר האט עס מיט די מעטאבליזם). אבער למעשה האלט איך נאך אלץ אז רוב מענטשן זענען ערגעץ אינדערצווישן, דאס הייסט עס איז זיי נישט אזוי שווער און נישט אזוי גרינג, אבער די שווערסטע טייל איז פסיכאלאגיש. זיי טראכטן א גאנצן צייט פון דעם פאקט אז זיי זענען הונגעריג, און דאס מאכט זיי הונגעריג. און דעם טייל טו איך אלץ אויסראטן און אזוי פאסט איך גאר גרינג. והא ראיה ביי יעדן אז עס איז אין גרויסן טייל אין קאפ נישט אין בויך, ווייל ווען דו ווערסט ביזי אדער אריינגעטון אין עפעס א ביכל וכדומה, ביסטו געווענליך בכלל נישט הונגעריג. אפילו נאך מעריב וועסטו פאר עפעס וואס איז דיר וויכטיג קענען ווארטן נאך א האלבע שעה, דעריבער איז א גרויסע חלק דערפון אז מען זאל נישט טראכטן יעדע מינוט אז מען איז הונגעריג, נאר אנשטאט זיך פרובירן איינרעדן אז "נע, איך בין בכלל נישט הונגעריג", אדער "איך וויל עס טון ווי אן עקסערסייז אויף מיין מאגן, ווי א "ריסטארט" יעדע שטיק צייט אויפ'ן סיסטעם", דאס וועט עס פיל גרינגער מאכן. עכ"פ אויף מיר (און אויף מיין פרוי וואס כ'האב אויך אריינטרענירט דערין) ארבעט עס אמחיה.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
שרגא דיין פוינט איז גאר גאר אמת! די פאקט אז "מ'גרייט" זיך צום תענית מאכט זייער אסאך שאדן. א פאני זאך האב איך געהאט דעם פארגאנגענעם י"ז תמוז, ס'מיר ארויס פון קאפ אז ס'גייט זיין א תענית, איך האב זיך נאר געכאפט צופריה (11:00) אז ס'איז א תענית טאג, און ס'מיר זייער גרינג געווען.
איך האלט אז ס'דא נאך איין זאך פארוואס איך פאסט גרינג. איך האב 40 איבעריגע פונטן אויף מיר אפשר העלפט דאס צו? איך שטיי קיין איין טאג נישט אויף הונגעריג צופרי אזוי ווי אלע דאאאאארע מענטשן וואס מוזן שוין לויפן צום רעפטל ברויט. איך קען אסאך מאל פאסטן ביז 3-4 (ווען איך שטיי אויף 11 דעט איז)