קרוב צו 80 נייע ספרי תורה פאר יוצאי צבא בישראל הי"ו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

קרוב צו 80 נייע ספרי תורה פאר יוצאי צבא בישראל הי"ו

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין די צייט וואס אידן אין גלות צערעמאניזירן יערליך - מיט מער אפגרעידטס און מארקעטינג סטראטעיגעס - די פטירה פון זייערע (עלטערן'ס) פארשטארבענעם רבי'ן, צו ס'איז באבוב, דעברעצין, סלונים, חוסט-צעהלים-פאפא, בעלזא סאטאמאר ספינקא (א ספעצילע קרעדיט פאר ר' אייזיק פארן איינפירן דרשות ביים קבר) [טאהש] סקולען, - האבן אידן אין אונזער צוגעזאגטע לאנד אפגעצייכענט א יאר פון די צוק-איתן געפאלענע קדושים שמסרו נפשם על קדושת ארץ ישראל ותושביה, 75 אין צאל. לכבוד נשמתם האט מען באנייט 75 נייע ספרי תורה ביים הארץ פון ארץ ישראל, די כותל המערבי. און מ'גייט זיי שפעיטער נוצען ביי די ארמיי בעיסעס יעדע שבת און בוהא בוהא
די מעמד איז באגלייט געווארן דורך די ראשי העדה, הן מצד הממשלה (מר בנימין ושרה נתניהו) והן מצד הרבנים שליט"א און די מלך החזנים שי אברמסן.
גאר התרגשות'דיג איז געווען ווען מ'האט ארויסגעברענגט א ספעציעלע ספר תורה וואס הרב שלמה גורן זצ"ל האט געהאלטן אין זיין ארעם ווען ער איז געקומען באזוכן דעם כותל גלייך ווען די גאולה האט זיך אנגעהויבן ביים ענדע פון די ניסימ'דיגע נצחון.
רוב ספרי תורה זענען געשריבן געווארן לויט די מסורה הנתונה לצאצאי ספרד, צוליב זייער קראנטשאפט אין מסורת התורה. און זענען באשיינד געווארן מיט גאר שיינע זילבערנע האלטערס און קרוינען.

קליפ'ס און בילדער
http://www.jdn.co.il/news/539206
http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=22087
https://www.youtube.com/watch?v=1N8KP3wCDJM
http://www.gruntig.net/2015/08/thousand ... .html#more
און נאך


פארוואס איך זאג דאס אייך? ווייל אין דער איד/בלאט/צייטונג/מאמענט/טריביון/דבר יום ביומו גוט וואך/שבת/מארגן וועט איר דאס נישט טרעפן באריכטעט
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

.
Under influence
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

א דאנק פארן באריכט, אינספירירענד..

אגב איך וואלט דאס נישט געליינט אין דעם אויסוואל פון חרדי'שע ליין מאטעריאל אפילו זיי וואלטן דאס יא באשריבן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צופעליג איז יא דא שטארקע טשענסעס אז א.ל. קעניג אדער ב. טויב זאלן שרייבן דערוועגן אינעם איד. כידוע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער: ווי קענסטו שרייבן אזאלכע דברי בלע ונאצה און זאכן וואס גרעניצט זיך מיט אפיקורסות און כפירה פונ'ם ערגסטן סארט. אונזערע הייליגע צייטונגען, די ארגאנען (נאך גוט אז ר'האט נישט געשריבן אן ענליכ'ן ווארט) פונ'ם אומאפהענגיקן יהדות החרדית וועלן קיינמאל נישט ארויפברענגען אויף זייערע ריינע לעפצן אזעלכע טמא'נע רייד, שבר על שבר. איינס אז די טמא'נע צה"ל די מרכבה הטמאה פון די פארשאלטענע ציונים, שר"י עפ"ל האבן רח"ל באנייט און ניצן ספרי תורה. און נאך ערגער פון דעם אז דער עוכר ישראל בנימן נתניהו שר"י איז אנוועזנד געווען ביי די צערעמאניעס, רח"ל מהאי דעתא. אונזערע הייליגע צייטונגען זענען פארנומען, איש על מחנהו ואיש על דגלו מיט באריכטן די דברי קדושה פון רבותינו הגאונים הקדושים שליטטא"אוא, וועלכע האבן אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו. אז די מתנחלים זענען רוצחים און די בעלי שלימות הארץ זענען עובר אויף התגרות באומות. זיי ווילן אנעקסירן גאנצע שטחים פון זייערע פרידליכע גויישע שכנים, מיט וועמען אונז האמיר אייביג געלעבט אין פרידן. זייערע גויי'טעס האבן גע'בעיביסיט' אונזערע הייליגע קינדערלעך. און אונז האמיר געהאנגען די וועש צו טריקענען אויף איין שטריק. ביז די פארשאלטענע רשעים די ציונים זענען געקומען און זיי האבן גורם געווען אז אונזערע וואוילע שכנים האבן אויסגעשח'טן א גאנצע שטאט מיט אידן. פאר אלע צרות זייט ששת ימי בראשית זענען די ציונים ימ"ש שולדיג. פאר'ן חורבן בית המקדש. פאר'ן עגל אין מדבר. פאר גזירת ת"ח ות"ט. פאר די צווייטע וועלט מלחמה און די שחיטה פון 6 מיליאן יודן, אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא. אונזער גוטער פריינט דער חשוב'ער פרעזידענט פון די מלכות של חסד איראן מאחמוד אכמאדיניזשאד ירום הודו האט אליינס געזאגט ביי ד האלאקאוסט דינייעל קאנפערענס (וואו אונזערע דעלעגאטן זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד) אז די גאנצע מעשה פון די האלאקאוסט איז א ציוניסטישע שקר. ער האט געזאגט אזוי, במתק לשונו הטהור....די ציונים זענען שולדיג וואס די נאציס האבן אויסגעהארג'ט די אידן. און צווייטנס. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין האלאקאוסט. ס'איז א ציוניסטישע שקר, כדי זיי זאללן קענען האבן אן אייגענע מדינה, וואס איז קעיגן די תורה...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]berlbalaguleh[/tag], ווי שטענדיג - האב איך מיך געקוילערט פון דיין שפראך...
איין זאך האסטו אויסגעלאזט: סענדער דער דייטש, און זכותו יגון עלינו...! :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag], ווי שטענדיג - האב איך מיך געקוילערט פון דיין שפראך...
איין זאך האסטו אויסגעלאזט: סענדער דער דייטש, און זכותו יגון עלינו...! :lol:

אדנירם: ייש"כ. אבער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, אויף עים קענמען זאגן ינוח בשלום על משכבו. ווייל ער האט שוין ב"ה א ממלא מקום. ער איז פונקט אזא דעמאגאג ווי ער. נאר ר'איז נישט אזוי אינטעליגענט ווי ער. הלא הוא הרב הצדיק הגאון הרב ש.ב. מרגליות. המכונה שמואל שלום טעללער. (ונהפוך הוא). ער שרייבט פונקטליך אזוי דעמאגאגיש און פאלש ווי זיין רבי האט געשריבן. נאר ער איז א ביסל מער באארינג ווי הרב סענדער דער...איז געווען. ווען ער שרייבט דריי שורות וועלכע וואלטן געקענט זיין אינטרעסאנט מאכט ער מיין בלאד פרעשור ארויפגיין פונקט אזוי שטארק. אה. שיער פארגעסן. ער האט נאך א חשוב'ן תפקיד. אזוי ווי ער רעדט זיך איין אז ר'איז אן היסטאריקער און ידען, איז ער אויך דער פערזענליכער יועץ פונ'ם רבי'ן מהר"א שליט"א. וואס מ'זאלל זאגן. און וויאזוי מ'זאלל עס זאגן. כדי צו מאכן דעם רושם אז מ'איז פונקטליך אזוי גרויס ווי דער פעטער זי"ע. (להוציא מליבן ...אז דער ברודער איז דער ריכטיגער קנאי). און מ'ווערט נישט נתפעל פון וואס די גאס זאגט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי ביזטו גערעכט, און כ'האב שוין אוועקגעגעבן א היבש ביסל טינט אין קאווע שטיבל [מכאן ואילך], ארונטערצורייסן דעם באנדיט טעלער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:אוי ביזטו גערעכט, און כ'האב שוין אוועקגעגעבן א היבש ביסל טינט אין קאווע שטיבל [מכאן ואילך], ארונטערצורייסן דעם באנדיט טעלער.

נאר באמת. ער איז אזוי באארינג, אז ווען איך קוק אויף די העדליין קען איך שוין רוב מאל פאראויסזאגן דעם סגנון פון זיין געשרייבעכץ. ער האלט אבער אז ער האט א וויכטיגן תפקיד. פאראויסצורוקן די היינטיגע סאטמאר'ע שיטה און אגענדא. און לויט דעם טוט ער א גוטן דזשאב. דער רבי שליט"א איז צופרידן פון איהם. אנישט וואלט ער שוין געפלויגן...! נאר איך קען כמעט נישט אדורכליינען קיין איינס פון זיינע ארטיקלען אינגאנצן. ווייל איך מוז עס אוועקווארפן גלייך ביים אנהייב. ער נוצט אזויפיל "קלישאות", אז מ' פיהלט ווי ער רעדט צו א קינדערגארטן קלאס...! אויב מיט נוצן די אלע אלטע אויסגעדראשענע סאטמאר'ע פראזן הייסט ער א ידען. דאמאלס קענמען איהם באטיטלען אלס א גאון...!
אליהו בחור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:14 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך אליהו בחור »

Coming from our very own resident cliché hatchery.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אליהו בחור האט געשריבן:Coming from our very own resident cliché hatchery.

To the Honorable Elijah the confirmed bachelor: I will take the cliches from our own resident hatchery any day over those that are coming from corrupted minds and poisoned, hate filled hearts that wish only ill to our own brethren and sisters in the precious, Holy Land that was inherited to us by Our Holy Father in Heaven. Amen...!
פארשפארט