רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
דא איז די פלאץ צו דערמאנען אן אנדערע ליטוואק וואס אונדז האב מיר דא געהאט א מאל - שוין לאנג נישט דא געווען- וואס מען דארף דערמאנען לשבח על אף וואס ער איז א ליטוואק האט ער אונדז נישט געבאדערט און זיך נישט אנגערופן יעדעס מאל ער געהאט עפעס אין בויך ווי ... יא שוין.. הלא הוא[tag]היימישער ליטוואק[/tag]
חברה געטס עים די האנט!
חברה געטס עים די האנט!
געוואלדיג האט געשריבן:דא האט ער מסביר געווען, לצערי פארשטיי איך איהם.חקרן האט געשריבן:
ווען איך האב געשריבן מיין אשכול איבער דעם ליעווער צדיק, האבן די חברי השטיבל שטארק הנאה געהאט דערפון און דאס רעספעקטפול דיסקאסירט וואס דארט האט זיך אפגעטאן, איז געקומען אונזער לוטוואק און אוועקגע'הרג'עט דעם אשכול מיט זיינע שרייבערייען, אויף אזוי ווייט אז יעדע מאל איך וויל שרייבן ווייטער אין דעם אשכול, האלט איך מיר צוריק זאגנדיג: "נעם איך טאקע אויף מיר די אחריות פון די ווערטער וואס וועלן דא דערנאך געשריבן ווערן דורך לוטוואק? - קען איך עס טון?" דאס איז די סיבה פארוואס איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט, די דברי זלות והבלים וואס איז דארט געשריבן געווארן אויפן הייליגן טשערנאבילער מגיד, אויפן הייליגן סאדיגורער און אויף נאך צדיקים, וואס ביז היינט שטייען זיי נאך דארט ווי א דארן אין מיינע אויגן, על אפי וחמתי, איך האב קיינמאל נישט געוואלט אז די שמועס זאל צוקומען צו אזעלכע רעלסן, און די חברי השטיבל האבן דאס פארשטאנען און רעספעקטירט.
דא קומט ווידעראמאל ארויף די נושא איבער ניקס.
אויב איינער, א נגע פגע, וואס כל הקהל הקודש שרייט ער זאל אויפהערן צו באברעווען וואו ער באלאנגט נישט, הערט זיך נישט צו צום דעת הרוב המובהק, דארף מען אים מעניש זיין כראוי עד כדי...
און איר זאלט נישט קיין טעות האבן. איך האלט גראדע זייער שטארק פון [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]. ער איז א ידען נפלא, א שטארקע לערנער, א בקי אין השקפה, א פעדער פון גאלד, און אסאך מאל אויך היבש הומאריסטיש. איך גלייך אים גראדע אפילו ביי זיינע אטאקעס אויף חסידים און זייערע רבי'ס, נאר צוליב זיין זאפטיגע שפראך.
עם כל זה שפתי לא אכלא, אז ס'רינט נישט ארויס פון מויל, נאר פון נאז, בבחינת 'עד אשר יצא מאפכם'. ער מאכט נערוועז און רעגט אויף כמעט יעדן איינעם. און דאס איז א זאך וואס דארף זיך אויפהערן סיי להנאת הציבור, און סיי להנאתו, ווייל ווען ער וועט אויפהערן מיט דעם וועלן אלע זיינע אנדערע געדאנקען און מאמרים סאך מער נתקבל ווערן. והוא ראוי לכתר מלוכה אין אנדערע נושאים כנ"ל.
הכלל, ווען טובת הציבור איז על הפרק, קען מען זיך נישט ערלויבן זיך וויסנדיג צו מאכן פון א יחיד וואס שרייט, און לכבוד דעם ליידן מיר אלע. כל שכן ווען לכבוד דעם פארלירן מיר אלע שיינע ארטיקלען בדוגמא פון [tag]חקרן[/tag] אין דעם אשכול. ולכן הייתי מציע להזהירו, ואין עונשין אלא א"כ מזהירין, וכו'... און נאכאמאל, כ'שרייב נישט מיט שנאה, נאר פארקערט, איך פערזענליך בין אים מעריץ [און דאס זעלביגע מיטן אנדערן חכם השלם וואס האט אויפגערעגט אסאך אידן אינעם טאהשן אשכול, הרב הגאון [tag]אויבערלענדער חכם[/tag]].
און ווי גייט נאר דער אויסגעדראשענער מליצה: ולמזהיר ולנזהר, שלומים תן כימי נהר...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
איך האב זייער ליב זיינע אטקעס אבער ווי מען האט שוין געזאגט אלעס האט א שיער פון פארדרייען יעדער אשכול
על כן וויל איך מציע זיין מען זאל עפענען אן אשכול ווי ער זאל דארט פארפירן אז ווער עס איז אינטערסירט (וגם אני בתוכם) זאל אהין גיין און הנאה האבן ושלום על ישראל (נישט די מתנגדים)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
על כן וויל איך מציע זיין מען זאל עפענען אן אשכול ווי ער זאל דארט פארפירן אז ווער עס איז אינטערסירט (וגם אני בתוכם) זאל אהין גיין און הנאה האבן ושלום על ישראל (נישט די מתנגדים)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
יהושע חיים האט געשריבן:איך האב זייער ליב זיינע אטקעס אבער ווי מען האט שוין געזאגט אלעס האט א שיער פון פארדרייען יעדער אשכול
על כן וויל איך מציע זיין מען זאל עפענען אן אשכול ווי ער זאל דארט פארפירן אז ווער עס איז אינטערסירט (וגם אני בתוכם) זאל אהין גיין און הנאה האבן ושלום על ישראל (נישט די מתנגדים)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
זיינע אטאקעס זענען געווען זייער זייער זיס ביז ס' האט זיך געהאנדעלט ווי ווייניגער פון צוויי שעה נאך טאשער רבי זי"ע פטירה האט ער זיך גענימען צימבלען ס'זייער נישט אין פלאץ געווען
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
שטעל זיך פאר! אן אשכול וועגען דער ליעווער ווערט פארוואנדעלט אין א אשכול וועגען מיר.
קוקסט גוט נאך. איך האב אייביג קמח טחינא טחנית, קיינמאל נישט דער ערשטע פארדרייער. נאר איך גיב טאקע נישט אויף מיט אסאך אומפאפולערע מיינונגען.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
איך האלט אז ליטוואק איז נישט געווען די גרעסטע פראבלעם דא, ער איז דאך א ליטוואק. אבער ס'איז געווען אפאר אנדערע חברה, לכה"פ צוויי נקים וואס האבן אנגעפאנגען, און זיי האבן דא אנגעבראכן זייערע בויך ווייטאג, און פארמיאוס'ט דאס אשכול אז ס'איז געווארן אן עקל אריינצוקומען.
ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים...!!!
ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים...!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
צוריק צום קעפל פונעם אשכול, איז נאך דא א טשענס אז די קומענדיגע קאפיטלען וועלען ווערן אראפגעשילדערט עני טיים סאון? אויב יא ביזטו מחיה א געוואלד מיט יודישע קינדער!, און אויב נישט, דאנק איך דיר פאר די ארבעט ביז אהער, און מעמער ווארטן ביז א צווייטער וועט איבער נעמען די לייצעס און פארציילן וואס האט האט דארט ווייטער פאסירט.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
אבער @חקרן לכה״פ לאז אונז וויסן, אז מיר זאלן נישט דארפן ווארטן מיטן צונג אינדרויסן
יישר כח פון פראנויס
א איד
יישר כח פון פראנויס
א איד
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
פרישע פארזעצונג
איך וועל מקיים זיין מוצא פי, און ממשיך זיין אצינד מיט אונזער געשיכטע. וויבאלד עס איז אריבער עטליכע חדשים פון די פריעדיגע פארזעצונג, וועל איך בלויז דערמאנען די ליינער וואו מיר האבן געהאלטן ביים לעצטן פארזעצונג.
דער מצב פונעם רבי'ן ווערט וואס אמאל ערגער און ערגער, בשעת פון איין זייט סטראשעט ער מיטן אריבערגיין צום קריסטנהום אויב מען וועט אים נישט איבערלאזן, און פון די אנדערע זייט איז ער געווארן שטארק דעפרעסט פון זיין ברודער'ס פטירה (אויף אזוי ווייט אז לויט איין גירסא האט ער פרייטאג-צו-נאכטס ביי קידוש אויסגעגאסן די וויין און אראפגעווארפן דעם בעכער). ווידער פון די אנדערע זייט לעבט דער רבי אין חשדות אויף אלע זיינע ארומיגע, ער איז חושד אז מען וויל אים פאר'סמ'ען אדער שעדיגן... די גבאים מיט די רביצין האבן ענדערש געוואלט ראטעווען דעם כבוד פון דעם הויף, ווי דער געזונט פונעם רבי'ן גופא.
די גבאים מיט די רביצין האבן דאן מטכס עצה געווען, און מיט די הילף פונעם רבי'נס נאנסטער מענטש – דער דאקטער אלמוגן פון ליעווי, וועמען מען האט אונטערגעשמירט אז ער זאל מיטארבעטן מיטן הויף – האט מען ארויסגענארט דעם רבי'ן אויסער די שטאט, וואו ער האט געשמאק פארברענגט מיטן דאקטער, בשעת דער דאקטער גיבט אים צו טרינקען אן איינשלעפערונגס געטראנק, פון וואס דער רבי פאלט אריין אין א טיפן שלאף.
גראד דאן קומען די גבאים אן, מען בינדט צו דעם רבי'ן און אינאיינעם מיט די רביצין לאזט מען זיך ארויס אין וועג.
א פארכאפונג אויפן רבי'ן!
אצינד ליינט ווייטער
די געשיכטע מיט די פארכאפונג האט זיך אפגעשפילט אויף א מאנטאג, כ"א טבת, עטליכע וואכן נאך חנוכה פון יאר תרכ"ט לפ"ק. יענעם פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אינאיינעם מיטן פארשלאפענעם רבי'ן, עס האט אבער גענומען מער פון צוויי טעג, ביז מען איז אנגעקומען צום גרעניץ קיין אוסטריה, וואו מען האט געזאלט ברענגען דעם רבי'ן קיין סאדיגורא.
וואס האט גענומען אזוי לאנג ביזן אנקומען צום גרעניץ?
ווי נאר מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, נאך אינעם זעלבן טאג, בשעת דער רבי איז נאך געשלאפן און געפירט געווארן אויף די וועגן צום גרעניץ, איז די נייעס ארויסגערינען אויף די גאס און די חסידים האבן שוין געוויסט אז מען האט פארכאפט דעם רבי'ן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע און פון דארט ביז די פאליציי און באעערדע איז דער וועג זייער נאנט. די גוי'אישע צייטונגען האבן גראד אנגעהויבן צו העצן, אז מען האט פארכאפט די ראבינער וויבאלד ער וויל זיך שמד'ן, און די חסידים לאזן אים נישט...
עס איז געווארן א ויצעקו און א סענזאציע אין די גאנצע געגנט. אלע האבן געפאדערט צו וויסן "וואו געפינט זיך דער ראבינער?" – א זאך וואס קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין תשובה. די צייטונגען וואס ווערן צוטירט אין פארשידענע מקורות, ליינען זיך זייער שרעקליך, מעלדנדיג איבער א קידנעפינג, א מענטש פארכאפונג און גניבה. א תקופה נאך די פאסירונג, האבן זיך די צייטונגען נאכנישט געקענט אריאנטירן און כסדר געשריבן איבער די דאזיגע פאסירונג מיט גרויס אויפברויז און פארריבל אז אזאנס האט פאסירט.
צווישן די גוי'אישע בעאמטע איז מען אויך נישט געשלאפן. נאך אינעם זעלבן מאנטאג פון די פארכאפונג, האט דער פאליציי הויפט "פרעפעקט" - וואס ליאווי האט זיך געפינען אונטער זיין אויפזוכט – געשיקט א טעלעגראם צום אינערן מיניסטער "מייהיל קאגאלניציאנא", אז די אידן ווילן אפהאלטן דעם ראבינער פון זיך טויפן און דעריבער האט מען אים פארכאפט. דער פאליציי הויפט האט געוויסט צו דערציילן זייערע פלענער, אריבערצופירן דעם ראבינער דורכ'ן טייך, קיין יאסי, און פון דארט אריבערגיין דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דער אינערן מיניסטער האט נישט פארשווענדעט קיין צייט און תיכף געלאזט וויסן די אינפארמאציע פאר די פאליציי אין יאסי, באפעלנדיג אז מען זאל גראד ארעסטירן די פארברעכער און זיי ברענגען צו גערעכטיגטקייט.
עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג, וואס פלעגט זיך קאנטערטרירן אויף געזעץ און געריכט, דער בריוו אויסטויש צווישן דעם אינערן מיניסטער און די פאליציי שעף פון יאסי. דארט איז פאבליצירט אן ענטפער וואס די פאליציי הויפט פון יאסי האט צוריקגעשיקט פארן אינערן מיניסטער, נעמליך אז ער האט שוין באקומען די אינפארמאציע איבער דאס פארכאפונג שוין פון פריער און אז דער רבי איז שוין אנגעקומען קיין יאסי, נאר וויסנדיג אז מען זוכט זיי, זענען זיי אנטלאפן אינמיטן נאכט קיין בוטשאן.
אינעם זעלבן צייטונג איז פאראן א בריוו פון די פאליציי פון בוטשאן, וואו זיי מעלדן אז מען האט פארשטערקערט די זוך אקציע נאכן רבי'ן און אז לויט זייער אינפארמאציע איז דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...). עס איז אויך פאראן א בריוו פון די פאליציי פון פאלטישאן, אז ער וועט פארזיכערן אז קיינער וועט נישט אריבערגיין דעם גרעניץ דורך זיין גלילות.
צווישן די בריוו פון די רעגירונגס איינגעשטעלטע, ווערט אויך אויפברענגט דעם חשד אז מעגליך אז מען האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן. זיי האבן שוין געהאט די אינפארמאציע אז דער רבי געפינט זיך שוין אין באקאווינע, אבער האבן אויך געוויסט אז דער רבי איז נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דעריבער האט מען זיך קאנצטערטריט בעיקר אויף יענעם ראיאן.
עס דארף באמערקט ווערן, אז אין אלע בריוו ווערט כסדר דערמאנט דעם פאקט, אז דער רבי איז פארכאפט געווארן מיטן ציל, אים נישט צו דערלאזן זיך טויפן און אריבערגיין צום קריסטהום. דאס ווייזט ווי אומקראנט די אמאליגע נייעס זענען געווען, בשעת היינט איז קלאר אז דער ליעווער האט אזעלכע מחשבות קיינמאל נישט געהאט. אדרבה, נאכדעם וואס ער איז באפרייעט געווארן און האט געהאט די געלעגנהייט צו טון וואס ער האט געוואלט, איז אים קיינמאל נישט אויפגעקומען אויף די געדאנק זיך צו שמד'ן, טראצדעם וואס אנדערע האבן געלייגט פיל האפענונגען דערויף. עס ווייזט נאר דערויף, אז די שמועות אין גאס האבן אזוי געלויטעט, דאס איז געווען וואס די קריסטן האבן פראבירט צו פראפעגאנדירן און דאס איז געווען די מעגליכע אפיציעלע תירוץ פון די גבאים מיט די רביצין.
במשך פון די צוויי טעג, פון מאנטאג, כ"א טבת תרכ"ט, ביז די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, האט דער גאנצער געגנט געקאכט ווי א קאך לעפל, אלע האבן געוואלט וויסן וואו דער רבי איז און וואס עס האט פאסירט מיט אים. אויך די רעגירונג בעאמטע האבן געארבעט פיבערהאפטיג אפצושטעלן דעם סקאנדאל און אפירזוכן דעם רבי'ן אים צו באפרייען.
עס זענען אפילו פארגעקומען ארעסטן אויף מענטשן וועמען מען האט פארדעכטיגט אין האבן א פארבינדונג מיט דעם סקאנדאל. צווישן אנדערע זענען ארעסטירט געווארן: ניסטאר וועקסלער פון ליעווע – דער אויפזעער אויפן הויף; מרגליס סימון רייזנער פון יאסי; חיים לייב דיימאנט פון בוטשאן – ביי וועמען מען האט געפינען אן ערלויבעניש אריבערצופירן דעם רבי'ן דעם גרעניץ, וויבאלד ער איז זייער קראנק; מארקא (מאיר) פיינסער – דער מעיאר פון ליעווע; נפתלי רעטשער פון בראטשקאוויץ און לייב הערמאן פון קאהאל – ביי וועמען מען האט געפינען דאקיומענטירטע פלענער ווי אזוי צו פארכאפן דעם רבי'ן מיט געוואלד. לויט ווי עס קוקט אויס, זענען געווען פארמישט הויכראנגיקע פערזאנען, ביי וועמען מען האט געשמירט מיט שוחד, אז זיי זאלן מיטארבעטן מיט די פלענער.
די דאזיגע אידן, ווי אויך פילע אנדערע וועמען מען האט ארעסטירט, האט מען גענומען אויף אויספארשונג און פראבירט צו דערגיין ביי זיי וואו אצינד דער רבי געפינט זיך. פון דארט האבן די בעאמטע גענאשט זייער אינפארמאציע, וואס זיי האבן געשריבן אויף די אויבנדערמאנטע בריוו. עס איז געווען א רעדע אז מען האט מעגליך גע'הרג'עט דעם רבי'ן, נאכן זען אז מען זוכט אים ארום.
טראץ די אלע זוכערייען און איבערקערענישן, האט מען נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויפן רבי'ן מיט זיינע פארכאפער. גאנצע צוויי טעג האט זיך די שירה געוואגלט אויף וועגן און שטעגן, באהאלטן פון די זוכנדע אויגן פון געזעץ, בשעת דער רבי געפינט זיך אונטער די אויפזוכט פון זיינע גבאים מיט די רביצין.
וואס עס איז אלס פארגעקומען מיטן רבי'ן אין די דאזיגע צוויי טעג, איז נישט קלאר. ר' בערניו זעלבסט האט דערציילט שפעטער פאר די משכילים אין טשערנאביץ, אז אינמיטן וועג האט ער זיך אויפגעכאפט פון שלאף, און כאפנדיג וואס עס קומט דא פאר, האט ער זיך גענומען שרייען פאר הילף און אלס רעזולטאט דערפון האבן אים די גבאים פראבירט צו הרג'ענען. אנדערע ווערסיעס זענען פאראן, אז ווען ער האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף, האט די רביצין שיינדל אנגעהויבן צו וויינען און פרעגן פון איר מאן, פארוואס ער מאכט איר אן אזעלכע בושות און פארוואס דאס אלעס קומט זיך איר.
במשך פונעם וועג, האבנדיג א חשד אז מען איז אויף זייערע שפירן, האט מען פארשטעלט דעם רבי'ן ווי א פרוי, און אזוי איז מען ווייטער געפארן (פרעגט מיר נישט וואס מען האט געטאן מיט זיין בארד...). אין אן אנדערן פאל האט מען באהאלטן דעם רבי'ן אין א פאסט וואגאן, וואו מען פירט פאסט פון איין ארט צום צווייטן. אזוי האט מען ארומגעפירט דעם רבי'ן, ביז מען האט געקענט שווערצן דעם גרעניץ.
אין די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, איז ענדליך געלונגען פאר די פמליא אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, אונטער די אויגן פון די וועכטער, און די רבי איז געפירט געווארן דורך די גבאים קיין אוסטריע. דערווייל האט מען פון גארנישט געוויסט און מען האט ממשיך געווען צו זוכן דעם רבי'ן מיט זיינע פארכאפער.
הערשט א טאג שפעטער, איז ארעסטירט געווארן א אידישער בעל-עגלה מיטן לעגאלן נאמען 'יאסיף סין לייב' (יוסף בן לייב). ער האט דערציילט פאר די אויספארשער, אז נעכטן ביינאכט האט דער ראבינער געשווערצט דעם גרעניץ דורך מיהיילן. מען האט תיכף געלאזט מעלדן דערפון דעם אינערן מיניסטער, וועלכער האט גענומען די געשיכטע זייער פערזענליך און איז געשטאנען אין שפיץ פון די זוכערייען. ער איז געווארן אויסער זיך פון כעס אז אזאנס האט געקענט פארקומען. אין א בריוו וואס ער האט דאן געשריבן, דערמאנט ער אז די פאליציי פון בוטשאן האבן זיך אויפגעפירט ריכטיג, בשעת זיי האבן פארשטערקערט די וואך אין זייער גרעניץ, אבער די גרעניץ וועכטער פון מיהיילן זענען דורכגעפאלן און מען דארף זיי באשטראפן. עס איז דאן פארגעקומען אן אויספארשונג איבער די אקטיוויטעטן פון די וועכטער ביים גרעניץ אין מיהיילן. דער אינערן מיניסטער האט זיך נישט אפגעשטעלט דערמיט, ער האט נאך ווייטער פארארבעט מעשים, דורך דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אוסטריע, אז מען זאל צוריקשיקן דעם ראבינער אויף אויספארשונגען.
פרייטאג פארטאגס, כ"ה טבת תרכ"ט לפ"ק, איז דער ליעווער רבי אנגעקומען מיט די גבאים און רביצין שיינדל צום הויף פון זיין ברודער – דעם זעלבן הויף וואו זיי פאטער האט דארט געפירט ביד רמה. אצינד איז ער אנגעקומען צו דעם הויף ווי אן ארעסטאנט, געצווינגענערהייט.
מען האט דעם ליעווער רבי'ן אריינגענומען אין א צימער און אים פארשפארט!
פארזעצונג קומט אי"ה

- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
הערליכער thread. איך האב מיך באלעקט די פינגער.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.