ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך פיל מיך ווי דזאו ביידען איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
כ'זעה טאקע האסט דיך שוין פאררעדט.
Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך פיל מיך ווי דזאו ביידען איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
ישמעאל הכהן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
נאך איינמאל דו מאכסט מיר משוגע איך זאל צוריקומען וועל איך דיר עוקר זיין עד החרמה קריך אראפ!
פלעין יודיש האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
נאך איינמאל דו מאכסט מיר משוגע איך זאל צוריקומען וועל איך דיר עוקר זיין עד החרמה קריך אראפ!
דעי תגובה'לע איז אזוי פאשוועמט געווארן צווישען די העצרייען און שעלטעריי פונעם אמעריקאנעם קעניג
אבער אזא אישי וואס ישמעאל האט באקימען וואלט נישט געמעגט ווערן אנידערגעשטיפט אינטערן קארפעט
דערפאר ברענג איך עס נאכאמאל
שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.
איך בין זיכער אז מען האט אייך ווארעם אויפגענומען דא אין שטיבל, דא איז באמת א געשמאקע פלאץ וואו מען קען פארברענגען איבער אלעס און אלעמען, איך האף אז איר וועט הנאה האבן דא.
דא דרייען זיך מענטשן פון אלע סארט, פון אלע עלטערס, דער צד השוה אויף דעם ארט איז, אז דא איז מען נישט בודק די ציצית ביי קיינעם, צומאל וועסטו זען מענטשן שרייבן זאכן, וואס אין אנדערע ערטער וואלט מען יענעם פארמעקט אדער אויסגעשפארט, דער עולם האט דא גאר א ברייטער השקפה אין אידישקייט און מען קען פארנעמען אלע סארט מיינונגען. עס זענען פאראן מענטשן וואס קענען דאס נישט סובל זיין און קוקן דאס אן אלס כפירה א.ד.ג. די דאזיגע גייען אוועק פון דא און טרעפן אנדערע פלעצער. עס איז פאראן א קאנקערענץ צו דעם פלאץ, וואו דארט שרייבט מען מער חסידי'שער און עס איז אונטער א שטערקערע צענזור.
עס איז אויך דא א באהאלטענע פארום, וואס נישט יעדער קען דאס זען, דאס רופט זיך 'מאחורי הפרגוד'. דארט ווערט ארומגערעדט באהאלטענע זאכן, פון אונטער די דאכענע... דברים שבין איש לאשתו און אנדערע פריוואטע באהאלטענע ענינים, שאין דורשין בפחות משלשה, וד"ל, וואס איז כולל נייעס, ידיעות, סתם זיך דורכצושמועסן פריוואטע פראבלעמען און פארשידענע אינטערעסאנטע אינפארמאציע. וויבאלד עס איז פארמאכט, שפירט זיך דער עולם זיכער צו דעבאטירן זאכן וואס מען שעמט זיך צו דעבאטירן אין בית-המדרש. אנצוקומען אהין דארף מען זיין אן אקטיווער מעמבער, שרייבן כסדר אויף דעם ארט און מען קען נישט אנגענומען ווערן איידער מען שרייבט 75 זאכליכע תגובות.
פרויען זענען אויך פאראן דא, כאטש עס איז פאראן ווייניג און אפילו די וואס יא זענען זייער ווייניג אקטיוו, אבער זיי זענען דא. עס זענען אויך דא בחורים וואס שרייבן דא. עס זענען אויך פאראן דא א היבשע פאר ישראלים פון ארץ-ישראל, הגם דער רוב רובם פונעם ציבור דא זענען אמעריקאנער. איך זעלבסט האט געלערנט אין ישראל דריי יאר, און איך חלש צוריקצופארן וואוינען דארט, איך האב פלענער דאס אויסצופירן, איך ווייס נאכנישט וואו עס איז דער ריכטיגער פלאץ פאר מיר צו גיין.
אויב דו האסט שאלות קענסטו מיר אלעמאל פרעגן, איך וועל באמת הנאה האבן דיר צו ענטפערן.