לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט
דער חזון איש האט געשטופט אז מזאל לערנען די סוגיות אויף א דרך פון הלכה למעשה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט
יא יא. ער האט געוואלט אז מ'זאל לערנען אויפ'ן אלט'ן שטייגער, אז דער סוגיא און איהר דיונים זאלען זיין צוזאמען מיט'ן הלכה למעשה, נישט אפגעטיילט אזוי ווי היינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט
אבער דער חזון איש האט קיינמאל נישט געלערנט אין קיין ישיבה און האט נישט געהאט איינגעלייגט מיטן עולם הישיבות , אבער דער ישיבה׳שער סיסטעם וואס כבין משער האט זיך אנגעהויבען ביי ר׳ חיים בריסקער ותלמידיו האבן קיינמאל נישט געלערנט מיט דעם אלטן מהלך.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער אפשיידען הלכה מיט די סוגיא איז געשען אויף צוויי אופנים. אין ליטווישע ישיבות היינט צו טאג'ס שטעלט מען זיך אפ זייער פרי, אבער די יסודות וואס מ'לערנט יא זענען ריכטיג, נאר מ'איז נישט ממשיך ווייטער ביז'ן סוף, בלייבט עס לקה בחסר. אבער אין די חבורות און קרייזען וואס לערנען 'הלכה למעשה', פעלט אין די סאמע יסודות פון די הלכה. אין די חבורות אין לעיקוואוד ווי מ'לערנט 'הלכה', בלייבט עס פארקרומט און הינקעדיג, ווייל דער סוגיא פעלט זיי אסאך. אפשר ביי תלמידי ר' חיים בריסקער האט מען איינגעפיהרט דער לערנען א סוגיא מיט'ן למדות, אבער דער זיך אפשטעלען דארט איז מטעם די תלמידים. זיי וואלטען געדארפט זוכען צו גייען ווייטער אין לערנען ביז צו די פוסקים. כ"ז ס'איז געווען אזא פאסטען אין די וועלט וואס הייסט א רב וואס דארף פסקנ'ען א שאלה גרונטליך, האט מען געהא צו וואס זיך צו שטרעבען, און מ'האט אליינס צוגעלייגט וואס האט אויסגעפעלט. היינט וואס אזא שטעלער איז נישט דא. מ'מעג נאר נאכזאגען פון הרב אלישיב און הרב קרליץ, נישט האבענדיג קיין גאנג אין א הלכה אדער א סוגיא, ממילא דארף א בחור צו א יונגערמאן אדער גייען אין שפאן, אדער זיין אן אויסנאמליכער אויבערחכם זיך צו טרעפען א גאנץ אייגענער וועג אן די שטיצע פון ארום. אביסל איז נאך דא אין לעיקוואוד א שטיצע צו דער מענטש, אבער נישט אזוי ווי דער סביבה וואס גיבט אפ פאר א 'פוסק צדק' א פאסטען מיט געלט און דער כבוד פון אונטעשטער שכבה פונ'ם סביבה וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון.
ס'איז א געפערליכער ווייטאג און גרויסע תלמידי חכמים זענען זיך שטארק מתמרמר דערויף, אבער דער גייסט איז אזוי.
ס'איז א געפערליכער ווייטאג און גרויסע תלמידי חכמים זענען זיך שטארק מתמרמר דערויף, אבער דער גייסט איז אזוי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
דו רעדסט כאילו די לומדות וואס מלערנט היינט צוטאגס אין די ליטווישע ישיבות איז די אנהייב פונ'ם עיון און די הלכה חלק איז די סוף פון די זאך , ס'שווער צו רעדן אזוי אהן ברענגען דגמאות , אבער לדעתי איז עס נישט אנהייב און סוף , סאיז וואו די עיון איז קאנצעטרירט און געצילט אויב בשעת'ן מעיין זיין אין א סוגיא איז מען געצילט צו ארויסנעמען די חלק ההלכה וועט די עיון אויך פארן אויף דעם מהלך , מוועט זיך בעיקר שטעלן אויף די חלק ההלכה און אויף די שיטות וואס מנעמט אהן אין הלכה , וראי' לדברי מוועט זיך ענדעשער שטעאלן אויף א רשב"א ווי אויף א טור ב"י .
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין נאר אז זיי זענען נישט די מוצלחים פונ'ם ליטווישען חדר, וואס האבען ארויסגענומען פונ'ם זיין אין ישיבה און כולל אז מ'דארף לערנען פסק. פונקט ווי אין לעיקוואוד האבען זיי געפיהלט א צורך צו זוכען אין דער פרעמד. פון דעם אליינס אז הרב פאלק איז געלויפען קיין מאנשעסטער ווען ער האט געהאט אין שטאט א ריז פון א גאון, אויפ'ן אלטמאדישע שטייגער פון א למדן און א פוסק איז אליינס דער ראיה.
געזוכט אויף אוצר החכמה תשובות פונעם ארטיגן רב (גראדע דא זייער ווייניג), איך זעה נישט מיט וואס ער איז דווקא אנדערש פונעם מנחת יצחק וחשב האפוד.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: לאמיר שמועסן אינדרויסן פאר א מינוט
דאס איז ווייל ער האט בשיטה נישט געוואלט דרוקען קיין תשובות. 'מ'קוקט אין די לעצטע צוויי שורות צו קענען די מסקנא, און מ'פסקנ'ט דערפון אן קענען די סוגיא!' אבער קוק אין זיין ספר 'ברכת יו''ט' וועסטו זען אז ער האט געלערנט סוגיות און סברות נישט ווייניגער ווי א ראש ישיבה. איך האב תח''י די גליונות פון זיין ש''ס. אויף פרק מרובה האט ער באזונדער א סאך געשריבען, און איבערהויפט אויף די לאנגע טומאה טהרה תוספות'ן. איך האב אויך ביי מיר זיין פריוואטע העפטע'ס, און איינער פון זיי איז געווען פאר'ן אפשרייבען די שאלות וואס זענען געקומען אויף זיין טיש וואס ער האט געמוזט מעיין זיין. מ'זעט אין די אלע זאכען זיין צוגאנג אויפ'ן אלט'ן שטייגער. ווען ער וואלט אויפגעגעבען די רבנות וואלט ער לייכטעהייט געקענט צוריק ווערען א ראש ישיבה, ווייל זיין הלכה לערנען איז געווען א המשך פון זיין סוגיא לערנען, נישט קיין באזונדערע זאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ערקלערונג: איך האב נישט די כתבים, איך האב געקראגען קאפי"ס פון די משפחה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ריכטיג האט געשריבן:לגופו של ויכוח, איך זאג דיר נישט אויב איך בין א דיין אבער א תלמיד ותיק בין איך יא און איך מעג ארויפברענגען א סברא לויט ווי איך פארשטיי, מען דארף נישט זיין קיין דיין דערפאר כל זמן מען פסק'נט נישט, דו קענסט דיך דינגען אויב דו פארשטייסט אנדערש,
אויב איינער האט וואס מעיר צו זיין אויף די ווערטער יתקבלו הדברים ברצון.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל