איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי! איך דארף חיזוק, איך קען זיך נישט צוזאם נעמען, מיין הארץ צאפעלט פון ווייטאג, קוים נעכטען האב איך באקומען א ידיעה פון מיינ'ס א חבר, אז אונזער'ס א נאנטער ידיד האט א טאכטער וואס האט חתונה געהאט אינטער א יאר צוריק, זי איז נאך אין שנה ראשונה, און ב"ה זי האלט שוין יעצט ביים ניינטע חודש, אלטץ איז לעבעדיג און פריילעך, אבער זי שטייט אויף איין צופרי, און טרעפט א קליין צעטעלע אויפן בעט, וואס האט איר צושאסן און צעפיצעלט אויף קליינע ברעקלעך, עס איז געשטאנען דארט בערך כהאי לישנא: טייערע __' ___ איך דאנק דיר זייער שטארק אויף דיין געטריישאפט צו מיר און אלע גוטס וואס די האסט געטון וכו. איך קען מער נישט פירן א double life, איך בעט דיר, זיך מיך נישט, ווייל די גייסט מיר סייווי נישט טרעפן!!!... געוואלד און געשריגן, זי קען דאך מפיל זיין דאס קינד פון צער, איך האלט עס נישט אויס, נעבעך א אינגע פרוי וואס האט דורך געמאכט די אלע שוועריגקייטן פון די 'פראסעס' ביז אהער, אלטץ זיך צו קענען פרייען שפעטער און האלדזן איר נייע בעיבי, און דא שטייט זי נעבעך פארן דעליווערן דאס קינד, און איר רוקן ביין האט איר פארלאזט אן עגונה עלענד אויפן געבורטס שטוהל.

און דאס איז נאך נישט אלעס, איך בין נאך נישט בארואיגט פון די שאקירענדע פאסירונג, און מיין צוציפטע הערצעלע איז פריש צוגראדזשעט, אוי טאטע.

היינט זאגט מיר מיין ווייב אינגאנצן היסטעריש, אז די חתונה וואס אונז האב מיר און צוויי וואכן פון יעצט, איז א פארגאנגענהייט... אויס שידוך, ניט דא גארניט, אז די שכינה וויינט ווען מען גט זיך, וויינט זי מן הסתם יעצט אויך, און איך בין נאך מער צובראכן און אזא פאל, אפי' מער ווי א גט, רבוש"ע, פארוואס פארוואס, און ווי צו לייגן שטיין זאלץ אויף מיינע אפענע שניטן, עפען איך די פאסט היינט ביי סאפער, און יא, עס איז דא אן אינוועטעישן צו אט די חתונה... דאס מיינט אז מען האט געבראכן די קאנטראקט שוין נאכן ארום שיקן די אינוועטעישנס צום גאנצן שטאט, שרעקליך שרעקליך.

רבותי, איך בין אנגעוואנדן און א דאסידזש פון חיזוק, געפיל, סימפאטיע, איך קען קוים צו זיך קומען פון די שוידערליכע פאסירונגען, ממש שבר על שבר כפשוטו, א בראך אויף א בראך.

אוי באשעפער עד מתי!
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

חיזוק

שליחה דורך אהבת ישראל »

דאס ווייבל דארף בלויז דאנקען השי"ת אז ביים ערשטען קינד האט ער זיך בארעכענט צי מודה זיין אין ענדיגען מיט אים ..בדרך כלל געשענט דאס ווען מען האט שוין עטליכע קינדער אין זיי פראבירען נאך מיטשלעפען וואס מער קינדער עיין ערך פערסטר וכדומה ....אזוי אז זי וועט אי"ה טרעפען שענערס אין בעסערס ...פין דעם אפגעפליקטען אפיקורוס וואס האט איר אפגעלאזט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קומסט עפעס נישט אריין גענוג קלאר. פונעם בריוול וואס ער האט איבערגעלאזט קוקט אויס אז ער איז נישט ברוגז אויף איר און נאכדעם שרייבסטי רז זי איז אן עגונה. פארוואס זאל ער נישט ווילן געבן א גט?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אוי געוואלד, דאס רייסט ביים הארץ, און איך מוז דיר איבער בעהטן, איך קען דיר נישט בארוהיגן, דיר נישט טרייסטן, דיר נישט מחזק זיין, נאר מיט וויינען מיט דיר אויף צרות ישראל, און השי"ת זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אונז וואס פריער, ווי דער ר"ר בונים האט זיך אויסגע'טענה'ט מיטן נורא עלילה, לייז אונז אויס ווי אידן ווי איידער אלס גוים חלילה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

די מעשה כאפט א פחד, דאס הארץ רייסט, און מיר קענען דיר נישט טרייסטען, עס איז א ביטערע אומגליק אזוי איבערצולאזען דאס ווייבעל פארן האבן דאס קינד

עס איז נאר צום האפן אז ער וועט קומען צום שכל אין זיך צוריק קערען
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

שמעון וואלף האט געשריבן:קומסט עפעס נישט אריין גענוג קלאר. פונעם בריוול וואס ער האט איבערגעלאזט קוקט אויס אז ער איז נישט ברוגז אויף איר און נאכדעם שרייבסטי רז זי איז אן עגונה. פארוואס זאל ער נישט ווילן געבן א גט?


ער'ז פשוט אין las vegas אן בארד אין פיאות.

נ.ב. ווי זאגט סקולענע רבי..... אבער דער שאפראנע רב זאגט....וד"ל
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קען מען דען נישט טרעפן עמיצער זאל אפנעמען א גט פון אים אין וועגעס? סאמטינג איז מיסינג היר.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

She deserves credit for not going along with him. A different woman would go along. Since it's very hard to stay a agunah. פערסער יוכיח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אויב זיצט ער אין וועיגאס מיינט לכאורה אז ער האט א געמבלינג פראבלעם. נו ברויך מען האפן אז די קרעדיט וועט אים אויסלויפן, און ער וועט זיין אינדערהיים צום נאמען געבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט צו ער האט איר געגעבן די ברירה מיט צו קומען מיט אים.

[tag]שמעון וואלף[/tag] עס מיז נישט זיין מער קאמפלעצירט ווי עס איז, אפי' ער האט איר באדאנקט, מיינט נישט אז ער האט אנגעגרייט א גט פאר איר צוזאמען מיטן סטיקער נאוט, און דאס אז ער שרייבט איר זיך מיך נישט, מיינט אז אויף דערווייל איז זי ווי אן עגונה.

יעצט זע איך דא אז מען ווייסט שוין ווי ער איז ב"ה, און דאס איז שוין א שטיקל ישועה.
ב מ.
[tag]יואליש[/tag] עס גייט זיין א ברית מיט שטאקיגע פארענטשעס, ווייל ער איז א רביש אייניקל.
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: [tag]יואליש[/tag] עס גייט זיין א ברית מיט שטאקיגע פארענטשעס, ווייל ער איז א רביש אייניקל.

מבקר האט געשריבן:נ.ב. ווי זאגט סקולענע רבי..... אבער דער שאפראנע רב זאגט....וד"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא יא, כ'קען אויך גוט די מעשה פון די נאנט [כ'קען נישט מרחיב זיין אלס גילוי], און פונקט ווי דער געוואגטער יונגעל זאגט, ער האט איר איבערגעלאזט א צעטל אז ער האט גארנישט אנטקעגן איר, אבער ער קען נישט אויסהאלטן דעם סיסטעם, און ער איז טאקע אפגעפארן קיין וועגאס איר איבערלאזנדיג אן קיין גט לעת עתה.

צו מאכן די זאך זאפטיגער:
מבקר האט געשריבן:ער'ז פשוט אין las vegas אן בארד אין פיאות.
נ.ב. ווי זאגט סקולענע רבי.....
ער איז אפיציעל געווען א סקולענער ויותר מזה, וד"ל [אפשר דאס האט מבקר געמיינט מרמז צו זיין].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט אפילו איבער געלאזט זיין נומבער שרייבענדיג אז מ'קען עם קאנטעקטען פאר סיי וועלכע וויכטיגע זאכן, סאו כ'מיין אז א גט איז נישט די גרויסער פראבלעם דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מען פארציילט נאך אז ווען אן אייניקל פון דער בארימטען ירושלמער גאון הגאון הגדול רבי יעקב בלוי זי''ע איז געגאנגען צו די חופה, האט ער זייער געוויינט ער האט געגאסן הייסע טרערן ווי עס איז די שטייגער פון די היימישע יונגע חתנים. רבי יעקב מיט זיין געוואלדיגער טיפן פארשטאנד און ירושלמער קאלטקייט האט דאס נישט געקענט פארנעמען, זאגט ער פארן אייניקל: זאג נאר די מיינסט אז מסכת גיטן איז געמאכט פאר קעצלעך? ודפחי''ח..

צום ענין:

פארוואס דארף מען וויינען ווען א פאר-פאלק איז מחליט אז זיי ווילן מער נישט שפילן הויז אינאיינעם, און זיי ווילן זיך שיידן איינער פינעם צווייטען?

די תורה הק' האט אונז געגעבן דער געלעגנהייט זיך צו שיידן, אז מען זאל נישט דארפן זיך צוזאם ליידען א גאנץ לעבן. עס זענען פארהאנען הינדרעטער און אפשר גאר טויזנטער פאר פעלקער וואס לעבען מיט די געוואלד אינאיינעם, און מאכן מיט טעגליך שבעה מדורי גיהינום, בלויז ווייל זיי שעמען זיך דירך צו גיין דעם גט פרוצעדור! פארוואס איז איז דאס אזוי? א מענטש איז עפעס מחיוב זיך צוזאם ליידען א גאנץ לעבן ווייל ער איז אריין געפאלן מיט א שקלאפטע? דער מאן האט באשלאסען אז ער וויל נישט מער וואוינען מיט ווייב ווייל זי האט בלויז עטוואס מקדיח געווען את תבשילו הרשות בידו. ער האט אלע רעכטען אין דער וועלט איר צו געבן א צוועלעווער, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים צו זאגן דיעות..און עס איז קיינעמס געשעפטען.

די הייליגע תורה האט איםגעבען זיין רעכט.. און די אלע נארישע עמאציאנלע ווייבערישע געפילן דארפן זאפארט אויסגעריסן ווערן פון דעם אלגעמיינער מענטשען, נאר דער מוח דארף דיקטוטירן וואס עס איז א טראגעדיגע און וואס עס איז נישט..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז דער מזבח איז מוריד דמעות, מעג איך נישט?

סתם אזוי פארשטיי איך בכלל נישט דיינע ווערטער, איך וויין אויף א טראגעדיע, אפילו ווען ס'איז דא א גוטע סיבה ס'זאל געשען. אפילו בארעכטיגטע גיטין איז פארט א ווייטאג פאר אלע וואס קענען די מעשה, און אפילו אויב מ'האלט אז דאס איז דער בעסערער אויסוואל.

חוץ מזה, קומט עס סתם אזוי נישט אריין אין דעם אשכול, וואו מ'רעדט פון א פרוי וואס איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א פשוט'ער מנוול וואס האט איר געמאכט מעוברת, און נאכדעם מחליט געווען אז גענוג געווען, און ער האט איר פשוט רואינירט איר לעבן פשוטו כמשמעו, און זי איז נעבעך אן אומשולדיג מיידעלע קוים חתונה געהאט. כ'וואונטש דיר עס נישט ביי דיינע נאנטע אז דו זאלסט פארשטיין 'בכיה זו על שום מה היא באה'!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:קומסט עפעס נישט אריין גענוג קלאר. פונעם בריוול וואס ער האט איבערגעלאזט קוקט אויס אז ער איז נישט ברוגז אויף איר און נאכדעם שרייבסטי רז זי איז אן עגונה. פארוואס זאל ער נישט ווילן געבן א גט?

שמעון וואלף: די מעשה איז זייער הארצרייסנד און מ'ווערט שטארק צובראכן הערנדיג און ליינענדיג די ביטערע נייעס . נאר אפשר איז דער (געוועזענער) מאן אן אפיקורס און א להכעיס'ניק. וואס וויל אלס פרינציפ נישט געבן קיין גט. אויף דעם איז דא א מעשה פון הגאון ר' עקיבא אייגער זצ"ל. וואס איינער א איד האט זיך גע'שמדט, רח"ל און ר'האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א גט פאר זיין ווייב. האטציך ר' עק"א אנגערופן..."ס'שטייט דאך אין די משנה אין מס' קידושין...והאשה קונה את עצמה בגט או במיתת הבעל...אויב דער מאן וויל נישט געבן א גט וועט זיין ווייב באפרייט ווערן דורך די אנדערע וועג"... איין טאג, גייענדיג אויף די גאס איז דער משומד צוזאמגעפאלן, און ביז די דאקטוירים זענען געקומען האבן זיי פעסטגעשטעלט אז ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע...!
נאך א פשט (א ביסל הומאריסטיש) קענמען זאגן. אזוי ווי ס'ווערט דערציילט אין די פראגראם..."החצר"...אז ווען אן עגונה איז געקומען זיך מזכיר זיין ביים רבי, האט איהר די רבי געזאגט אז איהר מאן וועט צוריקקומען. ווען זי איז שוין געווען ביים טיר, האטציך די גבאי אנגערופן אז איהר מאן וועט נישט צוריקקומען...פרעגט די רבי, פונ'ם גבאי..."פארוואס, ווען איך זאג אז ער וועט צוריקקומען זאגסטו אז ער וועט נישט...?! האט די גבאי געענטפערט..."די רבי האט געקוקט אין קוויטל, און איך האב געקוקט אויף די פרוי'ס פנים.... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:אז דער מזבח איז מוריד דמעות, מעג איך נישט?

סתם אזוי פארשטיי איך בכלל נישט דיינע ווערטער, איך וויין אויף א טראגעדיע, אפילו ווען ס'איז דא א גוטע סיבה ס'זאל געשען. אפילו בארעכטיגטע גיטין איז פארט א ווייטאג פאר אלע וואס קענען די מעשה, און אפילו אויב מ'האלט אז דאס איז דער בעסערער אויסוואל.

חוץ מזה, קומט עס סתם אזוי נישט אריין אין דעם אשכול, וואו מ'רעדט פון א פרוי וואס איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א פשוט'ער מנוול וואס האט איר געמאכט מעוברת, און נאכדעם מחליט געווען אז גענוג געווען, און ער האט איר פשוט רואינירט איר לעבן פשוטו כמשמעו, און זי איז נעבעך אן אומשולדיג מיידעלע קוים חתונה געהאט. כ'וואונטש דיר עס נישט ביי דיינע נאנטע אז דו זאלסט פארשטיין 'בכיה זו על שום מה היא באה'!!!

אדנירם: איך קען איינעם. (מיין שכן). וואס ווען זיין טאכטער האט זיך סעפערעיטעד פון איהר מאן און צוריקגעקומען וואוינען ביי די עלטערן, און נאכדעם האטזי למז"ט געבוירן א יונגעלע. האט דער טאטע/זיידע געמאכט א גרויסע הוליאנקע ביי די וואכנאכט. מ'האט געטאנצט ביז 2:30 ביינאכט. איך האב געוואלט ארויפגיין (אקעינגאיבער די גאס) און פרעגן..."לשמחה מה זו עושה"...?! ביזדערווייל איז דער שכן (א נערוועזער איד, א ליידיגגייער) אראפ אין בעיסמענט און ר'האט פארלאשן די לייטס. דאמאלס האט די מיוזיק געסטאפט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אדנירם האט געשריבן: וואו מ'רעדט פון א פרוי וואס איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א פשוט'ער מנוול וואס האט איר געמאכט מעוברת, און נאכדעם מחליט געווען אז גענוג געווען, און ער האט איר פשוט רואינירט איר לעבן פשוטו כמשמעו, און זי איז נעבעך אן אומשולדיג מיידעלע קוים חתונה געהאט. כ'וואונטש דיר עס נישט ביי דיינע נאנטע אז דו זאלסט פארשטיין 'בכיה זו על שום מה היא באה'!!!


אן וויסן פון וועם מ'רעדט, איז קלאר אז ס' איז א פארווייטאגטע מצב. און ס'איז מעגליך אז "בשעת מעשה" האט ער באמת דאס געוואלט און הערשט שפעטער האבן זיך זאכן געטוישט. אבער טעארעטיש גערעדט, סעריעסלי? מיר גייען בלעימען א חסידיש'ער מאן אדער פרוי פארן נישט מאכן א באשליס וואס זיי ווייסן לכאורה אפי' נישט אז עס עקזיסטירט, און אפי' אויב זיי ווייסן יא, ברויך מען איבערקומען אומגעהויערטע פרעשור צו קענען מאכן אזא זעלבסשטענדיגע באשלוס. א פריש פארפאלק איז אומדערהערבאר אז זיי זאלן אפי' טראכטן פון דאס טוהן און אויב יא, בדרך כלל, שטייען אויס דריק פון רבנים וועלכע האבן גענימען אויף זיך די פליכט פון קאנטראלירן און אפהאלטן אזוינע באשליסן.

יעצט אויב וואלט דער אינגערמאן (אדער פרוי) זיך יא גע'עקש'נט און איינגעריסן מיט די וועלט און געמאכט דעם אומדערהערבארע באשליס פון אפשטופען דאס קויפן א באגאבאו , וואלטן די זעלבע מענטשן אים באזידעלט אלס א "מנוול". ווילסט נישט האבן קינדע? פיין, אבער פארוואס האסטו חתונה געהאט און רואינירט א אינגע מיידל'ס לעבן? זיי האט חתונה געהאט "אדעתה דהכא" צו אקטיוויזירן דאס קינדער פאבריק תיכף. (הגם רעדן און באשליסן דערוועגן ביים בעשאו איז דאך נישט קיין אפציע). פארוואס האסטו חתונה געהאט און אומגליקליך געמאכט א צווייטן?

אבער האט דער בחור אדער די מויד דען אן אמת'ע ברירה אפי' מיט איין סטעפ פריער נישט צו חתונה האבן? געלערענט האט מען זיי נישט אז ס'איז דא א אפציע פון אנגיין מיטן לעבן קודם און שפעטער באשליסן איבער הייראטן. אויב וואלט דער בחור אדער די מיידל זיך געלאזט הערן אז די שדכנים זאלן גיין ערגעץ אנדערש און לאזן אים / איר זיך עלטערן אין פריידן וואלטן ד עלטערן פרובירט אלעס אין דער וועלט צו פרעשורן צו יא חתונה האבן. מ'וואלט געלאפן צו קברי צדיקים. געשיקט צו רבנים, עסקנים און טעראפיסטן. מ'וואלט אים/איר גענימען אויף א גיעלט טריפ אז ער הרג'ט זיינע עלטערן און פארשאפט צער פאר די גאנצע משפחה. קען מען ערווארטן א קינד אן קיין אטאנאמיע זאל זיך אפזאגן אונטער אזא פרעשור?

א געיס וואס איך טענה איז ביי ביי יעדע פאוינט אין זיין לעבן ברויך ער ווען דילען מיט אזוינע טענות, פון איין זייט טענות וויאזוי קען ער בכלל אזא זאך טוהן און פון די אנדערע זייט פארוואס ער האט עס נישט געטוהן פריער...

אויב עפעס קען מען זיך באדאנקן פארן אינגערמאן פארן טוהן ווי נאר ער האט זיך אנגעגארטעלט קוראזש גענוי דאס וואס דו פארלאנגסט ער זאל האבן געטוהן פריער ביי די אכצען. ווען נישט ער טוט דאס נאכן ערשטן קינד וואלט ער געהאט נאך עלעף שבטי קה מיטן חשבון אז יעצט איז שוין צי שפעט. . און ס'וואלט אפשר נישט געווען א טעמע אויף קאווע שטיבל אבער דאס ווייבעל וואלט געהאט א ביטער לעבן. א מאן מיט א דאזען אומגעבעטענע קינדער געהאט אלעס כדי נישט צו רואינירן א ווייבעל ביי די ניינצען. ס'איז אייגענטליך אזוינע קאמענטס און עדידוטס ווי דיינס וואס לייגט פרעשור אויף מענטשן נישט צו טוהן די ריכטיגע באשליסן אין צייט, אלעמאל מיטן טענה אז די באשליס וואלט געברויכט קומען אלעמאל איין מאמענט פריער.

בדרך אפשר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבש''ע, ביי ביידע מעשיות איז די ווייטאג אונטערגעשאצט, ביי די ערשטע איז יעדער פארנומען מיט די פרוי, און געוואגטער אויך מיט איר טאטע. איז לאמיר מוסיף זיין דעם אינגערמאן'ס טאטע, א וואוילער איד מיט א ווארעמע שטוב, און דעם אינגערמאן אליין וואס איז א תינוק שלא נפתחו עיניו.

ביי די צווייטע מעשה איז א סך א סך מער ווייטאגליך און מען רעדט דא פון אן ערנסטן ריס ה"י.

אין בי כח לקונן, יבואו המקוננים ויקוננו.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ווי נעמט מען א טאשע רבי. לויט די מעשיות וואס מען דערציילט וואלט די מאן לכאורה שוין געווען צוריק
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך יהושע חיים »

אפשר איז נישט שייך אויסצושמירן די מעשה דא ברבים אבער איך בין זייער נייגעריג וואס איז די מעשה? ווער איז דאס ?
אויב מען וויל עס נישט דא אויספויקן קען מען מיר שיקן אין אישי . א דאנק

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך פליקער »

די שרעק וואס מיר כאפט אן פון די מעשה איז נישט אזוי ווייט די נאך פאלגן, אוודאי איז עס א שרעקליכע טראגעדיע, אבער שוין געהערט אזעלעכס, א מאן קען דאך שטארבן פליצלינג, אלעס קען דאך פאסירן, און מען האט שוין געהערט ערגערע מעשות, ווי למשל מיידלעך וואס ווערן ג'הרג'ט, קאר עקסידענטס ווי אלע קומען אין ר"ל, משה'לע א יתום מאב ואם וואס זענען ערמארדערט און א טעראר אטאקע, יענע מעשה, אבער דעיס אז מען נעמט א טשאטשקע איידעם, מען גיבט אים זיין טאכטער פאר א ווייב, מען אינוועסטירט הינדערטער טויזענטער דולר, אלע גלייבן כאטש אז מינימום גלייבט ער אין א באשעפער, און אפילו אזא קלייניקייט ווייסט מען נישט ביפאר, און מיר זענען לכאורה זעלבסט שילדיג למחצה ולשליקץ, ווען די שידוכם מהלך וואלט געוועין עטוואס מער דורך זיכטיג, ווי למשל איך וויל זיך משדך זיין מיט אימעצן, איך וויל זיך אינטערעסירן אויף דעם בחור, קען איך ניטאמאל געהעריג אינטערעסירן, איך ברויך אינטערשיקן איינעם, אדער זאגן אז איך פרעיג פאר מיין נאנטע משפחה, מען זאגט געוועינטליך ליגענט, מחמת חשש לשון הרע, גלייך לויפט ארים א טשעין קאל צי אלע יענטע'ס, האסט געהערט פליקי האט זיך גאר שטארק אינטערעסירט אויף יואלי, אוי פאלט ער אריין נעבעך, איך האב אים גאנישט געוואלט זאגאָן ווייל מיין טיטשער לאט נישט רעדאן לשונארער,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קיינער קען נישט אזוי גיט א בחור און א מויד,בפרט בדברים שבל, ווי זיי זעלבסט. ווילאנג די בחור און די מויד מיזן פאפען כדי צו ערייכען א שידוך פאר די עלטערן'ס סעיק און ווילאנג ס'נעמט בלויז צוויי בעשאוס פון עקטינג ווי מ'קען זיך נישט באקענען פערזענליך, וועט קיין לשון הרע היתר נישט העלפן. אויב אונזערע קינדער וועלן האבן די פרידאם צו זאגן כ'וויל דאס כ'וויל יענץ, און כ'וויל זיך באקענען געניג לאנג צו זעהן אויב דאס און יענץ איז טאקע דארט, וועט מען נישט קענען בלעימען די אינגע אפרוחים וועלכע ווערן חתונה "געמאכט". און אפי' דאן איז נאכאלס דא געניג פעלער ווי די אפרוחים הייבן הערשט אן צו וואקסן און זיך דיוועלעפען איינמאל אינדרויסן פון די ישיבה'ס און עלטערן1ס קאנטראל.
פארשפארט