איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל

איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

רבותי! איך דארף חיזוק, איך קען זיך נישט צוזאם נעמען, מיין הארץ צאפעלט פון ווייטאג, קוים נעכטען האב איך באקומען א ידיעה פון מיינ'ס א חבר, אז אונזער'ס א נאנטער ידיד האט א טאכטער וואס האט חתונה געהאט אינטער א יאר צוריק, זי איז נאך אין שנה ראשונה, און ב"ה זי האלט שוין יעצט ביים ניינטע חודש, אלטץ איז לעבעדיג און פריילעך, אבער זי שטייט אויף איין צופרי, און טרעפט א קליין צעטעלע אויפן בעט, וואס האט איר צושאסן און צעפיצעלט אויף קליינע ברעקלעך, עס איז געשטאנען דארט בערך כהאי לישנא: טייערע __' ___ איך דאנק דיר זייער שטארק אויף דיין געטריישאפט צו מיר און אלע גוטס וואס די האסט געטון וכו. איך קען מער נישט פירן א double life, איך בעט דיר, זיך מיך נישט, ווייל די גייסט מיר סייווי נישט טרעפן!!!... געוואלד און געשריגן, זי קען דאך מפיל זיין דאס קינד פון צער, איך האלט עס נישט אויס, נעבעך א אינגע פרוי וואס האט דורך געמאכט די אלע שוועריגקייטן פון די 'פראסעס' ביז אהער, אלטץ זיך צו קענען פרייען שפעטער און האלדזן איר נייע בעיבי, און דא שטייט זי נעבעך פארן דעליווערן דאס קינד, און איר רוקן ביין האט איר פארלאזט אן עגונה עלענד אויפן געבורטס שטוהל.

און דאס איז נאך נישט אלעס, איך בין נאך נישט בארואיגט פון די שאקירענדע פאסירונג, און מיין צוציפטע הערצעלע איז פריש צוגראדזשעט, אוי טאטע.

היינט זאגט מיר מיין ווייב אינגאנצן היסטעריש, אז די חתונה וואס אונז האב מיר און צוויי וואכן פון יעצט, איז א פארגאנגענהייט... אויס שידוך, ניט דא גארניט, אז די שכינה וויינט ווען מען גט זיך, וויינט זי מן הסתם יעצט אויך, און איך בין נאך מער צובראכן און אזא פאל, אפי' מער ווי א גט, רבוש"ע, פארוואס פארוואס, און ווי צו לייגן שטיין זאלץ אויף מיינע אפענע שניטן, עפען איך די פאסט היינט ביי סאפער, און יא, עס איז דא אן אינוועטעישן צו אט די חתונה... דאס מיינט אז מען האט געבראכן די קאנטראקט שוין נאכן ארום שיקן די אינוועטעישנס צום גאנצן שטאט, שרעקליך שרעקליך.

רבותי, איך בין אנגעוואנדן און א דאסידזש פון חיזוק, געפיל, סימפאטיע, איך קען קוים צו זיך קומען פון די שוידערליכע פאסירונגען, ממש שבר על שבר כפשוטו, א בראך אויף א בראך.

אוי באשעפער עד מתי!

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר