בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלמה המלך האט געשריבן:@שש גיי רוה דיך אויס.....
קודם פארצייל אונז וויפיל מאל די ביסט געוועהן אין טאהש דיין גאנץ לעבען?
#2) האסט בכלל געקענט דעם איד?
#3) טעם וריח אין להתווכח...
ניין נישט יעדער זעהט דעם פאצעריש ארבייט דא!
ווער עס האט גיט געקאנט דעם הייליגען טאהשער רבי זצוק"ל איז זייער ציפרידען מיט אט דעם נוסח - סארי טו דיסעפוינט יא....
#2) די הייליגע בעש"ט האט אויך נישט זוכה געוועהן צי די נוסח וואס מ'האט געשריבען אויף דיין באבע! ווארום עס שטייט גארנישט אויפ'ן מציבה בלויז זיין נאמען....

כ'ווייס איך האב אנגערירט שלמה המלך'ס קרוינדל, אבער איך מיין אז דו דארפסט דיך אויסרוען.

כ'האב געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אן אריינגיין אין די תוארים וואס דער בעש"ט האט נישט זוכה געווען דערצו...
און פונקט אויף דעם האסטו מחליט געווען זיך מתייחס צו זיין. כ'גיי זיך נישט מתווכח זיין מיט דיר איבער דעם, זעט אויס אז די מוחות פון די וואס האבן אים גוט געקענט אזויווי דיר, האבן א בעסערע פארדייאונגס סיסטעם אויך. עכ"פ לא לזה תגובתי.

איך האב בעיקר געשריבן, אז אפילו אויב די שפראך זאל נישט זיין מוגזם, איז דאס פארט אן אומגעלונגענער לשון, פון א יאקיש פייבוש וואס קען נישט גוט קיין דקדוק, מליצה, און חריזה. דאס איז שוין על צד אז אלעס וואס ס'שטייט איז פונקט צוגעפאסט צום הייליגן דמות פונעם טאהשן רבי'ן זצ"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] זיי נישט קיין נער, שטעל אהער שנעל א שיין לשון, שיק עס אריין צו זיי, און די קרעדיט וועט זיין דיינס!!!

שלמה האקט עפעס

בלי שום ספק וואלט איך געקענט מאכן א בעסערע דזשאב אין חריזה, מליצה, און אפילו פשוט'ע דקדוק הלשון. אבער כ'וואלט נישט געוואלט אננעמען א דזשאב צו שרייבן אזעלכע טיטלען וואס שיקן מיר ארויף די שיריים פון מיין לעצטן מאלצייט דורכן מויל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך petergrifin »

אדנירם האט געשריבן:
איך האב בעיקר געשריבן, אז אפילו אויב די שפראך זאל נישט זיין מוגזם, איז דאס פארט אן אומגעלונגענער לשון, פון א יאקיש פייבוש וואס קען נישט גוט קיין דקדוק, מליצה, און חריזה.


דו האסט עפעס קעגן יאקיש פייבוש? [emoji57]
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווער רעדט פון א דזשאב, מ'רעדט דא פון נארמאלקייט

נאך א מזל ער האט נישט געהייסן משה, ווייל דעמאלטס וואלט זעכער געשטאנען ממשה עד משה וכו'...

סארי שלמה, אבער די קינדערישקייטן האט שוין יעדער מער ווייניגער אויסגעוואקסן, כמשה מפי הגבורה שרייבט מען נישט! ער איז נישט געווען דער חנינה בן דוסא! איך קען גראדע גזירותיו וואס זענען נישט מקיום געווארן... און איך וואלט אים נאך אלס נישט באטיטעלט פארן יחיד בדורו וואס ממש כמוהו לא נראה.

אבער וועמען פונקטליך גייט אן וואס אפאר צודריקטע צוקוועטשטע מענטשן רעדן זיך איין אז דאס וועט העלפן אויף ווייטער...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלמה המלך האט געשריבן:ס'איז שוין זייער שפעט ב'דארף באלד אויפשטיין און כ'האב נישט קיין כח און געדילד מיט צייט צי גיין איינס אויף איינס
אבער עוד חזון למוער וועלמער שטייטעלעך איבער גיין יעדעס רויטע באלי וואס די האסט געמאלען און זעהן וואס הייסט יא אדער נישט איבערגעטריבען
אבער איין פראגע וועסטו מוזען ענטפערן קודם:
וויפיל שייכות האסטי געהאט מיט אט דעם איד? תלמיד? חסיד? ידיד? קרוב? תושב? נאר געזעהן אמאל? נאר געהערט?
יאך האב געהאט די זכיה צי זיין גאר קרוב אל הקודש פנימה אויב די אויך קען מען עס איבער שמועס'ן אויב נישט איז אשאט די צייט...

איך זעה יעצט אז איך האב ניטאמאל אנגעצייכענט אלעס.
אויף דיין שאלה וואס איך האב געהאט מיט די איד איז מיין תירוץ ׳גארנישט׳ איך בין אפאר מאל אריין מיט א קוויטל אבער דאס די גאנצע.
בנוגע מיין שטעלונג אויף די אשכול, איך האלט אז דער טאהשער איז געווען א ערליכער איד במילא האב איך נישט און איך גיי נישט מער אריינרעדן אין די אשכול.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נאך שש'ס הערה האב איך איבער געליינט די לשון, אויב וואלט דאס געווען א אלטע תחינה וואלט איך פראבירט פארשטיין די משקל השיר, אבער וויבאלד עס איז נישט, וועל איך צושטימען (טיילווייז) צו ר' זעקס, אז די חרוזים שטימען נישט, די תוארים זענען צו דער זאך, אבער די חרוזים זעהן אויס ווי א מחרוזת של דגים, נאר הנח להם לישראל אז מען האט געשטעלט אויף די חזקה אז קיינער וועט נישט אפליינען די גאנצע מגילה ווען מען קומט זיך אויסבעהטן ביים ציון המצוינת,

גראדע האב איך הנאה פון די געדאנק צו מפרסם זיין די נוסח פון פריער צו קענען מתקן זיין און פארבעסערן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קען אפשר איינער צוברענגען די נוסח המציבה פון רבינו יואל זצ"ל און פונעם ברך משה זצ"ל, אז מען זאל קענען פארגלייכן די טיטלען?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך קען מיר נישט האלטן שטיל.
אבער אזויפיל לאמיר יא צולייגן.
דער מציבה איז לכאורה אין כדוגמתו בעולם, נישטא נאך אזא מציבה מיט אזויפיל מדריגות צדקות און קדושה אינעם גאנצן כדור העולם, ווי איר זאלסט נאר גיין פון ארץ ישראל ביז פראג....
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נו לאמיר מאכן אין א עקסטערע אשכול א מציבה קאנטעסט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:נו לאמיר מאכן אין א עקסטערע אשכול א מציבה קאנטעסט.

:lol:
לץ אחד...
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

די מציבה איז נישט די לעצטע דרעפט. בינגא!!!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כדברי לעיל

געוואלדיג האט געשריבן:
גראדע האב איך הנאה פון די געדאנק צו מפרסם זיין די נוסח פון פריער צו קענען מתקן זיין און פארבעסערן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אנגעהויבן האט זיך עס מיטן לייגן א שטיין כדי מ'זאל וויסן אז דא ליגט א מת, און אוכלי טהרות, כוהנים, זאלן וויסן צו שטיין ווייט.
פון דארט האט זיך איינגעפירט צו שרייבן די נאמען פונעם מת, פארוואס ס'איז אזוי געווארן? ווייס איך נישט, מן הסתם האט מען אזוי געטוהן ביי די גדולים, די אבות ואמהות וכדומה. און פון דארט האט זיך עס אריבערגעכאפט צו אלע טויטע.
פון איינקריצען די נאמען איז שוין צוגעקומען די טיטלען, jod description, בהמשך איז צוגעקומען אביסל יחוס...
נאכן הסתלקות פון רבינו הקדוש זי"ע ועל כל סאטמאר, איז נתחדש געווארן צו צולייגן אויפן מצבה אלע סארט וועלט-אינטערגאנג לשונות, און ווי שטארק די וועלט וויינט...
פון דארט איז זיך עס צווואקסען מחיל אל חיל ביז די נייע טאהשע מצבה וואס איז א קאפליט פראפיל א בלאט/איד ארטיקל איבערגעטייטשט אין לשון קודש, לשון נופל על לשון, דאפלט און טריפלט אין א פשוטע טאהשע לשון קודש.
וואס איז נאך געבליבן מקום להתגדר צו איינקריצען אויך ווער ס'האט מספיד געווען און ווער די מ"מ איז, אין א Paypal וואו צו שיקן נדבות.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טעות. יעצט זעה איך אז ס'שטייט שוין טאקע בעד בנו מ"מ...
Under influence
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נישט נאר איז דאס איבערגעטריבן נאר גאר צענטראלע און וויכטיגע שטריכן פון זיין לעבן ווערן בכלל נישט דערמאנט, למשל זיין מדת החסד ווערט דערמאנט קוים בהבלעה, וואס דאס וואלט געדארפט פארנעמען די עיקר פון די נוסח, און ווי אדנירם זאגט איז די סגנון און נוסח שרעקליך א בושה און א חרפה צו לייגן אזא קינדערישע מצבה אויף א גדול בישראל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז א גרויסע ווייטאג ווי מ'זעט אויף די סארט מצבות אז מ'גלייבט נישט אין השארת הנפש. דו ווייסט אז ס'שאט פאר'ן נפטר ווען מ'זאגט אויף איהם ליגענט? דו ווייסט אז דאס ברענגט שווערקייט אין זיין דין. איך ווייס אז אין דער פאל איז זיכער דא אזעלכע וואס גלויבען אין יעדער ווארט, אבער ביי אנדערע מענטשען וואס שטארבען ווען דער שרייבער טוט עס במזיד, אדער דער מספיד. ס'גייט איהם נישט אן דער אמת, איז עס א הימל געשריי, וואס איז אדער שלעכט'ס צו דער נפטר, אדער כפירה אין השארת הנפש.
אגב ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקען. אין דינ''ס ביה''ח איז דער פפאנ'ער חלקה גלייך לעבען דער סטאלינער חלקה. מ'קען זען די צוויי סארטען מצבות, ווי די רוסישער האבען קורצער טיטל'ן ווי 'איש תם וישר' ותו לא, און די אונגארישער האבען מגלות נאך לענגער ווי די חמש מגילות און מגילת אנטיוכוס צוזאמען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מי האמין.... השמש בצהריים.....
שבר כל אבריו....
יושב בישיבה...
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמעון וואלף האט געשריבן:די וואך שבת ביים רבי'ס עליה (לוי) וועט מען אויסלאזן "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל".


ער האט שוין עפעס געזעהן אויף ק"ש
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

א נייע משיח?
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..

אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.

איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....

אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די מציבה עפעס דערמאנט מיך פון מרדכי אהרן חיים מענצער'ס מציבה.... אדער פון די באשרייבונג וואס אברהם פנחס בערקאוויטש לייגט אריין אין די בעק פון אלע ספרים ווי ער באשרייבט זיין מאמע...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ס'וויל זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע די עכטע נוסח פון די מצבה. טאמער איז עס יא אמת קען זיך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי די חסידים למיניהם וועלן קאמפיטן ווער ס'קען שרייבן לענגער און מער אויפרייסערישע טיטלען. נישט אז ביז יעצט איז געווען אן עולם התיקון, אבער ס'האט דאך געהאט א גבול.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער ביי אנדערע מענטשען וואס שטארבען ווען דער שרייבער טוט עס במזיד, אדער דער מספיד. ס'גייט איהם נישט אן דער אמת, איז עס א הימל געשריי, וואס איז אדער שלעכט'ס צו דער נפטר, אדער כפירה אין השארת הנפש.


הונדערט % אמת, אינטרעסאנט צו אנמערקן אז ווען הרה"ק ר' אייזיק'ל זידיטשובער איז אוועק האט זיין זוהן ר' אליהו מספיד געווען האט ער געטייטשט אויף זיין טאטען וואס איז בימיו געווען א וועלטס רבי, "קשה רימה למת" רימה מלשון הרמה דערהייבן, אז עס איז שווער פאר א מת ווען מיען איז איז משבח ומרומם, "כמחט בשר החי", ומה נענה אנן אבתריה אז אויף פשוטע קטלא קניא'ס מאכט מען שוין היינט א גאנצע סליחות לערב ר"ה פלוס טעקס און אינטרעסט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט