איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז שווער צו זאגן אז מער דורכזיכטיגקייט בשעת'ן שידוך וואלט געהאלפן פארמיידען אזעלכע פעלער, רוב בחורים און מיידלעך -אפי' די וואס זענען נישט עכט צופרידן פונעם סיסטעם ווייסן בכלל נישט פון אזא אפציע פון איבערלאזן אלעס און אוועקגיין, ביי זיי און קאפ טוען דאס נאר עטליכע משוגעים און גייסטיש קראנקע,
העלפן קען לכאורה נאר א 'פאטוואה' פון גרויסע רבנים אז מען זאל אפשטיפען דעם פרו ורבו מיט א שטיק צייט און אויך מער א אפענע חינוך צו ווייזן פארן בחור און מיידל הדרכים אשר לפניך ער זאל וויסן באמת וואס ער וויל,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

צו די פעלער האב איך זיך טאקע באצויגן אין מיין לעצטע זאץ, אז רוב אנטוויקלען זיך און ווערן געוואר איבער זיך איינמאל זעלבסשטענדיג, און זעלבסשטענדיקייט איז בייאונז הערשט מעגליך נאך די חתונה, און ביי פיל, קיינמאל נישט.

די רבנים און די עלטערן ווילן נישט א פאטאווא וואס ערמעגליכט אמת'דיגע choice. די זעלבע וואס באוויינען א מצב און באזידלען די יעניגע, זענען מער פון העפי אז אין רוב פעלער איז דאס איינפעקלען סטראטעגיע סוקסעספול (פון זייער קוק ווינקעל).
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי ביטע שרייבט ארויס פונקטליך וואס די מעשה איז געווען און מיט וועם, איך בין זייער נייגעריג, נישט געזארט איך וועל פארמעקן גלייך נאכן ליינען ווי די תקנות המקום לויטן. :D
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך_לעפל האט געשריבן:צום ענין:
א מענטש איז עפעס מחיוב זיך צוזאם ליידען א גאנץ לעבן ווייל ער איז אריין געפאלן מיט א שקלאפטע? דער מאן האט באשלאסען אז ער וויל נישט מער וואוינען מיט ווייב ווייל זי האט בלויז עטוואס מקדיח געווען את תבשילו הרשות בידו. ער האט אלע רעכטען אין דער וועלט איר צו געבן א צוועלעווער, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים צו זאגן דיעות..און עס איז קיינעמס געשעפטן..

קאך לעפל: זע טאקע קיינמאל נישט צו צו ברענען מיטן לעפעלע דיינע תבשילין, ווייל זי קען דיר נאך לאזן הענגן כתלוש באוויר, על אף אירע נארישע ווייבערישע עמאציאנאלע געפילן (און שכל)...

די הייליגע תורה האט איםגעבען זיין רעכט.. און די אלע נארישע עמאציאנלע ווייבערישע געפילן דארפן זאפארט אויסגעריסן ווערן פון דעם אלגעמיינער מענטשען, נאר דער מוח דארף דיקטוטירן וואס עס איז א טראגעדיגע און וואס עס איז נישט..

[tag]קאך לעפל[/tag] ווי עס קוקט אויס איז, אז דיין אומגעהויערע דראנג צו שפילן קאלטע מח שליט... דוקטירט דיר צומאל זיך צו לאזן הערן מעסידזשעס וואס זענען אבסורד צום געזעלטשאפליכן לעבן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:צום ענין:
א מענטש איז עפעס מחיוב זיך צוזאם ליידען א גאנץ לעבן ווייל ער איז אריין געפאלן מיט א שקלאפטע? דער מאן האט באשלאסען אז ער וויל נישט מער וואוינען מיט ווייב ווייל זי האט בלויז עטוואס מקדיח געווען את תבשילו הרשות בידו. ער האט אלע רעכטען אין דער וועלט איר צו געבן א צוועלעווער, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים צו זאגן דיעות..און עס איז קיינעמס געשעפטן..

קאך לעפל: זע טאקע קיינמאל נישט צו צו ברענען מיטן לעפעלע דיינע תבשילין, ווייל זי קען דיר נאך לאזן הענגן כתלוש באוויר, על אף אירע נארישע ווייבערישע עמאציאנאלע געפילן (און שכל)...

די הייליגע תורה האט איםגעבען זיין רעכט.. און די אלע נארישע עמאציאנלע ווייבערישע געפילן דארפן זאפארט אויסגעריסן ווערן פון דעם אלגעמיינער מענטשען, נאר דער מוח דארף דיקטוטירן וואס עס איז א טראגעדיגע און וואס עס איז נישט..

[tag]קאך לעפל[/tag] ווי עס קוקט אויס איז, אז דיין אומגעהויערע דראנג צו שפילן קאלטע מח שליט... דוקטירט דיר צומאל זיך צו לאזן הערן מעסידזשעס וואס זענען אבסורד צום געזעלטשאפליכן לעבן.

איך בין ווייט פון א קאלטע בריאה, און דאך בין אין torn וויאזוי אנצוקוקן אזא זאך ווי א טיילונג.

ס'שטייט טאקע אז אפי' מזבח מוריד דמעות, אבער וויפיל מער דמעות לאזט די מזבח ווען א קאפל לעבט נישט בשלום ? ווען ס'איז פאר יעדן פון זיי א גהינום דאס וואוינען צוזאמען יעדע רגע ?, איז דא עפעס א ענין צאמצוהאלטן א מערידזש וואס ארבעט נישט, און פראדוצירט דורות וואס וואקסן אויף אין א אומאנגענעמע אטמאספערע ? (איך ווייס אז קינדער פון ג'גטע עלטערן האבן אויך נישט קיין גן עדן, אבער די וואס וואלטן ווען געדארפט זיין ג'געט און וואוינען צוזאמען קענען צומאל מאכן מער שאדן פאר די קינדער ווי ווען זיי וואלטן זיך ווען צוטיילט),

איך האב נישט קיין החלטה, אבער איך מיין אז ס'איז מער קאמפליצירט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]יואליש[/tag], גראדע ביזטו גערעכט מיט אלעמען.

נאר איין נקודה האסטו פארזען, אז אלע דיינע הסברים פארוואס צו מצדיק זיין דעם מנוול [און יא, ער ווערט נישט אויס מנוול, ער ווערט נאר אויס חיה רעה], נעמען נישט אוועק די פאקט אז אן אומשולדיג מיידעלע איז פארשוואנגערט פון א מאן וואס גייט איר מער נישט קענען, און האט חרוב געמאכט איר לעבן [אפילו ער איז גערעכט מיט זיין חשבון], און איבערגעלאזט 'פול' און 'ליידיג' א יונג מיידל.

אפשר האסטו געמיינט אז מיין טיטל 'מנוול' איז צוליב דעם וואס ער האט כאילו 'אויסגענוצט' א יונג מיידל, איר געמאכט מעוברת, מילא תאוותו ונעלם. אבער דער טיטל איז כפשוטו אז ער איז געלאפן קיין וועגאס ווייל ער איז א נעבעכדיגער מנוול. שלום דין און שרולי שטיין וואלטן זיך מסתמא געשעמט צו שטיין אין זיינע ד' אמות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אדנירם[/tag] האלט איין די מידת הדין, איך האב זיך אביסעל אריין געלייגט אין די נושא, און ווי ווייט איך ווייס איז דאס געווען א סייקעלאדזשיקל פראבלעם, ער האט געכאפט אן אטאקע, און געשריבן אז ער פארט אויף וועגאס, (למעשה איז ער אפי' נישט געווען אין וועגאס) ער האט אפי' מיט גענומען זיין טו"ת, נאך צוויי טאג איז ער צוריק אהיים געקומען (גאנץ מיט בארד און פיאות) ווי ער באוויינט זיין טעות/אטאקע וואס ער האט געטון/געכאפט, און ער וויל צוריק דרייען דאס רעדל,

די פראבלעם איז יעצט, אז זי וויל נישט הערן דערפון, אפי' ער וועט גיין פאר העלפ אויף זיין אוסברוך, ווייל גלייך זי האט געליינט וועגן פיצען קיין לאס וועגעס, האבן זיי אנגעהויבן א אינטענסיווע פארשונג אויף זיין פארגאנגענהייט אלטץ בחור, לערנענדיג אין שערי יושר/מאור יצחק/סלונים, און עס איז זיי געווארן קאלמטונע אויפן געדאנק, במילא זי וויל אויף דערווייל פון גארנישט הערן.

למעשה פארשטיי איך אז זי איז געווען גאר גאר פרום, כאטש אנגעבליך הער איך אז עס איז געווען גענוג ליבע אינוואלווד, עכ"ז קען זיין אז די אטאקע איז געקומען מכוח די לחץ וואס אזא לעבן אינוואלווד אין זיך, וואס ווי פארשטייט זיך --ווי יואליש האט ערווענט,-- פאדערט זיך שטארקע פודאמענטאלע שינוים בענין היימישע שידוכים והמסתעף צו פארבעסערן און ראטעווען די חרדישע עתיד.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

די איינציגע וועג וואס וועט מינימיזירן די מין פראבלעמען איז צו אנזאגן די קאפל נישט צו האבן קינדער די ערשטע 3 יאר.
די וועג וויאזוי אונזער לייפסטייל איז אויסגעשטעלט, איז זייער שווער זיך אליינס צו באקענען צו וויסן וואס ער וויל פון זיין לעבן, און נאך ווייניגער ווייסט ער פונעם ווייב, ווען 3 חדשים נאך די חתונה איז זי שוין פארנומען מיט איר פרעגנענסי. דאס איז אפילו ביי א קאפל אן פראבלעמען. וויפיל מאל האלט מען זיך אן פון א גט נאר ווייל ס'איז דא קינדער, נאכדעם ווען ער איז שוין פעד-אפ און האט שוין א פילע משפחה, לאזט ער אלעס לויפן און טראגט אפ.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דו זאגסט עס אלטס א פראבלעם
וויסען זאלטע אז א גרויס טייל רבנים און שלום בית מאכערס נוצען דעס אלטס א מעטאד צו פאררעכטען שלום בית פראבלעמען, ממאכט זעכער אז זי ווערט פרעגנענט אפאהר מאל און ווען סדא קינדער איז שווערער זיך צו געטען, ושלום על ישראל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
[NAMELESS]

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' קרעקער איר קענט לייענען?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

כפתור האט געשריבן:די איינציגע וועג וואס וועט מינימיזירן די מין פראבלעמען איז צו אנזאגן די קאפל נישט צו האבן קינדער די ערשטע 3 יאר.
די וועג וויאזוי אונזער לייפסטייל איז אויסגעשטעלט, איז זייער שווער זיך אליינס צו באקענען צו וויסן וואס ער וויל פון זיין לעבן, און נאך ווייניגער ווייסט ער פונעם ווייב, ווען 3 חדשים נאך די חתונה איז זי שוין פארנומען מיט איר פרעגנענסי. דאס איז אפילו ביי א קאפל אן פראבלעמען. וויפיל מאל האלט מען זיך אן פון א גט נאר ווייל ס'איז דא קינדער, נאכדעם ווען ער איז שוין פעד-אפ און האט שוין א פילע משפחה, לאזט ער אלעס לויפן און טראגט אפ.

הם אומרים פן ירבה ושכינה אומרת כנגדם כן ירבה. די תורה האט אויך א דעה. קוים וואס די פוסקים פארענטפערן פארוואס מ'איז נישט עוסק אין די מצוה ביי די 13 יאר, ווילסטו דא קומען מיט סברות של דופי אפצושטופן די מצוה רבה? מ'מעג גלייבן אביסל אין דעם באשעפער אז מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און דער וואס פירט זיך מיט'ן אייבערשטען בתמימות האט ספעציעלע דשמיא.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קרעקער האט געשריבן:דו זאגסט עס אלטס א פראבלעם
וויסען זאלטע אז א גרויס טייל רבנים און שלום בית מאכערס נוצען דעס אלטס א מעטאד צו פאררעכטען שלום בית פראבלעמען, ממאכט זעכער אז זי ווערט פרעגנענט אפאהר מאל און ווען סדא קינדער איז שווערער זיך צו געטען, ושלום על ישראל


ס'איז פארהאן א אינגערמאן א גרוש (דאכט זיך שוין נאכאמאל חתונה געהאט) געהאט א שטוב מיט קינדער אפשר צען גאר. פלעגט ער זאגן אז יעדע קינד איז צו פארדאנקן פאר אן אנדערן שלום בית עקספערט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך ירא שמים »

וואו אזוי קען אזא איינער וואס רעדט אזוי האבן ליבשאפט צו זיינע קינדער ? ווארום ער טראכט דאך הלואי שלא נוצר און זייער גאנצע עקזיסטענס איז נאר א בדיעבד.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

קוים וואס די פוסקים פארענטפערן פארוואס מ'איז נישט עוסק אין די מצוה ביי די 13 יאר,


נו, אויב מ'פארעטפערט שוין פון 13 ביז 18, קען מען דאך שוין פארענטפערן ביז די 21
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

די פוסקים זענען געווען אסאך פראקטישער ווי די מיינסט. זיי האבן איינגעזען אז לויט זייער צייט און אומשטענדן גייט נישט ארבייטן ביי די 13, האבן זיי געפאסקענט אז מ'קען ווארטן. יעצט איז ייתכן אז מ'מיז ווארטן נאך אביסל. ס'איז די זעלבע תורה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירח בן יומו האט געשריבן:הם אומרים פן ירבה ושכינה אומרת כנגדם כן ירבה. די תורה האט אויך א דעה. קוים וואס די פוסקים פארענטפערן פארוואס מ'איז נישט עוסק אין די מצוה ביי די 13 יאר, ווילסטו דא קומען מיט סברות של דופי אפצושטופן די מצוה רבה? מ'מעג גלייבן אביסל אין דעם באשעפער אז מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און דער וואס פירט זיך מיט'ן אייבערשטען בתמימות האט ספעציעלע דשמיא.

ווער איז דער "הם אומרים פן ירבה" ? איך וויס נישט וועלכע פוסקים די רעדסט פון. אין משנה שטייט בן שמונה עשרה לחופה, און די גמרא זאגט אז ס'קען אויך זיין ביי די צוואנציג, אבער נישט שפעטער, און לויט נאך א דעה איז עס ביז די פיר און צוואנציג. אויב עפעס, פארענטפערן זיי פארוואס פאר די פיר און צוואנציג אדער אפילו פארוואס פאר די דרייסיג. כולל יונגערלייט האבן זיכער א היתר ביז די 24 ווייל תורתו אומנותו, און פאר שלום בית דארף מען אפילו נישט זוכען קיין היתר - בפרט ביי די חסידישע קרייזן - ק"ו מסוטה וואס מ'מעג אויסמעקן דעם באשעפער'ס נאמען פאר שלום. איז וואלט מען קודם געדארפט זען קעיר צו נעמען פון די שלום בית און נאכדעם זיך נעמען צו די ערשטע מצווה פון די תורה.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

שליחה דורך mevakesh »

יא איך האב יעצט געהערט ווער עס האט אפגעלאזט די שידוך דאכט זיך נישט די ערשטע פראבלעם דארט דאס הארץ רייסט

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

[quote="בן אדם"]
איך וויס נישט וועלכע פוסקים די רעדסט פון. [quote]
מאך אויף א שולחן ערוך אבן העזר סימן א', ותמצא נחת.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re:

שליחה דורך יואב »

ירח בן יומו האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:די איינציגע וועג וואס וועט מינימיזירן די מין פראבלעמען איז צו אנזאגן די קאפל נישט צו האבן קינדער די ערשטע 3 יאר.
די וועג וויאזוי אונזער לייפסטייל איז אויסגעשטעלט, איז זייער שווער זיך אליינס צו באקענען צו וויסן וואס ער וויל פון זיין לעבן, און נאך ווייניגער ווייסט ער פונעם ווייב, ווען 3 חדשים נאך די חתונה איז זי שוין פארנומען מיט איר פרעגנענסי. דאס איז אפילו ביי א קאפל אן פראבלעמען. וויפיל מאל האלט מען זיך אן פון א גט נאר ווייל ס'איז דא קינדער, נאכדעם ווען ער איז שוין פעד-אפ און האט שוין א פילע משפחה, לאזט ער אלעס לויפן און טראגט אפ.

הם אומרים פן ירבה ושכינה אומרת כנגדם כן ירבה. די תורה האט אויך א דעה. קוים וואס די פוסקים פארענטפערן פארוואס מ'איז נישט עוסק אין די מצוה ביי די 13 יאר, ווילסטו דא קומען מיט סברות של דופי אפצושטופן די מצוה רבה? מ'מעג גלייבן אביסל אין דעם באשעפער אז מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און דער וואס פירט זיך מיט'ן אייבערשטען בתמימות האט ספעציעלע דשמיא.

"סברות של דופי" — סיריעסלי? גיוו מי ע ברעיק. איך האב גארנישט קעגן דיר פערזענליך, אבער אזאנע מענטשן ווי דיר זענען שולדיג אין צרות יגון ואנחה וואס ס'גייען דורך צענדליגער אינגעלייט און ווייבער און פון ביידע זייטן. ביידע זענען די קרבנות פון דעם איינעם בארבאריזם.

"תמימות"? דער וואס פירט זיך בתמימות שטייט טאקע גוט, אויף עמען זאגט דאך שוין דוד המלך "אשרי תמימי". נישט דאס איז אבער דער פראבלעם. דער פראבלעם איז  ווען עמיצער כאפט זיין אייגן בינטל גאט-געשאנקענע תמימות און ווינט-שאוועלט  דאס מיט א פרומען הפקרות אויף גאנץ כלל ישראל. דעמאלט איז ביטער ווי א  שאלעשידעס בילקע.

"פוסקים"? שטעלט ביטע אהער א ליסטע פון זאכן וואס די פוסקים קענען קוים פארענטפערן. פאר דיר ווערט לכאורה גרינג אויפ'ן הארץ ווען דיין קינד יאגט אריבער דעם דרייצן און בלויז א דאנק די זארגפעלטיגע פוסקים ברויכסטו נישט איילן זיי צו פירן אונטער דער חופה, וואס? דו ביזט ערנסט? ניטאמאל זאגן וואס ס'הענגט אים וועט מען. וואס זאגן די פוסקים דערצו? אגב, ווי איך הער איז מען צווישן די סעקולערע קרייזן טאקע עוסק אין דער דאזיגער מצוה ביי די דרייצן. זעט אויס זיי האבן נישט אונזערע פוסקים.

איך וואלט נאר געהאפט אז די וועלכע גארן צו דעריאגן דעם שמונה עשרה לחופה זאלן זיך אנשטויסן אין דער בינה ביי דעם פערציג. דערווייל לויפן די יארן אויף צוריק און מיט א בעל-שם-טוב'דיגן קפיצת הדרך.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]יואב[/tag] פון מיין צושאסענקייט, האסטו מיר אריין געצויגן אין עולם האשפגות והפלצות...
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ביידע מעשיות רייסט ביים הארץ, די שידוך מעשה האב'ך ערשטע געהערט נעכטען, ווידער די צוטיילטע פארפאלק סטארי האב'ך שוין געהערט שב"ק פון גאנץ א נאענטע מקור, א שכן פון אירע עלטערען, ער זאגט אז די עלטערען רעדען כמעט גארנישט ווייל מ'רעדט יא פון צוריק גיין, אבער ער האט ארום געקראצט פון ארום און ארום, ביז ער האט זיך איין טאג די וואך געזעהן דאווענען מנחה אין שומר שבת גראד נעבען די יונערמאן, ער האט געמיינט ער חלומ'ט.. די לאס וועגעס מעשה איז אויסגעזויגען, ווי דער יונגערמאן פארציילט איז עס געוועהן זייער שאקירענד פאר די עלטערען, זיי האבען עס נישט ערווארטעט, אבער פון די אנדערע זייט זענען די אלע מעשיות וואס פליען ארום בעלאוני מאקאראוני, דער יונגערמאן דרייט זיך ארום אין בארא פארק, ער דאווענט דריי תפילות א טאג אין שוהל, מיט בארד און פיאות פונקט ווי פריער, ער האט איבערגעלאזט די ווייב וועגען פערסאנעל זאכען צווישען זיי, און אזוי ווי ס'יז יעצט די קאנטרי סיזען, און די וואס זיצען אונטערען בוים האבען זיך צוגעכאפט צו דעהם ווי צו געבראטענס, און ארויפגעלייגט אויפע'ן גריל, איז אין יעדע קאנטרי צוגעקומען נאך איין קאפיטעל צו די מעשה, ביז די קופקעס אונטער'ן בוים האבען איהם אראפגענומען בארד און פיאות, און געשיקט קיין וועגעס, און געגעמבעלט אויף זיין חשבון, אין געוויסע קאנטריס האט מען איהם שוין גע'שמדט אויכעט..

די שידוך אפלאזען מאידך, האב איך אויך נאר געהערט פון נייעס טרעגער אהן קיין פרטים, מ'דארף געבען צייט פאר די קאנטרי יודען און יודענעס צו אהערשטעלען א געהעריקע מעשה, אוי ווי ביים סעפערעישען מעשה, דערנאך וועט זיין מיט וואס זיך צו פארסמאקעווען, און די ווייטאג איז גרויס מכל מקום,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]kool man[/tag] איך האב שוין מער ווייניגער אויבן אראפ געברענגט די אמת פון די גאנצע געשעעניש, און פון ווי עס האט זיך גענומען די שמועה פורחת פון לאס-וועגאס, דורך מיין חבר וואס האט גערעדט דירעקט צו די ווייבל'ס עלטערן, און אומדירעקט אויך צום אינגערמאן אליין!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Kool man האט געשריבן:ביידע מעשיות רייסט ביים הארץ, די שידוך מעשה האב'ך ערשטע געהערט נעכטען, ווידער די צוטיילטע פארפאלק סטארי האב'ך שוין געהערט שב"ק פון גאנץ א נאענטע מקור, א שכן פון אירע עלטערען, ער זאגט אז די עלטערען רעדען כמעט גארנישט ווייל מ'רעדט יא פון צוריק גיין, אבער ער האט ארום געקראצט פון ארום און ארום, ביז ער האט זיך איין טאג די וואך געזעהן דאווענען מנחה אין שומר שבת גראד נעבען די יונערמאן, ער האט געמיינט ער חלומ'ט.. די לאס וועגעס מעשה איז אויסגעזויגען, ווי דער יונגערמאן פארציילט איז עס געוועהן זייער שאקירענד פאר די עלטערען, זיי האבען עס נישט ערווארטעט, אבער פון די אנדערע זייט זענען די אלע מעשיות וואס פליען ארום בעלאוני מאקאראוני, דער יונגערמאן דרייט זיך ארום אין בארא פארק, ער דאווענט דריי תפילות א טאג אין שוהל, מיט בארד און פיאות פונקט ווי פריער, ער האט איבערגעלאזט די ווייב וועגען פערסאנעל זאכען צווישען זיי, און אזוי ווי ס'יז יעצט די קאנטרי סיזען, און די וואס זיצען אונטערען בוים האבען זיך צוגעכאפט צו דעהם ווי צו געבראטענס, און ארויפגעלייגט אויפע'ן גריל, איז אין יעדע קאנטרי צוגעקומען נאך איין קאפיטעל צו די מעשה, ביז די קופקעס אונטער'ן בוים האבען איהם אראפגענומען בארד און פיאות, און געשיקט קיין וועגעס, און געגעמבעלט אויף זיין חשבון, אין געוויסע קאנטריס האט מען איהם שוין גע'שמדט אויכעט..

די שידוך אפלאזען מאידך, האב איך אויך נאר געהערט פון נייעס טרעגער אהן קיין פרטים, מ'דארף געבען צייט פאר די קאנטרי יודען און יודענעס צו אהערשטעלען א געהעריקע מעשה, אוי ווי ביים סעפערעישען מעשה, דערנאך וועט זיין מיט וואס זיך צו פארסמאקעווען, און די ווייטאג איז גרויס מכל מקום,

קאאל מען: איך קען איינע פון די הויפט אונטער'ן בוים זיצערינס און אנפיהרערס פון די סוירקל אין קאנטרי. אפילו אין די שטאט האט זי געפיהרט די לשון הרע און רכילות פעקטארי פון די גאנצע בלאק. און היינט, נעבעך, איז איהר זון (גראדע א וואוילע יונגערמאן) געטראפן געווארן פון די סעפערעישן/דיווארס מחלה ביי די יונגע מיידלעך, וועלכע האבן באקומען דעם חינוך הקלוקל. איך וואלט געגעבן א הון רב צו קענען אונטערהערן וואס די מאמע תליט"א זאגט היינטיגע צייטן פאר איהרע חבר'טעס. און מיט וואספארא פנים טוט זי פארדייען די אייגענע רכילות און לשה"ר, ווען זי איז געווארן לשיחה בפי הבריות. די זעלבע בריות וואס זי האט אזוי שטארק באשמוצט און בארעדט מיט אזא זאפט כל ימי חייה על האדמה...!
פארשפארט