איך גיי מיר פון דאנעט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

איך גיי מיר פון דאנעט

שליחה דורך געוואלדיג »

לעצטנס איז געווארן דא אין שטיבל א טרענד זיך צו נוהג זיין אזוי ווי אונזערע פאליטישנס, וואס נעמען איין א היברענאציע במשך דריי יאר, און ביי יעדע וואלן יאר וועקן זיי זיך אויף און מיט א טיפען געניץ מעלדן זיי נאכאמאל מיט גרויס פאטאס פאר ווער עס איז נייגעריג, אז ער באטראכט זייער זייער ערנסט די מעגליכקייט פון זיך מיישב זיין אין די נאנטע צוקומפט איבער זיין מחשבה וועגן טראכטן אז נאר ער וועט זיין זייער א פאסיגער קאנדידאט צו וועלן לויפן אויף די _________________ טיקעט פאר פרעזידענט וכו' וכו' וכו',

אזוי טוהען אונזערע חברים יקרים, און מפעם לפעם ווען מען דערמאנט זיך אז ווען מען וועט קומען אויפן עולם האמת וועט איינע פון די שאלות זיין "זאג נאר, און סעלף קאנפידענץ האסטו געהאט?" נו ומה נענה ליום הדין, נו מעלדט מען איין פאר חברינו היקרים מפז אז מען באטראכט ערנסט וכו' צו זיך אפפעקלען פון דא כל אחד מחמת סיבות שונות ומשונות פון גייסטליכע פראבלעמען, ביז סאציאלע פראבלעמען, און די מעמבערס דא ווי ריכטיגע נבונים פארשטייען גלייך אויפן וואונק און מען הייבט זיך אן גלייך בעהטן אז מען זאל בלייבן, און תיכף ומיד הייבן זיך דראסטיש די לעוול פון די סלעיוו קאנפידענץ און מען קען אפאטעמען... ביז צו די נעקסטע פדיון שבוים קאמפעין.

כלפי מה הדברים אמורים, ב"ה איך בין זייער צופרידן פונעם גייסט דא אין שטיבל עס בלאזט אן אנגענעמער רוח מזרחית צפונית ([tag]וועטערבאריכט[/tag] פארעכט מיר אויב איז דאס עפעס אנדערש) און אלעס פארט על מי מנוחות, מיין אישי קעסטל איז ב"ה מלא וגדוש מיט פאזעטיווע זאכן, קיינער פראוועקירט נישט, ממש מעין עולם הבא,

אבער....

איין זאך באדערט מיר עד דכדוכה של נפש, עס לאזט מיר נשט שלאפן ביינאכט און אויף זיין צופרי, עס נעמט מיר אוועק מיין ישוב הדעת און מיין מוחין דגדלות, והוא, ווען איך זע אז פון [tag]שמעקעדיג[/tag]ס אויגן קען קיינער זיך נישט ארויס דרייען, ווי שטיל מען זאל נאר זיין, און אפילו מען איז קיין מענטש נישט פארט אנערקענט מען יענעם'ס ארבעט, און אזוי דארף צו זיין,

און דא בין איך די שווארצע שעפעלע, דאס אומזעהבארע, פשוט ולא נודע כי באו אל קרבנה, וואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט העזה צו זיין א תובע בפה אדער צו טוהן אזא הכנה דרבה ווי ר' [tag]זעקס איינגעדרייט[/tag], איך וויל נישט מפרש זיין מפני הכבוד פון וואס איך רעד דא, און ווער עס פארשטייט פארשטייט, האב איך מיר אן עצה געגעבן, מכל מלמדי השכלתי, און איך האב פארשטאנען וועלעכע פעולה צו נעמען אז דער עולם זאל פארשטיין וואס מען האט צו טוהן אין אזא פאל (חוץ פון מאכן א לחיים) און יאכלו ענווים וישבעו, יהי הליכתו כביאתו בב"א.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר