איז הפלגה באמת נישט גוט פאר אונז?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

איז הפלגה באמת נישט גוט פאר אונז?

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]טראכט אריין פון א סעקולארע גוי, וויפול געזעלשאפטליכע סביבות גייען דורך פאר זיינע אויגן אין זיין לעבן, נעמט א קינד וואס וואקסט אויף אין דאונטאון מאנהעטן, זיין טאטע קומט פון ברוקלין זיין מאמע פון א סאבורב אין אפסטעיט, האלט מען שוין ביי דריי באזונדערע סביבות פון וואס ער ווייסט, יעצט ווייטער ווען דער קינד קומט אין די יארן מען שיקט אים אין סקול וועלן די קינדער דארט לאו דוקא זיין אלע פון זיין קאמיוניטי, נאר ענדערש ווען זיין א צוזאממיש מרחבי מאנהעטן קינדער פון פון פארשידענע עלטערן וואס משום איזה סיבה האבן זיי אויסגעקליבן די סקול, האט ער שוין נאך א באזונדערע סביבה אנדערש ווי זיין אריגינעלע, און אזוי ווייטער אין היי סקול קאלידז, וועט ער זיך כסדר אנטרעפן אין פארשידענארטיגע מענטשן פון פארשידענע בעקגראונדס און שטרעמונגען, ועל כולם אפילו ווען ער סעטלט זיך און טרעפט זיין באשערטע (באליבטע) און האט חתונה וועט ער נאכאלץ בלייבן פארבונדען מיט עטליכע פארשידענע סביבות, ער וואוינט מיט זיין ווייב און זיינע שכנים, און ער האט חברים פון די באר און מיטארבעטער פון ביזנעס, יעדע קבוצה פון זיי פארמירן א אנדערע מין סביבה,

וואס איז די מעלה דערפון? איך מיין אז עס איז צוויפאכיג, איינס, א מענטש איז צו קאמפליצירט אים אראפצינאגלען צו איין ספעציפישע סביבה, אפילו אויב בדרך כלל שטימט די סביבה מיט זיינע נטיעות און רצונות, מאכט זיך צומאל אז עס שפראצט ארויס א נטיעה צו גיין אנדערש אביסל, אדער זיך סתם אויסגעבן אויף א אנדערע וועג און צוליב די סביבה מוז ער דאס אונטערדרוקען,
נאך א נקודה, א מענטש האט פאר זיך כמה וכמה דרכים וויאזוי ער קען אויסשטעלן זיין לעבן, אויב לעבט מען אין איין ספעציפישע סביבה איז זייער שווער ריכטיג צו באשלוסן און צו רעפלעקטן אויף די פארשידענע אויסוואלען וואס ער האט אין לעבן, משא"כ ווען ער לעבט מיט פארשידענע סביבות זעהט מען אסאך מער קלארער וואס מען האט פאר זיך,

מען מוטשעט זיך צו פארשטיין פארוואס מיר מוטשענען זיך מיט געוויסע פראבלעמען, פארוואס מענטשן ביי אונז ווערן אזוי צושאסן , איך טראכט אז די אויבענדערמאנטע מציאות קען זיין א פאקטאר, א קינד וואס ווערט למשל געבוירן אין קהילת סאטמאר, וועט פון זיין געבורט ווי ער איז ארומגענומען מיט עסן און הילף פון סאטמאר ביקור חולים, ביז זיין פטירה ווען סאטמאר ח"ק וועט אים לייגן אין ק"י ביה"ח, וועט ער מער ווייניגער לעבן נאר אין איין סביבה, עס איז מסתבר אז דאס איז א גורם אז מענטשן ביי אונז זאלן נישט זיין געהעריג אוועקגעשטעלט,
וואס איז די עצה? איך האב באמת נישט געשריבן כדי צו געבן עצות, נאר... ווייל איך האב געוואלט שרייבן, אבער שריבענדיג טראכט איך אז פארדעם קען מען אויסנוצען די קאנטרי מנהג ווי עס איז גרינגער צו זיך צוזאמטרעפן מיט אנדערע קרייזן, און געבן פאר די קינדער און פאר זיך א געלעגענהייט צו טוישן די 'סינערי' אביסל, אויך איז הילפבאר צו שיקן די בחורים און ישיבות וואס נעמען לאו דוקא תלמודים פון איין קרייז, און בכלל רעדן און הערן און לייענען וועגן אנדערע אידן אויף גאטס גרויסע וועלטל[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז לאמיר אויסשטעלען אזוי: לערנען אין סאטמארע תלמוד תורה (קאמיוניטי חברים איז פארט וויכטיג), אין א חסידישע נייטראלע ישיבה קטנה, אין סאוט פאלסבורג ישיבה גדולה, ביז די חתונה אין מיר, אין א פלעטבושער כולל, א דזשאב אין קווינס, א סוקסעספולע ביזנעסמאן מיט מיטונגס מיט אלע סארט מענטשן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

למעשה איז פארהאן אסאך וואס זענען מקיים וואס די גבאי שלאגט פאהר, איז לאמיר כאפן א בליק צו עס איז טאקע אזוי גוט ווי די גבאי לייגט עס אראפ,
עס איז נישט קיין סוד אז אסאך וואס ביז זיי זענען געפארן אין די סיסטעם איז זיי זייער גוט געווען און איינמאל זיי האבן זיך געטראפן מיט אנדערע קולטורן האבן זיי געסנעפט ווערנדיג צומישט, און לעומת זה די וואס זענען געפארן מיט די סיסטעם מיט א תמימות זענען מער מסודר.
א וודאי איז דא אזעלכע וואס האבן מצליח געווען מיט די מהלך וכל ערום יעשה בדעת.
א גראדע"מעכעלע מיין איך איז בעסער אז ער בלייבט מיט זיין סיסטעם
[NAMELESS]

Re: איז הפלגה באמת נישט גוט פאר אונז?

שליחה דורך [NAMELESS] »

געווענטליך די וואס 'סנעפן' כלשונך זענען די וואס ביז די 20 25 זענען געווען גאר איינגעצוימט אין זייער אייגענע ווינקל, און זיי ווערן שאקירט ווען זיי טרעפן זיך מיט אנדערע,
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

ריכטיג האט געשריבן:איז לאמיר אויסשטעלען אזוי: לערנען אין סאטמארע תלמוד תורה (קאמיוניטי חברים איז פארט וויכטיג), אין א חסידישע נייטראלע ישיבה קטנה, אין סאוט פאלסבורג ישיבה גדולה, ביז די חתונה אין מיר, אין א פלעטבושער כולל, א דזשאב אין קווינס, א סוקסעספולע ביזנעסמאן מיט מיטונגס מיט אלע סארט מענטשן.

פארוואס אזויפיל לויפן? מאך עס גרינגער, קאווע אין דריי און פופציג, מקוה אין צוויי און פופציג, שחרית אין שומר שבת, תיקון אין סטראפקוב, מעריב אין אכט און פערציג, שבת אין לעיקוואד מנין, קאנטרי אין עלפיינס.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

אלץ קינד און וויליאמסבורג, ווען איינער האט געטראגן א בענד דאון (קראך הוט) איז ער געווען "א פאני מענטש"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:איז לאמיר אויסשטעלען אזוי: לערנען אין סאטמארע תלמוד תורה (קאמיוניטי חברים איז פארט וויכטיג), אין א חסידישע נייטראלע ישיבה קטנה, אין סאוט פאלסבורג ישיבה גדולה, ביז די חתונה אין מיר, אין א פלעטבושער כולל, א דזשאב אין קווינס, א סוקסעספולע ביזנעסמאן מיט מיטונגס מיט אלע סארט מענטשן.

ריכטיג: דו האסט זייער ריכטיג געזאגט. און אזא מענטש איז טאקע מער מעורב עם הבריות און ער איז מער טאלעראנט פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט דוקא אויף איין דעה מיט איהם. ס'זענען אויך פארהאן נאך אנדערע אספעקטן און זייטן צו דעם. דאס הייסט אויף ענגליש..."קאלטשורעל דייווערסיטי". למשל ווען איינער האט אין זיין (פארצווייגטע) משפחה פארשידענע מענטשן, ווי מאדערנע, חסידישע און אפילו או. טי. די.'ס למחצה לשליש ולרביע"...קינדער וועלכע וואקסן אויף אין אזא משפחה זענען געוויינליך מער אינטעליגענט און בעלי דרך ארץ. משא"כ די פארשמאלצטע, שמאלקעפיגע משפחות וואו אלץ און אלעס איז אייביג די זעלבע, וואקסן די קינדער אויף אליינס שמאלקעפיג, נישט מנומס און אומטאלעראנט. נאר ס'איז פארהאן אזעלכע פארחניוק'טע ברואים וועלכע וועלן זיך אויס אזא לייפסטייל. אבער, ה' ישמרנו ווען די קינדער פון אזאלכע משפחות מאכן זיך סוכ"ס אויף די אויגן, ווייסן זיי נישט וואו און ווען צו סטאפן...זה סוד גילגול הנשמות של ה'או.טי. די.'ס...!
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װאס װעט זײן מיט שיטת התבדלות? :D

ס׳איז זיכער אזוי אז װאס מער מען דרײט זיך מיט מענטשען מיט אנדערע בעק גראונדס און השקפות העלפט
עס אז מען זאל נישט זײן אזוי מצומצום. מען פלעגט עס מיט האלטן אלס בחורים אין א׳׳י װי בחורים לאמיר
זאגן פון באבוב פלעגן זיך טרעפן מיט די אונגערישע בחורים און אנהײב איז עס אלס געװען װי אזוי דער רב
האט אזוי געטוהן אדער מען זינגט דעס ביי בײטאג. און די סאטמערע מיט זײער מעשיות און איעדער האט
געלעבט אין די אײגענער װעלט. סוף זמן האט מען אויף געהערט מיט די שטותים און מען האט געקענט
מאכען א לעבן און אפילו שמועסען אן ארײן מישען קראקע לעמבערג און די ציונים.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנחם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:איז לאמיר אויסשטעלען אזוי: לערנען אין סאטמארע תלמוד תורה (קאמיוניטי חברים איז פארט וויכטיג), אין א חסידישע נייטראלע ישיבה קטנה, אין סאוט פאלסבורג ישיבה גדולה, ביז די חתונה אין מיר, אין א פלעטבושער כולל, א דזשאב אין קווינס, א סוקסעספולע ביזנעסמאן מיט מיטונגס מיט אלע סארט מענטשן.

פארוואס אזויפיל לויפן? מאך עס גרינגער, קאווע אין דריי און פופציג, מקוה אין צוויי און פופציג, שחרית אין שומר שבת, תיקון אין סטראפקוב, מעריב אין אכט און פערציג, שבת אין לעיקוואד מנין, קאנטרי אין עלפיינס.

געוויסע פון דיינע זאכן איז שוין אויך צופיהל געלאפן לשיטתך, בלייב טאקע נאר אין סאטמאר.

--
ר' בערל, א דאנק פארן מרחיב זיין.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: איז הפלגה באמת נישט גוט פאר אונז?

שליחה דורך ירא שמים »

פילאזערפירן אין קאווע שטיבל לאכן אין אייוועלט (קרעדיט ליפא) לומדעווען אין אוצר החכמה די עולם קען ממשיך זיין …
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

און אמאליגע שטעטל איז עס אפשר געווען א מעלה (אדער נישט אזא חסרון), ווייל מ'האט געקענט לעבן גאנצע 100 יאר און קיינמאל געוואר ווערן וואס ס'טוט זיך אונדרויסן.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

פארגעס נישט אז די גוי לעבט איין יאר ביי די טאטע און די צווייטע יאר ביי די מאמע, און די דריטע יאר האט זיך די מאמע אנגעהאקט מיט א דריטן און א פערטן, אוון די טאטע איז אויך נישט געבליבן שטיין, קומט טאקע ארויס פון אזא געזעלשעפט מענטשן מיט אסאך חכמת החיים, און דאס איז גענוי וואס זיי טוען נאך.
פארשפארט