וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
[justify][tag]ראובן'ס[/tag] מאמר למעשה #16 טראגט פירות. א חשובע ניק דא אין שטיבל האט זיך פארגעלוסט צו ווערן מיין חבר – כ'האב אים קלאר געזאגט אז כ'וויל אים נישט טרעפן ווי לאנג ער גייט נאך מיט זיין שווארצע גלעזער, אבער אזויפיל יא, אין די לעצטע 24 שעה האבן מיר געשמועסט איבער אלעם, פון דברים העומדים ברומו של עולם ביז אראפ צו עניני חסידות וחצרות.
ס'איז זייער אינטערסאנט – און אויך זייער ווייטאגליך – ווי געלונגענע מענטשען, גוטע קעפ, וואס וואלטן געקענט באשיינען די וועלט מיט זייער פערל רייד און אנדערע כשרונות, עפענען זיך די אויגן ערשט נאכדעם וואס מ'איז שוין באחריות אויף א משפחה מיט קינדער, און די וועג ארויס איז נישט גרינג, מילד גערעדט.
אזוי שמועסענדיג, האמיר דיסקאסירט די גדרים פון מחשבה. דהיינו, וויפיל מ'מעג חוקר זיין, וואו דארף מען זיך אפשטעלען? יענער טענה'ט אז ער גייט מחיל אל חיל ביז ארויף. מתחילה האט ער מפקפק געווען אין די מנהגים שאדם דש בעקביו, די נערישע און האלב-נערישע איינגעגעסנע מנהגים און קולטור משוגעת'ן, פון דארט האט ער געצויגן מסקנות צו חסידות והמסתעף, און ער האלט שוין ווייטער....
די פראבלעם איז אבער אז יענער ווייסט אז זיין א OTD איז נישט גרינגער ווי צו זיין אחד בסטאמאר ואחד בקוק. נו, וואס איז די עצה?
"זה מתחיל בשיריים ומסתיים בשמים"– שרייבט א ידיד אונזערע אויף א צווייטע פארום אונטער א צווייטע ניק. ד.ה. קודם חוזק'ט מען פון שיריים, דאס גרעסערע חלק אין טעלער וואס דער צדיק האט בדיעבד איבערגעלאזט, און פון דארט קומט מען צוביסלעך צו און מ'איז מפקפק אין שמים, אין די הויה אליינס, רח"ל.
שטעלט זיך די שאלה: איז געדרינגען פון דעם אז "שיריים" איז אזוי חמור ווי שמים אליין? מ'מעג טאקע נישט חוזק מאכן פון שיריים, זאל עס זיין ווער אימער ס'לאזט איבער אין טעלער, צו דער קודש הקדשים פון טאהש אדער דער קל שבקלים פון ספינקא? אדער די פשט איז אז שמים איז פונקט אזוי וויכטיג ווי שיריים, גלייב יא, גלייב נישט, וויאזוי דו ווילסט?
א דריטע מהלך קען זיין, אז אוודאי שמים איז קודש און שיריים איז חול. אבער, אז מ'איז "מפקפק" מ'חוקר'ט, אפילו אין אזעלכע אומוויכטיגע נושאים, איז לא ימלט – אדער עכ"פ זייער שווער – צו זיך אפשטעלן דארט, און סוף סוף וועט נולד ווערן ספיקות בעיקרי הדת.
אויב אזוי, שטעלט זיך די שאלה: קען מען דען הייסן א מענטש "טראכט נישט" "ווייס נישט" "קוק נישט"?
לכן נלע"ד, בזכות אבותי הקודשים, אז אוודאי דארף א מענטש לאזן זיינע מחשבות לויפן. מ'טאר נישט גיין אקעגען די מציאות און די טבע. טראכט, פרעג, קוק, און אזוי ווייטער. אבער פאר די הייבסט אן זאלסטו וויסן אז ווען מ'נעמט די A באן קומט מען אן גלייך צו מאנהעטען, און ווען מ'נעמט די B באן – וואס פארט אויך קיין מאנהעטען, קען מען אבער ארויסגיין איין סטאפ פריער, נאך אין ברוקלין.
ממילא, ווען מ'ווייסט נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן, וואו אהין מ'גייט אנקומען, איז נאך גענוג פרי צו SET'ען די מוח אין וועלכע ריכטונג מ'זאל גיין.
דאס קען זיין פשט, "סוף מעשה במחשבה תחילה", פרעגן די מפרשים, פארוואס שטייט נישט "במחשבה תחילה – סוף מעשה", על הסדר? נאר לויט ווי מ'האמיר געזאגט אז נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן דארף מען זיך מצייר זיין וואו מ'וויל אנקומען למעשה, וועגן דעם זאגט דער בעל לכה דודי, סוף מעשה – אז דו ווייסט וואו דו ווילסט אנקומען, דעמאלסט, במחשבה תחילה, ערשט דאן קענסט אנהייבן טראכן.
תמצית הדבר, די שאלה איז נישט "מעג איך טראכטן", די שאלה זאל ענדערשט זיין "וואו וויל איך אנקומען?"
אל מסתתר...[/justify]

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
זייער גוט געזאגט [tag]קאווע טרינקער[/tag], דער פראבלעם איז אבער אז דער וואס לאזט זיין קאפ פריי טראכטן קען בשום אופן נישט וויסן וואו אהין ער גייט אנקומען, פאקטיש ווען די מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז צום סוף גייען זיי לאכן פונעם רבי'נס שיריים וואלטן זיי אויפגעשפרונגען מיט ציטער, זיי הייבן געווענליך אן ביי ר' צדוק וכדומה טיפערע השקפה אין אידישקייט, צום סוף לערנט מען זאכן וואס מ'האט נישט געלאזט ווי מורה און שער הייחוד מיט'ן געדאנק אז דאס איז דאך פאר טיפע קעפ און איך בענוותנותי קען זיך פאררעכנען פאר אזאנס, ולסוף ווען מ'האלט שוין ביים רבי'נס שיריים שטראמט שוין אן קיין גרעניץ, ער קען שוין נישט קאנטראלירן דעם פלוס, אויב דאס איז נישט אמת קען דאך יענץ אויך נישט זיין אמת און אזוי ווייטער און ווייטער.
וואס איז דאן די עצה? ווער זאגט ס'איז פארהאן א עצה? אבער בעומק הדבר איז די עצה זייער פשוט, די עצה איז אז מ'זאל נאר זאגן טאקע אזעלכע זאכן וואס קענען פארנעמען חקירה, אויב מ'זאגט נאר אמת'ע און איבערצייגנדע זאכן איז נישט דא וואס מורא צו האבן ווייל א טראכטער וועט ממילא איינזען דעם ווארהייט דערפון, אבער אויב איז דאס זאכן וואס יעדער בחור'ל וואס נעמט זיך טראכטן וועט באלד אויפקומען מיט קשיות דעמאלטס שטייט מען זייער שמאל, און די איינציגסטע עצה פאר אזא פאל וועט זיין צו פארמאכן די אינפארמאציע קוועלער און האלטן א שטרענגן אויג אויף די קינדער זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט צו פרעמדע השפעות.

- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
און איך זאג, איינער וואס ווייסט וואו ער גייט אנקומען נאך בעפאר ער טראכט, איז זיין טראכטן נישט מעלה ומוריד, און עס איז ניט קיין חלות פון טראכטן בכלל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אויב זענט איר מסכים אז
דאן פארוואס אראפגיין אין ברוקלין קען מען יא הייסן?
למעשה וואס איך האב געזעהן ביי גרויסע אידן איז אז אפילו זיי זענען טאקע געגאנגען משריים לשמים האבן זיי געוויסט אפצושאצן וואס איז גענוג וויכטיג נישט אפצושלאגן אפילו מען האט ספיקות און וואס יא,
אויב אזוי, שטעלט זיך די שאלה: קען מען דען הייסן א מענטש "טראכט נישט" "ווייס נישט" "קוק נישט"?
דאן פארוואס אראפגיין אין ברוקלין קען מען יא הייסן?
למעשה וואס איך האב געזעהן ביי גרויסע אידן איז אז אפילו זיי זענען טאקע געגאנגען משריים לשמים האבן זיי געוויסט אפצושאצן וואס איז גענוג וויכטיג נישט אפצושלאגן אפילו מען האט ספיקות און וואס יא,
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
איינער וואס הייבט אהן טראכטן און זיין מטרה איז אז זיין שכל וועט מחליט זיין קען ער אנהייבן ביי ר׳ צדוק איז ער אין טראבל , איינער וואס האט שוין ביי זיך קלאר וואס ער האלט און כדי די זאכן קלארער צו מאכן טראכט ער שטייט ער גוט , עכ״פ א מטרה פארן טראכטן דארף זיין וואס דאס וועט פירן דאס טראכטן אויף די ריכטיגע שינעס , ווייל די שכל פון א מענטש איז זייער מוגבל , און טוישט זיך פון איין טאג אויפן צווייטן , און פון איין מענטש צום אנדערן , און זיינע החלטות זענען נישט קיין אבסעלוטע צו שטעלן אויף זיי ,
והנלע״ד כתבתי.
והנלע״ד כתבתי.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]איך האב געוואלט שרייבן וואס [tag]פארוואס[/tag] האט געשריבן. עס איז נישט שייך צו טראכטן מיט א גבול. איי פרעגט [tag]קאווע טרינקער[/tag], וואס איז מיט די פסוק? בלית ברירה וועט מען מוזן אפלאזן די שאלעשידעס תורה און לערנען פשוט פשט.
[tag]גראדעמעכעלע[/tag] האב איך געלייקט פאר די קשיא. דעם תירוץ כאפ איך נישט.
ונעלנ"ד, עס איז דא סיי שיריים און שמים אין וויליאמסבורג, עס איז דא סיי שיריים און סיי שמים אין פארק סלאופ אדער עני אנדערע געגנט אין ברוקלין, און עס איז דא סיי שיריים און סיי שמים אין מאנהעטן אויך. יא! איר האט גוט געהערט. איך קען חברה אין קאלאמביע יוניווערזיטעט וואס לעבן אין שיריים און איך קען אידן וואס זענען חסידישע שוואנצן אבער זיי לעבן אין שמים. איז וואו זאל מען גיין? זאל מען בלייבן אין וויליאמסבורג, די לעצטע סטאפ אין ברוקלין אדער גיין קיין מאנהעטן? דער ענטפער פעלט נישט אויס צו געבן, ווייל א יעדער איינער וועט סייווי אנקומען דארט ווי ער באלאנגט. אויף וועלכע טרעין זאל מען ארויף גיין? זונטאג אויף די A מאנטאג אויף די B דינסטאג מיט די קאר און מיטוואך גיי צופיס. וואס עפעס זאל מען זיך מגביל זיין צו איין וועג?
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הקדמה ממילתא דבדיחותא וואס איז נוגע מיין תגובה:
כידוע פלעגט מען זאגן, אז קודם זאל מען לערנען די תירוצים אין מורה נבוכים, און נאר אויב מ'פארשטייט דאס קען מען קוקן וואס די קשיא איז אויך.
כלפי מה דברים אמורים?
[tag]קאווע טרינקער[/tag] האט געעפנט זייער א בייסיגער אשכול. א נושא וואס ציפט יעדן רעכטדענקנדן [תרתי משמע] מענטש'ס געוויסנביסן. א זאך וואס שאקלט אויף די סדרי בראשית. א טענה וואס שרייט זיך ארויס מתהומות נשיה: וואס ווילסטו גאט? מיר זוכן דיר צו פארשטיין, כדי צו זיין א מותר האדם מן הבהמה, און נאך מ'ווערט אן אדם - הייבן זיך אן די ספיקות. אלא מאי ווילסטו מיר זאלן זיין בהמות און עסן שיריים מיט א ברען?!
דאס איז די מאנענדע קשיא, די תירוץ ווידער איז נישט צום זאך [כאטש ווי כמעט אייביג, איז דא עפעס א נקודה שיש להוציא, ואכמ"ל], וכמו שהפריך בקדשו [tag]פארוואס?[/tag] ו[tag]הוגה[/tag], ובדומה להם בעל המורה - [tag]מיימון[/tag].
מיימון האט צוגעלייגט נאך א קשיא. וויאזוי קען זיך א מענטש פארזיכערן אז ווען ס'קומט למעש"ה, וועלן נישט נולד ווערן קשיות און ספיקות במופלא ממנו?! ס'דערמאנט מיר פון [tag]יואליש[/tag]'ס טענה בנוגע די קינדערלעך וואס האבן חתונה און עפענען זיך די אויגעלעך און גייען או. טי. די., אז מ'קען זיי נישט בא'שגצ'ן פארן חרוב מאכן דאס ווייבעלע, ווייל ווען ער האט חתונה געהאט האט ער ניטאמאל געוואוסט וואס ער וויל, און וואס ער האט דאן געזאגט האט יעצט נישט קיין האפט. וה"ה לענינינו, ווען ער גייט קומען צום טעם, וועט ער נישט קענען עוקר זיין די ספיקות שנתעוררו אצלו.
זיין עצה איז ווייטער נישט ריכטיג, ווייל ער איז מציע נאר צו חקר'נען דברים שנתבררו אמיתיתן, וכו', אבער דער פאקט איז אז איינער וואס האט אן אפענעם קאפ און גייט לכתחילה זיך נאר חקר'נען אין 'אמת'ע און איבערצייגנדע' זאכן, וועט למעשה נישט קענען צוריקהאלטן די פלוס פון קשיות און ספיקות שנולדים במח האנושי, שוין אפגערעדט די קשיות וואס ער זעט דא און דארט אראפגעברענגט און ער דערשמעקט דאס כבן רגע וויבאלד זיין מח איז אייביג אויף 'ריסורטש מיינד-סעט'.
[tag]גראדעמעכעלע[/tag] האט דאס אייגענטליך אויפגעמערקט אין א שורה'לע, אבער זיין תשובה איז נאר מספקת פאר איינער וואס זיין קשיא איז נישט געווענדעט צו אים, ודו"ק [וכנראה שלזה כיוון הוגה].
[tag]ירא שמים[/tag] האט ווייטער צוגעלייגט א ריכטיגע נקודה, אז א מענטש טוישט זיך זיין דעה אפאר מאל א יאר, שוין אפגערעדט דורכאויס דעם לעבנס שפאן, על כן ידע מעיקרא אז זיינע החלטות זענען נישט איבערצייגנד. זאת ועוד, אז נאך אנדערע חכמים חקר'נען פונקט ווי אים און קומען צו צו אנדערע החלטות, כל כרחך אז די אמת מוז נישט ליגן דארט ווי זיין מח האט תופס געווען, און דאס וועט פארגרינגערן דאס בלייבן א מאמין בה' [אקעי, ירא שמים האט נישט געמיינט אזוי ווייט, אבער ע"פ דבריו נראה לי לומר כן].
גראדע האב איך הנאה פונעם געדאנק, כאטש כ'בין מסתפק מאוד צו דאס וועט בארואיגן א מענטש וד"ל. אזויפיל יא, כ'האב דא אמאל אריינגע'באמפ'ט אין אן אשכול, וואו [tag]לעיקוואד[/tag] זצ"ל האט געשריבן זיינע דעות שונות, און א יאר שפעטער איז דער אשכול ווידער ארויף אויפן טיש און לעיקוואד האט געזאגט אז מיט געוויסע שיטות פון פאראיאר איז ער שוין מחולק אדער שעמט זיך גאר מיט זיי... דהיינו, א מח וואס ווירבלט מיט אינפארמאציע איז לא ימלט אז ער זאל מאכן די סופניות'דיגע החלטות לויט וואס ס'זעט אים יעצט אויס אין זיינע אויגן.
ווייטער זיין נקודה וואו ער איז מודה צו קאווע טרינקער'ס יסוד, אז מ'דארף וויסן מלכתחילה וואו אהין זיינע אויגן זענען געווענדעט, אינו נראה לענ"ד ולחברי פארוואס? גראדעמעכעלע והוגה.
אחרון חביב, הוגה האט כדרכו בקודש געמאכט א פיינע טשולנט, וכדרכו בתורת הנסתר הסתיר כוונתו בכוונה תחילה. כ'בין פארלוירן געווארן ערגעץ צווישן פארקסלאופ/וומסב"ג/מאנהעטן/שמים/שיריים/ארץ. כ'ווייס נישט צו כ'קען מיך מגדיר זיין אלס איינער וואס לעבט אין שמים, אבער כ'בין זיך מגדיר אלס חסיד'ישער שוואנץ וואס נאכן זיין בבחינת יעלו שמים קומט די בחינה פון ירדו תהומות, הלוך ושוב, וכדברי השרף מקאצק: 'כ'בין מיט איין פיס אין די שבע רקיעים, און מיט איין פיס אין שאול תחתית' [כ'וויל נאך אמאל אפשרייבן א לענגערע מאמר איבער דעם בעז"ה]. והמבין עומקה, יבין לנפשות הרבה בנ"א אשר מטפסים ועולים ונופלים וכקושיית מרן קאווע טרינקער.
סוף דבר הכל נשמע, יעדער וואס האט דא צוגעלייגט א קשיא, האט צוגעלייגט נאך עפעס וואס ס'איז דערווייל נישטא קיין גוטע תירוץ דערויף... נו, זעט איר וואס דער פראבלעם מיט חקירה איז?! מ'פרעגט א גוטע קשיא, און די קשיא אליינס ווערט בייסיגער נאך יעדן תגובה...
וואו זענען די גדולי הרבנים שליט"א: [tag]יאיר[/tag], [tag]יידל[/tag], [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], [tag]איש עברי[/tag], [tag]געפילטע פיש[/tag], [tag]מאטי[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag], וכו', ושאר החברים שהתחילו לענות לעיל.

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ס'שפעט, דער רבי קומט שוין באלד מאכן קולות אויף קאפיטל ק"ז.
אקעי, פיפעל, ליסטען אפ, וואס איז די פלאן? זאל יעדער חכם עתיק/אטיק טוהן וואס זיין שפיציגע איי קיו דיקטירט איהם יענע סעקונדע?
מוז מען דינען דעם שכל פשוט ווייל עפעס א בעסערע גיידליין האבן מיר נישט (אר דאנט ווי)?
ווייסט דאך אז רוב מענטשן האלטן אז זיי זענען קלוגער פון רוב מענטשן...
אין חב"ד איז דא א 'סאם זאפאזשניק' מעשה, א גוי איז ארומגעגאנגען זוכן א קונה פאר א גע'גנב'טע פאר תפילין, טרעפט איהם א איד און פרעגט פון וואו האסטו דאס? זאגט דער גוי: סאם זאפאזשניק - איך בין אליין דער שוסטער...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
א מענטש וואס שפירט ביי זיך אז זיין לעבען איז נישט אנגעפיהלט, ער לעבט אן צו נוצען זיין דערהויבענע לעכטיגע ברייטע ארגאן - זיין מח, און פון אנערקענען דער קטנות פון שיריים, קעדילעק''ס, פייערדיגע מצוה טענץ און 'אזא געשמאקע קאטשיניו' פרייטיג צו נאכט, איז ער אנגעקומען צו קלערען וועגען זיין גאנץ לעבען, איז טאקע אין געפאר. אבער דער עיקר וואס ער זוכט איז א טיפקייט אין לעבען. ממילא זוכט ער צו פארשטייען, אדער אפפרעגען, די נענסטע זאכען צו איהם. קודם כאסידעס, נאכדעם אידישקייט. און וויבאלד מ'האט א באגרעניצטע מח, און יעצט אין א מצב פון אומצופרידענהייט איז איהם שווער צו זעהן די צדדים קלאר, איז ער אויפ'ן גליטשיגע וועג צו כפירה ועוד.
אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן.
ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.
און טאמער זיין ארומלויפען וועט איהם אויסלערנען אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט. נו נו, וואס וועט שוין זיין? ער וועט טוהן מלאכה פאר רבינו תם וכשיטת הגאונים? ער וועט טרינקען מילעך אן א 'חלב ישראל' סטעמפל? ער וועט נישט גייען אין מקוה נאך די מצוה? מ'קען זיך אן עצה געבען מיט דעם אלס. קיין שייגעץ ווערט מען נישט דערפון, און מ'שטייט נאך העכער ווי סיי דער וואס איז אן אפיקורס געווארען פונ'ם זוכען צו טראכטען, און סיי דער וואס שטופט זיך נאך צו כאפען שיריים פונ'ם בשר ודגים וואס זיצט דארט בראש, אפילו מ'ווארט ערליכערהייט ביז צוויי און זיבעציג מינוט נאכ'ן שקיעה.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
כפארשטיי אז די עולם איז שוין קלאר מיט די אייגענע אמונה די שאלה איז נאר צו דו זאלסט לאזן דיי בחור׳ל טראכטן ווייל אפשר וועט ער פארפארן , האב איך גוט פארשטאנען ?
קאווע טרינקער : איך גיי נישט קיין שווארצע גלעזער וואולסטעך מיט מיר טרעפן ?
קאווע טרינקער : איך גיי נישט קיין שווארצע גלעזער וואולסטעך מיט מיר טרעפן ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
די ענטפער ליגט לכאורה אין מיין חתימה. דער רמב"ם פסק'נט אז מ'טאר נישט מעלה זיין על הלב א מחשבה וואס קען גורם זיין צו כפירה בה' אדער בתורתו. און אפילו ס'איז שווער, פאר א בעל תאוה איז מסתמא שווערער אדער פונקט אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון אנדערע סארט הרהורים.
(כ'האב נאר איין קושיא אויף דעם רמב"ם, איז דען די גאנצע חקירה און פילאזאפיע, לאמיר זאגן אפילו נאר די קושיות, עכ"פ זענען דאך לכאורה בגדר זה).

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מענטש וואס שפירט ביי זיך אז זיין לעבען איז נישט אנגעפיהלט, ער לעבט אן צו נוצען זיין דערהויבענע לעכטיגע ברייטע ארגאן - זיין מח, און פון אנערקענען דער קטנות פון שיריים, קעדילעק''ס, פייערדיגע מצוה טענץ און 'אזא געשמאקע קאטשיניו' פרייטיג צו נאכט, איז ער אנגעקומען צו קלערען וועגען זיין גאנץ לעבען, איז טאקע אין געפאר. אבער דער עיקר וואס ער זוכט איז א טיפקייט אין לעבען. ממילא זוכט ער צו פארשטייען, אדער אפפרעגען, די נענסטע זאכען צו איהם. קודם כאסידעס, נאכדעם אידישקייט. און וויבאלד מ'האט א באגרעניצטע מח, און יעצט אין א מצב פון אומצופרידענהייט איז איהם שווער צו זעהן די צדדים קלאר, איז ער אויפ'ן גליטשיגע וועג צו כפירה ועוד.
אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן.
ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.
און טאמער זיין ארומלויפען וועט איהם אויסלערנען אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט. נו נו, וואס וועט שוין זיין? ער וועט טוהן מלאכה פאר רבינו תם וכשיטת הגאונים? ער וועט טרינקען מילעך אן א 'חלב ישראל' סטעמפל? ער וועט נישט גייען אין מקוה נאך די מצוה? מ'קען זיך אן עצה געבען מיט דעם אלס. קיין שייגעץ ווערט מען נישט דערפון, און מ'שטייט נאך העכער ווי סיי דער וואס איז אן אפיקורס געווארען פונ'ם זוכען צו טראכטען, און סיי דער וואס שטופט זיך נאך צו כאפען שיריים פונ'ם בשר ודגים וואס זיצט דארט בראש, אפילו מ'ווארט ערליכערהייט ביז צוויי און זיבעציג מינוט נאכ'ן שקיעה.
חוץ פון ברענגען דיין טיפישע ליטווישע גארבעדזש, קענסטו אפשר מסביר זיין מיט וואס דו ביזט זיך מתייחס צו קאווע טרינקער'ס שאלה?!
נאכאמאל, א חסיד צוגלייך ווי א ליטוואק, וואס זיין מח טראכט און קען נישט זיין א נאר וואס גלייבט, מה יעשה הבן שלא יחטא ולא יחקור עד שיכפור או עד שיתעוררו אצלו שאלות וספיקות בענינים 'שמימיים' ווי די פריערדיגע חברה האבן דאס אנגערופן.
איך לדוגמא, לערן שעות רצופות בעיון טאג טעגליך, כ'האב נישט קיין אנונג וויאזוי דאס דארף מיר צו העלפן אפילו א ברעקעלע. און אז מ'רעדט שוין, די בעלאוני וואס די ליטאים האבן אויסגעבויט אז די תכלית פון א מענטש איז צו 'לערנען' [און נישט דער גדול תלמוד המביאו לידי 'מעשה', והמסתעף מזה], איז פילפאכיג ערגער ווי דער חסיד'ישער בעלאוני. ווייל ווען עס קראכט ביי די ליטווישע זענען די תוצאות צען מאל ערגער. עי' ערך ליטווישע או. טי. די.'ס וחילולי שבת וגידופי רבנים ביים לעיק, וד"ל.
דעת תורה האט געשריבן:די ענטפער ליגט לכאורה אין מיין חתימה. דער רמב"ם פסק'נט אז מ'טאר נישט מעלה זיין על הלב א מחשבה וואס קען גורם זיין צו כפירה בה' אדער בתורתו. און אפילו ס'איז שווער, פאר א בעל תאוה איז מסתמא שווערער אדער פונקט אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון אנדערע סארט הרהורים.
(כ'האב נאר איין קושיא אויף דעם רמב"ם, איז דען די גאנצע חקירה און פילאזאפיע, לאמיר זאגן אפילו נאר די קושיות, עכ"פ זענען דאך לכאורה בגדר זה).
און איך האב א פארקערטע קשיא, איז דען שייך צו געראטעוועט ווערן פון א מחשבה וכו', ער זוכט דען 'מעלה על הלב' צו זיין אזעלכע מחשבות?! די מחשבות יאגן אים אליינס נאך! איינער וואס לאזט זיין מח טראכטן שלא כמאמר הצדיק 'איך בין א נאר און איך גלייב', קען דען אויסהיטן געוויסע מחשבות און קשיות און ספיקות פון נולד ווערן במוחו? נאר איינער וואס זאג איך בין א נאר און איך גלייב, דערשרעקט זיך נישט פאר קיין שום שאלות, ווייל ער קומט מלכתחילה און לייגט ארויף א מח שלאס אויפן [אייזלס] מח.
אלא מאי, ביזטו מציע אז ווען אזעלכע מחשבות ווערן אים נולד מעצמן אין קאפ, זאל ער דעמאלס מקיים זיין דעם מאמר איך בין א נאר און איך גלייב. דאס העלפט אזויפיל וויפיל עס העלפט אים בנוגע די פשוט'ע סארט חקירות וואס דעמאלס איז אויך נישט לימד לשונו לומר איני יודע נאר כ'בין א נאר וכו'. והדרא קושיין לדוכתא, ואכתי צ"ע, וה' יאיר עיני וכו'.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ס'שפעט, דער רבי קומט שוין באלד מאכן קולות אויף קאפיטל ק"ז.
אקעי, פיפעל, ליסטען אפ, וואס איז די פלאן? זאל יעדער חכם עתיק/אטיק טוהן וואס זיין שפיציגע איי קיו דיקטירט איהם יענע סעקונדע?
מוז מען דינען דעם שכל פשוט ווייל עפעס א בעסערע גיידליין האבן מיר נישט (אר דאנט ווי)?
ווייסט דאך אז רוב מענטשן האלטן אז זיי זענען קלוגער פון רוב מענטשן...
אין חב"ד איז דא א 'סאם זאפאזשניק' מעשה, א גוי איז ארומגעגאנגען זוכן א קונה פאר א גע'גנב'טע פאר תפילין, טרעפט איהם א איד און פרעגט פון וואו האסטו דאס? זאגט דער גוי: סאם זאפאזשניק - איך בין אליין דער שוסטער...
ונבנתה העיר: איך ווייס נישט וועגן טראכטן. אבער איך האב געכאפט א לאכן אטאקע פון דעם "סאם זאפאזשניק" וויץ...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] אויב ער וועט געוואויר ווערן אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט וועט ער נישט בלויז אנהייבן צו טון א מלאכה פאר רבינו תם, נאר ער וועט אנהייבן טראכטן אז דער וואס האט אים געלערנט אז הלכה כרבינו תם האט אים פארנארט מיט נאך זאכן, ער וועט פארלירן זיין טראסט צו אלץ וואס מ'האט אים אויסגעלערנט און עווענטועל וועט ער אנהייבן צו האבן קשיות אויף דעם וואס מ'האט אין אים איינגעבאקן אז מיר זענען דער עם הנבחר, וכו' וכו', ובכן איז מרן ז''ל גערעכט מיט'ן זאגן מתחיל בשיריים ומסתיים בשמיים, און נישט ווי קאווע טרינקער איז שקיל וטרי בדבריו, נאר כפשוטו, ער פארציילט א ביטערן מציאות, דברים כהוויתן, און ווי רש''י לייגט עס שוין אראפ אין פרשת בחוקותי, לא למד, לא עשה, מואס באחרים העושים, שונא את החכמים, מונע את האחרים, כופר במצות, כופר בעיקר. אדער ווי דעם רמב''ם'ס דעסקריפשאן פון שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ, דאס איז א אומאפשטעלבארער ציקל וואס איינמאל מ'הייבט אן צו נוצן דעם אייגענעם שכל פארלירט מען קאנטראל איבער דעם מוח און מ'קומט אן צו אומפאראויסגעזעענע מסקנות.
וואס איז אלזא יא דער וועג? האב איך שוין געשריבן אויבן, אויב איז מען זיכער אז דאס וואס מיר גלייבן איז פעסט און שטאנדהאפטיג דאן איז נישט דא וואס מורא צו האבן, קיין שום רוחות שבעולם וועלן דאס נישט אוועקרירן, קיינער האט נישט מורא צו חוקר זיין אין היסטארישע באקאנטע פאקטן, עס איז אמת בכל אופן, אבער אויב איז דא א פחד אז מען וועט געוואויר ווערן אז עס טויג נישט דאן זענען מיר סייווי אויף גרויסע צרות און עס וועט נישט העלפן גארנישט נאר זיך צו באגראבן דעם קאפ אין זאמד און שרייען איך ווייס נישט איך בין א נאר און איך גלייב.
דער אמת איז אבער אז עס ווענדט זיך ווער עס פרעגט די שאלה, א יונגערמאן וואס קומט צום מורה דרך פרעגן אויב ער זאל זיך אריינלייגן אין חקירה איז פשוט אז עס איז נישט פאר אים, און ער זאל ענדערש מקיים זיין וואס דער רמב''ם שרייבט פאר'ן המון העם וטוב לו, ווידער דער וואס האט שוין מקיים געווען הציץ ונפגע האלט דאך אז ער ווייסט דעם אמת, דער פראבלעם איז אפשר פאר איינער וואס האט נאר געקוקט דא און דארט מיט'ן ריינעם ציל צו געוואויר ווערן דעם אמת'ן דעת תורה, און אזוי שפאצירנדיג האט ער בטעות באמערקט פארשידנס וואס איז אים מבלבל, ער קען קומען וויינען אז וואס טוט מען יעצט, אבער כאמור איז נישט פארהאן קיין פשוט'ע עצה, אפשר קען מען גיין צו אש התורה...
---
דער עולם האקט
וואס איז אלזא יא דער וועג? האב איך שוין געשריבן אויבן, אויב איז מען זיכער אז דאס וואס מיר גלייבן איז פעסט און שטאנדהאפטיג דאן איז נישט דא וואס מורא צו האבן, קיין שום רוחות שבעולם וועלן דאס נישט אוועקרירן, קיינער האט נישט מורא צו חוקר זיין אין היסטארישע באקאנטע פאקטן, עס איז אמת בכל אופן, אבער אויב איז דא א פחד אז מען וועט געוואויר ווערן אז עס טויג נישט דאן זענען מיר סייווי אויף גרויסע צרות און עס וועט נישט העלפן גארנישט נאר זיך צו באגראבן דעם קאפ אין זאמד און שרייען איך ווייס נישט איך בין א נאר און איך גלייב.
דער אמת איז אבער אז עס ווענדט זיך ווער עס פרעגט די שאלה, א יונגערמאן וואס קומט צום מורה דרך פרעגן אויב ער זאל זיך אריינלייגן אין חקירה איז פשוט אז עס איז נישט פאר אים, און ער זאל ענדערש מקיים זיין וואס דער רמב''ם שרייבט פאר'ן המון העם וטוב לו, ווידער דער וואס האט שוין מקיים געווען הציץ ונפגע האלט דאך אז ער ווייסט דעם אמת, דער פראבלעם איז אפשר פאר איינער וואס האט נאר געקוקט דא און דארט מיט'ן ריינעם ציל צו געוואויר ווערן דעם אמת'ן דעת תורה, און אזוי שפאצירנדיג האט ער בטעות באמערקט פארשידנס וואס איז אים מבלבל, ער קען קומען וויינען אז וואס טוט מען יעצט, אבער כאמור איז נישט פארהאן קיין פשוט'ע עצה, אפשר קען מען גיין צו אש התורה...
---
דער עולם האקט
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
וואו!
איך האב געמיינט צו זאגען אז וואס ס'נויגט אויפ'ן אמת איז אז זיין קאפ שטימט נישט מיט וואס ער טוט. נישט דער ספעציפישע שאלה נויגט איהם, נאר דער כלליות פון לאזען זיין קאפ ליידיג. דעריבער טאמער ער נוצט עס אן צו פארקריכען, נישט מיט'ן 'לערנען רצופות' נאר מיט'ן טראכטען טיף, קען ער פיהלען אז זיין קאפ איז אין קראפט אן צו דארפען אונטערגראבען זיין לעבען.
איך האב געמיינט צו זאגען אז וואס ס'נויגט אויפ'ן אמת איז אז זיין קאפ שטימט נישט מיט וואס ער טוט. נישט דער ספעציפישע שאלה נויגט איהם, נאר דער כלליות פון לאזען זיין קאפ ליידיג. דעריבער טאמער ער נוצט עס אן צו פארקריכען, נישט מיט'ן 'לערנען רצופות' נאר מיט'ן טראכטען טיף, קען ער פיהלען אז זיין קאפ איז אין קראפט אן צו דארפען אונטערגראבען זיין לעבען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מיימון האט געשריבן: דער פראבלעם איז אפשר פאר איינער וואס האט נאר געקוקט דא און דארט מיט'ן ריינעם ציל צו געוואויר ווערן דעם אמת'ן דעת תורה, און אזוי שפאצירנדיג האט ער בטעות באמערקט פארשידנס וואס איז אים מבלבל, ער קען קומען וויינען אז וואס טוט מען יעצט, אבער כאמור איז נישט פארהאן קיין פשוט'ע עצה, אפשר קען מען גיין צו אש התורה...
פאר אזא אינגערמאן איז דא א פשוטע עצה פון רבי רבי רבי אלימלך, ווי נאר די מחשבות פאנגן אן מבלבל זיין זאגט מען הכנעני החתי אמורי והפרזי וכו' און אלעס פליט אוועק. אויב עס ארבעט נישט איז פשט אז דער אינגערמאן איז מפקפק אויף אין דעם עצם סגולה ברויך ער זאגן אויף דעם אליין הכנעני החתי והאמורי הפרזי וכו'.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואו!
איך האב געמיינט צו זאגען אז וואס ס'נויגט אויפ'ן אמת איז אז זיין קאפ שטימט נישט מיט וואס ער טוט. נישט דער ספעציפישע שאלה נויגט איהם, נאר דער כלליות פון לאזען זיין קאפ ליידיג. דעריבער טאמער ער נוצט עס אן צו פארקריכען, נישט מיט'ן 'לערנען רצופות' נאר מיט'ן טראכטען טיף, קען ער פיהלען אז זיין קאפ איז אין קראפט אן צו דארפען אונטערגראבען זיין לעבען.
מ'זעט אז דו טראכסט טיף.
אפשר ביזטו מסביר וויאזוי מ'ליינט אזעלכע ווערטער ווי
און יעצט צוריק לענינינו, נאכן לערנען בעיון, טראכטן בעיון, און דערגרינטעוון נושאים כראוי וכיאות, ווערן נישט זאכן גרינגער [אפשר שווערער].אדנירם האט געשריבן:איך לדוגמא, לערן שעות רצופות בעיון טאג טעגליך, כ'האב נישט קיין אנונג וויאזוי דאס דארף מיר צו העלפן אפילו א ברעקעלע.
[tag]מיימון[/tag], דיין טענה איז שוין אפגעפרעגט געווארן פריער, ענטפער אויף די פירכות.
איך קום אפילו מיט דיר, מ'הייבט אן מיטן געדאנק אז געוויסע נושאים זענען אמת ויציב ונכון. למעשה גערעדט, גיי ווייס וואו ער גייט אנקומען מיט זיינע חקירות, צופעליג, צו ליינענדיג צו א בליץ מחשבה וואס פליט אריין אין קאפ.
ביזטו דאן מציע צו האקן קאפ אין וואנט און זאגן, אז שאני הכא שצריך לומר כ'בין א נאר און איך גלייב?!
נאכאמאל, כ'גיי מיט דיין יסוד. דיין יסוד העלפט נאר אויף לכתחילה, נישט אויף למעשה. ודו"ק.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
נאך איין מאל פראבירען ארויסצוברענגען מיין נקודה.
איך האב שוין געשריבען ערגעץ דא. איך האב באקומען אין אישי אמאל פון איינער וואס האלט ביים אפלאזען זיין משפחה מחמת קשיא'ס אין אמונה און ער האט געבעטען מייל הילף צו איך קען איהם ענטפערען זיין קשיא'ס (נאכ'ן זעהן אז איך האב געשריבען אינ'ם אשכול וועגען הרב גדליה נדל זצ''ל). איך האב מורא געהאט זיך אריינצולאזען און איך האב געפרעגט מיין רבי'ן. ווי ער הערט דער שאלה נעמט ער זיך דרשנ'ען 'דער יונגערמאן האט זיכער געלערנט אין א גרויסע ישיבה ווי קיינער האט איהם נישט אנגעקוקט, קיינער האט זיך נישט געקימער'ט מיט איהם און זיין לעבען. דעריבער רעדט ער זיך איין ער האט קשיא'ס. ער איז אומבאקוועם פון א געזעלשאפט וואס האט איהם דערדרוקט. שרייב צו איהם אין לערנען, ווייז איהם אז זיין דעה איז יא וויכטיג, אז ער איז אויך א מענטש, ווערט פארשוואונדען די אלע קשיא'ס'. למעשה איז יענער אנטלאפען אבער די ווערטער האבען ביי מיר גע'עפענט א וועג פון טראכטען.
דער מענטש ארט נישט צו ס'איז דא א גאט, צו וואס דער רמב''ם צו רש''י האלטען פון התגשמות. איהם ארט אז זיין קאפ זאל ווערען גערעכענט און געשעצט ביי זיך, איהם פעלט אז ער פיהלט זיך ליידיג ווייל ער טראכט נישט מיט די זעלבע כח וואס האבען א קאפ פארלאנגט.
דעריבער איז לערנען בעיון אן עצה.

הלואי זאל איך נישט נאכאמאל דארפן זיין דער וואס ענטפערט אפ, אבער ההכרח לא יגונה.
קודם כל, דער יונגערמאן וואס האט דיר געפרעגט זיינע קשיות, דיין רבי האט דיר געגעבן גאר א שפיציגע עצה וויאזוי צו דיעלן מיט אים, און 'למעשה איז יענער אנטלאפן'. וויל איך נאר וויסן, צו ער איז אנטלאפן נאך בעפאר דו האסט אנגעהויבן רעדן מיט אים אין לערנען, אדער גאר נאכדעם. אזוי אויך, צו דו האסט מברר געווען ביי יענעם אז ער האט טאקע נישט גענוג זעלבסט ווירדע וכו' וואס דיין רבי האט גע'דרשנ'ט אויף יענעמ'ס חשבון ברוב חכמתו לחקור ולהבין דעות בני אדם.
און יעצט, זוך איך צו פארשטיין איין נקודה. דו לייקנסט אין דעם, אז געלונגענע מענטשן, טיפע קעפ, וואס האבן גענוג זעלבסט זיכערקייט און זעלבסט ווירדע, באקומען עטענשאן פון יעדן ארום זיך - אפילו אויף זייער לערנען, קענען האבן ערנסטע קשיות בבורא ית"ש?! דו לייקנסט פאקטן, אדער דו ווייסט זיי פשוט נישט?!
איך אין דיין פלאץ, וואלט שוין קיין גרויס זעלבסט זיכערקייט נישט געהאט. דו רעדסט על חשבון אחרים כאדם העושה בתוך שלו. איך קען מענטשן פון די נאנט, וואס האבן גע'חקר'נט און פארקראכן, שוין נאכדעם וואס זיי האבן געלערנט, און טאקע טיף געלערנט, און טיף געטראכט, און באקומען כבוד פון אלע זייערע ארומיגע [איינע פון זיי איז שוין כמה פעמים דערמאנט געווארן אין קאווע שטיבל].