"דו" "ביסט" "יא"!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

"דו" "ביסט" "יא"!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעדער פון אונז ווייסט כאטש פון איינעם וואס איז בא'עול'ט געווארן דורך זיינע עלטערן מיט די שידוך וואס זיי האבן אים איינגעשפארט. כאטש ס'איז שווער צו באשולדיגן די עלטערן, וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל גלוי וידוע אז עלטערן מיינען נאר גוטס, נאר מתוקף הגלות, די גלות פון איד X וואס טוט אלץ צו געפעלן פאר איד Y וואס טוט אלץ צו געפעלן פאר איד X וחוזר חלילה, הוא בעוכרינו ה"י. און צווייטענס, אז אונז פלאנען נישט צו טוהן עפעס בעסער פאר אונזערע קינדער, וואס'זשע ווילסטו פון דיינע עלטערן.

ווי אותו מעשה שהיה, א זוהן, אליינס א טאטע פון קינדער, האט געקלאגט זיין טאטע אין געריכט פארוואס ער האט אים געבוירן! – דער שופט האט דן געווען למיתה דעם זוהן און נישט די טאטע. ונימוקו עמו: די טאטע האט געמעגט האבן קינדער, ווייל ער האלט אז ס'איז גוט אזוי, והראיה, ער אליינס האט נישט קיין טענות אויף זיין טאטע, אבער דו, דו האלסט דאך אז ס'איז אן עולה, וויאזוי האסטו געמעגט האבן קינדער?

א דריטע סיבה איז גילטיג אין געוויסע פעלער, ס'פארהאנען פסיכאלאגישע מחלות וואס קלאפן אויס דוקא בין איש לאשתו, און נישט בין אשה להוריה וחברותיה, ממילא איז כמעט אוממעגליך געווען פאר א פשוטע מענטש צו וויסן וואס גייט אלץ אויסקלאפן נאך דעם יום אפריון. און צומאל, ביז מ'כאפט דעם מחלה ביים נאמען איז שוין דא דורות ישרים ומבורכים...

צוריק צום ענין. ס'איז מיר שוין אויסגעקומען צו רעדן פנים אל פנים מיט אינגעלייט וואס האבן פעסער טרערן באהאלטען אונטערן אויגן. איך רעדט פון פעלער וואס א "גט" איז נישט דאס בעסטע וועג ארויס. ס'זאגט זיך גרינג: גט זיך! אבער צווישען די פעלער וואו איך בין גערופן געווארן פאר הילף זענען געווען אזעלכע וואס א גט וואלט געמיינט אז די קינדער ווערן קאלעכיגע יתומים, פון טאטען און פון מאמען.

איין באשעפער ווייסט וואס גייט פאר, און וויפיל חיזוק מ'פראבירט צו געבן פאר די אינגעלייט איז נישט גענוג. וויבאלד ס'איז דאך א בושה אז מ'איז אריינגעפאלען, מאכט זיך נישט קיין שבתון'ס און גרילל'ס, ממילא עסט מען זיך דאס געזונט.

ממש לעצטענס איז א באקאנטע מיינע אוועקגעפאלן – הצלה האט באשטעטיגט אז דאס איז א קליינע הארץ אטאקעלע. זיין נערווען קראנקע פרוי, האט גוט געוואוסט אז בשלה הצרה הזאת, אזוי ווייט האט זי געפילט גילטי, אז זי האט זיך נישט געקענט זעהן גיין באזוכן איר מאן אין שפיטאל די ערשטע פאר טעג...

פארוואס דער אינגערמאן איז בכלל אהיים געגאנגען? א גוטע קשיא. ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

בכל אופן, איינע פון די חיזוק-מעטאדן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין תועלת'דיג – כאטש מ'דארף דאס נאכאנאנד אויפפרישען, איז, אז דער מענטש דארף זיין אביסל selfish – ער דארף לעבן מיט א "בשבילי נברא העולם". געווענליך ווערן שלום בית וויקטים'ס צושאסען און צוקלאפט ביי זיך, זיי זעען "זיך" פאר א דורכפאל, צומאל קענען זיי זיך זעלבסט באשולדיגן ווי כאילו ווען זיי וואלטן ווען געטוהן עפעס אביסל פריער, אדער אויב זיי וואלטן ווען געטוהן אזוי צו אזוי, וואלט געווען בעסער.

זיי קוקן אן חברים וואס האבן יא שלום בית, ווי ס'וואלט ווען געווען בלויז די קרעדיט פאר די חברים, וואס טויגן צו אויספארעמען זייערע ווייבער לויט זייער באגער – ס'אמת אז ס'דא אזא זאך, אבער ס'אויך נאר שייך ווען די בת זוג איז א "יש". און דאס צוקלאפט זיי מער און מער, ביז זיי ווערן טיף דיפרעסט, אויף אזוי ווייט – פארציילט מיר א וויקטים, וואס קען הערליך חזנ'עצען, אז זיי צוקלאפקייט איז אזוי גרויס, אז ער האט אויפגעהערט צו גלייבן אז ער קען באמת דאווענען שיין, און ער מיינט אז אלע וואס קאמפלימענטירען אים מיינען חוזק צו מאכן.

ס'ממש א שאד אז גוטע פיינע און אפילו קלוגע מענטשן, ווערן צוקלאפט און דיפרעסט, אלץ וועגן זיי רעדן זיך איין אז "זיי זעלבסט" זענען די דורכפאל, ווען אין תוך זענען זיי גארנישט שולדיג, און זיי בלייבן ווייטער – קיין חילוק ווי משוגע זייער בני בית איז – גוט פיין און קלוג, באליבט און וויכטיג.

וועגן דעם איז זייער וויכטיג, א מענטש זאל זיך קוקן אין שפיגעל און זאגן: איך, לייבוש בן אריה, בין א נארמאלע מענטש, איך בין געלונגען אין הינזיכט פון שרייבן, זינגען, רעדן, לערנען, איך בין ווערד געלט, מיין ביזנעס איז סוקסעספעל א דאנק מיין ארבעט, איך האב חברים, און חברים האבן מיך יא ליב, איך בין א גוטע טאטע צו מיינע קינדער, און א געטרייע זוהן צו מיינע עלטערן, מיינע קינדער האבן מיר ליב, און איך האב זיי ליב, איך בין ווערד פאר מיין משפחה, חברים, און קהילה, גארנישט איז שלעכט מיט מיר, איך האב גוטע מדות, איך בין שטאלץ מיט מיר!

געשריבן מיט טרערן אין אויגן לכבודו פון א חשובע ניק וואס האט פארלאזט טרערן אויף מיין שויס פארגאנגענעם ליל שישי.
Under influence
[NAMELESS]

Re: "דו" "ביסט" "יא"!

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר דארפן באדאנקן @קאווע טרינקער 'ס נייע אננאמיגע חבר, בזכותו האבן מיר שוין באקומען ביזדערווייל צוויי געשמאקע אשכולות, כה לחי, אפשר שמועסטו נאך אביסל,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך בעהט יעדעם צו לייקן, כדי מ'זאל נישט קענען כאפן ווער יענע ניק איז..
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:און צווייטענס, אז אונז פלאנען נישט צו טוהן עפעס בעסער פאר אונזערע קינדער, וואס'זשע ווילסטו פון דיינע עלטערן.

מיט די איינע זאך וויל איך אביסל דיסעגריען, אבל אכמ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:און צווייטענס, אז אונז פלאנען נישט צו טוהן עפעס בעסער פאר אונזערע קינדער, וואס'זשע ווילסטו פון דיינע עלטערן.

מיט די איינע זאך וויל איך אביסל דיסעגריען, אבל אכמ"ל.

הא לן, והא להו...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מ'דארף זיך מחזק זיין.
Under influence
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

לדעתי, דארף דער דורךשניטליכער איד פון די יאהרען 35 און העכער גרויס חיזוק און עמאציענעלער סאפפארט. דאס עול פון חינוך הבנים והבנות, שלום בית, שידוכים, תורה תפילה און רוחניות, נסיונות, ועל כולם דעקן דאס באדזשעט וואס קאסט פאר אידישע פאמיליע (בערך 200,000 דאללער פער יאהר נעט אינקאם) איז עלול אריין צולייגען דעם איד אין א לחץ און ענקסייעטי וכדו׳
ווער עס האט אן עצה (אויסער דאס סם וואס רופט זיך פסייקיעטריק דראגגס) זאל מוחל זיין און שרייבען.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איינער פון די עצות זענען אז דער עולם זאל ווייניגער האלטן פאר א סוד וואס טוהט זיך ביי זיי אין פינאנץ. מ'מאַכט די גרעסטע סוד ווען איינער פרעגט אן איינער וויפיל ער פארדינט. ווען יעדער וואלט געוויסט ווי באנקראט רוב עולם באמת איז וואלטן סטאנדארטן געפאלן. אדער וואלטן אינגעלייט פון די צוואנציג ביז דרייסיג געקענט פאראויס זעהן וואס קומט און אנטשטאט גיין אין קאנטרי אדער וואקאציע וואלטן זיי זיך געקענט צוגרייטן אויף עקספענסעס שפעטער אין לעבן און אזוי ווייטער.

איך פארשטיי אז ס'דא לעגיטימע סיבות צו האלטן זאכן בסוד. אבער מ'דארף ערענסט מאכן א חשבון צו ס'איז יצר שכרו בהפסדו. האלטן סודות פארבלענדעט יעדעם'ס אויגן אזוי אז די עולם לעבט אין א חלום מיינענדיג אז יענער האט יא. און ממילא מיז ער אויך.

די זעלבע איז ווען מ'איז חלילה נישט געזונט. אסאך מאל האלטן פאר א סוד קען שטארק שאטן.

אין ביי אלע פעלער איז א שאד צו האלטן א סוד באופן ווען די גאס ווערט עווענטועל סייווי געוואר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי, דארף דער דורךשניטליכער איד פון די יאהרען 35 און העכער גרויס חיזוק און עמאציענעלער סאפפארט. דאס עול פון חינוך הבנים והבנות, שלום בית, שידוכים, תורה תפילה און רוחניות, נסיונות, ועל כולם דעקן דאס באדזשעט וואס קאסט פאר אידישע פאמיליע (בערך 200,000 דאללער פער יאהר נעט אינקאם) איז עלול אריין צולייגען דעם איד אין א לחץ און ענקסייעטי וכדו׳
ווער עס האט אן עצה (אויסער דאס סם וואס רופט זיך פסייקיעטריק דראגגס) זאל מוחל זיין און שרייבען.


פסייקיעטריק דראוגס איז נישט קיין סם, פון ווי ווייס איך? ווייל הונדרעטער מיליאנען מענטשען אויף די וועלט נעמען דאס און זיי זענען נישט געשטארבן דערפון, פארקערט זיי זענען געהאלפן געווארן דערפון.

א מעדיצין וואס העלפט פאר מיליאנען מענטשען אנגיין מיטן טאג און זיך ספראווענען מיט עמאציאנלע ענקזייעטי גייט אבסולאטלי נישט אריין אין די קאטיגאריע פון ״סם״ ספעציעל ווען סאיז נישט קיין שעדליכע דראוגס ווי ״פעין קיללערס״ און ״אפיאטעס״ ווי איז יא שטארק שעדליך און זייער שלעכט פאר די גוף. און אז מ׳ווערט אדיקטעט צודעם איז פונקט ווי זיך אליינס גראבן דעם קבר, רוב מענטשען מישן אויס די צוויי דראוגס. סאיז ווייט נישט די זעלבע זאך.

א געוונטליכע דאזע פון אנטי-דעפרעסיע מעדיקעישאון (SSRI) איז נישט עק וועלט פאר די מענשטען וואס דארפן עס, און עס איז שוין העכסט צייט אראפצונעמען די נערישע ׳אלטמאדישע סטיגמא׳ פון דעם.

אין מאנסי-וויזניץ איז פארהאנען א אינטערסאנטע איד׳ל, א לאנג-יעריגע פסייקעטריסט ר׳ גדעון שווארץ, וואס זאגט אייביג, האלב פון ביהמ״ד איז אויף ״אנטי דיפרעסיע״ די אנדערע האלב וואלטן עס אויך געדארפט נעמען....

רוב באשעפענישן אויף די וועלט באקומען צו ווייניג פון די סחורה... זיי ווערן אזוי געבוירן!

פארשטייט זיך אז מ׳דארף עס גרונטליך דורכרעדן מיט פארפעישאונעל דאקטורים, און יעדע מענטש און יעדע פאלל קען זיין אנדערש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

אוודאי האט עס א נוצען, אבער עס איז דא א ריזיקע ביזנס אינטערעס און מעכטיגער מארקעטינג אפאראט פון די פארמאסוטיקעל קאמפאניס וואס טוען דאס שטופען אויף דאקטורים צו פאר שרייבען און פאציענטען. רוב פאציענטען קענען פארבעסערן זייער מצב מיט פסייקאטעראפי, און בעיסיק הילף פונעם קאממיוניטי.
דאס זעלבע איז מיט ריטעלין און אנדערע קינדער מעדס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

קורקלענד האט געשריבן:איינער פון די עצות זענען אז דער עולם זאל ווייניגער האלטן פאר א סוד וואס טוהט זיך ביי זיי אין פינאנץ. מ'מאַכט די גרעסטע סוד ווען איינער פרעגט אן איינער וויפיל ער פארדינט. ווען יעדער וואלט געוויסט ווי באנקראט רוב עולם באמת איז וואלטן סטאנדארטן געפאלן. אדער וואלטן אינגעלייט פון די צוואנציג ביז דרייסיג געקענט פאראויס זעהן וואס קומט און אנטשטאט גיין אין קאנטרי אדער וואקאציע וואלטן זיי זיך געקענט צוגרייטן אויף עקספענסעס שפעטער אין לעבן און אזוי ווייטער.

איך פארשטיי אז ס'דא לעגיטימע סיבות צו האלטן זאכן בסוד. אבער מ'דארף ערענסט מאכן א חשבון צו ס'איז יצר שכרו בהפסדו. האלטן סודות פארבלענדעט יעדעם'ס אויגן אזוי אז די עולם לעבט אין א חלום מיינענדיג אז יענער האט יא. און ממילא מיז ער אויך.

די זעלבע איז ווען מ'איז חלילה נישט געזונט. אסאך מאל האלטן פאר א סוד קען שטארק שאטן.

אין ביי אלע פעלער איז א שאד צו האלטן א סוד באופן ווען די גאס ווערט עווענטועל סייווי געוואר.

מהאט דאך אבער מורא פון די מחותנים און פון די פאטענציאלע מחתנת׳טע. מה יאמרו אז איך וועל נישט קויפמן פאר מיין חתן א זילבערנע חלה מעסער מיט א חלה באארד לכבוד שבת שליססעל חלה :oops:
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:אוודאי האט עס א נוצען, אבער עס איז דא א ריזיקע ביזנס אינטערעס און מעכטיגער מארקעטינג אפאראט פון די פארמאסוטיקעל קאמפאניס וואס טוען דאס שטופען אויף דאקטורים צו פאר שרייבען און פאציענטען. רוב פאציענטען קענען פארבעסערן זייער מצב מיט פסייקאטעראפי, און בעיסיק הילף פונעם קאממיוניטי.
דאס זעלבע איז מיט ריטעלין און אנדערע קינדער מעדס.


יא אוואדי איז דא א ביזנעס אינטערעס אין דעם, אבער רוב מענשטען וואס דאקטוירם טראגן אן צונעמען אנטי-דיפרעסע דארפן עס וויכטיג האבן צולעבן און סאיז ווייט נישט קיין סם ווי דו טוסט פארשאלגן, ריטעלין איז א ADD מעדיקעישאון, אויך נישט עק וועלט.

די איינציגסטע אמתע פראבלעם איז מיט ״פעין קיללערס״ דעס איז טאקע סם המות...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אפגעזען ווי שעדליך די פילן זענען און צו ס'הארגעט יא אדער נישט איז עס אויך נאר א בדיעבד ווען די שמועס איז אז ווען מ'וואלט געקענט אוועקנעמען די לחץ און פרעשור זעלבסט ווי איידער צו שטאפן פילן עס קענען איגנארירן.

אפי' די פילן זענען נישט ממית זענען זיי דאך אדיקטיוו און מענטשן הייבן זיך אן צוצוגעוויינען צו האנדלען מיט פרעשור דורך זיך אנשטאפן מיט פילן. און אז די פרעשור ווערט גרעסער גייט מען אויף א גרעסערע דאזע. עס וואלט געווען אסאך בעסער ווען ס'וואלט געווען אסאך א גרעסערע פובליק אווערנעס אז רוב פון די היינטיגע סטאנדארטן וואס מאכן פרעשור זענען נישט און די אינטערעסע פון די הצלחה פונעם מענטש און וואס פאר א חורבן זיי ברענגען אויף אונזער סאסייאיטי. ווען ס'וואלט געווען ווינציגער סודות ביי יעדן און ס'וואלט מער געלעגן אויפן טיש וואלטן מענטשן בעסער פארשטאנען. אזוי רעדט זיך יעדער איין אז זיי זענען אנדערש.

פארשטייט זיך אז פלענטי מאל ווען מען פאלט אריין אין א מצב און די דאקטוירים הייסן און פארשרייבן די פילן דארף מען פאלגן. אבער מיט די פילן צוזאמען דארף מען ארבייטן אויף זיך (ווען מעגליך) זיך צו שטארקן און אראפגיין. ווי אויף צו פרייסן די פרעשור אז מען זאל דאס קענען טאלערירן אין מינימיזירן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד
אנטשולדיגט מיר, דיין תגובה איז אבי גערעדט...
זייער ווייניג מענטשען גייען ארויף מיט די דאזע. סאיז נישט עק וועלט צו נעמען אנטי דיפרעסיע, סגעשעט גארנישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת: איר זענט אנטשולדיגט אבער איך האלט וואס איך האב געשריבן ווייל אין געוויסע פעלער האב איך עס אליין צוגעזען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תורה ומדע האט געשריבן:אוודאי האט עס א נוצען, אבער עס איז דא א ריזיקע ביזנס אינטערעס און מעכטיגער מארקעטינג אפאראט פון די פארמאסוטיקעל קאמפאניס וואס טוען דאס שטופען אויף דאקטורים צו פאר שרייבען און פאציענטען. רוב פאציענטען קענען פארבעסערן זייער מצב מיט פסייקאטעראפי, און בעיסיק הילף פונעם קאממיוניטי.
דאס זעלבע איז מיט ריטעלין און אנדערע קינדער מעדס.


פאקט איז אנטי-דעפרעסענטס, מאוד סטעיבילייזערס, ריטעלין וכו' האבן אן עפעקט, און מ'פארלאזט זיך נישט נאר אויף די מעכטיגע מארקאטינג. היינט צוטאגס איז כמעט נישט קיין איין פראפעשינעל וואס איגנארירט די מעלה פון מעדיקעשאן. מ'דארף נישט גלייבן קיינעם, אז איינער שלינגט פילט ער עס אליינס, למחצה לשליש ולרביע ,אמאל פריער אמאל שפעטער, אויב דער מעדיקעשאן ארבעט נישט גענוג גוט איז א צווייטער בעסער, אווער אלל ארבעט עס.

אבער די שטערקסטע מעלה איז ווען מ'ניצט עס אלס א סאפלעמענט צו סייקאטעראפי. טעראפי ארבעט געוואלדיג, אבער פארוואס דארף א מענטש וואס מוטשעט זיך נישט קענען האבן אביסעל ריליעף ביז ער קריכט ארויס פון טעראפי. און בכלל נישט אייביג איז טעראפי א גאנצע היילונג, ס'איז אויך נאר למחצי לשליש ולרביע און ס'קען אויך נעמען א לאנגע צייט.

וואס איז די משוגעת נישט צו נעמען מעדיקעישאן? נאר סטיגמא אדער זאלבסט נישט זיכערקייט. למעשה העלפט עס און ווען ס'איז קאמביינט מיט טעראפי ע"פ רוב קומט מען ערגעץ אן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

נו וואס ווילט איהר מען זאלל לייגען דעם גאנצען עולם אויף דראגס? דער עולם דארף עערנסט הילף איו קענען דשאגגלען דאס לעבען!
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מ'רעדט דברי חיזוק... דרייט מען אוועק די אשכול מיט דראגס.
Under influence
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Anything that works is good
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

אזוי גייט עס מיט די היינטיגע וועלט אנשטאט צו ארבעטן מיט א טעראפיסט צו לייזן די פראבלעם נעמט מען די גרינגע וועג ארויס און מ'שטאפט זיך אן מיט פילן און דראגס. כ'בין לעצטענס אקעגן געקומען א באריכט וואס לויטעט אז רוב דראג עדיקט'ס האבן אנגעפאנגען מיט א פריסקריפשען.
לא באתי לנצח (שולי)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די 'מעדיקעישאן' ווי ס'רופט זיך האבן אויך ניצוצות, און מ'דארף זיי מעלה זיין. ביי דע וועי, איך נעם אויך פון די סארט צוקערלאך און זעסט דאך אז איך שעם מיך נישט מיט דעם....

-------------------
איינער וויל זיך אפשר משדך זיין מיט מיר??
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תנחום האט געשריבן:אזוי גייט עס מיט די היינטיגע וועלט אנשטאט צו ארבעטן מיט א טעראפיסט צו לייזן די פראבלעם נעמט מען די גרינגע וועג ארויס און מ'שטאפט זיך אן מיט פילן און דראגס. כ'בין לעצטענס אקעגן געקומען א באריכט וואס לויטעט אז רוב דראג עדיקט'ס האבן אנגעפאנגען מיט א פריסקריפשען.


און די אלע מיליאנען וואס זענען רוהיגערהייט געשטארבן מיתה נשיקה פון יעלא פיווער און אינפקשאנס פאר די לעצטע טויזענטע יאר האבן ב"ה פארמיטען די "היינטיגע וועלט" פון שעדליכע קאמפליקאציעס פון נעמען פריסקריפשאן דראגס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'רעדט דברי חיזוק... דרייט מען אוועק די אשכול מיט דראגס.

אדרבה איך אדוואקיר פאר דברי חיזוק און תיקונים אינעם געזעלשאפט כדי נישט צו צוקומען צום דאזיקען מצב וואס א גרויסער עולם איז נעביך אויף די אללע מוח דראגגס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
פארשפארט