בטחון לעומת השתדלות
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
בטחון לעומת השתדלות
ענין הבטחון זעט אויס צו זיין א סתירה מוחלטת מיט השתדלות, ווייל אויב האב איך בטחון אז וואס השי"ת וויל דאס וועט זיין און אלעס איז שוין באשטימט, מזונותיו של אדם קצובות לו מראש השנה ועד ראש השנה, ארבעים יום קודם יצירת הולד כו', וואסערע סיבה האט ער צו גיין ארבעטן? וואספארא סיבה האט ער צו זוכן א שידוך? אזוי אויך ביי יעדע דבר קטן וגדול וואס א מענטש טוט אפי' די פעולה פון זיך אויפהייבען נעמען עפעס, פארוואס זאל ער נישט זאגן אויב דער אייבערשטער וויל אז יענע זאך פון שאפע זאל איך האבן וועט עס שוין ווער צוברענגען צו מיר. איז דען די השתדלות עפעס א מצוה וואס מדארף טוען בקבלת עול ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסען מיט בזיעת אפך תאכל לחם?
אבער דוכט זיך אז בזיעת אפך תאכל לחם איז נישט פון די תרי"ג מצוות, און אויך איז די מצווה פון בזיעת אפך נישט פון די ז' מצוות בני נח, און מיר רעדן נישט דא יעצט וועגן דעם ענין צו א מענטשנ'ס פעולות זענען מוכרח צי נישט, וואס דאס האט א שייכות מיט די חקירה פון ידיעה מיט בחירה, מיר גייען דא מיט די הנחה אז אלע פעולות פון א מענטשן זענען ביזמתו און ער איז בבחירתו מחליט עס צו טוען, מיר האלטן א טריט ווייטער לגבי תוצאה וואס איז זיכער נישט בידו, למשל מאכן א ביזנעס דיעל ער זאל מאכן געלט ער ווייסט דען צו עס גייט געלונגען, נאר וואס דען, ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, איי אז דו פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן וואס דאפסטו זיך בכלל אריינלאזן אין דעם עסק?
נאך א זאך, ווי ס'זעט מיר אויס איז בטחון איז נישט עפעס א מדה וואס שטייט אין מוסר ספרים וואס מדארף אויף דעם ארבעטן, נאר אפי' איינער וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן אינ'ם טאג טעגליכן לעבן מוז ער אויך בהכרח צוקומען צו בטחון, ד.ה. ער מוז לעבן מיט דעם אז נישט אלעס איז תחת שליטתו, ס'איז צוויי מדות וואס א מענטש דארף בהכרח האבן, אבער אז מ'טראכט אריין איז איינס א סתירה צום צווייטן און מ'דארף לעבן מיט דעם בדרך רצוא ושוב, בקיצור וואס כ'מיין דא ארויסצוברענגען איז, אז בטחון און השתדלות איז א סתירה מוחלטת, און לכאורה איז דאס א חלק פון די קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם אז מ'זאל נישט האבן קיין שלימות'דיגע בטחון ממילא וועט דער מענטש אליינס שפירן א צורך צו גיין ארבעטן, און ביינאכט ווען ער קומט אהיים זאל ער זיך מתבונן זיין אז דאס וואס דארף עם קומען וועט עם קומען בכל אופן,
כן נלע"ד בעזרת החונן לאדם דעת.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלואי קען איך מסכים זיין אפילו א כלשהו צו דיינע ווערטער [אפשר א כלשהו יא].
אין קורצע ווערטער, קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס ס'קען נישט זיין אז דער באשעפער וויל אונז זאלן מאכן דאס מערסטע השתדלות שייך, און דאס איבעריגע ליגט שוין נישט בידינו, און דערפאר געבט דאס דער באשעפער?!
מהיכן דנתני, אז א פעולה ווי השתדלות מוז זיין א מצוה כדי צו בארעכטיגן איר פעולה. אויב ס'איז נישט קיין מצוה קען נישט זיין אז טבע הטביע הקב"ה בעולמו אז מיר מוזן זיך מוטשענען כדרך הטבע פאר פרנסה [אז דו ווילסט, רוף דעם 'בזיעת אפך תאכל לחם' א טבע שהטביע הקב"ה בעולם]?
איך זע דערווייל נישט קיין שום סתירה צווישן בטחון מוחלט בה' אז רצונו בכך איך זאל משתדל זיין דאס מערסטע אין מיין באזיץ, והשאר יהא מוטל על חשבונו.
אין קורצע ווערטער, קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס ס'קען נישט זיין אז דער באשעפער וויל אונז זאלן מאכן דאס מערסטע השתדלות שייך, און דאס איבעריגע ליגט שוין נישט בידינו, און דערפאר געבט דאס דער באשעפער?!
מהיכן דנתני, אז א פעולה ווי השתדלות מוז זיין א מצוה כדי צו בארעכטיגן איר פעולה. אויב ס'איז נישט קיין מצוה קען נישט זיין אז טבע הטביע הקב"ה בעולמו אז מיר מוזן זיך מוטשענען כדרך הטבע פאר פרנסה [אז דו ווילסט, רוף דעם 'בזיעת אפך תאכל לחם' א טבע שהטביע הקב"ה בעולם]?
איך זע דערווייל נישט קיין שום סתירה צווישן בטחון מוחלט בה' אז רצונו בכך איך זאל משתדל זיין דאס מערסטע אין מיין באזיץ, והשאר יהא מוטל על חשבונו.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: בטחון לעומת השתדלות
קודם וואס איז די הלואי ? וואס פארא אינטערעסע האסטו מסכים צוזיין ? צווייטנס וואס איז די כלשהו וואס בוזט יא מסכים צו מיר ? כהאב נישט געטראפן קיין נקודה אין דיין תגובה צו צו וואס בוזט מסכים צו מיר .
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: בטחון לעומת השתדלות
ולגופו של ענין אויב דו בוסט מסכים אז בזעת אפך איז נישט קיין מצוה , איז דארף איך גיין זיך משתדל זיין פאר פרנסה וועגן דער טבע ?! , כווייס נישט די טבע איז אז ווען כבאב א רייכע שווער וואס האלט מיך אויס גייסטו אויך ארבעטן וועגן די טבע ?! די זעלבע זאך דא אויב איז דיין אמונה קלאר ווי די טאג אז וואס סאיז דיר באשערט גייט דיר קומען בכל אופן פארוואס גייסטו ארבעטן ?
כ'וויל מסכים זיין מיט דיר, ווייל דו האסט געשריבן א נקודה הראוי לביאור רחב, צוגעלייגט מקורות, און געשריבן מה שנראה לדעתך.
למעשה קען איך נישט מסכים זיין כנ"ל.
דיין שאלה מיט וואס איך בין זיך נישט חולק? מיט די ווערטער בין איך זיך נישט חולק...
------
דו האקסט, גוט צוגעטראפן.
למעשה קען איך נישט מסכים זיין כנ"ל.
דיין שאלה מיט וואס איך בין זיך נישט חולק? מיט די ווערטער בין איך זיך נישט חולק...
ירא שמים האט געשריבן:אבער דוכט זיך אז בזעת אפך תאכל לחם איז נישט פון די תרי״ג מצוות , און אויך איז די מצווה פון בזעת אפך נישט פון די ז' מצוות בני נח
------
דו האקסט, גוט צוגעטראפן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ירא שמים האט געשריבן:ולגופו של ענין אויב דו בוסט מסכים אז בזעת אפך איז נישט קיין מצוה , איז דארף איך גיין זיך משתדל זיין פאר פרנסה וועגן דער טבע ?! , כווייס נישט די טבע איז אז ווען כבאב א רייכע שווער וואס האלט מיך אויס גייסטו אויך ארבעטן וועגן די טבע ?! די זעלבע זאך דא אויב איז דיין אמונה קלאר ווי די טאג אז וואס סאיז דיר באשערט גייט דיר קומען בכל אופן פארוואס גייסטו ארבעטן ?
דארפסט דיך נישט גיין משתדל זיין וועגן די טבע, דארפסט דיך גיין משתדל זיין כדי צו לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש. וואס זאל מען טון, אז דער טבע איז אז כדי צו לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש דארפסטו גיין ארבעטן?!
און ווען דו האסט א רייכע שווער, וואס האלט דיך אויס, דארפסטו נישט גיין ארבעטן, ווייל דער טבע איז אז א רייכע מענטש וואס האט געלט פאר ברויט מיט פוטער אויפן טיש, ויותר מזה, האט נישט פארוואס צו גיין ארבעטן. פשוט, ניין?!
דיין צווייטע טענה איז פון די נארישסטע אבער באוואוסטסע טענות וואס איך הער כסדר פון מענטשן, משום מה. אויב מיין אמונה [גראדע קומט נישט אריין דאס ווארט אמונה, נאר בטחון] איז קלאר ווי די טאג, פארוואס איך זאל ארויסגיין ארבעטן?! ווייל איך האב אמונה שלימה, אז וויבאלד די טבע איז צו גיין ארבעטן, גייט מיר דער באשעפער נישט מאכן קיין נס אז איינער זאל אריינקלאפן אין מיין טיר מיט ברויט און פוטער [טעארעטיש גערעדט], און דער באשעפער וויל אויך אז איך זאל גיין ארבעטן וכפי שהעולם נוהג על פי דרכי הטבע.
סימפל עס דעט.
מיר געפונען א איסור פון מאבד עצמו לדעת, און היות די טבע העולם איז אז ווען א מענטש וועט גיין freeze און גארנישט טוהן גייט ער שטארבן, איז דא א חיוב צו טוהן השתדלות אז דאס זאל נישט פאסירן. דאס איז לגבי חיוב מן התורה.
לגבי מדות, מיר געפונען א מדה פון זריזות אחריות, אז א מענטש זאל זיין אחראי אויף זיך אליינס און דער היפוך פון עצלות.
לגבי דיין טענה אז בזיעת אפך איז נישט קיין מצווה. גערעכט, ס'איז א גזירה, so?
לגבי מדות, מיר געפונען א מדה פון זריזות אחריות, אז א מענטש זאל זיין אחראי אויף זיך אליינס און דער היפוך פון עצלות.
לגבי דיין טענה אז בזיעת אפך איז נישט קיין מצווה. גערעכט, ס'איז א גזירה, so?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער גאנצער אידישער לעבן איז אזוי אויסגעשטעלט, הקב"ה וויל מיר זאלן אים דינעם בגשמיות מיטן גוף בדרך הטבע, אבער אינווייניג אין הארץ גלייבן מיט בטחון אז ער איז דער וואס פירט און באשערט אלעס, טאקע דאס וויל ער, דאס איז אונזער נסיון, עס זאל אויסקוקן ווי א תרתי דסתרי, ער קען טאקע געבן וואס ער וויל אפי' ע"פ נס, אבער דאן וואלט נישט געווען קיין שום קונץ צו גלייבן אין אים און צו לערנען און דאווענען, מיר וואלטן געווען אין די מדרגה פון מלאכים, איז דאך אבער גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים טאקע צוליב דעם, וכ"ז ידוע ומפורסם.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
בטחון לעומת השתדלות
ריכטיג האט געשריבן:נו, סך הכל דארף מען נאר ארבעטן אויף זיך צו טוהן זאכן מיטן ריכטיגן לשם שמים'דיגן כוונה.
יא אבער אפי׳ נאכן ארבעטן די גאזאלין וואס מאכט דיר ארבעטן איז די מחשבה אז דורך מיין ארבעטן גיי איך מאכן געלט , קענסט אפשר זאגן אזוי וואו אדנירם זאגט אז נאר אויב איך גיי ארבעטן גייט מיר די אייבישטער געבן געלט און אויב איך גיי ארבעטן אסאך גיי איך מאכן אסאך געלט .
מבקר, די לייק איז פאר דיין ערשטע חלק וואס דא ליגט די פירכא אויף די הנחה פון ירא שמים.
און ירא שמים, איים סארי טו טעל יו, אבער ס'זעט אויס ווי דו האסט דורך געלערנט די נושא פון דעקל צו דעקל אויף די פארקערטע זייט. התחיל בשמאל וסיים בימין, ממש ווי ר"ל א קאלעדזש גראטואירטע אויף אלע גוים געזאגט. דו הייבסט אן מיט עפעס א העכערע מין בטחון און נאכדעם פארסטע א גאנג ביז ספיקות מיט ידיעה און בחירה, וואס פאסט סתם אזוי נישט פאר דיר. און ס'בלאבט ביי א גראבע סתירה.
איז אזוי, דער באשעפער איז נישט אינטערעסירט צו מאכן ניסים. שיין וועלן מיר אויסזען אויב אונז קען מער זיצן און קלאצן און די די באשעפער וועט שוין אלעס אראפגיסן. נאר וואס יא? בטחון איז דאך א מצוה, און דער באשעפער וויל אז מ'זאל האבן בטחון אין עם, און ס'גייט טאקע אויף אזוי ווייט אז געוויסע צדיקים האבן געזאגט (כ'געדענק נישט קלאר קיין מקורות, אפשר אפילו נאך פאר חסידות) אז ס'פעלט זיך נאר אויס א מינימום השתדלות און נאכדעם איז שוין נישטא קיין שום חיוב, ווייל ס'איז שוין דא ווי די ברכה זאל חל זיין (כדוגמת סיפור השמן עם אלישעהנביא) און די באשעפער וועט שוין זיכער העלפען אויב ער האט ביטחון.
למעשה, ביטחון האט אויך דרגות. און ס'האט געוויסע דרגות וואס איז בהחלט נישט געמאכט פאר אונז און דו האסט עס אביסל אנגערירט. א דוגמא, רבי משה מרדכי לעלובער האט פארציילט אז רבי מיכל זלאטשובער האט אמאל פרייטיג צונאכטס גערעדט פון די גרויסע דרגות אין מידת הביטחון ביז ער האט געזאגט אז מ'דארף ממש גארנישט טון, מ'דארף נאר גלייבן און ס'עסן עט אנקומען. זונטיג צופרי שפאצירט דער רבי ר' מיכל אריין און ביהמ"ד, זעט ער דארטן זיינ'ס א גרויסן חסיד זיצן און הארעוועט אריין. גייט דער רבי צו צונעם און פרעגט עם יוס'ל וואס גייט פאר, פארוואס גייסטו נישט צו דיין ארבעט? האט עם די חסיד געענטפערט, וואס הייסט דער רבי האט דעך געזאגט אז מ'דארף גארנישט טון נאר גלייבן און שוין? האט עם דער רבי געזאגט, זיי מוחל און פארמאך דאס ספר'ל און שוין גיי צוריק ארבעטן, פרייטיג צונאכטס בין איך טאקע געווען אויף יענע מדריגה אבער נישט יעצט....

מבקר האט געשריבן:צוויי נקודות.
1 וברכך ה' א-להיך . יכול אפילו עומד ובטל? תלמוד לומר בכל אשר תעשה . (ספרי על דברים טו יח)
דאס קען מיינען קויפן א לאטעריע , שוין אבער דו וואולסט אויסשליסען פון דעם אז די אייבישטער גיט נאר לפי ההשתדלות אזוי וואו הרב [tag]אדנירם[/tag] האט געזאגט און קען זיין איר זענט גערעכט סאיז מיר נישט איינגעפאלן די מהלך , אבער כמיין אז מיין מהלך ווערט נאכנישט אפגעפרעגט , די מקורות האב איך יעצט נישט דורכגעטוען אבער כמיין מקען זאגן ביידע ועוגן אין די מקורות אויך .
2 פארוואס זאגסטו אז דעס האט נישט מיט די קשיה פון ידיעה ובחירה? לדעתי איז עס ממש היינו הך.
אודאי , לשיטתך אז סקומט נאר אויב די מענטש טוט איז עס היינו הך ווייל די אייבישטער ווייסט שוין צי ער גייט טוען אבער לשיטתי אז דאס באשערטע קומט עם בכל אופן און די השתדלות איז א העלם און נישט קיין תנאי , האט עס נישט צוטוען .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ריכטיג האט געשריבן:וואס איז נישט קלאר?
דאס גופא אז דער באשעפער איז משפיע פרנסה דורך טוהן די ריכטיגע השתדלות איז די געזאלין, סך הכל דארף מען נאר צוגיין מיטן באשעפער, איך ווייס נישט צו דאס מיינסטו צו זאגן אז איך זאג די זעלבע ווי אדנירם, עכ"פ איך ווייס נישט וואס איז דא אזוי קאמפליצירט (אויסער אויב דיר באדערט דא ידיעה ובחירה ווי אנדערע ערווענען דא).
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
ידיעה ובחירה
אז מען רעדט שוין וועגן ידיעה און בחירה, וויל איך אויסשמועסן א זאך וואס באדערט מיך שוין לאנג.
די סתירה צווישן ידיעה און בחירה קען מען עפראויטשן פון צוויי זייטן, דער ערשטער פרעגט אזוי: היות איך האב דאך א בחירה דאן וויאזוי קען זיין ידיעה, דהיינו אויף דעם אז כ'האב בחירה דארף איך נישט קיין ראיות איך זעה דאך עס מיט מיין אויגן, אשר על כן איז שווער וויאזוי איז מעגליך ידיעה. דער צווייטע וועג איז פארקערט, דהיינו: אלעס איז דאך ידיעה פון פאראויס, אויב אזוי ווי קען זיין אז כ'האב בחירה איך בין דאך געצווינגען אזוי צו בוחר זיין.
יעצט ביים ערשטן קען מען נישט זאגן אז ס'איז טאקע נישט דא ידיעה ווייל דאס איז פוגם אין די שלימות של הבורא, אבער ביים צווייטן אז מ'וועט זאגן אז ס'איז טאקע נישט דא בחירה, איז דאס דאךנישט כפירה אין שלימות הבורא, נאר עס שטעלט זיך די שאלה פארוואס איז דא שכר ועונש.
אבער לפי עמקות העניינים (בין על פי הרמב"ם לדרכו, ובין לפי חכמת הקבלה לדרכה) אז די ענין פון שכר ועונש איז נישט א זייטיגע באלוינונג/באשטראפונג צו די פעולות האדם, נאר היינו הך גופא, די מעשה הטוב איז די שכר און די מעשים רעים זענען די עונשים (תיסרך רעתך) אויב אזוי איז מער נישט שווער פארוואס א מענטש ווערט באלוינט/באשטראפט אויף זאכן וואס ער איז געווען מוכרח צו טוהן, ווייל ער באקומט טאקע גארנישט אלץ באצאלונג. [לדוגמה ווען איינער שטעקט אריין די הענט אין פייער באקומט ער נישט א באצאלט אויף דעם א שטראף אז זיין הענט ווערט פארברענט, נאר דאס איז א דיירעקטע תוצאה פון זיין פעולה]
נאר וואס ס'בלייבט יא שווער צו פארשטיין איז פארוואס עפעס ווערט דער געצווינגען צו טוהן גוטע זאכן און דער צווייטער שלעכטע זאכן? אויף מיין איך איז דער תירוץ אז אונז קענען נישט די גאנצע בילד, כדוגמת סוד הגלגולים וכדו' און א נברא קען נישט עומד זיין על דעת הבורא.
וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז בקיצור אזוי, ידיעה ובחירה איז נישט א סתירה אן א תירוץ ווייל קשיא מעיקרא ליתא, ס'איז נישטא אזא זאך ווי בחירה.
[מיין הנחה אז ס'איז נישטא בחירה איז בעיס"ד אויף דעם וואס יעדער וואס טראכט איבער וואס ער האט געטוהן לעצט קען מסביר זיין פארוואס ער האט עס געטוהן, און יעדער וואס פארשטייט צו די חכמה פון תכונת הנפש קען עתידות זאגן וויאזוי דער און יענער וועלן ריעקטן צו דאס און יענץ, והבן, (כ'האב פשוט נישט קיין געדולט צו שרייבן מער באריכות העניין)]
ובנוגע כל הנ"ל עי' בקובץ הערות על מסכת יבמות לר' אלחנן ווסרמן

- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
ירא שמים האט געשריבן:מזונותיו של אדם קצובות לו מראש השנה ועד ראש השנה, ארבעים יום קודם יצירת הולד כו', וואסערע סיבה האט ער צו גיין ארבעטן?
כן נלע"ד בעזרת החונן לאדם דעת.
וואסערע סיבה האט ער צו גיין ארבעטן?
באמת ביזטו טויזענט פראצענט גערעכט, מען דארף טאקע נישט גיין ארבעטען און די געלט וואס איז דיר באשטימט געווארען ראש השנה וועט שוין צו דיר אנקומען צו דו ארבעטסט צו נישט.
אבער דו האלטסו באמת נישט ביי אזא מדריגה פון נישט ארבעטן, און אויב דו וועסט אנפאנגען צו באקומען ביללס אז מען שפארט צו די געז און עלעקטריק וועסטו ווערן נערוועז און באזארגט.
עס איז דא א מעשה פון דער הייליגען אלשי"ך ז"ל אז אמאהל האט ער געגבען א שיעור אויף אמונה און האט טאקע דאס געזאגט אז א מענטש גלויבט באמת דארף ער נישט גיין גיין ארבעטען און די געלט וועט שוין אנקומען.
ער האט נישט געוויסט אז פונקט דענסמאהל איז געזיצען אין ווייבער שוהל דער וואסער טרעגער. און ווען ער האט דאס געהערט האט ער מחליט געוועהן אז ער האט שוין גענוג געארבעט און אז מען האט אמונה דארף מען נישט ארבעטן, גייט ער אהיים און זאגט פאר זיין ווייב אז מארגען בלייבט ער אין בעט אגאנצען טאג און ער גייט מער נישט ארבעטן.
זי פאנגט אן שרייען... פון ווי גייט מען לעבען?
זאגט ער... דער רבי האט געזאגט אז מען דארף נישט ארבעטן נאר האבען אמונה.
זי האט געמיינט אז ער פילט עפעס נישט גוט און וועט זיך גוט איסשלאפען און מארגען וועט שוין אלעס זיין בסדר.
קומט מארגען, און ער בלייבט און בעט... די ווייב פאנגט ווידער אן שרייען... גיי ארבעטן פון ווי גייט מען לעבען?
און ער האלט זיך ביי זיינס... דער רבי האט געזאגט אז מען דארף נישט ארבעטן נאר האבען אמונה.
און אזוי איעדען טאג...
נאך א וואך איז שוין מער נישט געוועהן קיין געלט האט זי אנגעפאנגען צו ווייענען צו איהם וואס גייט מען יעצט טאהן , און ער האלט זיך ביי זיינס און זאגט איהר... עס וועט דיר גארנישט העלפען די ווייענען און שרייען דער רבי האט געזאגט אז מען דארף נישט ארבעטן נאר האבען אמונה.
די ווייב האט אנגעפאנגען צו פארקויפען די מעבל, די טישען און בענקלעך אבער דא אויך איז די געלט אויסגעגאנען. די לעצטע זאך וואס זיי האבען געהאט איז געוועהן זיי פערד אין וואגען, ווייל זי האט אלעמאהל געהאפט אז ער וועט צוריק קומען צום שכל און גיין ארבעטן. אבער אז עס איז נישט דא קיין געלט, האט זי דאס אויך פארקויפט. און ווען די געלט איז אויסגעגאנגען האט זי ווידער אנגעפאנגען צו ווייענען און שרייען צו איהם וואס גייט מען יעצט טאהן?
זאגט ער איהר, איך האב דיר שוין געזאגט, עס וועט דיר גארנישט העלפען די ווייענען און שרייען דער רבי האט געזאגט אז מען דארף נישט ארבעטן נאר האבען אמונה.
אזוי ווי זיי טענה'ן זיך הערן זיי ווי א פערד און וואגען קומט אן, זיי גייען ארויס קוקן זעהן זיי ווי זיין פערד וואס די ווייב האט פארקויפט איז דא מיט א וואגען פיהל מיט גאלד.
וואס איז געשעהן איז אז א גוי האט געקויפט זיין פערד און וואגען און דער גוי האט געטראפען א גאלד מינע און בשעת ער האט אנגעפילט דער וואגען מיט גאלד איז געפאלען א שטיין אויף זיין קאפ און איהם געהרג'ט. נאך אפאהר שעה ווארטען איז די פערד הונגעריג געוורארען און האט אנגעפאנגען גיין די איינציגע וועג וואס זי האט געדענקט איז די וועג אהיים.
האט מען געפרעגט דעם היילעגען אלשי"ך ז"ל פארוואס? פארוואס ארבעט דאס ביים פשוט'ן וואסער טרעגער און נישט ביי אונז דיינע תלמידים?
האט ער געזאגט ווייל ענק ווייסען שוין דעם סוף, טוהט מען עס שוין נישט מיט'ן גאנצין אמונה, נאר מען טוהט אבי צו טוהן (אדער ווייל די ביזט סתם א פוילער שטריק) אבער ער האט עס געטוהן מיט א ריינע אמונה.
איז אויב דו האלטסט טאקע ביי אזא מדריגה, אדרבה, פאק זיך אריין אין בעט און די געלט וועט שוין קומען.
אבער געדענק אז אויב דו וועסט זיך אפי איינמאהל זארגען פון ווי צו באצאהלען די ביללס... מיינט דאס אז דו האלטסט נאך נישט דארט און עס איז בעסער אז דו זאלסט גיין ארבעטען.
אויב דו ווילסט פאנג אן ארבעטן נאר א האלבען טאג און צוביסלעך וועסטו שוין קענען שלאפען א גאנצען טאג.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
וואס איז טאקע פשט אז סדא אזעלכע וואס דארפן נישט מאכן קיין השתדלות לויט די טענה אז די אייבישטער גיט פרנסה נאר פאר דער וואס ארבעט ? ונ"ל בב' פנים .
א. סאיז א ראי' צו מיין טענה אז די גאנצע טעם פון גיין ארבעטן איז א ענין פון חסרון אמונה און די ענין פון טבע וואס זי איז אנדערש פון נס איז אז זי איז מעלים ממילא פאר דעם וואס זי איז מעלים און סאיז ביי עם נישט קלאר ווי די טאג אז סוועט ממילא קומען דארף ער זיך צודעם צושטעלן .
ב. אז די זענען פון די חסידים הגדולים וואס זייער זכות איז גרויס קענען זיי זיך פארלאזן על הנס , אדער זענען זיי פון דיע וואס זענען תורתן אומנותן ומלאכתן נעשית ע"י אחרים און וברכתיך בכל אשר תעשה גייט ארויף אויף דיע וואס זענען נישט אויף די מדרגה .