לכאורה איז א גוטע מהלך דאס וואס מען האט שוין אויפגעברענגט אביסל ברמז און איך וועל דאס בעסער מגדיר זיין, אז מען דארף געדענקען אז מען טאר נישט פארגעטערן דעם מוח, ס'הייסט דער מוח קען נישט און וועט בשום אופן קיינמאל נישט האבן קיין ענטפער אויף אלע קשיות, ערגעץ וועסטו בלייבן סטאק ווייל עפטער אלל איז די מוח אויך נאר א נברא, איינמאל די יסוד איז שוין קבוע וקיימא איז שוין גרינגער די גאנצע נושא ווייל אפילו אויב ער וועט ערגעץ ווערן סטאק, וועט ער וויסן אז עס מיינט נישט אז עס איז נישטא, נאר אז די כלי וואס הייסט מוח קען דאס נישט פארשטיין.
און לקינוח סעודה איז אינטרעסאנט צו צוברענגען דא דער פנים יפות וואס איך האב שוין איינמאל געברענגט ווי ער זאגט
געוואלדיג האט געשריבן:פנים יפות פרשת ואתחנן
ראה למדתי אתכם וגו׳ נראה לפרש ענין סדר הפרשה, עם"י מ"ש לפי׳ הפסוק מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל לא עשה כן לכל גוי וגו׳ ענינו כי הש״י רוה לזכות את ישראל ולהתחזק באמונה שלימה לסור מהם כל הספקות והקושיות לפי מדריגות השכל האיש הישראלי ואם ימצא חן בעיני הש"י להעלותו בשכל במעלות החכמ׳ ימציאהו קושיות כדי לזכות בחכמ׳ בינה יתירה וידוע כי חק הוא דבר שהאומות משיבין עליהם ומשפט הוא דבר המובן בטעמו היטב וידוע כי יעקב הוא עם ה׳ שלא השיגו מעלת החכמה ושם ישראל הוא מורה על חכמי ישראל והיינו דבריו ליעקב שהוא ל׳ הגדה ויצלהו לבלתי הבין הקושיות שיפלו בו אבל לחכמי׳ מודיע הקושית שהם החוקים שמתוך כך יזכו להתאמץ לחשוב ולעיין בו ויודיעם השכל העליון וז״ש חוקיו ומשפטיו לישראל וזהו באהבת עמו אבל באומות כתיב פן תשא עיניך וגו' אשר חלק ה׳ אלוקיך לכל העמים ואחז"ל כדי להטעותם ע״כ ימציא אותם קושי׳ שהם החוקי׳ אבל המשפטים שהם השכל העליון להבין ולהשכיל ליישב הקושי׳ על מכונו היאמתים בל ידעום והיינו כדי להטעותם:
א נחמה פאר אלע וואס מוטשען זיך מיט קשיות, השי"ת האט ענק ליב און וויל ענק דעהייבן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן. ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.
איך האב נעכטן געלייענט דעם תגובה און עס אפילו געלייקט, און נאכדעם געזען ווי דער עולם ווערט בייז און פארשטייט נישט, איז לאמיך מסביר זיין וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם תגובה און וועלכע חלק איך טראכט אז ס'מאכט סענס,
יעדער מענטש האט געוויסע תחומים אין לעבן וואס דאס אינטרעסירט אים. און אין אלגעמיין דארט וועט זיין קאפ ליגן, פון דעם וועט ער טראכטן א גאנצן טאג. דער סייענטיסט ליגט אין זיין פעלד, דער ביזנעסמאן אין זיינס; דער דשורנאליסט אין די נייעס, דער חסידישער יונגערמאן פילעוועט אין א תפארת שלמה, און דער למדן אין א פני יהושע אדער ר' עקיבא איגר.
דאס איז יעדער מודה, אז א מענטש וואס האט צופיל איבריג צייט צו טראכטן, טויג נישט. ער קען טראכטן צופיל און צו ווייט און אנקומען ווי מען דארף נישט. איז די פשוט'ע אלטע עצה (ער רופט עס ליטוויש, אבער ס'לאו דוקא), דער רמב"ם ברענגט שוין אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה, ווייל אז א מענטש ליגט אין לערנען בעיון, און זיין מחשבה איז פארנומען צו פארענטפערן קושיות און סברות ראשונים ואחרונים, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף, אויטאמאטיש איז דער מענטש ארומגענומען מיט מחשבות פון תורה, ער האט א סיפוק רוחני, און ער איז נישט פארנומען מיט פרעגן קשיות און "טראכטן", הגם מ'קען זאגן אז דער רצון ה' איז דייקא מען זאל יא טראכטן און נישט סתם לערנען תורה לשם מניעת הגיון, איז אבער די עצה פארט א גוטער מיטל פאר אסאך טראכטערס זיך צו קענען מתגבר זיין אויף זייערע געוויסנביסן.
אזוי האב איך פארשטאנען, און אויב בין איך זיך טועה קען מען מיר אויפקלערן.

די טענה אז אויב הויבט מען אן לאכן פונעם שריים, קען מען אנקומען צו לאכן פון שמיים, איז א טיפיקעל "סליפערי סלאופ" ארגומענט. כ'האב געהאט א משגיח אין ישיבה וואס האט געזאגט אז א בחור וואס גייט שווימען זעט ער נישט וויאזוי זיינע אייניקלעך וועלן בכלל זיין אידן. לכאורה וואלט איך זיך געדארפט צוריק האלטן פון גיין שווימען אויך, פונקט ווי זיך צוריק האלטן פון אפלאכן דאס עסן איבערגעבליבענע קוגל פון א גראבן פאץ'ס טעלער.
דאס אמונה וואס מאנכע מאמינים האבן אז טראכטן צו סאך קען גורם זיין כפירה איז אליינס א שטיקל כפירה. ס'הייסט אז טראכטן לאגיש = כפירה, קומט אויס אז אמונה = טראכטן אומלאגיש, אדער נישט טראכטן בכלל. מיר גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן בשר ודם, נישט פאר מלאכי השרת, קומט אויס אז מיט אונזער לאגיק, מענטשליכע לאגיק, אויב טראכט מען עד הסוף, מוז מען אנקעומען צום ריכטיגן אמונה. ודרשת וחקרת היטב קען נישט מיינען אז דיין לאגיק ארבעט אנדערש ווי די תורה'ס לאגיק, ממילא קען נישט זיין קיין סכנה פון עכטע ערענסטע טראכטן. כנלע"ד.
[justify]סקען זיין, אז חברים דא האבן שוין אנגעמערקט וואס איך גיי זאגען, כ'גיי אבער נישט מדייק זיין, טעגן און לינקען, איך בין שוואך, כהאב נישט די כוחות פאר דעם. איינמאל איינס איז, אז דער גאנצער פזמון איז א פארדרוסליכער טעות, און עס איז גאר פונקט פארקערט "מתחיל בשמים ומסתיים בשיריים". אקעי, איך האב שוין פארדרייט די יוצרות און וואס איז יעצט? די ערשטע הנחה, איז קבוע כמסמרים, אז מחשבה וחכמה בכדי להגיע לידי מעשה איז קיין מחשבה נישט. אויב איינער וויל טראכטען כדי צוקומען צו א געוויסע סטאטוס, א געוויסע מהלך מעשי, איז גוט אין גיהינום. מען דארף קענען אנקומען לידי מעשה, אפילו די מח איז נאך לער, אדער בלייבען אפילו די מח ווירבעלט ווילד. או.טו.די. דארף מען קענען גיין אפילו מען קען נישט גארנישט, און מען האט נישט קיין פראג. און מען דארף קענען בלייבען און די סירקעלס, אפילו ווען מען איז שוין אנגעפיקעוועט. דאס אז א או.טו.די. דארף זיך אפיציעל ערקלערן אז פון די פעמפערס האט ער שוין געהאט פראגען און שאלות אויף נהמי דכסיפין, און אז ער האט שוין פוגם געווען מרחם אימו, איז א טעות. און דאס אז איינער בלייבט גלויביג, און אין די מצב וואס ער איז, מוז בעל כרחך זיין איינער וואס זיין מח איז אים לער, איז א טעות. בא מישהו ובילבל את הכל. מען קען זיך דערקלרען או.טו.די. סתם ווייל סשמעקט מיר, עס ציעט מיר אן קיין באזונדערע אינטלעקטולע רעכענונגען. און מען קען בלייבען גלויביג, אויך אן קיין אינטלעקטולע רעכענונגען. אויפגעהערט מיט דאס דן זיין אויפן חיצוניות'דיגען חלק המעשי און סטאטוס וואס א מענטש גיבט זיך ארויס. איך קען יידן מיט נאסע מקווה פיאות, וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע ספרי מחשבה, מיט פארגלאצטע אויגען צום הימל, און זייערע מחשבות פירט זיי עד הסוף. און איך קען יידן וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע לעפטאפס און טוויטען, אן קיין זיז כלשהו פון אינטלעקטואליזם. וואס זאל איך זאגען, אז די פוילישע מהלך, און נקודת מבט אויף פסוקי התורה, האבן מיר נישט געברענגט מחשבות פון בקורת המקרא? סהאט מיר יא! וואס זאל איך זאגען, אז אחד העם'ס שטיקל אויף משה האט מיר נישט געברענגט צו א געוויסע אמונה אין משה, מער וואס די גלויביגע האבן? סהאט יא! וואס זאל איך זאגען, אז ווען איך זיץ איבער צועפנטע ספרי התלמוד והלכה, איז דער פיוט המתמיד פון ביאליק'ן צינד מיר נישט אן די פייער פון התמדה און אהבת התורה, מער ווי עפעס א ישיביש ווערטל פון ווייסעכוועם? סטוט יא! וואס זאל איך זאגען, א גוט שטיקל פראגע אויף חז"ל פינעם חזון איש, האבן נישט מינעמזירט ביי מיר די אמונה אין חז"ל? סהאט יא! וואס זאל איך זאגען, האט נישט די רמב"ם [ יעצט מיט א ציטערדיגען טאן פון א מוסר'ניק ] צו ווארפען אלע נאעיווע יסודות אין מיר? סהאט יא! נאר וואס דען, אמונה מעשי, איז אין מיינע אויגען א שפיל, גוט פאר דראמאטאציע, און געטליכע עקספריענס. איך האב ביי מיר אין דרעפטס אפגעשריבען גאנצע מגילות און פאעזיעס איבער די נקודה וואס איך גיי יעצט אנרירען. מיין תאווה איז צו לעבן א צופליקט לעבן, א צוריסען הארץ. איך אינדענטפציר זיך מיטן קאצק'ער, א פיס אין גנזי מרומים, א פיס אין מבואות האפילות, אבער ווייטער נישט באופן מעשי. מיין שפיגל איז די שקיעה. מיינע העלדן זענען די וואס האבן קיינמאל געלעבט א חיים טובים און געווען צופרידען מיט זייער סטאטוס. אינעם זעלבן ווינקל וואו חיים גראדע מיט ביאליק זיצן אין מיר, טאקע דארט, ווילדעוועט דער קאצקער, און דער איזשביצער גלעט. ביי מיר האט דאס לעבן א פראדאקסאלער פאעטישער משמעות. יא איך וויין פון א שטיקל ביאליק, און איך וויין פון א שטיקל ליקוטי תורה איבער מלכות אלוקי. און איך וועל און איך וויל נישט זיך אוועק שטעלן און זיך מסדר זיין, זיך דערקלערן, זיך אינדענטיפעצירן. איך וועל און איך וויל אלעמאל בלייבען א פארהוילענער גייסט, מיך אליינס נישט קענען משיג זיין. און דער שאלה אין דער ווירקליכקייט איז, וואו קומט מען אן מיטן טראכטען הויעך...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך אידענטיפיציר זיך מיט כמעט אלע דיינע פונקטן [למעט די סוף: 'איך וועל און איך וויל זיך נישט אוועקשטעלן' וכו'. דארט האלט איך כלפי מיר, אז כ'וועל נישט, אבער כ'וויל, אוי ווי שטארק כ'וויל האבן שלוות הנפש. ס'איז אבער אוממעגליך אויב מ'זוכט די אמת, ווי ווייטאגליך ס'זאל זיין און וואספארא פרייז ס'זאל קאסטן].
און ממש כדבריך, כ'געדענק אלס בחור זייענדיג א פארליבטער אינעם קאצקער, בעיקר צוליב זיין סטעיטמענט אז ער איז מיט איין פיס אין די שבע רקיעים און מיט די אנדערע פיס אין שאול תחתית. אוי ווי כ'האמיך אידענטיפיצירט דערמיט, עד היום הזה. [כ'האב אנאלטער חלום צו באשרייבן דעם קאצקער פון די שטאנדפונקט].
איבעריגס, ייש"כ פארן ארויסברענגען מיינע אינערליכע הרגשים. און אין איינוועגס, מז"ט פארן ענדיגן די לאנגע שמועס מיטן רש"ב און אנהייבן רעדן מיט הרב קוק.
“What is most thought-provoking in these thought-provoking times, is that we are still not thinking”.
“He who thinks great thoughts, often makes great errors.”
Martin Heidegger
(וראויין הדברים...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):
[left]Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears[/left].
די וויץ קען אויך האבן א טיפערן באדייט און ארויסברענגען אז אויב מען טראכט נישט [בעניני סאבסטאנץ ושכליות] עקזיסטירט מען נישט [מיינענדיג אז די אינדיווידואל׳ס עקזיסטענץ האט נישט קיין ווערט] (הגם אז פארשטייט זיך אז דאס ליגט נישט ממש אין דעקארט׳ס קאדזשיטו הוכחה כמובן).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מי אני האט געשריבן:איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):

LOL
די טיעפערן פשט וואס דו ברענגסט אראפ איז אסאך מעהר ווערט ווי די וויץ...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מי אני האט געשריבן:איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):
[left]Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears[/left].
דאס גייט שוין ממש צוזאמען מיט׳ן wordplay פון: I drink therefore I am
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
"ראיתי האיש ההמוני, אשר פילוסופיאה לא ידע, וחכמת ההגיון לא הכיר, יצילהו השכל הטבעי מכמה שבושים שיכשל בם הפילוסוף. ועל הכל הנה זה יתרון גדול שמצאתי לאיש ההמוני על האיש אשר התפלסף, כי הוא מכיר בעצמו שלא ידע, והאחר חושב שידע מה שלא ידע, וברוב דברים יבלבל את שומעיו ויאחוז את עיניהם עד שיחשבו כי אין דבר נעלם ממנו, ופעמים רבות ברבוי דבריו לא אמר כלום." - שד"ל
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that